וויקעפעדיע טאגבוך

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

געוואלד, איך האב דאס יעצט געטאן און איך האב זיך באגעגנט מיט גאנץ אינטרעסאנטע ארטיקלען. און נאך אמאל, איצט האבן מיר שוין א דרויסנדיקן מנהל, לאמיר דאס אויסניצן צו פארמיידן דעם וואנדאלס אקציעס. ס'נאך נישט צו שפעט... עס איז פאר אונדז א שאד אז דו האסט פארלאסט אונדזער וויקיפעדיע. האסט געשריבן גאר שיינע ארטיקלען און מיר ווארטן צו הערן נאך פון דיר. א דאנק און כל טוב.
אלבערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

רוני, מען מען דארט שרייבן לעגאל די באדייט פון די ווארט ס-ס? ווילאנג עס וועט נישט עקזעסטירן אזא געזעץ אז יעדע זאך מוז זיין אויסגעהאלטן עפ"י תורה, און נישט אז "עס איז אן אנציקלאפעדיע וואס אלעס מעג באשריבן ווערן ווילאנג עס איז נייטראל", איז עס נישט פאר אונז חסידישע אידן. קלאר?
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

אלבערט, רעד נישט בשם אלעמען. ביסט א ביסל צו עקסטרים אין דיין אידישע וועלט (האניק צו האניג), דער עולם ליבט'ס נישט עקסטער.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

היות לויט ווי דו גיסט אן זענען מיינע ווערטער אומפארשטענדליך, דעריבער וועל איך זיך אביסל צוברייטרערן און דאס קלארער מסביר זיין, און דערנאך אפשלאגן דיינע פאקטן וואס דו האסט געשטעלט איבער דער יידישער וויקיפעדיע.

א יידישע וויקיפעדיע פון א פרעספעקטיוון בליק
צו בויען אן אלגעמיינע יידישע וויקיפידיע, וואס זאל ענטהאלטן אין זיך כלערליי אינפארמאציע, פארלאנגט זיך א געמיינזאמער ארבעט פון אלע סארט יידיש רעדנדיגע קרייזן, וואס לויט די היינטיגע אומשטענדן איז דאס צוזאמענגעשטעלט פון דריי ערליי קרייזן; די אלגעמיינע חרדישע יידיש רעדנדע, די סאטמארע קרייזן, די יידישיסטן. דער אינטערשיד צווישן דעם לעצטן קרייז ביז די ערשטע צוויי איז גאנץ איינפאך, ווייל בעת דער לעצטער קרייז באנוצט זיך נישט מיט די יידישע שפראך אינעם טאג טעגליכן לעבן, עס ווערט ביי זיי בלויז שטודירט אלס א סימבאל צו מאמע לשון, טוען זיך אבער די ערשטע צוויי באנוצן מיט די יידישע שפראך אינעם טאג טעגליכן לעבן. די מעלות און חסרונות פון איין איבערן צווייטן זענען פיל פאכיג, און איך וועל זיך באציען צו אייניגע פון זיי.

די מעלות און חסרונות פון די חרדישע קרייזן אין אזא פראיעקט
די מעלה - צוליב וואס יידיש איז זייער טאג שפראך דעריבער האבן זיי א שטארקע אינטערעסע אינעם אויפבוי פון א יידישן ענציקלאפעדיע פראיעקט, נעמליך ווייל בלויז זיי וועלן בענעפעטירן דערפון. דער שפראך איז זייער טאג שפראך און ווי איז נאך פארהאן א גרעסערער פארגעניגן ווי צו ליינען און זיך איינקויפן ידיעות אין מאמע לשון, דער שפראך וואס מ'ניצט צום טעגליכן באנוץ.

דער חסרון – צוליב וואס ביי די חרדישע קרייזן זענען די ידיעות אין אלגעמיינע טעמעס ארים און באגרעניצט, דעריבער האבן זיי נישט די מעגליכקייט צופיל צושטייער געבן צו דער אויפבוי פון אזא פראיעקט. און אויף דער וואגן, פון די דערמאנטע סיבה, קענען די יידישסטן רייטן, צוליב וואס זייערע ידיעות אין אלגעמיינע טעמעס זענען רייכער און ברייטער.

