כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

אה... א קורצע זאץ אין די הייליגע גמרא "כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק" ממש געציילטע ווערטער, וואס איז א אויסדריק געבויט לכתחילה אויף צי קלאר שטעלען הלכות, און דא פון די אנדערע זייט וויפיל טרערען האבן יודן אין אלע דורות אויף דעם חשבון פארגאסן... וויפיל ריקודין אויף דעם געשפרינגען... וויפיל קינדערלעך זענען אויף די וועלט געברענגט געווארן א דאנק די מאמר? אסאך זיוויגים זענען צוזאם געשטעלט געווארן! אסאך שטיבער אויפגעראכטען! און כהנה וכהנה ניסים און ישועות וואס זענען דורך דעם איינעם - קורץ בכמות, אבער רייך באיכות'דיגן - מאמר ארויס געקומען.

ס'איז א מאמר וואס ווייניג האבן זיך טאקע אפגעשטעלט אריינטראכטן איר טיפע באדייט און שטארקען כח, אבער פון די אנדערע זייט איז עס אויך א מאמר וואס כמעט יעדער איד האט זיך שוין באניצט דערמיט. און הונדערטער טויזענטער זענען עדות און קענען דערציילען וואס זיי האבן אלץ אויסגעפועל'ט פאר זיך, טאקע א דאנק ר' שמעונ'ן 'בשעת דוחקם'...

קוקט אייך נאר אביסעל ארום וועט איר זען אז ר' שמעון האט גאר אסאך קונים... וואס זענען זייער צופרידען מיטן סערוויס, אזש זיי 'ריפערען' אנדערע עס צי ניצען געזונטערהייט.

אה... ל"ג בעומר!!! ל"ג בעומר!!!.... אזא הייליגע טאג, אזא דערהויבענע טאג, א טאג פון לויטער העכערקייט און רוחניות. א טאג פול מיט געגועים. א טאג וואס איר כוח איז אין לשער, א טאג וואס מען קען אזוי סאך אויספועל'ן מיט תפילה און תחנונים, אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר האט די זעלבע כוח ווי יום כיפור ממש!! (ביידע זענען די בחינה פין 'הוד שבהוד').

סיי וועלכער יוד אין וואספארא מצב ער איז קען ציקומען צו שפירען א געוואלדיג התעררות אין דעם טאג. א קלייניקייט?! ר' שמעון אליינס דער גרויסער בעל הילולא האט דאך צענדליגע מאמרים אויף די גוטס וואס ס'קומט פאר די וואס פרייען זיך בשמחתו. ומי יאמר, און ווער קען דען זאגען "אלעס גייט מיר גוט"?!

מיר דארפן אביסעל אויפשאקלען די אינערליכע סטרונעס אונזערע, און זיך ארויסלאזען פונעם גשמיות'דיגען וועלט. פארגעסען פון אלע דאגות און שווערעקייטן. אריין טאנצען אין העכערקייט פאר א טשענדש!!! לאמיר לאזען די הרגשים זיך צושפילן אביסעל, לאמיר זיך פרייען בהילולא דבר יוחאי, מיט א אמת'ן שמחת הנפש. ווער פון אונז וויל דען נישט זוכה זיין צי זיין פון די יודן וואס ר' שמעון פרייט זיך מיט זיי?!... ווער איז דער וואס הערט אז "ר' שמעון דער גרויסער מחותן שרייבט טשעקלעך פון כל מיני ישועות..." און ער גייט נישט כאפן ?

האמת אגיד, איך שרייב נישט די שורות אלץ טעסט אויף מיין טאלאנט פון שרייבען (וואס עס ע מעטער אף פעקט שטיי איך גאר ווייט פון דעם). איך שרייב פשוט די שורות אלץ התרגשות צי דעם טאג יום למ"ד גימ"ל בעומר!! און אלץ הכרת הטוב פארן גרויסען תנא!!!

.....

יא טייערע ברידער.... שוין איבער 2 יאר וואס איך פארמאג ברוך השם א יונגעלע שמעון ני"ו אלץ א מעמבער אין מיין שטוב, דער אויבישטער זאל העלפן אויף ווייטער. יא איך בין איינע פון די טויזענטער עדות אויפן גרויסען כוח פונעם תנא אלוקי וואס העלפט יעדען יוד אין סיי וואספארא מצב ער זאל נאר נישט זיין!

און אביסעל קלארער, ניין מיין יונגעלע איז 'נישט' געבוירן אדער געהאט די ברית אינעם טאג ל"ג בעומר, אבער!!! מיין יונגעלע איז 'יא' געבוירן אינעם גרויסען זכות פונעם הייליגען תנא רבי שמעון בר יוחאי !!! און איך בין שטאלץ צי זיין א עדות צום גרויסען כוח...און פארדעם טאקע טראגט מיין יונגעלע דעם הייליגן נאמען!!

מיין הארץ קלאפט מיט אן אויסערגעווענליכע שנעלקייט, מיינע פינגער קענען נישט גענוג שנעל שרייבען/טייפן די ווערטער צוליב די נאכאנאנדע געפילן וואס בוזשעווען מיר אין מוח איינס נאכן צווייטען און לאזט פשוט נישט טראכטען א רגע וואספארא ווערטער צי שרייבען. די געפילען נעמען איבער די מוח און ס'צומישט דעם סדר... אבער מיט דעם אלעם וועל איך פארבירן צו שרייבן עד שידי מגעת... און פראבירן זיך צי האלטען אין א ליניע.

צו אינזער זיסע לעכטיגע שימע'לע...
טאטי און מאמי ווילען דו זאלסט וויסען, אז יעדן טאג ווען אונז זעה מיר דיך טראכטען מיר צו זיך: "צו קענען מיר דען גענוג דאנקען דעם באשעפער אויף זיינע חסדים וואס האט אונז געשאנקען דיין זיסע לעכטיגע נשמה?... וויפיל חדשים פון שלאפלאזע נעכט זענען אויף אונז אריבער ביז אונז האמער דיין לעכטיגע צורה געזען.... וויפיל -נאון ווי שטארק - האבען מיר אויף דיר געווארט... געהאפט און געבעטן... און ב"ה געלויבט השי"ת דא ביסטו!!!! א געזונט קינד קע"ה, א לעבעדיג קינד (תרתי משמע....)!!! א פרייליכע יונגעל..."

"ווען אונז זעה מיר וויאזוי די ווערסט אלץ גרעסער און גרעסער פון טאג צי טאג, ווערט אונזער הארץ איבערגעפילט מיט שמחה. דו ביסט דער וואס האט צוריק געברענגט די שמחה אין אונזער שטוב, און געברענגט א שטיקעל נחמה. דו ביסט געווען דער שליח וואס דורך דיר האט מען אונז געוויזען אז אפילו אינעם היינטיגען דור השפל איז דער אייבישטער צווישען אונז און ווען א יוד ריפט הערט דער אייבישטער אויס און העלפט אים מיט וואס ער דארף!!!

מיר שרייען אויס יעדען טאג: טאטע מיר לויבן דיר, טאטע מיר דאנקן דיך ווייל דו האסט אונז ליב !!!

סרייסט זיך ארויס א געזאנג פון הארץ "מה רבו מעשיך השם"!!!

די התרגשות גיסט זיך איבער די מאס.... די געפילן ווילען ארויסשטיפען דעם גוף אין א טענצל, ס'זאל זיך הייבען פארן באשעפער, און פאר כבוד התורה ולומדיה !!!

אשרינו שזכינו צי זיין פונעם עם הנבחר!!! און האבן אזעלכע גרויסע צדיקים וואס דאווענען פאר אונז דארט אויבן בשמי מעל....

"שישו ושמחו בהילולא דבר יוחאי!!!" הייבט אייך פיסעלעך, הייבט אייך... טאנצט ביז די כוחות לאזען זיך אויס... הייב אויף די הענטעלעך צום טאטע'ן אין הימל... גיבטס נישט אויף אזוי שנעל. רייסט איין מיט שמחה, אויסציבעטען אלעס גוטס פאר יעדן יוד. און זאלן מיר שוין אלע געהאלפען ווערן יעדער מיט וואס ער ברויך!!! סזאל זיך גיסען השפעות טובות ביי כלל ישראל!!!
והריקותי לכם ברכה עד בלי די - ועד בכלל!

"בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי!"

"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי!"

"תרתו מגן לנו הוא מאירת עינינו... ימלץ טוב בעדינו אדוניניו בר יוחאי"

גוט יום טוב ליבע ברידער! פועלט אויס אלעס גוטס און ברענגט אהיים הויפענ'ס מיט ישועות און רפואות!
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע:וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

זייער שיין, זעער עמאציאנאל! זאלסטע זעהן אסאך נחת ביי דיין שמעון'ן און פון אלע אנדערע קינדער. און זאל יעדער געהאלפן ווערן מיט וואס ער ברויך בזכות התנא אלוקי רבן שמעון בר יוחאי.

אוי, תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי!
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

וואו, האסט מיר געברענגט טרערן... אנגעצינדן מיינע געפילן זיך צו מתבונן זיין אין דעם הייליגן טאג וואס קומט פאר אונז.

א ייש"כ.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין און ווארעם. האסט צוקיצעלט מיינע אינערליכע געפילן
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

געלעגער האט געשריבן: הערליך שיין און ווארעם. האסט צוקיצעלט מיינע אינערליכע געפילן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

"נישט קיין שרייבער" זאגסטו?
אקעי, ווער דארף שרייבער דעמאלטס...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יא מצוה לפרסם..
ובתוך רבים אהללנו
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

יא, מיר האסטי אויך ממש ארויסגעקוועטש א פאר טרעלעך, וויפיל דארפן די אלע אידן וואס האבן ב'ה נישט געדארפט דורך גיין די ניסיונות דאנקען דעם באשעפער, אלע אינאיינעם זכות התנא אלקי רבן שמעון בן יוחאי
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שוין, כ'מוז דאס ליינען הארט פארן ארויפארען קיין מירון...
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

דא האט איר נאט אייך, איצטער באקומען אויף אימעיל, גיסט אייך אויס דאס הארץ און אזעלכע געהויבענע טעג, בפרט אונעם גרויסן עת רצון פון ל"ג בעומר.
אטעטשמענטס
אור הצדיק-ל''ג בעומר.pdf
(224.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 216 מאל
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

געוואלדיג!!!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

געלעגער האט געשריבן: הערליך שיין און ווארעם. האסט צוקיצעלט מיינע אינערליכע געפילן
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ארויף לכבוד ל״ג בעומר,

אביסל שפעט, אבער לויט זיך נאכאלץ.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

א שאד כ'האב עס נישט געליינט פאר ל"ג בעומר... מיינע אויגן זענען נאס.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שמאטע ביסט אנגעקומען קיין מירון היי יאר?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יא יא מיר האבען אויך א שמעון ב"ה וואס איז מעיד אויף כוחו הגדול!!!!
יש בורא עולם!!!! מיט זיינע הייליגע צדיקים וואס זענען דא פאר אונז יעדע רגע פון טאג!!
ובוודאי יומו שלו וואס ער זאגט קלאר אינעם זוהר הק' אז עס איז זיין טאג!!!
וועלמיר זוכה זיין צו אלע ישועות - בהילולא דבר יוחאי - בזכות אדונינו בר יוחאי
בזכות רבי שמעון ענינו - זכותו יגן עלינו
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שמאטעלע שמאטעלע, מיין הארץ פריידט זיך מיט מיט דיר, דיין שמעונ’לע איז שוין לכאורה ע’’פ חשבון א גרויס אינגעל פון צעהן יאר, און איך שטעל מיך פאר אז האסט צוגענומען אפאר פונטן די פארגאנגענע יארן פשוט צו האבן פלאץ ווי צו האלטן אזויפיל נחת.

השי’’ת זאל דיר ווייטער שענקען נחת פאר דיר מיט דיין ב’’ב ביז די מאה ועשרים.
ידידך מוקירך הק’ יש לו מנה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

זעענדיג דעם אשכול האבן מיינע געפילן זיך צעשפילט, אפגעטייפט א תגובה, און דערנאך מחליט געווען עס קומט אין א באזונדער אשכול.
viewtopic.php?f=3&t=47351
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 3:46 pm
ארויף לכבוד ל״ג בעומר,

אביסל שפעט, אבער לויט זיך נאכאלץ.
היי יאר בינעך פרי.

מיינס א באקאנטע האט געהאט א קינד פארגאנגענעם ח״י ניסן, פונקט 12 חדשים נאכן זיך אויסבעטן אין מירון.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”