אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

(ניגון – תהלים'ל תהלים'ל)
1 אין גאס קאלאמוטנע. א סקרוך אין די ביינער
א ווינטעל עס בלאזט. מ'זעהט נישט קיינער
א רעגן א טריבע עס קלאפט פון די דעכער
די ווינטן בייזע, וואויען אלץ העכער


1 די הימלען פארשחורה'ט די וואלקענעס וויינען
די זון שוין לאנג נישט, געטוהן ערשיינען
שווארצע געשטאלטן לויפן פאראומערט
א בליק טאן אויף מיר, קיינער קימערט


2 די טראפעלעך טאנצן.
אין די אויגן זיי גלאנצן
די ווידערקלאנג הערט זיך, אפ אין די נאכט
קאנאלן זיי פארמירן
די ביינער זיי פרירן
די אויגן פארלאשן, אינגאנצן פארשמאכט


2 פלוצלונג א שטראל א שיין
א האפענונג עס בלאזט אריין
אין בוזעם די הענט כ'שטעק איין
א ציגארעטל נעם ארויס
מיט די הענט מ'באשיצט פון ווינט
מיט א פעלעמעלע עם מ'צינד
א גוטן ציה מ'געט געשווינד
די רויעך מ'בלאזט אויס.


2 ציגארעטל ציגארעטל.
דו טוסט אונז דערווארעמען
אויף אונז דערבארעמען
יעדן טריט און שריט
רונדעס מיט רויעך
שלענגלט זיך הויעך
א ריח ניחוח
בארוהיגט די בלוט.


2 ציגארעטל ציגארעטל
אביסל טאביק אין א בלעטל
ס'קומט דיר א גלעטל
דו ביסטאך מיין טרייסט
אין א שטיבל א לשכה
אויסרייכערן א פושקע
ס'דערווארימט די קושקע
ס'איז פארהויכט און פארגלייזט.


1 די לונגעלעך אטעמען. די רויעך, ס'שפארט ארויף
אין שנייען אין רעגן. א וואלקן הייבט זיך אויף
די פייערל שטיל עס קנאקט
די מויל מיט רויעך אנגעפאקט
ער ציהט ביז ער קען נישט מער, טיף אריין ער סאַקט.

2 א קילע שטראם לופט, כאפט זיך מיט
אינזיך א וויילע האלטן, ער טוט.
דערנאך בלאזט ארויס גוט
געלאסן און סאליד
ס'שיסט ארויף א פארע
ס'איז מחזי כיוהרא
אוי איז דאס מגרי
אוי ווי דאס ציהט.

2 ציגארעטל ציגארעטל
אין אלע צייטן
ווען איך שמעק דיר נאר פונדערווייטן
גיי איך אויס פאר דיר
ווי טוט דיר נישט שטערן
מיינע טרערן
מיינע פארשווענדונגען
אהן א שיעור


2 ציגארעטל ציגארעטל.
ס'איז מיר נישט נוח
אזויפיהל רויעך
אין מיר איינגעזאפט
די אלע בקשות
פון גוטע נפשות
געשנארעט, און געשוויצט פאר דיר
כ'זאל דיר האבן אין מיר


2 ציגארעטל ציגארעטל
זומער און ווינטער
האלטסטו מיר אונטער
ביסט מיין בעסטע פריינד
מארלברוי, פארלאמענט
טיימ'ס, ווינסטאן, קאַמעל, און קענט.
כ'האב קיינמאל פון ענקערע הענט
זיך שיידן נישט געקענט
לעצט פארראכטן דורך פעדער אום זונטאג אפריל 29, 2012 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דיין פאעזיע איז א נומער 10!
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

דו הערסט אויף? איך האב שוין געקוויט דו מאכסט מיר צוריק גליסטען
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פארגעט אבאוט די תאווה וואס דו ברענגסט מיר צוריק, ווי נעמט מען אזא פעדער?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אז דו גראמסט שוין:

