וויקעפעדיע טאגבוך

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלבערט

וויקעפעדיע טאגבוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

גוט, קודם יישר כח פאר אייער ווארימע באגריסונג, ווי איך האב שוין געשריבן האב איך זיך אסאך געדרייט אין וויקעפעדיע, אדער אין אידיש גערעדט "וועקיפעדיע", וויל איך דא ברשות כל הקהל הקודש גרינדן אזא אשכול ווי איך און אנדערע וועלן קענען זיך לאזן הערן, אונטערהאלטן, שמייכלן, פונעם וויקעפעדיע.

וואס איז דאס וויקעפעדיע?

וויקעפעדיע פאר זיך איז א ערפינדונג פונעם יאר הונדערט, אויפגעקומען דערמיט איז איינער מיטן נאמען זשימי וועילס . דער רעיון דערפון איז צו שאפן א אינציקלאפדיע אויף אלסדינג און אלעמען. בעסער ווי אלע ביז היינטיגע אינפארמאציע קוועלער. דער יסוד איז אז יעדער מאן דהוא, ווער האט נאר אינטערנעט קען שרייבן דארט, בארייכערן און אויסמעקן. אזוי געבט ער די געלעגנהייט פאר די פארווארפענסטע מענטשן בארבע פינות העולם צו שרייבן וועגן נושאים וואס זיי ווייסן.

איז דאך אבער דער פראבלעם אז אויב יעדער קען אויסמעקן דאס וואס יענער האט געשריבן -אזוי איז דאך די גאנצע ווירטואלישע וועלט וואו מען קען עדיטן יענעמס א זאך- מאן יימר אז דער לעצטער איז גערעכט? וויאזוי קען מען וויסן וואס ער האט אויסגעמעקט? וואס ער האט צוגעלייגט? ווער זאגט אז יענער ווייסט בכלל וואס ער רעדט? אפשר איז ער א 13 יעריג גוישע טיפוש?

דא קומט אריין די געוואלדיגע אינטערסאנטע הויפט אויפטוה פון די פראגרעם וואס רופט זיך "וויקימעדיע", וואס דאס ערלויבט צו זען וואס יענער
האט צוגעלייגט אדער אראפגענומען פון דאס וואס איז פריער געשטאנען . ווי מער מען טראכט אריין דערין איז דאס א געוואלדיגע המצאה. ווייל דאס ערלויבט אויפצובויען גאנצעטע בלעטער און זען בדיוק אגאנצען צייט וועלכע ווארט מען האט אראפגענומען אדער צוגעלייגט, און אויב איז עס נישט גוט קומט א צווייטער און מעקט אויס דאס, מען שלאגט זיך ארום ביז מען איז מברר פאקטן, בקיצור יעדעס ברעקל אינפארמאציע ווערט גרונטליך דורכגעטון דורך מומחים ווי נישט מומחים, עס איז דא מנהלים וואס געבן אבאכט אז אלעס זאל זיין מיטן כוונה פון אויפבויען די זאך.

היינט צוטאגס ווערט דעי מין וועג פון אויפבויען אינפארמאציע דורך א קאמיונעטי פון מענטשן גענוצט דורך פילע ריזיגע ביזנעסער, זיי באנוצן זיך מיט די פראגרעם פון וויקי (אדער- וויקימעדיע), וואס יעדער וואס האט א סייט קען אריינלייגן אין זיין סייט א גאנצע וויקי פאר אומזינסט! (וויקימעדיע האט נישט מיט וויקעפדיע צופיל, וויקימעדיע איז די קאמפאני פון דער פראגרעם). אויך קען יעדער פריוואט אפילו אן קיין וועבסייט עפענען א וויקי פאר אומזינסט, מיט די חסרון אז דאס איז צוגעשטעלט פון א פריוואטע קאמפאני -גארנישט מיט וויקפעדיע אדער וויקימעדיע, זיי לייגן עדס, און עס איז פאבליק.

