עד דלא ידע, אהן קיין נאכווייען!

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

עד דלא ידע, אהן קיין נאכווייען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

איבערגעשריבן לתועלת הרבים פון א לה"ק בלעטל וואס איך האב באקומען אין אימעיל.




עס איז כדאי צו וויסן אז די נאכווייען וואס קומען נאכן שיכור ווערן זענען בכלל נישט קיין זאך וואס דארף געשען, מיט אביסל פארזיכטיגקייט קען מען טרינקען 'עד דלא ידע' אהן צו ליידן דערפון דערנאך.
די פאלגענדע כללים וואס זענען באזירט אויף פארלעסליכע מעדעצינישע מקורות, קענען פארמיידן אדער עכ"פ מינימיזירן די אומאנגענעמליכקייטן.

- אלקהאל שאדט דעם אומיון סיסטעם דעריבער זאל א מענטש וואס שפירט זיך נישט גוט בכלל נישט טרינקען.

פארן טרינקען:
א. עסט אסאך, בפרט פעטע און געפרעגלטע מאכלים, אדער מאכלים וואס פארמאגן קארבאהיידרעט ווי צ.ב. מאכלים וואס האבן מעהל, קארטאפל, רייז א.ד.ג.
ב. עס איז ראטזאם צו עסן טאוסט די קארבאן דערפון העלפט דעם קערפער פארנעמען אלקאהל.
ג. טרינקט וואסער אדער לייכטע געטראנקן, ספעציעל די וואס אנהאלטן וויטעמינען, ווי אויך איז ראטזאם צו נעמען וויטעמינען טאבלעטן.

כאטש אז עסן פארלאנגזאמט די השפעה פון אלקהאל, האלט דאס אבער נישט צוריק פון ווערן שיכור! עסן און טרינקען בעפאר העלפט אז די קערפער זאל נישט ווערן אויסגעטרינקט, און העלפט פארנעמען אלקאהאל און דאס פארמיידט בויך ווייטאג וכו'.

בשעת'ן טרינקען:
א. עס איז וויכטיג צו טרינקען וויין פון א גוטע קוואליטעט, מיט ליכטיגע קאלירן און אהן א צוקער, די אלע זאכן העלפן די קערפער פארנעמען גרינגער די אלקהאל.
ב. בשום אופן נישט טרינקען פארשידענע סארטן אלקאהל ווי וויין, ביר, וואדקע, וויסקי, ליקער, ספעציעל זאל מען נישט טרינקען וויין נאכן טרינקן ביר.
ג. טרינקט נישט אסאך אויף איין מאל, ווארט'ס א שטיק צייט צווישן איין כוס און דאס צווייטן צו געבן צייט פארן קערפער צו פארנעמען די אלקאהל. - דאס ווארטן פארמיידט נישט ווערן שיכור!
ד. זייטס מקפיד צו עסן און טרינקען וואסער צוזאמען מיטן טרינקען אלקעהאל. פאר יעדן כוס אלקעהאל טרינקט א כוס וואסער אדער אנדערע לייכטע געטראנקן.
ה. פארמיידט טרינקען גאז-געטראנקן, דאס שטערט דעם קערפער פארנעמען די אלקעהאל.
ו. עס איז ראטזאם זיך אפצוהאלטן פון טרינקען געטראנקען מיט קעפפין. ווי קאלע, קאווע, טיי. דאס טרוקנט אויס דעם קערפער.
ז. אויב הייבט מען אהן צו שפירן בויך-ווייטאג הערט אויף צו טרינקען אלקעהאל און טרינקט אסאך וואסער און עסט עסן מיט קארבאהיידרעטס ווי אויבן דערמאנט. בפרט איז גוט צו עסן פעיניץ (טאוסט). נישט עסן בכלל - איז א טעות!

נאכן טרינקען:

טרינקט וואסער און לייכטע געטראנקן וואס אנהאלטן וויטאמינען, זאלץ, צוקער, פאטעססיאם אדער נעמט וויטאמינען טאבלעטן בפרט וויטאמין סי. - צוריק צו ברענגן די אלע וויטאמינען די קערפער האט פארלוירן ביים טרינקען אלקעהאל.
אויב שפירט מען זיך נישט גוט דעם נעקסטן אינדערפרי איז ראטזאם צו עסן, באנאנעס, געקאכטע אייער, ובפרט פארברענטע טאוסט. די זאכן אנהאלטן די ניטרישאנס פארן קערפער זיך צוריק אויפצובויען. זייט ממשיך צו טרינקען און רוהט אייך אפ.
א פרייליכן פורים.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

