רמזי אותיות (תורה קאדס), מאת הגה"צ מרן רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

רמזי אותיות (תורה קאדס), מאת הגה"צ מרן רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

רמזי אותיות (תורה קאדס), מאת הגה"צ מרן רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל.

יעדער האט שוין מן הסתם געהערט עפעס איבער די תורה קאדס, וואס ר' מיכאל בער זצ"ל האט אויפגעטראפען, און יעדער האט שוין אויך מן הסתם געהערט אז עס טוט זיך אין די וועלט עטליכע ביכער, און פרעפעסארען, וואס זענען עוסק אין דעם ענין פון רמזי אותיות, מיסודי פון ר' מיכאל בער זצ"ל.

וואס איז דאס בכלל תורה קאדס? ווי אזוי איז אים דאס איינגעפאלען? איז דאס וואס די וועלט ניצט היינט , די זעלבע מהלך פון רחמ"ד זצ"ל? ועוד ועוד.

ווי אזוי איז אים דאס איינגעפאלען?

מרן רחמ"ד זצ"ל האט ביי די ברית פון זיין זון יוסף יעקב הי"ד בשנת תש"ב, די ערשטע מאל מגלה געווען, אז ער האט געטראפען א נייע מהלך אין די תורה.
דער נייטרא רב זצ"ל הי"ד- וואס איז דעמאלס געווען רחמ"ד זצ"ל'ס שווער- איז דארט געזעצען און אויסגעהערט, און ווען רחמ"ד זצ"ל האט גענדיגט, האט נייטרא רב געזאגט, אז צו קענען אויפטאן אזא חידוש, א נייע "שער" אין די תורה, שטייט אין די קדמונים, אז מען דארף צו זיין א קדוש מרחם, און נישט אימזינסט איז דאס איינגעפאלען פאר מיין איידעם, ווייל ער איז ווילקליך דאס, "א קדוש מרחם".

ומעשה שהיה כך היה:

יום כיפור ביינאכט יאר תש"ב איז אנגעקומען צו מרן רחמ"ד זצ"ל די בשורה אז ער האט געבוירען א זין, ער איז געשטאנען פארן עמוד אין געזאגט תהילים, און ווען די בשורה איז אים אנגעקומען, האט ער מפסיק געווען, און הויך ברבים געמאכט די ברכה "הטוב והמטיב".

די גמ' זאגט (שבת דף ל.):

ושבחתי אני את השמחה, שמחה של מצוה ....... ללמדך שאין שכינה שורה לא מתוך עצבות ...... אלא מתוך דבר שמחה של מצוה שנאמר (מלכים ב ג) ועתה קחו לי מנגן והיה כנגן המנגן ותהי עליו יד ה'.

נאך זאגט די גמ' (ירושלמי סוכה פרק ה' הלכה א):

א"ר יונה, יונה בן אמיתי מעולי רגלים היה ונכנס לשמחת בית השואבה ושרת עליו רוח הקודש ללמדך שאין רוח הקדש שורה אלא על לב שמח מ"ט (מלכים ב ג) והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח אלהים.

און אזוי פסקנט די רמב"ם (הלכות יסודי התורה פרק ז):

כל הנביאים, אין מתנבאין בכל עת שירצו, אלא מכוונין דעתן ויושבין שמחים וטובי לב ומתבודדין, שאין הנבואה שורה לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות, אלא מתוך שמחה.

ר' מיכאל בער האט פארציילט:

יענע יום כיפור ביינאכט, ווען דער גאנצער עולם איז שוין אהיים, איז מיר בייגעפאלען צו לערנען תורה פון א ספר תורה!! האב איך ארויס גענומען א ספר תורה, איר געפענט, און אנגעפאנגען אריין צו קיקען.

פליצלינג איז די גאנצער ביהמ"ד פול געווארען מיט ליכטיקייט, עד למאד! און כ'האב געזען ווי די אותיות פון די תורה, פאנגען אן ארויסצושפרינגען און זיי שטעלען זיך צוזאם אויף גאנצע ווערטער!!