פיין געזאגט,
וואויל געזאגט,
גיט שבת!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פעדער די רייכערסט א מחיה מיט דיינע ארטיקלעך
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע:וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

מורא'דיג! צום לאכן און צום וויינען...!
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ביוטיפול
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

יעצט האט די ציגרעטעל אן אנדערע טעם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

בלעקבערי פען האט געשריבן: יעצט האט די ציגרעטעל אן אנדערע טעם


או יע

גיימער שוין ארויספרינטען און כאפן א ציגרעטל בשעת'ן זינגען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארסי(פערד) »

={'}={'}
לעצט פארראכטן דורך הארסי(פערד) אום מאנטאג אפריל 30, 2012 11:56 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פעדער, כ'האב נעכטען געהערט פון א ציגערעטל דילער וואס האנדלט מיט ישיבה גדולה אגענטן
אז ער וויל דאס שיין איינפרעימען און פאר יעדע קארטאן וועט דאס זיין א מתן שכרה בצידה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

סביב האסט מיר געקאסט דעם ערשטן שמייכל היינט . כ'האף אז ס'נקסטע וועט אויך קומען טאקע פון דיר. ס'האט גאנץ א נישקשה'דיגן טעם.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אוי ציגערעטל ציגערעטל...! 
איעדן פארטאגס פון ווען איך שטיי אויף (ווען איך שטיי נאר אויף...), ביז נאכן מקוה, פארט מיין גאנצע קאפ און מח ארום דעם ציגערעטל, אזש ס׳איז שוין ווערד געווען פארדעם אליין דאס אויפשטיין פארטאגס. 
פאר די וואס פארשטייען נישט דאס געשמאקייט פונ׳ם ציגערעטל; 
לאמיר אייך פארציילן א מעשה: 
אין א העלן פרימארגן (ס׳איז נאך גארנישט געווען אזוי העל, 5:30 פארטאגס... אבער לאמיר נישט פארקריכן פון ענין) וועקט זיך מ. אויף פון  שלאף, (מ. א פיקטיווע נאמען - קאנפענדעשל)  בקיצור כ׳על נישט אראפלייגן דא באריכות די גאנצע סדר היום זיינע, עכ״פ דער יוד מיט׳ן נאמען מ. שפאצירט ארויס אויפן גאס צו דער... יא איר האט גוט צוגעטראפן, דער שיין פון דער לבנה ...   
אזוי? וואס טוט זיך מיט א ציגערעטל? וואס הייסט?! שרייט ער אויף זיך אליין! איך בין דאך קוים אויפגעשטאנען, לאמיר קודם כאפן א מקוה, און דערנאך וועל איך מיר גיין אפרעכטן א ציגערעטל ווי עס ברויך צו זיין. 
געזאגט און געטאן. ר׳ מ. (פיקטיוו) קומט אין ביהמ״ד אריין, די ערשטע זאך לויפט מען, נישט לויפט מען, מען שפאצירט שטייט און רואיג צום מקוה אריינגאנג, כ׳מיין וואס עפעס זאל איך לויפן, כ׳בין דאך נארוואס הערשט אויפגעשטאנען, די ציגערעטל? נישקשה, ער׳ט ווארטן אביסל. 
אוי טייערע מ. אזוי מיד ביסטו אזש דו  האסט אקארשט  פארגעסן ווי שטארק דו האסט 2 מינוט צוריק געלעכצעט פאר׳ן ציגערעטל?
אזוי מיט די געדאנקען שפאצירט ער אריין דורך די מקוה טויערן.  
שוין. ער שטייט שוין ביים אויבערשטן טרעפל פון בור (שנעל געמאכט). ער שפירט שוין די פרישע גערוך פון בליטשיגע וואסער וואס נאר די פארטאגס אידן זענען זוכה צו שפירן, און אט אט לייגט ער אריין דעם רעכטן פוס אינ׳ם לויטערן קריסטאל שפיגלדיגע בריעדיגע וואסער און א לייכטן פלאטשקע געטון דערינען. אלס רעזולטאט האבן זיך מאמענטאל באוויזן עטליכע כוואליעס אין פארם פון עטליכע רונדעס.  