דאס וואס ער שרייבט אז מיטען ווין זאל מען טרינקען וואסער אדער אנדערע לייכטע געטראנקען, דארף מען פארשטיין אז דאס וואס זיסע וויין מאכט אוז נישט נאר ווען דער וויין גופא אוז זיס נאר אפי' ווען דער וויין איז זויער און מען טרינקט צו דערצו א זיסע לייכטע משקה, בדוק ומנוסה
קארבס אי אויך צוקער און צופיל דערפון און פורים קען האבען די זעלביגע תוצאות, פעניץ העלפט טאקע יא, פעטע מאכלים העלפט פארשטייטערן דאס אריינדרינגען פונעם אלקהאל
ביי ביי.
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע:וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

טרינקען נאר זוירע ויין - און זי צוריק האלטן פון זאכן וואס פארמאגן צוקער לעבן דעם. אפילו איהר וועט זיך אנטרונקען און אריבער גיין די גרעניץ, וועט איהר נישט האבן בויך וויי און קאפ וויי און שווערע ברעכן'ס וכדומה.
א זוירע עפל אדער א פיקל קען העלפן צוריק שטעלן די מצב אויפן פלאץ...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א גרויסען שכח,

מ'האף מיר עס אי"ה אויסצופירען

א פרייליכע לעבעדיגע גרינגע פורים (נאך פורים), הצלחה
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

קעיזנאוו רד. האט געשריבן:
נאכן טרינקען:

טרינקט וואסער און לייכטע געטראנקן וואס אנהאלטן וויטאמינען, זאלץ, צוקער, פאטעססיאם אדער נעמט וויטאמינען טאבלעטן בפרט וויטאמין סי. - צוריק צו ברענגן די אלע וויטאמינען די קערפער האט פארלוירן ביים טרינקען אלקעהאל.
אויב שפירט מען זיך נישט גוט דעם נעקסטן אינדערפרי איז ראטזאם צו עסן, באנאנעס, געקאכטע אייער, ובפרט פארברענטע טאוסט. די זאכן אנהאלטן די ניטרישאנס פארן קערפער זיך צוריק אויפצובויען. זייט ממשיך צו טרינקען און רוהט אייך אפ.
א פרייליכן פורים.


ווער וויל זיך אינטער נעמען מיר צודערמאנען די זאכן פורים ביינאכט ......... אפשר זאל איך דאס געבען פאר מיינע בני בית נע דאס איז נישט גיט ווייל איך ענפער דאך יעדעס יאר אז עכט האביך נישט געוואלט נאר אייינער האט מיר איינגעריקט אפאר גלעזליך סא קעניך נישט איר אנגערייטן סא וועל איך לוכאורה מיזן טיען וואס יאך האב געטיען די לעצטע יאר'ן וועסטי פארעגן וואס יאך האב געטין וועל איך דיר ענפערן יאך האב געטין גארנישט און ס'איז אויך גארנישט געשען צי מיר ב"ה
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

איך פלאן מיך נישט צו אנשיכור׳ן, נאר יוצא זיין דעם עד דלא ידע אהן א נאכווייען, מיטן שלאפן, עכככ... כ׳קען נישט פארליידען דעם ביטערן טראפ!!!
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

יהושע האט געשריבן: איך פלאן מיך נישט צו אנשיכור׳ן, נאר יוצא זיין דעם עד דלא ידע אהן א נאכווייען, מיטן שלאפן, עכככ... כ׳קען נישט פארליידען דעם ביטערן טראפ!!!

איך גלייך עס אויך נישט בדרך כלל איבער יאר טרינק איך נישט קיין וויין נאר איך פארביר פורים יא ס'איז דאך א מצוה סא איך מיין אז די גרינגסטע איז איך הייב אן מיט א שוואכע ווייסע נישט זיסע וויין און יא ס'איז עכט גרויליג (נא איידל גערעדט...) אבער איך האב טאקע אייביג און די זייט עפעס צי עסען אזוי פלאג איך מיך אבער ב"ה נאך די ערשטע פאר גלעזליך איז עס מער נישט אזוי שווער אזוי מיין איך איך גדענק עפעס נישט אזוי גיט די חלק............ אבער דעס איז זעכער די ברכה מאך איך אויף גערעפ זשואס ווייל אויף וויין קען איך נישט מאכן א ברכה ווייל איך גלייך עס נישט איידל גערעדט
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

להשתכר על ידי יין בפורים, זו מצוה או עבירה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

באקומען אין אימעיל פון [email protected]


להשתכר על ידי יין בפורים, זו מצוה או עבירה?