וויקעפעדיע האט זיך אין לויף פון די פאר יאר וואס עס עקזיסטירט ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס העכער ווי ערווארטעט, עס איז פון די מערסטע באזוכטע זייטלעך. ווען איר גייט אריין אינעם אויבנדערמאנטן לינק וואס צייגט די לעצטע 50 טשעינדעס אין וויקעפעדיע, און איר מאכט ריפרעש נאך א סעקונדע וועט איר פארגאפט ווערן ווי אין די סעקונדע איז שוין צוגעקומען א שלל פון פרישע טשעינדשעס, עס איז פשוט נישט מעגליך מיטצוהאלטן. עס שטעלט צו אינפארמאציע איבער אלעס און אלעמען, אן קיין אפהאלט, און מען קען דארט אפזיצען טעג וואכן און יארן און נישט אויפהערן ליינען. אין די גוישע וועלט איז דאס א רעקארד פון סוקסעס, ווייל יעדע ענין האט דאך אינפארמאציע וואס מען וויל דערשטיקן, צו ביזנעסדיג, רעליגיעדיג, אדער סיי וואס. דארט קען מען אלעס ארויסשרייבן, יעדער פאבליק פיגור (!) קען מען באשרייבן, אז עס איז דא צדדים מוז עס געשריבן ווערן מיט די גרעסטע מאס נוטראליטעט, אזוי קען קיין איין צד נישט האבן טענות, ווייל פאקטן זענען אומלייקנבאר. וואס וויקעפעדיע דולט נישט איז: השקפות און ליגענט. קיינער טאר דארט נישט זיך אויסגעבן זיינע השקפות, און קיינער טאר נישט שרייבן קיין ליגענט, אז איינער טוט דאס מעקט מען עס אויס - און ווי דערמאנט קען מען גענוי מיטהאלטן וואס און וועלכע ווארט אדער אות מען האט אויסגעמעקט- און אז יענער דרייט צוריק טרעפט ער זיך אינדרויסן.

אזוי וואקסט עס און וואקסט עס און עס זעט פשוט נישט קיין ענדע!

כדי צו זיין פולקאם געטריי צום פרייהייט פון ווארט, האט זשימי הנ"ל אויך געעפנט וויקעפעדיע אויף אנדערע שפראכן, כדי דער געלעגנהייט זאל געגעבן ווערן פאר יעדעם אין די וועלט, אויך פאר די וואס קענען נישט קיין ענגליש. פארשטייט זיך אז קיין איינס איז נישט אזוי מצליח ווי אין די ענגלישע שפראך וואס איז די מקור פאר טעכנאלאגיע און פארשריט, אבער אנדערע זענען אויך היפש שטארק מצליח אויף דעם וועג. אריינגערעכנט דער העברעאישע וויקעפעידע .

ליינט אין די קומענדיגע פאוסט: "דער אידישער וועקיפעדיע - איר פלאץ אין דער ערד, איר אומבאלומפערטקייט, ווער איז דער פולקאמער בעל הבית דערויף?"
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

זאג'שע אלבערט טייערע, ביסט געקומען פאבליצירען וויקיפעדיע דא?

כ'האב גארניקס דערגעגן, נאר זיי וואוסען אז מערהייט פון די אינגעלייט וואס דרייען זיך דא שטייען אויף א פוהל העכערע שטופע ווי די נארישע אידישע וויקי וועלכע ווערט געשריבען דורך אפאר קלי דעת.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעזי;
איך דיסאגרי מיט דיין פארוואורף 'ווער איז אינטערעסירט אין די נארישע אידישע וויקי', צוליב צוויי טעמים:

1] די רעדע און באשרייבונג פון אונזער אלבערט איז נישט באזירט אויף די אידישע וויקי בפרט, נאר בעיקר אויף די ענגלישע וויקי וואס איז טאקע א וואונדער ווי שנעל און געלונגען דאס איז מיט שלל'ס אינפארמאציע אויף א פארמאט ווי קיינמאל פריער, דעריבער קענען מענטשן דוקא יא אויסדרוקן אינטערעסע דערינען.
2] צוערשט א פארציע מוסר: א נייער מעמבער קומט אריין און האט הנאה און וויל גלייכצייטיג מהנה זיין אנדערע פון זיינע קענטעניסן, ער פלאגט זיך און גיבט אוועק פון זיין צייט צו טייפן און טראכטן, מעקן און צושרייבן, דעריבער טאר מען בשום אופן נישט מעיר זיין דערויף מיט א נעגאטיוון אויסברוך, אפגעזען די אינהאלט פון די אטאקע ווי מילד עס זאל נישט זיין. אין א חודש ארום האסטו צייט דערפאר.
נאכדערצו ווען דאס איז די ערשטע הודעה וואס ער קריגט צוריק.