מ. (קאנפעדענשאל) לאזט הערן פון זיך די אזוי באקאנטע קרעכצן פון יסורים של אהבה... אאאה... אאאה... (טיילמאל איז פארקערט; האאא... האאא...)
ער טראכט צו זיך, דאס איז נאר די הכנה צום ציגערעטל. באלד קומט שוין דאס ריכטיגע...
אט איז ער שוין אינעווייניג אין בור. אוי הלואי ווען איך קען ווען כאפן א ציגערעטל דא אין בור, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט ח״ו, פשוט עס האט נישט קיין זין ארויסצוגיין יעצט פונ׳ם געשמאקן דזשעקאזי נאכדעם וואס איך האמער אזוי געפלאגט אריינצוגיין. 
ער טובלט זיך אזוי לאנגזאם און רילעקסינג, און פארגעסט נישט ביי יעדע פון די ש״י טבילות אונזין צו האבן דעם אזוי ערווארטעטן ציגערעטל. 
פיינעלי איז ער שוין אינדרויסן פון מקוה, באדעקט מיט א ליכטיג רויטן הויט. 
ביני ובין כך איז ער שוין אנגעטון (נישט אז ס׳האט גענומען אזוי שנעל, נאר איך האב פשוט נישט קיין צייט מאריך צו זיין)
ער פארקעמט זיך די בארד און פיאות און היידא, מ׳גייט ארויס אינדרויסן פאר דעם זוי לאנג ערווארטעטע. 
    יא. א קיל ווינטל האט געבלאזן, (גענוי ווי אין די מעשה ביכער,) די זון האט שוין עטוואס גענייגט צו מזרח, און די הימל האט נאכגעלאזט אביסל פון איר טונקעלעם פארב. 
ער שטעקט אריין די רעכטע האנט אינ׳ם לינקן בוזעם טאש, און......
יא, זיין באליבטע פושקע האט גערוהט דארט ווארטנדיג געטריי אויף זיין באלעבאס. ער נעמט אפיר דעם באקסל מארלברא רעד און גלעט עס צווישן די פינגער מיט אן איידעלע ציטער. ער פארגעסט נישט צו איבערדרייען דעם שאכטעלע און קלאפן דערויף זיבן מאל אראפציווארפן אלע קליפות. 
ענדליך רייסט אויף דעם פלאסטיק און עפנט איידעלערהייט דעם זילבערנע פאפיר, ער רייסט אבער נישט ארויס דעם פאדערשטן פאפיר ווייל ער האט אמאל געהערט פון א חבר זיינער אז אזוי האלט זיך עס נישט פריש אויף צו לאנג. 
ער הייבט אן ארויסציען א ציגערעטל, עס גייט אבער נישט ווי געפלאנט ווייל עס איז נאך פול, געבט ער דעריבער א גוטן ציפ ביז ענדליך האט ער געפונען דעם חוצפה׳דיגן ציגערעטל צווישן די פינגער. 
ער לייגט אריין דעם ציגערעטל אין מויל און צופעליג איז עס אים געלונגען, דער ציגערעטל האט נישט געשטעלט קיין ווידערשטאנד נאר ווי א פאלגזאם קינד אריין אין מויל טאקע די ריכטיגע וועג, און נישט מיטן פילטער אינדרויסן.  
מען נעמט ארויס דעם צינדער, און דא האט פארשטייט זיך א קיל ווינטל זיך צושפילט אויף זיין נאסע נארוואס אויסגעקעמטע פיאות, און שטייטצעך אז דער צינדער האט זיך פארלאשן. ער גייט אבער נישט אויפגעבן צוליב דעם ווינט. וואס ווייסט דען דער ווינט וויפיל איך האב מקריב געווען היינט פארטאגס פאר׳ן ציגערעטל?
ווי אלס ענטפער אויף זיין שטימע געבעט, איז ד זון ארויס געקומען מיט איר פולן פראכט, און אט קען מען שוין אנצינדן ס׳ציגערעטל. 
ער לייגט צו דאס צינדער צום ציגערעטל, ער ציט אריין, און ויבער ויעשן; ס׳איז שוין אנגעצינדן.
ער ציט אריין, לאזט נאך די מוסקלען, דאן גיט א שפארע ארויס צוויי דינע שורות רויך פון די נאז און איין דיקע פון די מויל,  זיי קראכן זיך צאם און... ער פייערט זיג...! 
מיסיע פארפולקאמט!