נכתב ע"י משה צוריאל

Editor's Note: Rabbi Moshe Zuriel's latest book, Le-Sha'ah u-le-Dorot (two volumes) has just appeared. At over 800 pages, it deals with all sorts of Torah matters, both halakhah and hashkafah.
פסקו רבותינו: "חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" (שו"ע או"ח סימן תרצ"ה, סעיף ב'). העיר עליו רמ"א: "ויש אומרים דאינו צריך להשתכר כל כך, אלא ישתה יותר מלימודו [מהרגלו] ויישן. ומתוך שיישן אינו יודע בין ארור המן לברוך מרדכי".

בדורנו ישנם כמה אברכים צעירים הבוחרים להיות שיכורים ממש. אצל חלק מהם אין הפסד גדול בדבר, אבל אצל הרבה מתחילים הם לומר שטויות ויש המתחילים לצעוק ברחובות. יש המקיאים מאכל שבמעיהם לעיני הרואים, ויש הנופלים ברחובות מפני מעידת רגליהם. חילול השם בדבר הוא רב. באנו כאן לברר בעזרת ה' אם דעת רבותינו נוחה מכך, ונביא סקירה מן גדולי הראשונים והאחרונים (ולא לפי סדרי זמניהם).

[א'] ראשית יש להבחין מה פירוש מלה זו "לבסומי". יש בארמית שתי מילים עבור מי שמושפע נפשית ושכלית מהיין. השיכור "שכרותו של לוט" עד שאיננו מבין מה נעשה איתו, נקרא "רויא" כלשון "שבקיה לרויא דמנפשיה נפיל" (שבת לב ע"א) והוא לשון מקרא "למען ספות הרוה" (דברים כ"ט, י"ח). עיין רשימה גדולה ב"ערוך השלם" (קוהוט) ערך: ר"ו. לעומתו "בסם" הוא מלשון פרסית, ענינה "משתה ושמחה" (ע"פ הערוך), אבל טרם הגיע לאיבוד החושים. אמנם בלשון הקודש יש רק מלה אחת המתארת שני המצבים והיא "שיכור". אמנם כיצד מחלקים ביניהם? ע"י תוספת המלים "הגיע לשכרותו של לוט" או "לא הגיע לשכרותו של לוט" (עירובין סה ע"א). ולכן רש"י (על מגילה ז ע"ב ד"ה ואיבסום) לא חילק ביניהם וכתב "נשתכרו", אבל הדיוק בגמרא הוא "לבסומי" ולא כתוב "למרוי", כלומר התכוונו לדרגא החלשה יותר.

הביאור היקר הזה למדנו מדברי "קרבן נתנאל" על הרא"ש (מסכת מגילה פרק א', ס"ק י) הכותב: "לא קאמר כאן מחייב למרוי, דהתרגום של "וישכר בתוך אהלו" [אצל נח] הוא רוי. אבל הכוונה שמחויב להיטיב לבו ע"י שתיית יין. עד דלא ידע, זהו עד ולא עד בכלל". עד כאן לשונו. [אמנם רש"י על מגילה ז ע"ב כתב מלה אחת "להשתכר", כי בלשון הקודש אין לנו הבדלי ניב בין בסומי לבין רויא].

[ב'] וכן כתב ספר של"ה ("שני לוחות הברית") בסוף פרשת תצוה (מהד' אמשטרדם, דף שכ"ט ע"ב): "יש לדקדק דקדוק הלשון שאמר 'חייב לבסומי'. כי השכרות הגדול אינו נקרא 'בסומי', רק 'מבוסם' נקרא מי שאינו שיכור כל כך. על כן אני אומר שאדרבה, מאמרם זה הזהירנו באזהרה שלא (נשכר) [נשתכר] כל כך, רק חייב איניש להשאר מבוסם". עד כאן לשונו.

[ג'] ובאמת אחרי שפרשנים הללו האירו את עינינו בהבנת מלת "לבסומי", אפשר כי גם ר' יוסף קארו הבין גם הוא כך. כי בפירושו "בית יוסף" על הטור (סימן תרצ"ה) שכידוע שימש בסיס לדברי השו"ע שהוא רק קיצור מדבריו בבית יוסף, כתב: "וכתב הר"ן בשם רבינו אפרים דמההוא עובדא דקם רבה בסעודת פורים ושחט לר' זירא (מגילה ז ע"ב) אידחי ליה מימרא דרבא, ולא שפיר דמי למיעבד הכי. [תוספת המעתיק: ובמיוחד שהרי לשנה הבאה כאשר רבה הזמין את ר' זירא שוב לבוא לסעודתו, ר' זירא סירב באומרו "לא בכל שעתא ושעתא מתרחיש ניסא" ובזה הגמרא מסיימת את הנידון. כדלהלן בשם הב"ח].

