בלאט 1פון 9

iPhone הילף

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 2:29 pm
דורך אךשמח
איך האב געזוכט און נישט געפונען, און אויב איז יא דא אזאנס, ביטע צוזאמשטעלן.

ווי כ'האב שוין געשריבן האב איך זיך פארשאפט אן אייפאון צו אויספרובירן דעם אזוי נאכגעלאפענעם סעלפאן, און מיין צופרידנהייט דערפון וועל איך לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט. איך האב פארשידענע זאכן וואס איך דארף הילף דערמיט.

וזה החלי.

איז דא א וועג צו טוישן (rename) די בילדער וואס איך כאפ אפ אויפן אייפאון??

ווען איך סעיוו א בילד באקומט עס אלעמאל דעם נאמען:

photo.jpg

איך האב שוין פרובירט, און איך זע נישט ווי איך זאל קענען טוישן דעם נאמען.

בכלל, ווי כ'האב שוין געשריבן, איז דער קאמערא פונעם אייפאון גאר גוט, אבער ס'נישט דא קיין שום וועג צו טוישן די פשוטע סעטינגס וואס איז נארמאל ביי אנדערע פאונס, ווי למשל אנשטעלן די מפ פונעם בילד וכו' וכו'.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 3:37 pm
דורך שמעק_טאביק
אךשמח האט געשריבן: איז דא א וועג צו טוישן (rename) די בילדער וואס איך כאפ אפ אויפן אייפאון??

איך האב שוין פרובירט, און איך זע נישט ווי איך זאל קענען טוישן דעם נאמען.

בכלל, ווי כ'האב שוין געשריבן, איז דער קאמערא פונעם אייפאון גאר גוט, אבער ס'נישט דא קיין שום וועג צו טוישן די פשוטע סעטינגס וואס איז נארמאל ביי אנדערע פאונס, ווי למשל אנשטעלן די מפ פונעם בילד וכו' וכו'.


יא, ס'איז א משוגעת פון דעם אייפאון, קענסט נישט טון די אלע זאכן, רינעימען, טוישן רעזולאשען, וכדו'. משוגע מעטארע. אבער מען קען עס טון אויב דו דאונלאודסט געוויסע עפפס דערפאר, טייל פון זיי אומזיסטע, טייל פאר אפאר צענט. (למשל Camera Genius). טשעק ארום אויפן געוועב עצות און עפפס דערפאר, וועסט טרעפן לרחצה.

עס איז זייער מאדנע און אויפפאלענד אז עפל האט נישט אינזין צוצושטעלן אזעלכע פשוט'ע געברויכן פארן טאג-טעגליכן באנוץ.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 3:38 pm
דורך derech eretz
פון דיינע ערשטע פראבלעמען זעט אויס אז דו האסט געזוכט א קעמרע נישט א סעלפאן...

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 10:29 am
דורך שנאפס
ווען ער דארף ווען א סעלפאן נעמט ער נישט די אייפאון

געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2012 2:36 pm
דורך אךשמח
שנאפס, גוט געזאגט!

א גוטער סעלפאון איז אפשר די סטארטעק פון מאטאראלע עליו השנאבל... ווי די עלטערע יונגעלייט רעדן מיט נאסטאלגיע..

די היינטיגע סעלפאונס זענען נאך ערגער..

אן אייפאון (דאס זעלבע בב און ענדרויד) זענען "סמארטפאונס", וואס דארפן און קענען טון פיל מער ווי בלויז רעדן.

און איך נוץ בכלל נישט דעם אייפאון צום רעדן, און עס ניטאמאל אנגעהוקט צו קיין סעלפאון קעריער.

אלנפאלס, איינע פון די זאכן וואס איך זוך אין א היינטיגער סעלפאון איז א גוטער בילדער כאפער. און יא, דער אייפאון האט א בעסערע קאמערא ווי מיין ענדרויד איווא 3 די, אבער איך בין נאך היבש מסופק צי עס איז בעסער ווי דער געלעקסי עס טרי וואס מיין חבר איז אזוי שטארק צופרידן דערפון.

צוריק צו מיין אישו מיטן נישט קענען 'רינעימען' די בילדער. איך האב זיך שוין אן עצה געגעבן אויף דערווייל. און ניין, איך האב נאכנישט געטון דערין אינעם עפפ סטאר, אבער איך האב עס אויסגעקרויזט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2012 10:54 pm
דורך בלעקבערי פען
אךשמח האט געשריבן: שנאפס, גוט געזאגט!
און יא, דער אייפאון האט א בעסערע קאמערא ווי מיין ענדרויד איווא 3 די, אבער איך בין נאך היבש מסופק צי עס איז בעסער ווי דער געלעקסי עס טא וואס מיין חבר איז אזוי שטארק צופרידן דערפון.
.

געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2012 11:05 pm
דורך Yes_or_no
אךשמח how did u rename the pictures?

Thanks

געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2012 11:25 am
דורך אךשמח
בב פען, ריכטיג, איך האב געמיינט 2. איך בין שוין געפארן צו שנעל פאראויס... דער 3 וועט זיכער האבן א פיל בעסערער קאמערא ווי דער אייפאון לויט די באריכטן אז איינע פון די הויפט פארבעסערונגען וועט זיין די קאמערא.