נו! האט זיך דען נישט געלוינט פארדעם אליין צו אויפשטיין פארטאגס?
 (מעשה שהי׳ - נעמען געענדערט צוליב׳ן כבוד פון באטרעפנדע) 

א גרויסן שקויעך הרב פעדער פאר׳ן ארויף ברענגען אזא געשמאקן טאפיק אויפ׳ן טיש, ס׳האט מיר נאר אפגעקאסט נאך אפאר ציגערעטלעך. 
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פעדער וואס זאל איך דיר זאגן, די ביזט איינס אין דער וועלט.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

געוואלדיג געוואלדיג 'לאדיך אפ'. איך שפיר עס פאר א זכיה. חוץ פונעם פאקט דאס כ'האב מיר געהאלטן די זייטן, ווי גענוי דו טרעפסט צו אלע קליינליכע פיצינקע דעטאלן. מ'זעהט האסט א אידיש הארץ וואס פיהלט, דאס וואס א צווייטער טוט פיהלן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

פעדער האט געשריבן: געוואלדיג געוואלדיג 'לאדיך אפ'. איך שפיר עס פאר א זכיה. חוץ פונעם פאקט דאס כ'האב מיר געהאלטן די זייטן, ווי גענוי דו טרעפסט צו אלע קליינליכע פיצינקע דעטאלן. מ'זעהט האסט א אידיש הארץ וואס פיהלט, דאס וואס א צווייטער טוט פיהלן.


אגב מיין ניק נאמען איז נישט ״לאדיך אפ״, נאר ״לאדיך ארויס״
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע:וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

און ס'נישט 'לאדיך ארויס', ס'איז 'לאדיךארויס'
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אלע דעטאלן צוגעטראפן, אחוץ אז אויפן וועג צום ביהמ"ד כאפט מען אריין איינס, דאן נאך איינס מיט די קאווע, און ווידעראמאל נאך די מקוה

אגב לאדיךארויס, דיין שריפט איז מעכטיג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שנאפס האט געשריבן:
בלעקבערי פען האט געשריבן: יעצט האט די ציגרעטעל אן אנדערע טעם


או יע

גיימער שוין ארויספרינטען און כאפן א ציגרעטל בשעת'ן זינגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

לאדיך ארויס
"לאדיך ארויס" מיט דיין "פעדער"
אין היידא געגאנגען אפקלאפן זיבן ארטיקל'ך (קעגן די 7 קליפות)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער "לאדיךארויס" האט פיין ארויס א שטיקל עולם הזה

יעצט ווארט מען ער זאל באשרייבן א טועמיה פון ליל ששי...
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

קרעמער האט געשריבן: דער "לאדיךארויס" האט פיין ארויס א שטיקל עולם הזה

יעצט ווארט מען ער זאל באשרייבן א טועמיה פון ליל ששי...


אה יעה!!! זאגסט עפעס. מען קען רעדן דערפון. עוד חזון למועד.
אגב האט עמיצער באמערקט אז איך בין א נייע שרייבער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נייע שרייבער אדער נייע ניק?..
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

קרעמער האט געשריבן: נייע שרייבער אדער נייע ניק?..

נייע שרייבער. (גלייבסט מיר נישט?)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”