[ד'] כותב על זה הב"ח שם: "והנכון מה שכתב הרב הגדול רבינו אפרים דמהך עובדא דשחטיה רבה לר' זירא אידחייא ליה מימרא דרבא, ולאו שפיר למיעבד הכי. וכן כתב בעל המאור והר"ן משמו. ונראה דמהך טעמא סידר בעל התלמוד להך עובדא דרבה ור' זירא בתר מימרא דרבא, למימרא דהכי הוי הלכתא ולדחויי לרבא. ומיהו דוקא לבסומי עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, הוא דדחינן לה. אבל מיהו צריך לשתות הרבה מלימודו שייטב לבו במשתה"].

[ה'] וכדברי הב"ח כתב "שבלי הלקט" (סי' רא).

וממשיך "בית יוסף" שם: ב"ארחות חיים" (לר' יונתן לוניל, הל' פורים אות לח כתב) חייב אינש לבסומי בפוריא, לא שישתכר, שהשכרות איסור גמור, ואין לך עבירה גדולה מזו, שהוא גורם לגלוי עריות ושפיכת דמים וכמה עבירות זולתן. אך שישתה יותר מלימודו [מההרגל שלו] קצת" עכ"ל "בית יוסף" וכנראה בזה סיכום דעתו כי לא הביא דיעה נגדית. ובכן בעל כרחנו כך היתה כוונתו גם במה שכתב בשולחן ערוך, "ביסומי" ולא "שכרות".

[ו'] וכדברי "ארחות חיים" כתב ג"כ בעל "המאורות" (על מגילה ז').

[ז'] וכן כתב כלשון זו ה"כל בו".

[ח'] והעתיק הדברים הנ"ל "אליהו רבה" (על אורח חיים, סימן תרצ"ה)

[ט'] וכן כתב המאירי (על מגילה ז', ע"ב) "ומכל מקום אין אנו מצווים להשתכר ולהפחית עצמנו מתוך השמחה, שלא נצטוינו על שמחה של הוללות ושל שטות אלא בשמחה של תענוג שיגיע מתוכה לאהבת השם יתברך והודאה על הנסים שעשה לנו".

[י'] ומפורש כתב "חיי אדם" (הלכות פורים) "ואמנם היודע בעצמו שיזלזל אז במצוה מן המצוות, בנטילת ידיים וברכה וברכת המזון או שלא יתפלל מנחה או מעריב או שינהוג קלות ראש, מוטב שלא ישתכר".

[י"א] ודבריו הובאו ב"ביאור הלכה" ("משנה ברורה", סי' צ"ה, ד"ה עד דלא ידע).

[י"ב] והעתיק הדברים "קיצור שולחן ערוך" לר' שלמה גנצפריד (קמב ס"ק ו).

[י"ג] וכן כתב תוכחות קשות על המצב המופרז בימיו "מטה משה" (ר' משה, תלמידו של מהרש"ל, בס"ק תתריב) "עד כי נדמה לרוב המון [עם] שבימים אלו הותר לכל אדם לפרוק עול תורה ומצוות, וכל המרבה להיות משוגע הרי זה משובח. וכל זה בלי ספק רע ומר והוא עון פלילי, כי לא הותר לנו רק שמחה, לא שחוק וקלות ראש" עכ"ל. [וכל הלשון הזו הועתקה ע"י ספר של"ה (סוף ענייני פורים), גם העתיק הביטוי "נדמה לרוב המון וכו' וכל המרבה להיות משוגע הרי זה משובח" (דף רס"א).

[י"ד] דעת הרמב"ם. הזכרנו כבר שהרמ"א פסק שהמצוה היא שישתה קצת יין ויירדם, ובזמן שינתו איננו מבחין בין "ארור המן" ל"ברוך מרדכי". מה המקור לדבריו? הרמב"ם (הל' מגילה, פ"ב הט"ו) שכתב: "ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו". מפני מה הרמב"ם הוסיף שתי המלים האחרונות הללו? והרי אינן כתובות בגמרא? אלא בא לבטל פרשנות מוטעית שהכוונה שיכור בשכרותו של לוט (עיין דברים נמרצים נגד השכרות במורה נבוכים, חלק ג', פרק ח'). אלא כוונת חז"ל שילך לישון, ובמשך זמן שינתו אינו מבחין בין מרדכי להמן. זהו ביאור לשון מליצית של חז"ל "עד דלא ידע". ומכאן העתיק רמ"א. [והגאון ר' עובדיה יוסף בספרו "חזון עובדיה" (על הלכות פורים, עמ' קע"ה) מביא מהספר "סנסן ליאיר", עמ' קכא שהמלה "פוריא" היא "מטה" (בבא מציעא כג ע"ב). כלומר "חייב לבסומי בפוריא להיות מבוסם על מיטתו, ואז יירדם].