הפלא ופלא!!

רחמ"ד זצ"ל האט אמאל בענוותנותו געזאגט, אז ווען ער עפענט א חומש שיינט מען אים אריין פון הימל, ווי מיט א "פראדזשעקטער", און אזוי ווי ביי א פראדזשעקטער, קען עס די מענטשליכע אויג עס נישט פארטראגען, אזוי איז ער נישט נישט אין די מדרגה צו פארנעמען די גילאים!

רחמ"ד שרייבט וז"ל:

השי"ת פתח לי ברחמיו שער חדש, וחדשתי דברים לפענ"ד אמתיים בדרך אשר ידעת, דברים אשר לפענ"ד אלמלא דבקתי בתורה, היו כדאים להאמר מפי גדולים, ולהכיר אמיתת תורה מן השמים!

א אנדערס מאל האט רחמ"ד געזאגט, אז א רמז צו זיין וועג, האט ער געטראפן אין "רבינו בחיי", ווי ער רעדט אמאל איבער טרעפען א רמז אין די תורה "בדילוג אותיות".

איין וואך שפעטער די ערשטע טאג חול המועד סוכות, איז געווען די אויבנדערמאנטע ברית, און דארט האט ר' מיכאל בער די ערשטע מאל דאס איבער געגעבן פארן עולם, ווי פריער דערמאנט, די ברית איז געווען אין די גרויסע סוכה פון נייטרא רב, און עס זענען דארט געזעצען חוץ נייטרא רב, נאך תלמידי חכמים, רבנים אין דינים, און בכלל אסאך מענטשען, ר' מיכאל בער האט דעמאלס געדרשענט 4 שעה רצופות, און דער עולם איז געשטאנען צוזאם געשטופט ווי געלעמט און אויסגעהערט.

עס שרייבט ר' שלמה שטערען ז"ל, וואס איז דארט געווען ביי די ברית, וז"ל:

"און איז דער איינדרוק אומפארגעסליך, און אומשילדערבאר, מען האט ממש געזען אותיות פרחות באויר"!

וואס איז דאס בכלל תורה קאדס?

די כלל איז " ליכא מילתא דלא רמיזא באורייתא" (פון ווי די לשון קומט, ווייס איך נישט ואכ"מ)

תורה קאדס, איז א וועג פון טרעפען רמזים אין די תורה אויף פארשידענע ענינים, און די סדר איז, אז מען זיכט למשל די ווארט "תורה", נעמט מען די ערשטע "ת" אין די תורה, און דאס איז די "ת" פון די ווארט "בראשית", און מען ציילט 49 אותיות און מען טרעפט א אות "ו" פון די ווארט "תהום", מען ציילט נאך 49 אותיות, און מען טרעפט די אות "ר", אין די ווארט, "וירא", דערנאך נאך 49 אותיות, טרעפט מען די אות "ה" אין די ווארט, "הים".

האמיר די ווארט "תורה", אנהייב די ספר בראשית.

אויף דעם אופן טרעפט מען די ווארט תורה סוף ספר בראשית, אנהייב ספר שמות, סוף סדר שמות, און אנהייב אין סוף פון ספר ויקרא, במדבר אין דברים.
הפלא ופלא!!

יעצט וואס עפעס 49 אותיות?

דוד המלך זאגט אין תהילים (קאפיטל יב פסוק ז) "אמרות ה' אמרות טהרות כסף צרוף בעליל לארץ מזוקק שבעתים", און צוויי מאל זיבן איז 49, און דאס איז טאקע די נומער פון טעג וואס איז דא צווישען פסח און שבעות, וואס אידן זענען ארויס פון די שערי טמאה, אריין אין די קדושה, צו זיין ראי צו מקבל זיין די תורה.

און וואס עפעס אנהייב אין סוף פון יעדע ספר?