איין זאך וואס איך בין עטוואס איינשטימיג, אז מן הדין וואלט דער אשכול באלאנגט אין פורום השכן 'שפראך'.


און יעצט צו אלבערט:
צו מאכט ער געלט כאטשיג פון די גאנצע וויקי אדער איז דאס בלויז א חלק פון זיינע 'אויפטוהן' פארן גוישן ציבור שלא על מנת לקבל? אויב יא, וויאזוי מאכט מען געלט דערפון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

יא, שוועמל. דו ביסט גערעכט. גארנישט. ביסט גערעכט.

איך וועל שוין זיין א וואוילע אינגעלע...
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קרעזי, כאטש דו האסט זיך שוין אנטשולדיגט, אבער איך כאפ בכלל נישט מעיקרא מאי קסבר. ער שרייבט דאך דוקא צום סוף ווי "גינסטיג" ער וועט באשרייבן אינעם קומענדיגן תגובה די אידישע וועקי. און דאס אז ער באשרייבט די גוישע איז דאך זייער שיין. א זייער שיינע באשרייבונג.

אלבערט שלום עליכם, און איך בעט דיך באשרייב דעם אידישן וועקי מיט אלע פיטשיווקעס. עס איז אן עבירה יעדן טאג וואס מען צונעמט עס נישט אויף קליין געלט (א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט טון - מעגליך אז איך וועל דיר קענען ארויסהעלפן).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך אלבערט, ס'איז גוט זיך צו באקענען מיט די זאכן, כ'האב פונקט לעצטענס אנגעפאנגען ארויפצוגיין יעדן טאג אויפן אידישען וויקעפידיע צו זעהן די טעגליכע ניייעס דארט,
די שרייבסט אז די גייסט באשרייבן די בעלי בתים דערפון און די אנפירערס, מיינט דאס אפשר דאס פון וואס זיי האבן דארט די לעצטע פאר טעג געשריבן איבער וואלן וואס איז פארגעקומען ?, כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך, אבער ס'האט אויסגעקוקט אז ס'קומט פאר וואלן דארט פאר די מנהלים.

אדרבא, לאמיר הערן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

שוועמל האט געשריבן: קרעזי;
איין זאך וואס איך בין עטוואס איינשטימיג, אז מן הדין וואלט דער אשכול באלאנגט אין פורום השכן 'שפראך'.



בס"ד

וואס עפעס
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

בס"ד

כ'פלעג אויך באזיכען ביי די וויקפידיע נייעס ביז עס איז מיר נמאס געווארען וויזו זיי טרעפען אזוי אפט נישט קיין שיינע נייעס ודי

וכלשון קרעזי אז עס ווערט אנגעפירט דורך א פאר קלי דעת (ובזה יצאתי חובת מוחאה)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלבערט, כאב נישט געגלויבט אז אזא רייכע באשרייבונג וועט קומען. קודעם יישר כחך פאר די מיה און צייט דאס צו באשרייבן. נאך אביסל ווערט דא א שטיקל וועקיפידיע, ווייל אלע אינפארמאציע ווערט דא געבראכט.... דזשאסט קידינג


בכל אופן, כ'ווארט שוין קוים אויפ'ן המשך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

קרעזי,
וויאזוי קענסטו שרייבן דאס פאלגענדע "זאג'שע אלבערט טייערע, ביסט געקומען פאבליצירען וויקיפעדיע דא?"
בשעת ווען די לעצטע שורה האט אלבערט געשריבן ווי פאלגענד: " ליינט אין די קומענדיגע פאוסט: "דער אידישער וועקיפעדיע - איר פלאץ אין דער ערד, איר אומבאלומפערטקייט, ווער איז דער פולקאמער בעל הבית דערויף?"