[ט"ו] גם הגר"א סבור שאין להשתכר כפשוטו. בביאורו לשו"ע (או"ח סימן תרצ"ה) מבאר את המצוה "עד דלא ידע" רוצה לומר [שלא ידע להבחין על מה יש להודות יותר] בין נקמת המן לבין גדולת מרדכי. והוא מה שאמרו (ברכות לג ע"א) גדולה נקמה שניתנה בין שתי אותיות [שמות קודש]. ואמרו גדולה דעה [שניתנה בין ב' שמות קודש]. וכיון שניטלה דיעה, לא ידע". כלומר יש כאן הבחנה במחשבת ישראל אם לשמוח על החיובי או על השלילי. היהודי האמיתי שמח מאוד על ביעור הרשעות, ויש בזה כבוד שמים, כדלהלן.

כך כותב הגר"א בביאורו לספרא דצניעותא (תחילת פרק ב', עמ' י"ז-י"ח): "וענין הכבוד [של הקב"ה] כאשר נכפין כל הדינים, והרשעים כָלים [כ' מנוקדת קמץ], ושמו מתגדל בעולם כמ"ש 'הראיני נא את כבודך וכו' (שמות ל"ג, י"ח) ויעבור ה' על פניו וכו' הנה אנכי כורת ברית, נגד כל עמך אעשה נפלאות' (שמות ל"ד, י'). וכן בקריעת ים סוף וכו' 'ואכבדה בפרעה ובכל חילו' (שמות י"ד, ד') וכו'. וכן לעתיד לבוא וכו' ונאמר 'תכבדני חיית השדה וכו' (ישעיה מ"ג, כ'). [תוספת המעתיק: שיאכלו את הפגרים של גוג ומגוג שבאו להתגרות בישראל]. והגידו את כבודי בגוים' (ישעיה ס"ו, י"ט). כי לי תכרע כל בֶרֶך (ישעיה מ"ה, כ"ג). ועוד 'והתגדִלתי והתקדִשתי לעיני גוים רבים" (יחזקאל ל"ח, כ"ג). והכל שהרשעים כָלים וכו' לאכפייא דינין". עד כאן לשון הגר"א.

וכמו כן יתרו שהיה גר חדש לא ידע לשמוח על טביעת המצרים בים סוף. כתוב "ויחד ישראל על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל, אשר הצילו מיד מצרים" (שמות י"ח, ט'). הלא משה סיפר לו בפסוק הקודם גם את השלילה: "את כל אשר עשה ה' לפרעה ולמצרים" (י"ח, ח'). ולמה יתרו לא שמח גם על הרעה שהגיעה למצריים הרודפים? (עיין שם רש"י י"ח, ט'). גם בעלי דעת שלימה ידעו לשמוח על זה. וברור שהבחנה זו בחסדי ה' עלינו בהגדלתו של מרדכי הצדיק, ומפלתו של המן הרשע, על איזה מהם יש להתפאר יותר. עיון כזה נהיה מטושטש אפילו בשתייה מועטת של יין, ולזה אמרו חז"ל כי די בבסומי ולא צריכים להגיע לשכרותו של לוט. הרי לפנינו שהגר"א שולל שכרות גמורה. אחרת לא היה צריך להביא דברי פרשנות לגמרא דווקא כאן במקום שייעודו לציין לדברי הלכה למעשה בשו"ע.

[טז] גם הגאון ר' אפרים מרגליות ("יד אפרים" על גליון השו"ע או"ח סי' תרצ"ה) כתב "אין לו להשתכר יותר מדאי, שיתבלבל דעתו ולא יכיר בתוקף הנס כלל. "עד דלא ידע" הוא עד ולא עד בכלל. ומן הגבול הזה והלאה הוא ביטול כוונת חיוב שחייבו חכמים. וכו' ויש לבסומי רק עד הגבול הזה, ולא יעבור".

אבל לנגדנו עומדים פשטות דברי אריז"ל, שיש להיות שיכור גמור ("שער הכוונות", ח"ב עמ' שלב-שלג) לברך את הניצוץ של קדושה שיש בתוך המן "אחר שהוא שיכור ויצא מדעתו". וזאת היא תמיהה גדולה. אבל כאשר נעיין בגוף הטכסט ניווכח כי אין אלו דברי אריז"ל עצמו. דברי אריז"ל עצמו מסתיימים ארבע פסקאות לפני זה (סוף טור הימני) שם כתוב "עד כאן הגיעו דרושי הרב זלה"ה". ובהערה בתחתית הדף כתב המעתיק הרב שמואל ויטאל כי רק עד כאן העתיק דברי אריז"ל. ובכן מי הוא המחבר של המשך הדברים, שם כתוב שיש לאדם לצאת מדעתו ממש? אין מנוס מהמסקנה כי אלו הם דברי דרשן אחד שהוסיף הדברים על דברי אריז"ל. במהדורת "שער הכוונות" הקדמון (דף קט סוף ע"ב) כתוב שהם דברי ר' יעקב ישרוליג"א, לא של אריז"ל.

נוסיף לטיעוננו שיש בדבר חילול השם נורא כאשר אברך או רב הידועים לעיני שכניהם וקרובים בציבור הישראלי כמציגים ארחות התורה, אם יהיו שיכורים אין לך בוז וקלסה לתורה יותר מזה. ובמציאות החיים מכירים אנו כי כל הרבנים הגדולים, בין בני פלג הליטאים ובין גדולי אדמורי"ם וכן מקבוצות בני המזרח, אינם משתכרים בפורים. וגם בדורות שהיו לפנינו, לא נודע על מי מהרבנים המפורסמים שהשתכר ממש. גם מה שכותב ר' יעקב עמדין (בביאורו לסידור תפילות, מהדורת אשכול, חלק ב', עמ' תקנ"ח) ששמע מאחרים שאביו ה"חכם צבי" היה מקיים בצעירותו מצוה זו כפשוטה, מזה עצמו יש ראיה לשלול התנהגות זו. כי למה הפסיק אח"כ לנהוג כך כל ימיו? אלא ודאי כי ראה "חכם צבי" שיש הפסד בדבר.

כיון שלכל הפחות ששה עשר מגדולי הפוסקים (כפי שפירטנו לעיל) שוללים שכרות גמורה, עלינו ללכת בעקבותיהם. יש לערוך בכל דבר חשבון של ריווח והפסד, ובמיוחד בדבר שיש בו חילול בשם.

"אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם" (אבות, פרק ד').
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע:וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

איך פלאן קיינמאל נישט צו שיכור'ן, יעדעס יאהר ווערט דאס אום-גערופן. און אין די מאדנסטע פלעצער וואס ס'קען זיין.
בעצם, קען איך טרונקען וויין וויפיל ס'לאטצעך, אן ס'זאל מיר שאטן. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען דו קומסט אן צו איינעם אינדערהיים, און ס'ליגט דארט אויפן טיש אזא גוטן וויסקי וואס שמייכלט צו דיר, און ס'שוין דא אין די קישקעס אזא צוויי און א האלב באטלעך וויין. טראכסטו ,וואס ען שוין געשעהן פון א קליינע גלעזעלע וויסקי", דאס קליין גלעזל ברענגט נאך איינס און נאך איינס, און דערצו זענען נאך דא ארום און ארום אפאר לצים וואס האבן באמערקט אז דא קען מען מאכן שבת מיט איינעם.

סוף מעשה איז אז מ'טראגט מיך אהיים פון דארט ווי א נבילה...

היי יאהר בל"נ גייט מען זיך האלטן. איי פאר א יאהר האב איך עס אויך געזאגט, אבער די יאהר מיין איך עס ערנסט.
ווייל פאר א יאר האט זיך מין קליינטשיגער אזוי דערשראקן, אז כ'קען איהם עס נישט טוהן, חוץ פון דעם וואס איך בין עלטער געווארן מיט א יאהר...

וועגן דעם האב איך א גאנץ יאהר געמאכט היבונגען, געטרינקען און געטרינקען, אז פורים זאל מיר עס נישט שאטן...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויין מיט וויסקי? איז דאס נישט סכנת נפשות?
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

בני ברק'ער האט געשריבן: ווייל פאר א יאר האט זיך מין קליינטשיגער אזוי דערשראקן, אז כ'קען איהם עס נישט טוהן, חוץ פון דעם וואס איך בין עלטער געווארן מיט א יאהר...

און דיין קליינטשיגער איז שוין אויך נישט אזוי קליין
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פון מיינע פורים ארכיוון


בס"ד
"עצות און לעזונגען"
וואס קען מען טוהן אויסצו-וועפן איינער וואס איז אנגעטרינקען אין פורים?
•געט אכטונג בעפאר איר טרינקט:
מאכט זיכער אז איר האט ח"ו נישט קיין שום הארץ, לעבער, נירן, קישקע, צוקער, און קאלאסטרעל פראבלעם.
און מאכט אויך זיכער אז איר נעמט נישט קיין "שום" מעדעצין, אפילו טיילענאל, מאטרין, אספרין, און אוודאי נישט קיין שום פרעסקריבשאן מעדעצין. די רעזולטאטען קענען זיין סכנת נפשות ממש!!!!!!!!
•אויב דרייווט איר:
טוט אייך א טובה און געט אוועק די שליסלעך פון אייער קאר בעפאר איר רירט נאר צו די באטל פון וויין, אויב זענט איר אונטער 25 יאר וועט איר פארלירען אייער לייסענס אויף אייביג.
•געט אכטונג וואס איר טרינקט:
עס זענען פארהאנען וויינען וואס זענען לייכטער אויפן מאגן, ווי צ.ב.ש. די ווייסע וויינען, און אויך די וויינען אן קיין שום צוקער. אויב זענט איר נישט קיין מבין, פרעגט אייך נאך בעפאר איר טרינקט, און מאכט זיכער בעפאר איר טרינקט.
• ווערט פטור פון די אלקאהאל:
די ערשטע אין וויכטיגסטע זאך, ווערט פטור פון די אנגעזאמעלטע אלקאהאל ביי אייך אין גוף, אויב קענט איר ברעכן דורך אריינשטעקן אייער פינגער אין האלז, אדער דורך סיי וועלעכע עצה איר האט, איז זייער גוט אויסצורייניגען די גוף פון די אלקאהאל.
•טרינקט אסאך וואסער:
אויף אפצושווענקן די וויין ביי אייך אין גוף, לאזט עס נישט ליגן ביי אייך, מוצאי פורים – איז שוין מען נישט קיין מצוה צו טרינקען.
• עסט א זיסע רויטע עפל, רויטע עפל האט א טבע איינצוזאפן די אלקאהאל אין זיך, און דערנאך ארויסשטיפען פון גוף.
• טרינקט א שווארצע קאווע.
• כאפט א דרימל דאס איז די מערסטע ווירקזאם 1 שעה, שלאף מאכט אייך פאר א נייע מענטש.
• וואס צו טוהן ווען מען איז אנגעטרינקען: אין קיין שום פאל ח"ו נישט נעמען קיין שום מעדעצין צו אויסוועפן די וויין. אפילו פאר בלויזע קאפ ווייטאג, עס איז אזוי ווי מישן פייער מיט די בלויזע הענט
•האלט די גוף ווארעם, ווייל די וויין שטיפט אראפ די היץ פונעם מענטש, דעקט אייך איבער מיט א דאכענע.
א שמחת פורים
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע:וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

לכל זמן האט געשריבן:
בני ברק'ער האט געשריבן: ווייל פאר א יאר האט זיך מין קליינטשיגער אזוי דערשראקן, אז כ'קען איהם עס נישט טוהן, חוץ פון דעם וואס איך בין עלטער געווארן מיט א יאהר...

און דיין קליינטשיגער איז שוין אויך נישט אזוי קליין


יא, אבער ס'זענען אונטער געקומען אנדערע קליינטשיגע...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויפריכטיג האט געשריבן: באקומען אין אימעיל פון [email protected]


להשתכר על ידי יין בפורים, זו מצוה או עבירה?

נכתב ע"י משה צוריאל

פון א פאסקונדאק אוואו דעם אויס-ווארף טאהר מען ניט-א-מאל נאך ברענגן אפילו א אפענע פסוק.
ועמך כולם צדיקים
לאו דוקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 18, 2012 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאו דוקא »

אני הקטן טרינק אויך כמעט נישט קיין וויין במשך השנה אבער דאך וויל מען דאך האבן א שמחת יו"ט און פורים טרינקן מיר ב"ה עטליכע פלעשער וועל כ'מיטיילן וואס מיין מקוה איד'ל האט מיך געצה'ט און ב"ה ס'האלט שוין אן עטליכע יאר אזוי

ער האט מיך צוגערעדט צו קויפן (אלעס פונעם ווייסן קאליר דאס איז סאך גרינגער אויפן מאגן) "שאטינאוו " וואס נאטירליך איז עס זיסלעך אבער אן ציקער שטייצעך און נאך בעסער און נאך גרינגער פון דעם איז jeunesse וסימן לדבר (ס'איז דאך דא עטליכע) ס'איז אויפגעשריבן מיט "גרינע" גרויסע ווערטער (אינטן שטייט chardonnay')טרינקט זיך גאר גרינג ווייל ס'איז נישט זויער און ס'איז גרינג אויפ'ן מאגן, און ווי שוין ערווענט אויבן דארף מען ביי סיי וואסערע וויין טרינקען אסאך וואסער במשך'ן טאג און אסאך וויין.....וחוזר חלילה, יאך האב מיט מיר א שמש'ל פורים און האלט ביי זיך מיין וויין און אזוי אויב האט נישט יענער דעס וויין טרינק איך די אייגענע און ס'איז ב"ה ששון ושמחה, השי"ת יעזור להלאה.
שמחת פורים
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

א ריזיגן ייש"כ פאר די אלע עצות
פאר בעפאר און פאר דערנאך
וועל מיר פרובירן דאס יאר אי"ה
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע:וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

סתרי אהדדי: חד כתב להימנע מקאווע, וחד אמר דייקא שווארצע קאווע?

במטותא יבוא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יש לשתות קאווי בצבע בראון, ובזה יוצאין ידי חובתן לכל הדייעטס, ולכל השטותות. ברם שטבע משקה הקאווי שהינה מונע את השינה. על כן יהודים השוכבים בערים המוקפים, דהיינו שנוהגים כשיטת הרמ״א לצאת ידי חובת היום בשינת צהריים. ועל כן אינם ישינים ברחובות קריה... כנהוג אצלינו. עליהם להימנע משתיית משקה הקאווי מכל וכל.

מנאי הצאיר בין הני שכורא דפוריא
שטארק זיך
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח קעיזנאוו פארן מזכה זיין דעם רבים און אלע אנדערע וואס האבן צוגעשריבן וויכטיגע ידיעות

פירטס אריין שטארקי אינעם אשכולתא דארמאה
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

פאר דריי יאר צוריק פורים איז געווען די ערשטע מאל וואס איך בין געווארן אנגעטרינקען מיט נאכווייען דערנאך [ווער עס איז שולדיג וועלן מיר נישט דא אריינגיין]
דעמאלטס האט מיר איינער געלייגט שלאפן אויף א באנק, אינמיטן שלאפן האט מען מיר דערציילט שפעטער אז איך האב מיר גענומען ציטערן פאר קעלט, איז צוגעקומען אן הצלה מעמבער, און מיר אריינגעגאסן אין מיין מויל שווארצע קאווע, און איך האב זיך געשפירט בעסער
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ס'איז כדאי צו ברענגען א אינטערעסאנט שטיקל סדר היום.

נאכן ברענגן כמה שיטות אין חייב איניש וכו' פירט ער אויס אז דער אמת איז אבער כפשוטו אז מ'דארף שיכור ווערן ביז ער זאגט ברוך אויף המן וכו', דערנאך שרייבט ער אזוי:

ומפני מה חייבו בזה אחר שהוא ענין כבד וקשה, שמעתי טעם שאחר שהמן הרשע ביקש להשמיד להרוג ולאבד ולשפוך דם היהודים, נעשה ענין קרוב לזה מתוך שמחה עד שנשאר כמתים מושכבים ארצה, ומצד אחר הוא חשב לשפוך דם ואנו נוסיף דם על דמינו, ע"כ.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

גע'פידיעפט לויט די הגהות און די נוצליכע אינפארמאציע וואס מען האט דא צוגעברענגט

גראפיקירט
טרינקט אהן נאכווייען.pdf
(255.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 372 מאל


פלעין טעקסט
טרינקט אהן נאכווייען1.pdf
(89.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 293 מאל
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

א הארציגן יישר כח פאר קעיזנאוו און שמן און אנדערע פאר די עצות, די לעצטע פאר יאר פלעג איך האבן שטארקע נאכווייען כאטש איך האב נאר געטרונקען עד ולא עד בכלל, האף מיר דעם יאר אויף א לייכטערן שושן פורים.

אויפריכטיג איך ווייס נישט וואס די האסט דארט געקאפיעט איך האב עס נישט געליינט, אויב האקט ער אויף שיכור'ען פורים הייס עם קוקן אין בינה לעתים וואס ער שרייבט. (און קורצן איז ער מארך דארט אין די גנות פון שיכרות און פירט אבער נאכדעם אויס די שבח פון ערליכע אידן וואס זענען מקיים א יעדע הלכה כפשוטו אן קיין פשעטלעך, אפי' ס'פארקערט ווי די שכל, עיין שם שהאריך)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שכוח קעיזנאוו ,
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ועין בספר יסוד ושורש העבודה, דחיוב פי׳ עד מסירות נפש, הביאו חד מן חבריא בחתימה שלו.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”