ווייל דאס איז די סדר, ווען איינער שרייבט א ספר, איז ער מרמז זיין נאמען אנהייב אדער ביים סוף ספר, אזוי אויך כביכול דער הייליגער באשעפער, וואס ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש " אורייתא, קודשא בריך הוא וישראל חד", איז "תורה" די נאמען פון הקב"ה.

אזוי האט ער געטראפען אימצאליגע זאכן, און טאקע בהמשך מיט די מאמר "אורייתא, קודשא בריך הוא וישראל חד", האט ער געטראפען די שם און די ווארט ישראל, און נאך אסאך ווינדערליכע רמזים.

איז למעשה דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.

1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות, ביי אינזער פאל 49.

2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט' ווי ביי אינז די רמז וואס ווערט פריער דערמאנט.

3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט, ביי אינזער פאל ווייל עס איז אנהייב און צום סוף ספר, אדער אין אנדערע פעלער, האט ער געזיכט, אז צווישען די אותיות וואס מען לויפט דורך, זאל זיין, עפעס איבער די ענין וואס מען זיכט. למשל ער שרייבט אז אלע ל"ט מלאכות טרעפט מען אין די תורה, ער שרייבט נישט ווי, דיין אייניקעל, די מחבר ספר "איש חמודות" האט געטראפען אלע ל"ט מלאכות, און ערגעץ ווי ער לויפט דורך צו טרעפען די מלאכות, רעדט מען פון שבת, אדער רוען וכדו'.

איז דאס וואס די וועלט ניצט היינט, די זעלבע מהלך פון רחמ"ד זצ"ל?

יא אין ניין!

עס איז דא א איד א בעל תשובה א פראפעסער אין מאטעמאטיק, ער הייסט " אליהו ריפס", וואס האט געבויט א קומפיוטער סיסטעם צו רעכענען און זיכען רמזים אין די תורה, און ער האט עס געמאכט שטארק פאפיולער.

זיי זיכען טאקע אז עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות, צווישען די אותיות וואס שטעלען צוזאם די ווארט, וואס זיי זיכען, אבער תנאי נומער צוויי, און נומער דריי, איגראנירען זיי אינגאנצען.

און אויף זייער וועג, טרעפען זיי יעדע זאך וואס האט פאסיערט אין די וועלט פון בריאות העולם, עד היום!

פארשטייט זיך אז עתידות קען מען נישט זיכען, ווייל מען ווייסט נישט וואס צו זיכען, אויב איז עס נאך נישט געשען!

אבער אזוי ווי עפעס געשעט, זיכען זיי און זיי טרעפען עס.

עס איז דא גאנצעטע דיבאטעס צו זיין וועג איז אויסגעהאלטן, אבער אויף די וועג פון רחמ"ד זצ"ל, איז נישט דא די אלע דיבאטעס, ווייל ווי געשריבן ניצט ער דריי תנאים, צו די רמזים.

צו מסיים זיין, די ווארט "משיח", טרעפט מען איינמאל אין די תורה אין די פסוק (ויירא) "ויאמר שוב אשוב אליך כעת חיה", בדילוג 5 אותיות! פון די "מ" אין ויאמר, די "ש" אין " אשוב", די "י" פון אליך!

דאס איז ווי ציזאגען, איך וועל צירוק קומען ענק צוזאם נעמען, אין א צייט וואס איך זאג נישט ארויס, נאר אזוי ווי יעצט, וואס כלל ישראל וועט נאך זיין, אפי' נאך די אלע צרות אין גלות!