דעריבער, צוליבן תועלת, פעלט זיך אויס א געמיינזאמער ארבעט פון כעלערליי סארט קרייזן, און אזוי ארום איז דא א שטיקל מעגליכקייט אז אזא פראיעקט זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.

שיין צולייגט? הא? אין הכי נמי, אזוי וואלט ווען געדארפט צו זיין! און ווען עס וואלט אזוי געווען וואלט די יידישע וויקיפעדיע געפארן על מי מנוחות און געבליהט און געבליהט! וואס האט זיך אבער למעשה ארויס געשטעלט דא? ארויסגעשטעלט האט זיך אז געוויסע פערשוינען, פונעם חרדישן לאגער, האבן געלייגט א האנט דערויף און דאס זעלבסט געפירט "געזעצלעך" צום טיפסטן אפגרינד, און איך וועל דאס ערקלערן:

די יידישע וויקיפעדיע אין איר איצטיגן צושטאנד
דער פאקט האט זיך ארויסגעשטעלט אז געוויסע פערשוינען, אפפאל פונעם חרדישן לאגער, האבן זיך באזעצט אויפן פראיעקט און זיי טוען דאס מאנאווירן. די קענטעניסן און ידיעות פון אט די פערשוינען זענען גאר שוואך, ועל כולם איז זייער שריפט-ווערק ווי א שריפט-ווערק פון א צען יעריג אינגל; אן קיין שום פראפעסיאנאל, אן קיין שום סטאנדארט. זייער שריפט טראגט א פנים ווי דאס געשמועסעכץ אין א חרדישער מקוה. דאס זעט זיך אן ביי יעדן ארטיקל און איבערהויפט ביי די טעגליכע נייעס.

די יעניגע פארשוינען, וועלכע גיבן זיך אפ דערמיט, טוען "געזעצליך" מאנאווירן אז קיין "איין" נארמאלער ארטיקל זאל נישט בלייבן גאנץ, אז קיין איין אינטערעסע ארטיקל זאל זיך נישט האלטן נייטראל מער ווי א צען-פופצן מינוט, אז קיין איין נארמאלער שרייבער זאל זיך נישט האלטן דארט מער ווי א טאג-צוויי. אויב טרעפט זיך אז א נארמאלער שרייבער ריקט זיך אן און וויל שטעלן זאכן אין פלאץ, נייטראלעזירן ארטיקלען, גיט מען אים אנצוהערן רעכטס אויף לינקס אזש עס זאל אים דאס אפעטיט פארגיין. אויב מערקן זיי אז א שרייבער האט געשריבן מער ווי צען נארמאלע ארטיקלען, און דייקא נישט קרייז פאליטישע, מאכט מען באלד זיכער אז דער שרייבער זאל אנטלויפן, אויס מורא אז ער וועט נאך איבענעמען דאס ווארט.

איינס פון די הויפט טאקטיקן וואס מען נוצט קעגן נייטראלע ארטיקלען, שרייבער, איז צו פארפירן דעם שרייבער און א נערישן קינדערישן אויסטויש געשפרעך איבער מינדערוויכטיגע טעמעס, און בעיקר איבער די סאטמארע פאליטיק. דער אויפטוה דערפון דארף דינען אלס א מעסעדזש צו דעם שרייבער אז מען וועט דיר שטיין אויפן קאפ ביום ובלילה, מען וועט דיר פארנעמען דיין צייט מיט אלעם אויף דער וועלט, אבער קיין נארמאלע ארטיקלען וועסטו דא נישט שרייבן! פארוואס? ווייל אויב יענער וועט ח"ו שרייבן נארמאל וועט ער דאך מעגליך איבער נעמען קאנטראל אויפן גאנצן פראיעקט...

