גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע:אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקאוויטש »

מ'זעט כסדר פיס ליידענדע אידן וועלכע גייען בקביעות אין מקוה מיט א פלעסטיק אדער באלאן אויף די פיס.

קען איינער מסביר זיין וואס עס טוט אויף? הייסט דאס בכלל כאילו ער טובל'ט זיך אינגאנצן, אדער איז עס נאר לשם אז ער זאל האבן די געפיל כאילו ער גייט אין מקוה?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ביים וואשן די הענט איז דיר נישט שווער?
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע:אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקאוויטש »

גערעכט, לכאורה דארף עס זיין די זעלבע טעם.
אבער וואס איז טאקע די טעם אז עס הייסט ווי געהעריג געוואשן? עס איז דאך פאקטיש נישט אזוי.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

צוויי אנדערע םראלבעמען

ביים וואשן. אויב האט מען א וואונדע, און עס איז באנדאזשירט, און עס קען אראפ פאלן אינמיטען דיסעודה, אדער מען טאר עס נישט באנעצן, וואשט מען איין האנט און די אנדערע דארף מען באדעקן אז עס זאל נישט אנרורען קיין ברויט.
ביים גיין אין מקוה, איז דא א פראבלעם פון חציצה.
איז מען מקפיד נישט צו האבן א חציצה ביי א נארמאלע טבילת עזרא? ניין, והא ראי' די קעמס'ט נישט אויס דיי בארד און פיאות, און די שניידסט נישט דיינע נעגל פאר די גייסט אין מקוה, אויב אזוי מה לי א קליינע חציצה מה לי א גרויסע חציצה? עס העלפט די זעלבע.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ערעב איטשע
ביי אונז איז דא אנדערערע גדרים און די דינים פון מיעוט שאינו מקפיד פון וואס איז דא ביי זיי ופשוט
משא"כ א באלאן איז נישט קיין מיעוט (.) ולפעמים א מקפיד ולפעמים נישט(?)
ולא עיינתי עדיין
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מסתמא ביי אונז אויך - לא ידעתי...
מאשקאוויטש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 9:27 pm
לאקאציע:אונטער א ברייטן רבני'שע קאפעליטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקאוויטש »

סא וואס יא ווייסט טאקע קיינער נישט?
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

איטשע האט געשריבן: איז מען מקפיד נישט צו האבן א חציצה ביי א נארמאלע טבילת עזרא? ניין, והא ראי' די קעמס'ט נישט אויס דיי בארד און פיאות, און די שניידסט נישט דיינע נעגל פאר די גייסט אין מקוה, אויב אזוי מה לי א קליינע חציצה מה לי א גרויסע חציצה? עס העלפט די זעלבע.


לויט ווי איך געדענק איז איטשע גערעכט
ועוד עס העלפט אויך עשרה קבין
Impossible is just an opinion
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ביי טבילת עזרא איז נישט דא קיין פראבלעם פון א חציצה
א באלאן איז אפשר ערגער לכאורה דומה צו איינער וואוס לאזט זיין פינגער אינדערויסן פונעם וואסער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע:אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

לויט ווי איך געדענק (איך וועל עס אויפזיכן אי"ה) איז אויך גוט ראשו ורובו
Impossible is just an opinion
פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטת פה »

עיין בקונטרס מדעני אשר בזו השבוע
מענין חציצה בטבילת עזרא
מביא שו"ת מנחת יצחק ועוד דברים יקרים
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

גליון האט געשריבן: לויט ווי איך געדענק (איך וועל עס אויפזיכן אי"ה) איז אויך גוט ראשו ורובו


חידוש נפלא אויב מעגליך זוך עס אויף עס וואלט געווען אינטערעסאנט.
לפ"ז יש לעיין אויב די וואס שטעקן ארויס א פינגער ביים טוב'לען צו זיי זענען יוצא די שי טבילות.....
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שאינו יודע האט געשריבן: ביי טבילת עזרא איז נישט דא קיין פראבלעם פון א חציצה
א באלאן איז אפשר ערגער לכאורה דומה צו איינער וואוס לאזט זיין פינגער אינדערויסן פונעם וואסער


נישט ממש, וויייל דער פוס איז למעשה אין די וואסער.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לויט ווי איך געדענק בשעת לימוד סימן קצח קומט אויס אז די ווארט פון א מיעוט איז וועגן עס ווערט בטל צום גוף, במילא מאכט נישט אויס אז די פיס איז אין וואסער אויב איז דא אויר צווישן די חציצה און די גוף
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מ'מעג לכתחילה גיין - טבילת עזרה - מיט א חציצה, מ'דארף נישט קוקן קיין ספרים נאר גראד שו"ע, אין קצ"ח אזוי איז מיר אויסגעקומען ווען איך האב געלערנט, הגם איך געדענק שוין נישט פונקטליך, נאר אינטערסאנט איז פון הה"ק ר' צדוק הכהן און זיין הקדמה צו די תשובות, שרייבט ער יא אז טבילת עזרה וואס איז נאר לתוספות טהרה (אזוי אויך אלע טבילת נאר לתוספות טהרה) דארף האבן אלע - און די גרעסטע - חומרות, מיט א ראי' פון די כהן גדול יום כיפור עיי"ש.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8619
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

איז דיאדירענט א פראבלעם וועגן חציצה?

דהיינו, זונטאג נאכן שויער שמירט מען זיך, מאנטאג צופרי ביים גיין און מקוה קלעבט עס נאך אויפן גוף.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

Thank you האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:30 am
איז דיאדירענט א פראבלעם וועגן חציצה?

דהיינו, זונטאג נאכן שויער שמירט מען זיך, מאנטאג צופרי ביים גיין און מקוה קלעבט עס נאך אויפן גוף.
בדרך צחות: אזא איינער ברויך זיך נישט שמירן...

פארהאן די וואס זונטאג מיטאג שוויצט מען שוין כאילו לא הי', ביי זיי איז נישט קיין שאלה..
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4082
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Thank you האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:30 am
איז דיאדירענט א פראבלעם וועגן חציצה?

דהיינו, זונטאג נאכן שויער שמירט מען זיך, מאנטאג צופרי ביים גיין און מקוה קלעבט עס נאך אויפן גוף.
סאיז ידוע אז די רבי פלעגט גיין אין שויער ערב יום כיפור אראפ צו נעמען חציצה. לכאורה איז נאר ערב יום כיפור א פראבלעם אלץ חציציה.
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

Thank you האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:30 am
איז דיאדירענט א פראבלעם וועגן חציצה?

דהיינו, זונטאג נאכן שויער שמירט מען זיך, מאנטאג צופרי ביים גיין און מקוה קלעבט עס נאך אויפן גוף.
ווען מען גייט אין שויער פאר די מקוה מאכט מען זיכער עס צו אויפקלעבן..
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:48 am
Thank you האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:30 am
איז דיאדירענט א פראבלעם וועגן חציצה?

דהיינו, זונטאג נאכן שויער שמירט מען זיך, מאנטאג צופרי ביים גיין און מקוה קלעבט עס נאך אויפן גוף.
סאיז ידוע אז די רבי פלעגט גיין אין שויער ערב יום כיפור אראפ צו נעמען חציצה. לכאורה איז נאר ערב יום כיפור א פראבלעם אלץ חציציה.

דזשאסט טו סעט די רעקארד סטרעיט, דער רבי איז געגאנגען יעדן ער"ש אין שויער אלץ רחיצה בחמין לכבוד שב"ק, זייף האט ער נאר גענוצט ער"פ און עריו"כ
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”