במהרה בימינו אמן ואמן
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג פעברואר 13, 2012 9:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

סאיז דא און תורת חמ"ד א קונטרס מיט שיינע זאכען פון ר' חמ"ד אויף ד קאוד שפראך אויך האט א אייניקל ארויסגעגעבן א קונטרס מיט זאכען וואס זענען נאך נישט געדריקט דארט די עצם זאך איז באשריבען און איש חמודות
אינטערסאנט אז ר חמ"ד איז אוועק מיט א רבינו בחיי און די הענט דער ספר פון ווי ער האט גענימען דעם נייעם שער און די תורה
ביי ביי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יא, אז כ'וועל האבן געדילד, וועל איך בלי נדר אריינסקענען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

אה! דאס הייסט א שיינער אשכול! עס איז אויך הערליך באשריבן, יישר כח.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זעהר שעהן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

יישר כח! שוין אסאך געהערט און געליינט דערוועגן, אבער דו האסט עס באשריבן זייער געשמאק צו לייענען!

קיפ איט אפ!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

גאר באלערענד, זייער שיין באשריבן
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

שיינע באשרייבונג
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

הערליך באשריבן שרייב מער איבער דעם
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: די כלל איז " ליכא מילתא דלא רמיזא באורייתא" (פון ווי די לשון קומט, ווייס איך נישט ואכ"מ)



ס'איז א זוהר הקדוש פרשת פנחס דף רכ''א ביי די מעשה פון די חכם שבגויים וואס איז זיך געקומען טעהנ'ן מיט ר' אלעזר עיי''ש האט ר' אלעזר נאכדעם געזאגט לית לך מלה זעירא דלא תשכח באורייתא
וכעי''ז בתענית דף ט. דליכא כתיבי דכתובי דלא רמיזי וכו' עיי''ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קודם א גרויסער ישר כח פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט.
להבין שמועות האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: די כלל איז " ליכא מילתא דלא רמיזא באורייתא" (פון ווי די לשון קומט, ווייס איך נישט ואכ"מ)

ס'איז א זוהר הקדוש פרשת פנחס דף רכ''א ביי די מעשה פון די חכם שבגויים וואס איז זיך געקומען טעהנ'ן מיט ר' אלעזר עיי''ש האט ר' אלעזר נאכדעם געזאגט לית לך מלה זעירא דלא תשכח באורייתא
וכעי''ז בתענית דף ט. דליכא כתיבי דכתובי דלא רמיזי וכו' עיי''ש

א גרויסער ישר כח פאר די מקור אין זוהר.

די גמ' אין תענית, זאגט נאר אז אלס פון נ"ך שטייט אין חומש, נישט אלס פון די וועלט, און אזוי שרייבסטו טאקע "כעי"ז", נאר כ'האב געוואלט אז דער עולם זאל זעהן קלאר.

נאכאמאל ישר כח!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

כהאב פארגעסן דיר צו זאגען שכח קענסט אפשר פשוט לייגען א לינק צו היברו בוקס
ביי ביי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

משה'עלע האט געשריבן: כהאב פארגעסן דיר צו זאגען שכח קענסט אפשר פשוט לייגען א לינק צו היברו בוקס

אבער דארט איז דא ווייניג, און אן קיין פיקטשער פון די אותיות, אין די נייע תורת חמ"ד איז עס סאך שענער, און אין איש חמודות האט ער צוגעלייגט אסאך נייע זאכען.

די פראבלעם איז נאר אז עס איז אסאך בלעטער, און כ'האב א שטאטע סקענער, סא וועלמיר זעהן צו איך וועל זיין אין די גיסטע.

אבער ביסט גערעכט בעסער ווי גארנישט איז עס, סא נאט אייך דעם לינק:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=45
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

מקען סייווי נישט ארויף שטעלן דא גאנצעטע בלעטער
ביי ביי.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאכציך אז כאב געזען עפעס א רמז אויף די אזראעלישע וועבזייטליך איבער הרב אלישיב שליט"א.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וועגן דעם האב איך דאס געשריבן, נאר יענער אשכול איז געגאנגען, כדרך כל אדם!:-(
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: ר' מיכאל בער האט פארציילט:

יענע יום כיפור ביינאכט, ווען דער גאנצער עולם איז שוין אהיים, איז מיר בייגעפאלען צו לערנען תורה פון א ספר תורה!! האב איך ארויס גענומען א ספר תורה, איר געפענט, און אנגעפאנגען אריין צו קיקען.

