כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק!!!!
אה... א קורצע זאץ אין די הייליגע גמרא "כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק" ממש געציילטע ווערטער, וואס איז א אויסדריק געבויט לכתחילה אויף צי קלאר שטעלען הלכות, און דא פון די אנדערע זייט וויפיל טרערען האבן יודן אין אלע דורות אויף דעם חשבון פארגאסן... וויפיל ריקודין אויף דעם געשפרינגען... וויפיל קינדערלעך זענען אויף די וועלט געברענגט געווארן א דאנק די מאמר? אסאך זיוויגים זענען צוזאם געשטעלט געווארן! אסאך שטיבער אויפגעראכטען! און כהנה וכהנה ניסים און ישועות וואס זענען דורך דעם איינעם - קורץ בכמות, אבער רייך באיכות'דיגן - מאמר ארויס געקומען.
ס'איז א מאמר וואס ווייניג האבן זיך טאקע אפגעשטעלט אריינטראכטן איר טיפע באדייט און שטארקען כח, אבער פון די אנדערע זייט איז עס אויך א מאמר וואס כמעט יעדער איד האט זיך שוין באניצט דערמיט. און הונדערטער טויזענטער זענען עדות און קענען דערציילען וואס זיי האבן אלץ אויסגעפועל'ט פאר זיך, טאקע א דאנק ר' שמעונ'ן 'בשעת דוחקם'...
קוקט אייך נאר אביסעל ארום וועט איר זען אז ר' שמעון האט גאר אסאך קונים... וואס זענען זייער צופרידען מיטן סערוויס, אזש זיי 'ריפערען' אנדערע עס צי ניצען געזונטערהייט.
אה... ל"ג בעומר!!! ל"ג בעומר!!!.... אזא הייליגע טאג, אזא דערהויבענע טאג, א טאג פון לויטער העכערקייט און רוחניות. א טאג פול מיט געגועים. א טאג וואס איר כוח איז אין לשער, א טאג וואס מען קען אזוי סאך אויספועל'ן מיט תפילה און תחנונים, אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט אז ל"ג בעומר האט די זעלבע כוח ווי יום כיפור ממש!! (ביידע זענען די בחינה פין 'הוד שבהוד').
סיי וועלכער יוד אין וואספארא מצב ער איז קען ציקומען צו שפירען א געוואלדיג התעררות אין דעם טאג. א קלייניקייט?! ר' שמעון אליינס דער גרויסער בעל הילולא האט דאך צענדליגע מאמרים אויף די גוטס וואס ס'קומט פאר די וואס פרייען זיך בשמחתו. ומי יאמר, און ווער קען דען זאגען "אלעס גייט מיר גוט"?!
מיר דארפן אביסעל אויפשאקלען די אינערליכע סטרונעס אונזערע, און זיך ארויסלאזען פונעם גשמיות'דיגען וועלט. פארגעסען פון אלע דאגות און שווערעקייטן. אריין טאנצען אין העכערקייט פאר א טשענדש!!! לאמיר לאזען די הרגשים זיך צושפילן אביסעל, לאמיר זיך פרייען בהילולא דבר יוחאי, מיט א אמת'ן שמחת הנפש. ווער פון אונז וויל דען נישט זוכה זיין צי זיין פון די יודן וואס ר' שמעון פרייט זיך מיט זיי?!... ווער איז דער וואס הערט אז "ר' שמעון דער גרויסער מחותן שרייבט טשעקלעך פון כל מיני ישועות..." און ער גייט נישט כאפן ?
האמת אגיד, איך שרייב נישט די שורות אלץ טעסט אויף מיין טאלאנט פון שרייבען (וואס עס ע מעטער אף פעקט שטיי איך גאר ווייט פון דעם). איך שרייב פשוט די שורות אלץ התרגשות צי דעם טאג יום למ"ד גימ"ל בעומר!! און אלץ הכרת הטוב פארן גרויסען תנא!!!
.....
יא טייערע ברידער.... שוין איבער 2 יאר וואס איך פארמאג ברוך השם א יונגעלע שמעון ני"ו אלץ א מעמבער אין מיין שטוב, דער אויבישטער זאל העלפן אויף ווייטער. יא איך בין איינע פון די טויזענטער עדות אויפן גרויסען כוח פונעם תנא אלוקי וואס העלפט יעדען יוד אין סיי וואספארא מצב ער זאל נאר נישט זיין!
און אביסעל קלארער, ניין מיין יונגעלע איז 'נישט' געבוירן אדער געהאט די ברית אינעם טאג ל"ג בעומר, אבער!!! מיין יונגעלע איז 'יא' געבוירן אינעם גרויסען זכות פונעם הייליגען תנא רבי שמעון בר יוחאי !!! און איך בין שטאלץ צי זיין א עדות צום גרויסען כוח...און פארדעם טאקע טראגט מיין יונגעלע דעם הייליגן נאמען!!
מיין הארץ קלאפט מיט אן אויסערגעווענליכע שנעלקייט, מיינע פינגער קענען נישט גענוג שנעל שרייבען/טייפן די ווערטער צוליב די נאכאנאנדע געפילן וואס בוזשעווען מיר אין מוח איינס נאכן צווייטען און לאזט פשוט נישט טראכטען א רגע וואספארא ווערטער צי שרייבען. די געפילען נעמען איבער די מוח און ס'צומישט דעם סדר... אבער מיט דעם אלעם וועל איך פארבירן צו שרייבן עד שידי מגעת... און פראבירן זיך צי האלטען אין א ליניע.
צו אינזער זיסע לעכטיגע שימע'לע...
טאטי און מאמי ווילען דו זאלסט וויסען, אז יעדן טאג ווען אונז זעה מיר דיך טראכטען מיר צו זיך: "צו קענען מיר דען גענוג דאנקען דעם באשעפער אויף זיינע חסדים וואס האט אונז געשאנקען דיין זיסע לעכטיגע נשמה?... וויפיל חדשים פון שלאפלאזע נעכט זענען אויף אונז אריבער ביז אונז האמער דיין לעכטיגע צורה געזען.... וויפיל -נאון ווי שטארק - האבען מיר אויף דיר געווארט... געהאפט און געבעטן... און ב"ה געלויבט השי"ת דא ביסטו!!!! א געזונט קינד קע"ה, א לעבעדיג קינד (תרתי משמע....)!!! א פרייליכע יונגעל..."
"ווען אונז זעה מיר וויאזוי די ווערסט אלץ גרעסער און גרעסער פון טאג צי טאג, ווערט אונזער הארץ איבערגעפילט מיט שמחה. דו ביסט דער וואס האט צוריק געברענגט די שמחה אין אונזער שטוב, און געברענגט א שטיקעל נחמה. דו ביסט געווען דער שליח וואס דורך דיר האט מען אונז געוויזען אז אפילו אינעם היינטיגען דור השפל איז דער אייבישטער צווישען אונז און ווען א יוד ריפט הערט דער אייבישטער אויס און העלפט אים מיט וואס ער דארף!!!
מיר שרייען אויס יעדען טאג: טאטע מיר לויבן דיר, טאטע מיר דאנקן דיך ווייל דו האסט אונז ליב !!!
סרייסט זיך ארויס א געזאנג פון הארץ "מה רבו מעשיך השם"!!!
די התרגשות גיסט זיך איבער די מאס.... די געפילן ווילען ארויסשטיפען דעם גוף אין א טענצל, ס'זאל זיך הייבען פארן באשעפער, און פאר כבוד התורה ולומדיה !!!
אשרינו שזכינו צי זיין פונעם עם הנבחר!!! און האבן אזעלכע גרויסע צדיקים וואס דאווענען פאר אונז דארט אויבן בשמי מעל....
"שישו ושמחו בהילולא דבר יוחאי!!!" הייבט אייך פיסעלעך, הייבט אייך... טאנצט ביז די כוחות לאזען זיך אויס... הייב אויף די הענטעלעך צום טאטע'ן אין הימל... גיבטס נישט אויף אזוי שנעל. רייסט איין מיט שמחה, אויסציבעטען אלעס גוטס פאר יעדן יוד. און זאלן מיר שוין אלע געהאלפען ווערן יעדער מיט וואס ער ברויך!!! סזאל זיך גיסען השפעות טובות ביי כלל ישראל!!!
והריקותי לכם ברכה עד בלי די - ועד בכלל!
"בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי!"
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי!"
"תרתו מגן לנו הוא מאירת עינינו... ימלץ טוב בעדינו אדוניניו בר יוחאי"
גוט יום טוב ליבע ברידער! פועלט אויס אלעס גוטס און ברענגט אהיים הויפענ'ס מיט ישועות און רפואות!