אלבערט
איך ווייס נישט פונקטליך צו וועלכן חלק דו גייסט זיך באציען, אבער קודם וועל איך זאגן וואס אויף מיין הארץ.
לדעתי האט דער גאנצער אידישע ר וועקיפידיע קיין שום מעלה. עס קוקט אויס ווי דער אנפירער זוכט אויס נאר עפעס א נייעסל וואס רעדט זיך פון געשלעכט ענינים, נישט קיין חילוק מענער צי פרויען, אבי עפעס, אפגעפארענע און פרייע אידן, היימישע באמעס, אויפגעקלערטע, אלע נייעס וואס קענען האבן עפעס נעגאטיוו פון א פרומען שטאנדפוקנט.
מילא ער וואלט געסערווט דעם פרייען עולם, אדער ער איז אין סיי וועלכע אנדערע שפראך , ווי ענגליש אדער עברית, וואלט מען נאך געקענט פארשטיין אז ער וויל ציען אנדערע, אבער אויף אונזער מאמע לשון אידיש, צו וועלכן אידיש-רעדנדע קווארטאל צילט ער? וואס וויל ער דא? אביסל משוגע מאכן די קליינע בחורים.
אויסערדעם זעט זיך פון די אינהאלט פון די אזויגערופענע "ארטיקלען", אז ער איז א גאר קליינער קענער , אפילו ער האט ווען אפשר חשק צו האבן עפעס ידיעה. ער רעדט סתם שטותים, און פרובירט צו אריינווארפן וואו נאר מעגליך עפעס נארישקייט אדער כלומר'שטע אויפגעקלערטקייט. מען זעט אז ביי טייל ענינים האט ער פרובירט איבערזעצן און געבן אן הסברה, אבער ער אליין האט נישט פארשטאנען וואס ער געשריבן און וואס ער האט פרובירט מסביר זיין, ווי עס דערקענט זיך קלאר פאר דער וואס ווייסט יא.
בקיצור, עס איז א גרויסער שאד אז אזא אומגעלערנטער און "וואן טרעק מיינדעד" פארשוין, (אדער די עטליכע וואס פירן) וואס האט נאר איין זאך אין קאפ און איין סארט זאך וואס ער האט ליב, זאל דאס האבן אין זיין באזיץ. גיי קלער אים אויף אז עס איז דא נאך זאכן אויף דער וועלט...
אלבערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

איידער איך גיי ווייטער וויל איך זיך אביסל אפשטעלן ענטפערן אויף פראגעס... (אפשר וואלט גוט געווען צו גרינדן א אשכול בלויז פאר קאמענטס אויפן דאזיגן אשכול)

שוועמל;זשימי טוט דאס נישט צו ווערן א מיליאנער, און ער איז נישט קיין מיליאנער. למעשה קען יעדער איינער צוקומען צו אים דורכן אנרופן די וויקעמדיע פאונדעישאן. ער זיצט דארט אגאנצן טאג. זיין עיקר ציל איז געווען צו עררייכן, זיין פאקטישע עררייכטע, רעוואלוציע אינעם פרייהייט פון ווארט. געלט באקומט ער פון פאנדאציעס - וואס דאס קלעקט קוים אויף אויסהאלטן די זאך. לעצטנס האט ער געמאכט אן אפיעל וואס עס איז אריינגעקומען א שיינע פאר הונדערט טויזענטערס.

און צו אנדערע; מיין ציל איז בלויז צו באשרייבן די פאקטן וואס זייער אסאך ווייסן נישט בנוגע דעם אידישן וועקי, מאנכע וואס געבן א בליק די ערשטע מאל אויף דעם קען צומאל אנכאפן אן התפעלות, אבער דאס איז בלויז ווייל זיי ווייסן נישט קיין פשוטע פאקטן.

פיין, לאמיר גיין ווייטער (יעדער איז שוין דא?).
אלבערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

"דער אידישער וועקיפעדיע - איר פלאץ אין דער ערד, איר אומבאלומפערטקייט, ווער איז דער פולקאמער בעל הבית דערויף?"