פליצלינג איז די גאנצער ביהמ"ד פול געווארען מיט ליכטיקייט, עד למאד! און כ'האב געזען ווי די אותיות פון די תורה, פאנגען אן ארויסצושפרינגען און זיי שטעלען זיך צוזאם אויף גאנצע ווערטער!!

הפלא ופלא!!

וואו איז די מקור אויף די מעשה? ס'זעהט אויס אביסל מאדנע אויף ר' מיכאל בער.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וועלעכע חלק?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

פליצלינג איז די גאנצער ביהמ"ד פול געווארען מיט ליכטיקייט, עד למאד! און כ'האב געזען ווי די אותיות פון די תורה, פאנגען אן ארויסצושפרינגען און זיי שטעלען זיך צוזאם אויף גאנצע ווערטער!!
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גראדע אויף דיע וועמען די מעשיות שטייען יא גוט, האב איך א טבע עס נישט צו גלייבן..
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום דינסטאג פעברואר 14, 2012 12:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוטה האט געשריבן: וואו איז די מקור אויף די מעשה? ס'זעהט אויס אביסל מאדנע אויף ר' מיכאל בער.

שוטה האט געשריבן: פליצלינג איז די גאנצער ביהמ"ד פול געווארען מיט ליכטיקייט, עד למאד! און כ'האב געזען ווי די אותיות פון די תורה, פאנגען אן ארויסצושפרינגען און זיי שטעלען זיך צוזאם אויף גאנצע ווערטער!!

זיי נישט ברוגז, דו האסט נישט קיין איינונג וואס און ווער ר' מיכאל בער איז געווען! און די האסט נאך מן הסתם קיינמאל נישט געליינט זיינע בריווען, אדער גערעדט צו זיינע תלמידים איבער אים!

זיי נישט ברוגז אז איך רעדט שארף, מען קען נישט זאגען קיין סטעיטמענטס אן קיין דעקונג!

כ'וועל דא ארויף לייגן די בריוו וואס מרן רחמ"ד שרייבט צו זיין ברודער פארן קריג, איבער די צוואה פון זיין טאטן, און דארט אנהייב דערציילט ער דריי קליינע עפיזאדען, צוויי האבן א שייכות מיט זיין טאטען, און אין די צווייטע קומט אריין זיין חידוש מיט דלוגי אותיות, דערציילט ער נאך א מעשה, די מעשה פון יענעם יו"כ ביינאכט, אבער ער שרייבט עס ברמז, און ער זאגט אז ער קען נישט נישט רעדן דערוועגן.

שפעטער אין א געלעגענהייט, שוין דא אין אמעריקע האט ער יא דערציילט די מעשה, די פרטים וואס איך האב געברענגט, און ר' אהרן פישער זז"ג האט דאס איבערדערציילט, און עס איז געדרוקט אין איש חמודות.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג פעברואר 14, 2012 12:23 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די בריוו.

דאס איז נישט די גאנצע, ער ענדיגט דארט נאך א בלאט אדער צוויי, אבער נאר די חלק איז דא נוגע.
אטעטשמענטס
תח1.png
תח2.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

הערליך געשריבן! דערמאנסט מיר פון די בחור'ישע יארן ווען איך האב געפילעוועט אין ר' מיכאל בער'ס ספרים, און כ'האב עוסק געווען אין דעם תורת חמ"ד וואו ער שרייבט דערוועגן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח לכתחילה אריבער, א טעמע וואס גייט אריבער אייער פענע איז לכתחילה גוט געשריבן און ליינט זיך גאר געשמאק!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן: יישר כח לכתחילה אריבער, א טעמע וואס גייט אריבער אייער פענע איז לכתחילה גוט געשריבן און ליינט זיך גאר געשמאק!

א גרויסער ישר כח, אייער קאמפלימענט מיינט פאר מיר זייער אסאך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”