אנשטאט צו האבן איינזעעניש אז מען קען דא בויען א פראיעקט וואס זאל זיין העכסט אינטערסאנט פאר אלע יידיש רעדנדע, טוען זיי אבער אנדערש. זיי האבן געפונען דערין א שמוץ-קאסטן וואו זיי קענען זיך אויסגיסן זייער גאנצער שמוץ וואס דריקט זיי אויפן מאגן. די סיבה דערפאר איז, מעגליך, אלס דער רעזולטאט פונעם אנגעגעבנעם חסרון וואס די חרדישע קרייזן שלאגן פאר מיט זיך; אז והיות צוצישטעלן די נויטיגע ידיעות קענען זיי נישט, צוליב זייערע באגרעניצטע קענטעניסן, דעריבער האבן זיי אנגעפילט דעם וויקיפעדיע מיט וואס זיי קענען יא! אדער מיט נארישקייט מאטריאל אדער מיט אינערליכע קרייז קריג מאטריאל. און נישט אומזינסט האט דער "פארווערטס" אנגעצייגט אז דער פראיעקט וואלט מען גיכער געדארפט א נאמען געבן "חרדיפעדיע" ווי איידער "ענציקלאפעדיע".

די אלגעמיינע וויקיפעדיע געזעצן
יעדער געזעץ האט א סיסטעם וויאזוי מען קען דאס מאנאווירן לויט דער געשמאק און געברויך פונעם באטראפנדער פאל. אין דער פאל איז דאס די "אלגעמיינע וויקיפעדיע" געזעצן. ווי איז געווען דער "אלגעמיינער וויקיפעדיע" געזעץ ביז היינט? וויפיל מען האט נאר פרובירט צו טוהן דערין איז אלעס געגאנגען צו טויבע אויערן? פארוואס? האבן דען די יעניגע נישט געבראכן דעם אלגעמיינעם געזעץ טאג טעגליך?! איז דען נישט גענוג איבערגעוויזן געווארן זייער ציל און פארברעך?

אפשר צייגטסו אן נאך א וויקיפעדיע וואס איז "מקפיד" יום ויום צו ברענגען נארישקייט'דיגע נייעס? אינעם ענגלישן וויקיפעדיע האט נאך אזא סארט נייעס קיינמאל נישט געטראפן איר פלאץ אינעם הויפט בלאט! ווער דארף דאס? ווער איז נייגעריק דערין? דאס האט עפעס מיט אן ענציקלאפעדיע? צי צייג אן נאך א וויקיפעדיע וואס רוב פון אירע נייעסן זאל זיך באציען בלויז צו איין קרייז קריג (אין אונזער פאל די סאטמארע פאליטיק)? צי צייג מיר א וויקיפעדיע ווי פאליטישע ארטיקלען ווערן מאנאווירט צען טויזנט מאל א טאג אהין און צוריק, אלעס נאר בכדי אז דער נייטראלישער בליק זאל נישט לאזן קיין עפעקט אויף איר ליינער? צי צייג מיר אן א וויקיפעדיע וואו יעדער שמויגער האט די מעגליכקייט זיך אויסצוגיסן זיין כעס אויף זיין פאליטישער פיינט אדער רעליגיעזער לערער, אדער קעגן סיי וועם? איז וויקיפעדיע א פאשקעוויל קאסטן אדער א שמוץ קאסטן???

וואו איז דער געזעץ? ווי איז מעגליך אז די אלע אויבנדערמאנט ווערן געטוהן שוין דריי יאר אין א ציה ואין עונה? און נישט אז מען האט נישט געוואוסט, ניין! ס'געווען בכוונה ובזדון!

עס שיינט ווי מען קען דאס געזעץ בייגן מיטן פינגער אהין און צוריק, געוואנדן לויט דער געשמאק פונעם מנהל...

יעצט ליין די אפשלאגן אויף דיינע הנחות (איך באציה זיך בלויז צו די טענות אנטקעגן די יידישע וויקיפעדיע).
רוני האט געשריבן: * צענזור און וואנדאליזם: עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די מיינונגס-פארשיידנהייטן אין די "אידישע וועלט" וועט זיך זייער שטארק אנטוויקלען אין סיי וואסערע טעמאטיק צוליב די צענזור וואס וועט ווארשיינליך זיין איינזייטיק צו די דירעקטארס מיינונגען - אנטקעגן די "יידישע וויקיפעדיע" וואס די צענזור איז באשטימט לויט די אלגעמיינע וועלטלעכע פרינציפן. (איצט איז שוין די יידישע וויקיפעדיע קאנטראלירט דורך א דרויסנדיקע קאנטראלע)

תי': דער צענזור פון די יידישע וויקיפעדיע ווערט באשטימט לויט די אלגעמיינע וויקיפעדיע פרינציפן? ווער עס האט נאר אמאל באזוכט אין די צוויי וויקיפעדיעס, דער ענגלישער און דערויף דער יידישער, וועט דיר באלד וויסן אנצוצייגן דער ליגנט און פארברעך וואס ליגט פארשטעקט אין די ווערטער. דער יידישער וויקיפעדיע איז אויסשליסלעך געפירט דורך אייניגע באלעבאטעם וועלכע שטייען און שאנטאזירן יעדן ארטיקל. דער וויקיפעדיע שטייט שוין דריי יאר, וואו זענען געווען די אלגעמיינע געזעצן ביז היינט? איז דא געזעצן אדער נישט?

דער אמת איז אז ס'גאנץ מעגליך אז די אלע פארברעכנס זענען געטוהן געווארן "געזעצליך", והא ראי' וויפיל מען האט נאר פרובירט דאס צושטעלן אויפן פלאץ איז דאס קיינמאל נישט צושטאנד געקומען, ווייל די שאנטאזירער האבן דאס געטוהן "געזעצליך"...
וויאזוי איז פארזיכערט אז דאס וועט זיך נישט איבערקייען???


* נייטראלקייט: דער גאנצער געדאנק פון די וויקיפעדיע וואס ציט צו זיך אזוי פיל מענטשן איז צוליב איר נייטראלקייט. א נארמאלער מענטש וויל ליינען נייטראלע אינפארמאציע און באשטעטיגן זיין אייגן דעדוקציע. אן ענציקלאפעדיע וואס איז איין זייט געשטימט איז אומאינטערעסאנט, בפרט נישט פאר די וואס האבן צוגאנג צו אנדערע נייטראלע ענציקלאפעדיעס.

תי': ווידער אן אומפארשעמטער פארברעכערישער אנשטעל. וויקיפידיע איז נייטראל? טאג און נאכט דרייט מען ארטיקלען אהין און צוריק, וחוזר חלילה, אלס צוליב די "נייטראלקייט" פון די מנהלים, און טאמער קומט איינער און שטעלט צוריק אן ארטיקל צו א ריכטיג נייטראלישער אויסקוק ווערט ער באלד גערודפט און פארשריגן. מען הייבט אים אן צו טערעזירן מיט שטותים און הבלים אזש ס'זאל אים פארגיין דער אפעטיט פון שרייבן אדער אויסשטעלן ארטיקלען נייטראליש געשטימט.

* נארישקייט: די באוווסטע טענה אז די יידישע וויקיפעדיע איז פול מיט שמוץ איז מלכתחילה אפגעפרעגט און נאריש דיסקוטירן איבער דעם. ווייל אצינד וואס די קאנטראלע איז אריבער צו דרויסנדיקע הענט, דער ערשטער שריט וואס מיר גייען אויספירן איז אוועק נעמען אלערליי שמוציקע בילדער. (אין פיל אנדערע וויקיפעדיעס איז אויך אזוי באשטימט צו נישט לייגן פראנאגראפיע).

תי': אה נארישקייט... זאג נאר, פארוואס איז דאס מלכתחלה אפגעפרעגט און גאר נאריש צו דיסקוסירן איבער דעם? אדרבה זאג מיר נאך א וויקיפידיע וואס ווערט געדעקט, אין די טעגליכע נייעס, בכוונה תחלה, שמוץ? וואו איז געווען דער אלגעמיינער געזעץ ביז היינט? אגב, זאג מיר נאך א וויקיפעדיע וואס ווערט געדעקט, אין די טעגליכע נייעס, בלויזע רכילות און לשה"ר איבער פערזאנען פון סעלעקטירטע קרייזן?