ווי געזאגט איז דער אויפטוה פון וויקעפעדיע געווען צו דעליווערן א פולקאמע נייע עפאכע פון פרייהייט פון איפארמאציע פון אלעס און אלעמען. פעלט זיך אבער אויס אריינצוקריכן אביסעלע טיפער אין די פשוטע פאקטארן וועלכע קאמבינירן בענזאם דער סוקסעס פונעם וויקעפעידע - כ'מיין די גוי'שע. גאנצעטע אינטערוויוס ארטיקלעך און אנאליזן זענען שוין געשריבן געווארן אויף דעם ענין, אבער לאמיר עס מאכן קורץ און שארף.

קיין איין שרייבער פון וויקעפעדיע מאכט נישט קיין געלט, פארוואס דען שרייבט מען דארט? פארשטייט זיך אז עס זענען פארהאן גענוג און נאך מענטשן אן קיין ארבעט וואס ווילן זיך אויסשלייפן דאס פעדערל דארט - די שטייגן געווענליך אין אמט ביזן ווערן א מנהל דארט ווייל זיי האבן די וועלטס צייט צו אבזערווירן דעם גאנצן וויקעפעדיע בכלליות, אבער רוב שרייבער זענען ביזנעסלייט וועלכע האבן א נגיעה צו איין ספעציפישע קאטאגאריע אדער ארטיקל צוליב טויזענט און איינס סיבות. און זיי וועלן פאר יעדן פרייז שטיין און באאבאכטן יעדער שינוי וואס ווערט געמאכט אינעם ארטיקל, יעדע מינוט שעה אדער טאג וועלן זיי גיין קוקען צו איינער האט עפעס געענדערט. און דאס דארף מען נישט זאגן אז אויפן באשעפערס וועלטל זענען פארהאן ביליאנען מענטשן מיט אנדערע דעות און מאטיוון, אזוי שטעלט זיך למעשה ארויס אז יעדע ארטיקל - און צומאל אפילו אויך ספעציפישע פאראגראפן- ווערט באגלייט פון טויזענטער פאר אויגן. אזוי ארום איז פשוט נישט שייך אז איינער זאל מיסאינפארמירן דעם עולם מיט סיי וואס. מען הרגט זיך אויף יעדביז עס "מוז" עפ"י דרך הטבע ארויסקומען א דבר השלם.

יעצט וואס געשעט ווען איינעם געפעלט נישט א געוויסע זאץ? ער טוישט עס, מען טוישט צוריק, יעדער מישט זיך אריין, איינער טענה'ט אז ער מיינט זיין השקפה, איינער טענה'ט אז עס איז פשוט ליגענט, און איינער טענה'ט אז עס איז בעביאיש דאס צו שרייבן. בקיצור מען קריגט זיך, ווער געווינט? איינע פון די מנהלים קומט צו גיין און ער מאכט זיכער אז דא גייט פאר א מחלוקת לטובת וויקעפעדיע, און נישט אז איינער האט סתם נישט וואס צו טון וכדו' וואס דאן נעמט דער מנהל די ריכטיגע שריט, אויב איז עס א מחלוקת לטובת וויקעפעדיע דאן לאזט ער פארן קאמיונעטי באשליסן דאס וואס זיי ווילן. ווי די הלכה זאגט אחרי רבים להטות.

"נאר" מיט דעם חשבון קען א וויקעפעדיע האבן סוקסעס!

שוין צו לאנג גערעדט, לאמיר אנהייבן די א"ב פון די אידישע וויקעפעדיע.

דער אידישער וויקעפעדיע האט זיך געעפנט א פיר יאר צוריק דורך איין אידישיסט, זיי האבן איינגעגעבן א פארלאנג אין די הויפט ענגלישע וויקעפעדיע אז אידיש איז א שפראך פאר זיך וואס איז ווערד א וויקעפעדיע. ווי עס גייט געווענליך אין אזא פאל איז דא וואלן, אפשר איז דא וואס טענה'ן אז עס פעלט נישט אויס וכדו'. די וואלן איז דורך און דער אידישער וויקעפעדיע האט זיך געעפנט, ער האט געטוישט די סטרוקטור אויף אידיש -פארשטייט זיך אזא אידיש פון ואף אתה הקהה את שיניו...- און זיך גענומען צו בויען קליינע ארטיקלעך על דא ועל הא.

