Re: ארון הקודש - בילדער
כל טוב האט געשריבן: לענ''ד איז א קטנות ושוואנצונעס עצומה צו נאכמאכן א חפץ וואס האט נישט געהאט א ספעציעלע כוונה פונעם צדיק אינעם עצם אויסשטעל, ווי למשל בעלז וואס פארקויפט געוויסע זאכן אויף די צורת הבנין (דארף מען אויך וויסן די אמת דערפון.. קען זיין ס'איז יא אמת) אז ס'איז געווען ספעציעלע כוונות אין דעם געבוי פונעם ביהמ''ד אדער אפילו חב''ד וואס זאגן אז ס'דא ענינים אין די 770 בנין כדוגמת כ'וויל נישט איבערזאגן קען מען אביסל פארשטיין עס נאכצומאכן, אבער סתם ווען א דעזיינער האט אזוי געבויעט צו דעליווערן א שיינע ארבעט און צווי הונדערט יאר שפעטער ווערט עס א גאנצע מעשה עס כדי כך צו בויען א הייליגע ארון קודש ווי די הייליגסטע זאך וואס אידן פארמאגן געפינט זיך קומט מען און מ'מאכט עס נאך?! אנטשולדיגט דאס איז א ריזיגע דוגמה פון קטנות
איך זעה נישט די קטנות און דעם אנשטאט נעמען א נייע דזייען מאכט מען ס"ה נאך די דזייען וואס די מנורה דזיינער האט געמאכט ס'איז זייער א שיינע דזייען און איינוועגע דערמאנט עס פון די פריערדיגע רבי'ס (דאכטס זיך מיר אז די ריזשענער (אדער א אנדערע רבי) האט געזאגט אז מ'זאל רעדן אפי' פון די טישען און בענק)
און וויזניץ בויעט מען אסאך בתי מדרשים ענדליך צו די אלטע ביהמ"ד און וויזניץ ס'האט נישט מיט א ענין ס"ה ס'שיין און ס'דערמאנט פון די פריערדיגע..