אדרבה, צייג אן א מהלך וויאזוי איך זאל זיין איבערגעצייגט אז עס איז פארהאן געזעצן איבער דעם. אויב איז דא געזעצן וואו איז דאס געווען ביז היינט? אויב איז נישט פאראן געזעצן וואס וועט זיין פון היינט און ווייטער אנדערש? איז דא געזעצן נאר מען האט עס נישט פארסירט, ווער פארזיכערט אז מהיום והלאה וועט מען דאס יא פארסירן
?


און צום שלוס:
דערווייל, מיטן נייעם מנהל, האט זיך נאך גארנישט געטוישט דארט. די יעניגע דרייען, מעקן, פירן, פארפירן, שמועסן, רעדן און מאכן מעשוגע, פונקט ווי פארדעם!
נארישקייט האט נאך אלס א פארצוג... (גיי פארשטיי פארוואס? א זאך וואס קיין שום נארמאלע וויקיפעדיע פארמאגט נישט, א חוץ יידיש!!! זייער שיין).

א יידישער וויקיפעדיע קען נישט האבן קיין הצלחה נאר אויב עס שלוסט אויס יעדער סארט באשרייבונג פון חרידישע פאליטיק (טעמעס וואס האבן נישט דירעקט א שייכות מיט די פאליטיק, אפי' ס'רירט נאר אן אגב'דיג, טארן אויך נישט באשריבן ווערן), און ועל אנהויבן דעקן די אינטערסן פונעם נארמאל געבילדעטער קלאס מענטש און נישט דער נידעריגער סארט קלאס!!!

קיינער קומט נישט זוכן אין אן ענציקלאפעדיע, נישט קיין נארישקייט נייעס און נישט קיין באשרייבונג איבער זיינע פאליטישע אדער רעליגיעזע פירער. לאזט אייך ארויס פון די צוויי זאכן!

פארשטייסט שוין?
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

דיינע טענות זיינען מורא'דיקע טענות מיטן אן אייזערנע געשטעל; אויב וואלט די וויקיפעדיע געוועזן ביז היינט קאנטאלירט דורך איינעם. אבער אין פאקט איז די
וויקיפעדיע ביז היינט נישט געווען קאנטראלירט דורך "קיינעם". און דערפאר האט געקענט פאסירן אזעלכע וואנדאליזם דורך איין פראבלעמאטיקער פערזאן.
דו פרעגסט פארוואס ביז היינט איז נישט געווען ווער זאל באוואכן? דער ענטפער איז ווייל קיינער האט זיך נישט געמיעט זאל דאס געשען. מע האט אים פשוט
געלאזט מאכן וואס ער וויל אן זיך ווענדן צו די העכערע אחראים פון די אלגעמיינע וויקיפעדיע. איך מיט מיין קראנקן ענגליש האב זיך געווענדעט צו עטליכע אבער
ווי נאטורליך האט יענער אויסגענוצט דעם פאקט אז קיינער פארשטייט נישט קיין יידיש און האט מיך געווונען נאכן זיי פארדרייען די יוצרות. אבער אין א צייט
ארום האב איך מצליח געווען כאפן א שמועס מיט עטליכע סיסאפס פון די העברעישע וויקיפעדיע, און זיי פארגעשטעלט וואס גייט דארט פאר. אין אנפאנג האט
יודל כהרגלו פראבירט אויך זיי פארדרייען די יוצרות, אבער זיי וואס פארשטייען אויך א ביסל יידיש האבן געכאפט וואס גייט דארט פאר און אנגעהייבן אויספירן
א שטרענגן אויפזיכט. דאס האט נאר ערשט פאסירט, מען דארף זיין נאך א ביסל געדולדיקט און פיששששט יענער פליט אוועק פון אונדז.
זע צב"ש דא און דא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זעהט וואס ער הראל שרייבט אויף יידל: לפעמים נדמה לי שהוא האיש היחיד בוויקיפעדיע כולה. דאס וואס מיר טענה'ן שוין לאנגע יארן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