אין דער זעלבער צייט איז א וויליאמסבורגער אינגערמאן אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש פון גיסן פעך און שוועבל אויפן באשעפער פארן באשאפן די וועלט ווי ער איז א יציר. דער אינגערמאן האט שוין געהאט א היסטאריע פון אלטע בלאגס, ער פלעגט זיך רופן מיטן ניק נאמען "אבישי". זיין אייגנארטיגקייט איז באשטאנען אין דעם וואס יעדע צופרי ביי נעגל וואסער האט ער זיך איינגעהאנדלט א קאמפלעט אנדערע נשמה ווי דער נעכטיגער טאג. באלד וועלן מיר מער צוקומען צו זיינע וואונדערליכע אייגנשאפטן.

זיין אכסניא אין יענע צייט איז געווען אונזער באליבטער הייד פארק, זיין פארום פלעגט זיך רופן "א אידישע וועלט" ער האט נאכער געטוישט די נאמען אויף וויקי נייעס , דער פלעגט איין טאג שעלטן דער סאטמארער רבי, איין טאג זיין מאמע פארוואס זי האט אים געבוירן, איין טאג געבענטש די ארטיסטן, און דער אנדערער טאג זיך געאייסערט מיט "געשלעכט"ישע עם הארצות. יעדן טאג מיט א פרישע ניק געוואנדן לויט זיין נשמה'לע יענעם טאג. זיינע דעות צווישן די ניקן זענען געווען אזוי ענליך ווי צוויי טראפן וואסער - כאטש ער פלעגט זיך סותר זיין מיניה וביה.

זיין עיקר טענה אויף די בריאה באשטייט אין דעם וואס פון זיין איגענט אן האט מען באהאלטן פון אים אלעס וואס ער ווייסט יעצט , ער האט געלעבט א מצומצם'דיגער לעבן, און נישט געוואוסט פון געשלעכט -בעיקר, און מען האט אים כסדר איינגעטיילט וואס צו טון. א זאך וואס האט אים שטארק געשטערט אויפצואוואקסטן אזא ידען וואס ער איז היינט געווארן.

פון רוב ארטיקלען זיינע אין די היינטיגע וועקי זעט מען אויף וועם ער האט געברויזט, העלפט פון די ארטיקלען זענען באשרייבונגען פון פריוואטע וויליאמסבורגער מענטשן, און די אנדערע העלפט זענען ענינים וואס ער איז געוואויר געווארן נאכן זיך עפענען די קאפ. און ער פראבירט מיט אלע כוחות עס צו באשרייבן כאחד הפראפעסראן הגדולים, להראות העמים והשרים אז ער איז געווען מצומצם, און ער איז מער נישט!

בקיצור, מיר זענען שוין ווייטער פארקראכן. דער עיקר זאך וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז דער אידישער וועקי וועט פאר קיין געלט אין די וועלט נישט קענען מצליח זיין אויף די רעלסן פון אנדערע וויקעפעדיעס. פארוואס?

"נישט ווייל" דער אידישער רעליגיע ערלויבט נישט קיין מנובלות. און פארשידענע אנדערע זאכן.

"נישט ווייל" דער אידישער קאלטור איז קליין. אדער עס איז נישטא קיין שרייבערס.

"נישט ווייל" קיינער איז נישט אינטערסירט צו האבן א וויקעפעדיע.

.... "נאר ווייל" עס קען נישט האבן די פריוועלעגיע פון אנדערע וויקעפעדיעס אז עס ווערט אויפגעבויעט דורך אסאך מענטשן מיט אנדערע דעות.

פשט?...

דער אבישי -אדער ווי ער רופט זיך אויפן וועקי "יודל" און נאך אנדערע צענדליגער נעמען וואס ער שרייבט אליינס אז עס זענען זיינע ניק נעמען- האט א אייגנשאפט וואס רופט זיך צייט! איך אליין בין געשטאנען און געשטוינט ווי פילע ערבי שבתות איז ער ביז נאכן זמן אריין געווען פארנומען מיטן זיך קרוגן מעקן און צוריקשטעלן! ערב פסח ווען יעדער איילט זיך צו ערלעדיגן די לעצט מינוטיגע זאכן, איז ער געזיצן און גע'עדיט ארטיקלעך אויפן וועקי. אומגלויבליך אבער א פאקט! אין לויף פונעם אידישן קאלענדער זענען פארהאן אזויפיל צייטן וואס עס איז פשוט נישט מעגליך צו טון אנדערע זאכן, דאן טרעפט מען אים שרייבן און מעקן אויפן וועקי. פאקט! שוין אפגערעדט פון דעם אז טאג טעגליך זיצט ער דארט עמטליך איבערן טאג אן קיין ארבעט אין דר'זייט!