איך האב דערווייל נישט 'רינעימד' די בילדער, און איך מוז יעדעס מאל באזונדער ווען איך שיק א בילד, אריינלייגן אינעם סאבזשעקט ליין איבער וואס די בילדער זענען. שפעטער האף איך צו זוכן אן עפפ דערפאר.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2012 11:32 am
דורך אךשמח
איז דא וואס האבן עקספיריענס מיט iCloud? ווי אויך מיט סינקען ווייערלעס מיטן קאמפיוטער?

איך האב אנגעשטעלט אז מיינע אינפא אויפן אייפאון זאל זיך דאונלאודן צום 'וואלקען' און אין בלויז איין וואך באקום איך אן אימעיל פון עפל אז איך האלט שוין זייער נאנט צום פינף גיג לימיט און איך זאל אדער קויפן נאך גיג, אדער אויסליידיגן די אלטע (יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך קען נישט לימיטן די רעזאלושען פון די בילדער און פון ווידעאוס. ווי גרעסער, אלס שנעלער פילט זיך אן דער וואלקן.. און זיי ווילן איך זאל צוקויפן גיג און צאלן געשוואלענע סכומים יעדעס יאר!)

איך האב אנגעהויבן זוכן דעם 'וואלקן' אבער זעט אויס ווי דער זון האט אויפגעשיינט און עס איז נישט צום טרעפן..

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 12:59 pm
דורך אךשמח
בין איך טאקע דער איינציגער וואס האט דא אן אייפאון 4 עס??

געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2012 3:59 pm
דורך my_music
גיי צו די סעטינגס האסטו דארט א גאנצער אפטיילונג פון איי-קלאוד, קענסט מענעדזשן די סטארעדזש וואס דו ווילסט יא בעקאפן און וואס נישט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2012 6:30 pm
דורך אךשמח
איך פארשטיי דאס. און איך האב גארנישט אויפן אייפאון צו סינקען אויסער בילדער און ווידעאוס. און ווי געשריבן איז דאס ריזיגע פיילס ה"י.

איך האב שוין ענדליך דאונלאודעד דעם אייקלאוד אויף מיין לעפטאפ אבער פאר סאם אדד ריזען וויל עס זיך נישט עפענען.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2012 6:33 pm
דורך leiby
ס'ארבעט גוט אויף ווינדאויס?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2012 9:47 pm
דורך אךשמח
קוק וואס כ'שרייב "עס וויל זיך נישט עפענען".

יעצט וואס איז דיין שאלה?

און פארוואס טאקע זאל עס נישט ארבעטן אויף ווינדאוס??

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:48 pm
דורך Iphone
ווייסט איינער צי מען קען ארויפלייגן גוגל קאנטעקטס אויפן איי-פאון? אויב יא ביטע זייט מסביר וויזוי

אה שיעור פארגעסן, דאס איז מיין ערשטע תגובה אויפן וועלטל

געשריבן: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:51 am
דורך גליון
U need to setup your email account with exchange

געשריבן: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:54 am
דורך גליון
The servers name is
M.google.com

געשריבן: מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:20 am
דורך און וואס נישט
איינער ווייסט אפשר פארוואס יעדע לינק וואס איך באקום פון אייוועלט אויף מיין אייפון ווערט נאר א האלבע לינק א לינק די אנדערער חלק ווערט פלעין טעקסט?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:01 am
דורך Iphone
גליון האט געשריבן: U need to setup your email account with exchange

ביטע זייט מסביר וואס איר מיינט

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:43 pm
דורך Iphone
Doesn't work
גליון וויזוי מאכט מען דאס?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:40 pm
דורך גליון
settings / mail, / add account / microsoft exchange / email & pass. /server is m.google.com user nam again/

געשריבן: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:45 am
דורך Iphone
גליון האט געשריבן: settings / mail, / add account / microsoft exchange / email & pass. /server is m.google.com user nam again/


Doesn't work for me

געשריבן: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:15 pm
דורך גליון
איך היינט באקומען א נייע אייפון און איך זעה אז ביי ניר גייטעס אויך נישט
האבעך מעך נישט געפוילט אוח אנגערופן גאגל האט מיר איינער אויף מעקראמערס גענטפערט אז גאגל האט אויפגעהערט צו געבן עקסטשענדזש
די אלטע גייט נאך אבער נייע שוין נישט
ווייל זיי ווילן אז מזאל דארפן ניצן זייער עפפ
http://forums.macrumors.com/showthread.php?t=1547240

געשריבן: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:50 pm
דורך און וואס נישט
גליון האט געשריבן: איך האב היינט באקומען א נייע אייפון

תתחדש!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:36 am
דורך Iphone
גליון האט געשריבן: איך היינט באקומען א נייע אייפון און איך זעה אז ביי ניר גייטעס אויך נישט
האבעך מעך נישט געפוילט אוח אנגערופן גאגל האט מיר איינער אויף מעקראמערס גענטפערט אז גאגל האט אויפגעהערט צו געבן עקסטשענדזש
די אלטע גייט נאך אבער נייע שוין נישט
ווייל זיי ווילן אז מזאל דארפן ניצן זייער עפפ
http://forums.macrumors.com/showthread.php?t=1547240


What app ?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: