המברך את עמו ישראל בש'אמן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

המברך את עמו ישראל בש'אמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

שוין א שטיק צייט וואס איך האב נישט דא ארויס געגעבען מיינע בויך ווייען – מיין רעבעצין רעדט זיך טאקע אפ אז זי ליידט דערפון, וועל איך איר צוליב טון און אויסשפייען א קליין נקודה און יוצא זיין מיט דעם דער יו"ט פרעזענט.

ברוך שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה מען שפירט שוין די הייליגע יו"ט אין דער לופט, עס איז ממש א קידוש השם ווי אידען גרייטען זיך צום יו"ט בכלל און צום הייליגען סדר נאכט בפרט, ברוך הבוחר בעמו ישראל באהבה.

בשעת'ן זיך אינטערזינגען דער יו"ט נוסח קומט מיר אין געדאנק א זאך וואס מען האט שוין כמה פעמים מעורר געווען, דאס עניית אמן נאכן ש"ץ המברך את עמו ישראל בש'אמן – אפשר א ראי' אז מען דארף עסען שמאלץ פסח – הקל הק'...אמן ... מקדש ישראל והזמ'אמן ...(איך געדענק נישט גענוי צו די אמן קומט פארן מ פון הזמנים אדער נאכדעם).

עס איז באקאנט פאר יעדעם די הארבקייט פון אמן חטופה אבער מחמת דאס חממימות ביים דאווענען כאפט מען זיך נישט אין מען כאפט דעם אמן. דאס מאל אז מען וועט מעורר זיין פון פאראויס אפשר קען מען צולייגען קאפ און ענטפערן נאכן ברכה.

איך האב אויפגעהאנגען א מודעה דא אין קרעטשמע וואס האט נישט קיין איסור השגת גבול אדרבה הענגט דאס אויף ביי אייך אין ביהמ"ד אין שיקט דאס ארום צו אייער באקאנטע וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.

א כשר'ן און פרייליכען יו"ט
אטעטשמענטס
מודעה.pdf
מודעה
(226.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 399 מאל
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שיין שיין, די זכות זאל דיר גערעכנט ווערן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ריכטיג, למזהיר ולנזהר שלומים תן וכו'.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

גוטע בעלי תפלות זענען טאקע מקפיד דערויף און זיי זאגן טאקע גוט דעם באשאלוים אז ס'זאל זיך נישט פארהאנקערן מיטן אמן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאך בין ב"ה זייער מקפיד דערויף.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קרעמער האט געשריבן: יאך בין ב"ה זייער מקפיד דערויף.

אלס עונה אדער אלס מברך? איך ווייס נישט וויאזוי דער בעל תפלה קען נזהר זיין דערין.

ואגב, עס איז גאנץ אומבא'טעמ'ט "נאכצולויפן" דעם ציבור מיטן אמן, דער גאנצער ציבור שרייט אויס אינאיינעם מיט א הילכיגן אאאאאמייייין, און ווען דער אמן האלט ביי די לעצטע שטריכן, צוזאמען מיטן בעל תפלה'ס שאלויויויום, גיבט מען א שפראץ ארויס און מען לייגט אראפ א אמן.

א היפשער נסיון דאס (עכ"פ פאר מיר), און דערפאר האבן מיר ווייניג מאל די זכי' מיטצוזאגן די שיינע יאנטעב אמנים מיטן ציבור, וחבל על דאבדין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סיי אלס עונה און סיי אלס מברך. איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

פשיהא, שיינע זאך פון א הייטיגע אינגערמאן. פון עלטערע אידן (וואס האבן געהערט די ברכות פון רביה"ק מסאטמאר) הערט מען דאס גאנץ אפט, א שטייגער ווי ריח"מ פר"מ שליט"א (וכן נוהגין בבית א"מ נ"י).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב דאס אויך געלערנט ביי אאמו"ר.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך בין אויך זייער מקפיד דערויף.

לגבי קדיש, קען מען טרעפן דערויף א שטיקל היתר, (ווייל די לעצטע ווארט ציהט דער בעל תפלה אויס לענגער ווי געווענליך). אבער נישט ביי ברכות שמו"ע.

דער משנה ברורה סימן קכ"ד ס"ק ל"ה שרייבט אויף דער וואס דער רמ"א ברענגט "מיד כשכלה הברכה יענה אמן", וז"ל: ואם הש"ץ מאריך בניגון של ואמרו אמן, יאמרו הקהל אמן מיד, כי הניגון הוי הפסק. ודוקא אם מאריך הרבה בניגון. ודוקא לענין קדיש, שכבר כילה עצם הבקשה אחר תיבת בזמן קריב או אחר תיבת דאמירן בעלמא, אבל אם הש"ץ מאריך בשאר ברכה בסופה באיזה ניגון, לא יענה אמן כל זמן שלא סיים את עצם התיבה של הברכה. עכלה"ק.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

בברכה שלימה ונאמר אמן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

אויב דענק איך גוט, גיבט דער חיי אדם אן עצה ביי קדיש, אז מ'זאל זאגן אמן צוזאמען מיט'ן בעל תפלה.

אבער ביי אנדערע פלעצער איז עס א שטארקע פראבלעם,

שכוח ר' יענקל, אויפגעברענגט א וויכטיגע נקודה.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6074
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צום עמוד גיי'ך נישט צו אבער אמן ענטפער'ך יא, כ'אב שוין אמאל געבעטן מיין בעל תפלה זאל נישט ציען דעם בשלום.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן: סיי אלס עונה און סיי אלס מברך. איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.

וכן נוהגין אצלינו בבראנסוויל, דער ניגון גייט נאר ביז דאמירן בעלמא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

קרעמער האט געשריבן: איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.

וכך ראיתי אצל מורה הוראה מפורסם.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

סאיז דא נאך א וועג צו ציען דעם בשלום אויף ארויף אז דער עולם קען נישט ענפערן נאך אמן, דהיינו דער נוסח פון המברך את עמו ישראל ציעט מען אריין ביז בשלום און דער נוסח פון בשלום זאגט נאר דער עולם אויף אמן.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קרעמער האט געשריבן: סיי אלס עונה און סיי אלס מברך. איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.

גם אצלינו המנהג כן. און אלס עונה לענות בקול רם דייקא וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה...
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: פשיהא, שיינע זאך פון א הייטיגע אינגערמאן. פון עלטערע אידן (וואס האבן געהערט די ברכות פון רביה"ק מסאטמאר) הערט מען דאס גאנץ אפט, א שטייגער ווי ריח"מ פר"מ שליט"א (וכן נוהגין בבית א"מ נ"י).


ותיקי החסידים וועלכע דאווענען מיט'ן רבי'ן זי"ע'ס תנועות ענדיגן שטענדיג די ברכות אזוי געכאפט נישט צו ציען ביים סוף מהאי טעמא
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן: סיי אלס עונה און סיי אלס מברך. איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.

ביי שופר האב איך שוין געזען אזעלעכע וואס מאכן א שארט סטאפ, "לשמוע קול שופר", די ווארט שופר שנעל, כדי מען זאל הערן די גאנצע, נישט ווי די לעצטע פסוק ביי חזק, ווען אלע הייבן זיך אויף, אזש ס'דאכט זיך אז מען איז ביי מגילה ליינען, און מען הערט נישט די לעצטע פסוק, אבער ביי שופר איז שוין הארבער, ווייל דארט וויל מען יוצא זיין די ברכה פונעם בעל קורא, משא"כ ביי חזרת הש"ץ, אז צען מענטשען ארום די בעל תפילה הערן, איז שוין נישט קיין לבטלה.

און רעדענדיג פון מגילה, ביי "יבא המלך והמן היום", וויל מען זאגן בנשימה אחת וועגן די שם, מאכט מען אויך אזא כאפ, אז ביז דער עולם פאנגט אן קנאקען אויף המנ'ן, איז שוין נאך "היום".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

הלוואי וואלט מען מער מקפיד געווען אויף דעם שוין מער ווי איין בעל תפילה געהאט וואס מהאט נישט געקענט ענטפערען קיין איין אמן
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

קרעמער האט געשריבן: סיי אלס עונה און סיי אלס מברך. איך מאך א שארט סטאפ, און יעדער זאל פלאצן.

איך פיר זיך אויך אזוי, כ'האב געזעהן אזוי שטיין געשריבן אין א ספר אז דער שליח ציבור זאל שנעל צו ענדיגען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע:אויפן לבנה

Re: המברך את עמו ישראל בש'אמן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

יעצט איז די סיזען ברענג איך צוריק ארויף...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”