איך בין איבערצייגט פון פילע זיינע און אנדערעמ'ס פאוסטס אז דער מענטש פארמאגט "יא" א ווייב און קינדער. עס איז געווען איינער וואס האט זיך כסדר גערייצט מיט אים און ארויסגעשריבן דארט אפען זיין נאמען וואס האט אים געמאכט שפרינגען ביזן דאך, איך גיי דאס אבער נישט שרייבן דא, איך בין איבערצייגט אז יענער איז דאס - גראדע נישט אזא באקאנטע פיגור אין ריעל לייף- אפשר וועל איך ענטפערן אז מען פרעגט מיך אין אישי.

יעצט, דער אידישער וועקי פארמאגט דאך נאר דערווייל איין אקטיווע שרייבער - דאס איז יודל הנ"ל, און וואס זיין ציל איז באדארף מען קיינעם נישט זאגן. ווען עס קומט אריין א אינגערמאן ווי איך און דו מיט א אתרעותא דלתתא צו באארבעטן עפעס אן ארטיקל, יודל זעט דאס באלד עס שמעקט אים נישט אז איינער רוקט זיך אריין דא אזוי כלאחר יד און ער וועט אים איבערנעמען דא די זאך. וואס טוט יודל? צוליב זיין אקטיווקייט האט מען אים פון די הויכע פענסטער געשאנקען טעכנישע הנהלה'שאפט, ער נעמט קער פון יענעם אינגערמאן! און ווען עס העלפט נישט אדער קען זיך נישט קיין עצה געבן באקומט ער הילף פון נישט קיין אנדערעם ווי . דעני וואהל - דער פערזענליכע געהילף פון זשימי הנ"ל - אנפירער פון וויקעפעדיע האינטערנאציאנאלי. דעני קען עטוואס אידיש, ער קען זיך אויס אין אינערליכע מחלוקת ביי חסידישע קרייזן. איך פערזענליך האב אים שוין אנגעקאלט, האט ער מיר געזאגט אז יודל קאלט אים דריי מאל א טאג, און הערט נישט אויף צו רעדן! פאקט!

וויאזוי וואלט עס געגאנגען אין אנדערע וויקעפעדיעס? ווי מער אקטיוו מען איז, פארמאגט מען אלץ מער טראסט. איינער וואס איז בכלל נישט אקטיוו האט נישט קייין רעכט צו וואלן. איז היות דא איז נישט שייך מען זאל זיין מער אקטיוו ווי יודל'ן, ווער אין די אידישע גאס פארמאגט דען אזויפיל צייט -רבונו של עולם!- וויפיל דער מענטש פארמאגט? וועט ער ווארשיינליך בלייבן דער פולער בעל הבית אויפן וויקיפעדיע.

אינעם קומענדיגן ארטיקל וועל איך בעזה"י גיין בפרטיות איבער די היסטאריע -מיט לינקס- וויאזוי יודל האט זיך אן עצה געגעבן מיט כסדרדיגע שטערערעס פון זיין פראיעקט "קער צו נעמען פון די חסידישע גאס".

דערנאך וועלן מיר צונעמען זיינע געוואלדיגע ידיעות בכל מקצועות התורה.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

אלבערט,

איך פאל דיר צו דיר פוס, און איך בעט פון דיר אנטשולדיגונג פארן דיר באשולדיגן אלץ איינער וועלכער איז געקומען פאבליצירן דעם וועקי. איך האב ביי מיר געטראכט אז, הנה, אבישי האט זיך אריינגערוקט אין קרעטשמע און גייט אנפאנגען צו פארפירן.