און רותם-ליס שרייבט אויף אים: לא אערוך במיזם זה כל עוד כותב בו משתמש כמו יידל
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

רותם ליס,
what a name
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

רוני
א שיינעם דאנק פאר דיין ענטפער. מער ווייניגער זעה אז דו ביסט מודה צו מיר איבערן פארגאנגענהייט, די פראגע איז נאר איבערן צוקונפט.

איבערן צוקונפט בין איך זייער ספק'דיג. ווייל זיי וויסן, אז די פערשוינען זיצן נישט אין מייזל לאך. נאך היינט צוטאגס ארבעטן זיי דארט ארום פיר-און-צוואנדיג שטונדן, מיטן איין איינציגן ציל, בכדי צו באאיינפלוסן די אלגעמיינע וויקיפעדיע אז זיי, און נאר זיי, זענען די וואס קענען פארפיגן איבערן גאנצן פראיעקט פון דער יידישער וויקיפעדיע. וויאזוי איז מען געזיכערט אז מארגן איבערמארגן וועט מען נישט האלטן דארט ווי נעכטן?

און אפי' איבערן פארגאנגענהייט איז אויך עפעס אומפארשטענדליך. ווי אין דער וועלט איז מעגליך אז אייניגע אויסווארפן זאלן קענען באאיינפלוסן א גאנצע באערדע, במקום ווען הונדערטער האבן זיך כסדר באקלאגט? נישט איין מאל און נישט צען מאל נאר הונדערטער און הונדערטער מאל. מען האט פאר די באערדע דאס איבערגעצייגט מיט לעבעדיגע פאקטן, און מסביר געווען אז די פערשוינען ברעכן די אלגעמיינע וויקיפעדיע געזעץ און ס'האט גארנישט געהאלפן, ההיכן? ווי אזוי האט דאס געארבעט? זיי ביטע מסביר: הונדערטער באקלאגן זיך הונדערטער מאל, און נאר איינער איז אלעמאל גערעכט? וויאזוי פארשטייסטו אזא סארט מהלך פון א באערדע?
זענען נישט די פארלאפענע פאקטן א מוסטער פאר בייגן געזעצן לויטן נויט און באדערפעניש???
וויאזוי קען מען זיין געזיכערט אז דאס וועט נישט ווייטער פאסירן?
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

ווייל מיין ציל איז מען זאל שענקען אלס מנהל עטליכע וואס רעדן גוט יידיש און האבן גענוג צייט, אזוי וועט די וויקיפעדיע אריינגיין אונטער פולשטענדיקע קאנטראלע. אויף דעם דארף מען נאך ווארשיינליך ווארטן נאך א ביסל, אבער צו סוף וועט דאס מוזן געשען (אויב מיר וועלן זיך עקשנענן אופקאוז).
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אינטערסאנט, דו ארבעטס שוין דארטן א היבשע שטיק צייט און דו האסט נאך אלס נישט באוויזן דיין ציל...

ביטע, אויב מעגליך, גיב אן ערקלערונג וויאזוי דו האלטסט אז דיין ציל וועט ערפילט ווערן, במקום ווען מיינע אלע אויבנדערמאנטע פראגן זענען געבליבן אומפארענטפערט און דו האסט זיך בכלל נישט באצויגן צו דעם.
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

דיין פראגע איז איינס: "יודל".
מיין ענטפער איז אויך איינס: "געדולט".

אבער איך קען דיך פארשטיין. ווען נישט מיין מאדנע ענטוזיאזם(התלהבות) צום וויקיפעדיע וואלט איך אויך נישט מיך געקענט דערווארטן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דיין ענטפער "געדולט" איז אבער נישט קיין אנטווארט אויף מיין פראגע.
"געדולט" וועט נישט ארויסשטויסן יודלען און טוישן צוקונפטיגע פאקטן, צוליב די סיבות וואס איך האב אויבן געשריבן און געפרעגט און זענען נאך, לעת עתה, געבליבן אומפארענטפערט.
נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחבי בן ופסי »

איך שטעל מיך צו צו רוני און איך בין אפטעמיסטיש איבער די צוקונפט פונעם יודישן וויקיפעדיע (פארשטייט זיך נאר אויב ס'וועט זיך אויסשטעלן פאר ריכטיג זיינע ווערטער) און אויף די אנדערע זייט בין איך פעסעמיסטיש איבער די וואוקס פונעם קאמפעטישן די אידישע וועלט, איך ווייס נישט אויב די תקנות הפורום ערלויבט מיר אויסצושמועסן די זאכן וואס איך האלט פאר א שטער צום אידישן וועלט דעריבער קען איך נישט צופיל מסביר זיין מיין טעם (אויב איינער איז אפילו נייגעריק)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איינער האט צוגעפיקסט די יידישע וועקיפעדיע, געטוישט זייער לאגא אויף וו עקיפעדיע. אז ס'גוט איז עס גוט.

http://yi.wikipedia.org/wiki
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אויך איז נישט געטוישט די טאג, אפשר איצט יא? אבער ביז 2 אזייגער איז עס נישט געטוישט געווען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אלבערט, קענסט דאס לייגן מארגן פארן בילד פונעם טאג
אטעטשמענטס
wikiss.jpg
wikiss.jpg (176.66 KiB) געזען 4298 מאל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גוט גוט,

גרויזאמער, אפשר קומסטו ארויף אויף גוגל פאר א מינוט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך האב אקוראשט אפגעשטאט א באזוך אינעם "היברעאישן וויקי", און צו מיין ערשטוינונג האב איך זיך באגעגנט מיט מיינע אויבנדערמאנטע ווערטער .

אבער... נישט איך האב דאס דארט געשריבן! נאר איר ווייסט ווער? נישט קיין אנדערער ווי דער אזוי גערופענער עמטליכער היינטיגער מנהל פונעם יידישן וויקי, אונטערן נאמען HAREL

ולא זו בלבד, נאר מיינע אלע אויבנדערמאנטע טענות ומענות וואס איך האב געשריבן צו "רוני", דא און דא ועוד, ווערן דארט אזוי שיין ארויפגעברענגט, אזש זיך צום באלעקן!

ליינט מיט פארגעניגן דעם גאנצן סומעטוכע דארט.
ווי ס'שיינט האלט דער גאנצער פראיעקט פונעם "יידישן וויקי" ביי גסיסה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דער באנוצער 'זלמן לייב' ארבעט פעלזן פעסט ווי א קאזאק הנגזל, אבער עס וועט איהם נישט גיין מערצעשעם.

ער חלומ'ט נאך אז הראל איז אויף זיין זייט, נאך וואס ער שרייבט איהם מורי ורבי, בערך ווי כ'וואלט געשריבן פאר מיין גייסטישע מורה דרך, כ'מיין ער איז נישט מיט אלעמען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

לתועלת הענין ווער עס האט נאך צוטריט צום יידישן וועקי, זאל ביטע גיין דא און שטימען פאר 'זלמן לייב' (מלפנים יודל) ער זאל ווערן דארט צוריק מנהל. דאס איז א גרויסע טובה פאר אונזער היימישן וויקיפידיע

מיט דאנק

געוואלד
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

לתועלת הענין, ווער עס האט נאר צוטריט צום אידישען וועלט, זאל ביטע גיין שרייבען אפאר ארטיקלען, דאס איז א גרויסע טובה פאר אונזער היימישן וויקיפידיע

מיט דאנק
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

וואסיגעווארן מיט די גאנצע מעשה?...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א שיין שטיקל היסטאריע די אשכול...

נו, איינער ווייסט וואס ס'איז געווארן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ביים קראך איז עס אונטער געגאנגען.
אפשר אויפן נייעם סייט וועט עס צוריקקומען....
...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”