א גרויסען דאנק. זייער א שיינער ארטיקל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלבערט
שכויח פאר דיין אנטווארט, ענטציקט פון דיין רייכער שיינער פענע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

שכוח אלבערט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלבערט, הערליך. כ'מוז דיר זאגן אז דו האסט אן עקסטערע געבענטשטע שרייבט טאלאנט. שרייבסטו קורץ און שארף, קלאר ארויסגעברענגט די נקודה ביז'ן ענד.

קיפ און.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אלבערט, אלבערט, ביסט גאר גוט, בעסער געזאגט: ריזיג!!

איך קען מיך נישט איינהאלטן פון אויסשרייען צו דיר א הויכן הארציגן יישר כח. זאל דיר דער אייבירשטער באצאלן פאר אלעם גוטן.

(איך אנטשולדיג מיך פאר דעם ערשטן ברוך הבא וואס איך האב דיר געמאכט, באמת איך האב געשטוינט ווי גוט דו קענסט עס אראפלייגן:

יגרסהדותא האט געשריבן: עליכם השלום, אלבערט.

(א פרייוואטע טובה, ברענג נישט יענטץ אריבער אהער, יש"כ).
)
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

אלבערט
(דרך אגב, איז עס זייער א גיטער ניק-נאמען פאר דיר)

זייער קלאר און גוט ארויסגעברענגט, יישר כח, קיפ אן.
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

איך בין א רעגלמעסיגער שרייבער דארט, (און א נייער דא), איך האב שוין דארט כמה פעמים געשריבן אז איך זעה נישט קיין שום פיוטשער, די סיבה פאר מיין שרייבן דארט איז בלויז פאר מיין פערזענליכע ענטערטענמענט, אויך איך האב מיך ליב צו טענה'ן מיט יודל, ער איז זייער א גראדער מעכל, ער ווערט שנעל באליידיגט, איך פרוביר זיך צו אראפלאזן צו איהם אין רעדן זיין שפראך.

ווי אלבערט זאגט די עיקר סיבה פארוואס סעט גארנישט ווערן דערפון איז ווייל דער יודל לאזט זיך נישט מיט ארבעטן, ער וויל נאר אליינס, און ער האט די טול צו ענפארסן, דהיינו "צייט".

נאך א גרויסע סיבה איז ווייל די ענציקלאפעדיע איז געשטעלט אויף א סעקיולערן פרינציפ, און די מציאות איז אז די ווייסער און באלערנטע מענטשן פון די ידיש ספיקינג קאמיוניטי זענען דייקא די פרומע און די חאניאקעס, זיי זענען די יודע ספר און קענען היסטאריע, אן זיי איז נישט דא מיט וועם צום טיש צו גיין.
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

עס איז דא דארט א צווייטער גרויסער שרייבער מיטן ניק רוני מיט נאך שמות נרדפים, דאס איז זיין "ארטש נעמעסיס", די צוויי רייסן זיך ביי די קעפ, דער רוני האט שוין מער ווייניגער אויפגעגעבן, אבער ווען אימער א פרישער איניסענט שרייבער קומט ארויף באפאלט ער יענעם אז ער איז לעולם רוני, אויף מיר האט ער זיך געשוואוירן אז איך בין דער רוני. א כלל ער איז זייער דיפענסיוו און בוליאיש.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אלבערט יישר כח מעומקא דליבא, הערליך שיין און צום פוינט. ווי אלבערט אליינס...

געוואלד שלום עליכם! מיר האבן שוין דא יעצט א כחא דציבורא פון אמאליגע און היינטיגע וועקי באנוצער. צוזאמען עלמיר זיך פראבירן אריינצובאקומען אין די טיפע צמצום און שימל זעקלעך אין יודל'ן'ס מח.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

אלבערט יישר כוח כ'זעה אז די האסט די פענע פעסט אין די האנט נו שרייב אין כעל ליינען אקעי ביי
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פאר אלע געוועזענע (ריקאווערינג) וועקי-פעדיע באנוצער, מיר באלעקן זיך מיט אייערע שיינע ארטיקלן דאהי. כה לחי.
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

בס"ד
אטעטשמענטס
wic.jpg
wic.jpg (19.97 KiB) געזען 6692 מאל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נעבעך...
עיפריל
עניוועי, שיקטס אים א רפואה שלימה...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”