וויקעפעדיע טאגבוך

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאס איז נאר צו באשטעטיגן אז נישט קיין אנדערער, נאר די אליין האט זיך איינגעשריבן,
דאס איז צו פארמיידן מענטשן פון ניצן א פרעמדנס אי-מעיל אדרעססע,

אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט, איי ווי הויבט מען אן צו שרייבן ? א גוטע קשיא, כ'ווייס דערווייל נישט קיין תשובה,

בדרך אגב: ס'קומט א מעלדונג אז ק'וועליע לאזט זיך ארויס פון ספארט'ס און לייגט זיך אריין אין יודישען וויקי, ווינטש מיר אים אסאך הצלחה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פארוואס דאס איז געמאכט געווארן, פארשטיי איך, די שאלע איז נאר פארוואס ס'ארבעט נישט, שוין די דריטע מאל וואס כ'פרוביר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

די ניצט מסתמא gmail

איך האב אויך געהאט די זעלבע פראבלעם, די עצה שטאטס קליקן אויפן לינק, האב איך געקאפיט די גאנצע לינק און עס געפעיסט אינעם עדרעס באר
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

סאכדעס, צו דיין פראבלעם, האב איך נאכנישט קיין ענטפער.

צייטליך, צו שרייבן א "נייע ארטיקל" טוה אזוי:

ביי די רעכטע זייט, וועסטו זעהן דעם קעסטל (איך לייג שוין א בילד) טייפ אריין דאס ווארט אויף וואס דו ווילסט זיך שטעלן, למשל מזוזה, סדר-נאכט, דריק אויף "גיי", און אזוי הייבסטו אן דעם ארטיקל.

חזק
אטעטשמענטס
untitled.JPG
untitled.JPG (5.17 KiB) געזען 5083 מאל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גראדע איז עס געווען HOTMAIL

יישר כוח דיין עצה האט געהאלפן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יאפ'ס, די עצה האט געהאלפן מיר (G-MAIL) אויך.

ס'ארבייט שוין פיין. שכויעך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איך האב שוין אויך אויפגעסיינט,
א דאנק פאר די אלע עוסקים באמונה. השי"ת זאל העלפען איר זאלט מאכען אזויפיל געשעפטען און געלט אז איר זאלט נישט האבען קיין צייט פאר די שטותים.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

נאטורליך, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען רואיג זיצן און ליינען, זאלסט נישט האבן קיין צייט צו וואונטשן אזעלכע פאני ברכות
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

חאחאחח
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פליז, מיט דעם הייבט מען אן?
*
איך האב מיר געעפנט א ניק דארטן:
http://yiddishworld.wiki.co.il/index.ph ... 7%A7%D7%A2
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נאטורליך, וואס איז די מאטיוו פון אזא זאך?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

מאשקע, זייער שיין. ממנו ילמדו
סאכדעס, עס איז א בחינה פון טעסטינג טעסטינג. גיב א שמייכעל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך נוץ אויך GMAIL און איך האב ב"ה נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיטן אויפסיינען.

הילף וויאזוי צו נוצן וויקי ברויך איך יא, ביטע.

און א ריזן יישר כח פאר אלבערט און אלע וואס שטייען אונטער דעם גראנדיעזן פראיעקט, און אלץ מייסד הקרעטשמע וויל איך זיך באזונדער באדאנקן וואס איר שטעלט אהער א שוועסטער-זייטל וואס וועט האפנטליך פארן אויף די זעלביגע נייטראלע אידישליכע רעלסן.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'בין נעכטן געווען ממש נישט ביימיר, כ'בין געווען אויסארדנטליך פריילעך א גאנצע פארנאכטס, כ'בין קוים קוים אנטשלאפן געווארן מיט זיסע חלומות. געבענטשט זאל זיין אלבערט פון היינט אויף אייביג.

בשם ה' נעשה ונצליח, והשם עלינו ברחמיו ירוויח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מעידזשאר נייעס:
די "דזשעי-נעט" לאזט נישט אדורך צו די אלטע אידישע וויקיפידיע!!!
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

סאכדעס האט געשריבן: כ'בין נעכטן געווען ממש נישט ביימיר, כ'בין געווען אויסארדנטליך פריילעך א גאנצע פארנאכטס, כ'בין קוים קוים אנטשלאפן געווארן מיט זיסע חלומות. געבענטשט זאל זיין אלבערט פון היינט אויף אייביג.

בשם ה' נעשה ונצליח, והשם עלינו ברחמיו ירוויח.


כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול אבער מען זעט אז די הערסט הרב אמנון יצחק שליט"א
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

די נייע אדרעס, ביטע פארצייכענען

http://www.ivelt.com/wiki
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וואס גייט פאר ?
ווען איך לייג אריין מיין ניק 'צייטליך' אין 'אידישער וועלט' שרייבט ער אז ס'איז נישטא אזא ניק, בו ביום ווען איך האב היינט אליין איינגעסיינט מיט די ניק צוויי מאל, נישט פארשטענדליך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחבי בן ופסי »

איך פארשטיי נישט וואס איר פריידט זיך אזוי, אנטשולדיגט זייט נישט ברוגז אז איך האלט אנדערש ווי אייך, די וויקיפידיע ווי נישט גוט ער זאל נישט זיין איז אבער נאך אלס צו געפונען דערין ארטיקלען און באשרייבונגען וואס אין די נייע וויקפידיע וועט דאס קיינמאל נישט אנקומען, און ניין איך מיין נישט שמוץ ח"ו, איך מיין אנדערע וועלטליכע זאכן ווי: Science, Physic, Social, Finance, Biology, Medicine און נאך צענדליגער און צענדליגער אנדערע וועלטליכע נושאים
די פאקט איז אז אונזער היימישער עולם וואס האט ב"ה קיינמאל נישט גראדואירט קיין קאליזש האבן גאר א קנאפן מושג אין די אלע ענינים, און אז מען וויל עפעס זאל זיך בויען אין אידישן שפראך מוז מען ליידער צוקומען צו די נישט היימישע אידיש רעדנערס ווייל זיי קענען דאס יא
איך מיין ווילסט האבן א וויקפידיע וואס זאל ענהאלטן נאר רעליגיעזע באשרייבונגען? און אפי' דאס זאל דאס האבן דעם געשמאק פון די קינדער אויסגאבן וואס דערציילן דיר פון אלעס פון אל"ף וועגן דעם הייליגן יום טוב און וועגן דעם הייליגן בית המקדש פון די הייליגע תורה וכו' וכו'
די אלע ארטיקלען וואס די היימישע אינגעלייט קענען שרייבן, וועט לכל היותר זייער קענטעניס אויסקוקן ווי די מאגערע באשרייבונגען אין די היימישע אויסגאבן און פארגעס נישט די באשרייבונגען דארטן אפי' די טובים שבהם, זענען שוין נאכן ארבעטן דערויף גאנצעטע טעג וואכן און חדשים און ואחרי ככלות הכל זענען זיי באצאלט דערויף און ארבעטן מיט פלייס קאפ און מח, סאו ווילסט מיר זאגן אז וואלונטירן וועלן קענען צושטעלן כאטש די מינימום שטאף? קיינמאל
אמת איך בין מודה צו די אלע פראבלעמען וואס זענען דא אויפגעברענגט געווארן, אבער א וויקי פון בלויז היימישע ידיעות איז זיכער נישט אינטערסאנט פאר סתם א יודישן אינטערנעט באנוצער
און נאכאמאל איך וויל נישט סתם קריטיקירן איך וויל בלויז אויסשמוסן האלט איר אנדערש?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אלבערט, פליז לייג ארויף דיינע אלע היזיגע ארטיקלעך, אינעם נייעם וויקיפידיע.
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

נחבי, חמש תשובות בדבר:

איינס, אייער טענה האט נישט קיין שום גרונד, ווייל די מציאות איז אז 90% אידיש רעדנדיגע זענען און די קלאס וואס איר זאגט האבן קיינמאל גראדואירט א שטודיע, די אידיש רעדנדיגע וואס זענען יא שטודירט זענען די פרייע אידישיסטן, יעצט לשיטתך, ווילט איר מיר זאגן אז די גאנצע אידיש ספיקינג קאמיוניטי אנגעוויזן אויף די מיעוט אידישיסטן צו מאכן אן ענציקלאפידיע?

צוויי, יו שוד בי סורפרייזד, עס זענען דא גענוג און נאך היימישע וואס אן זייער שטודירן, פארשטייען זייער גוט אן עסק און קענען זיך נאך גאנץ פיין פארמעסטן מיט די געשולטע אידישיסטן.

דריי, רוב אידיש רעדנדיגע וואס זענען טאקע שטארק אינטערסירט און א נושא וואס ברויך אביסל ידיעה און סייענס אדער שטודירן, וועט ענדערש ליינען די ארטיקל אין די ענגלידע וויקיפעדיע, אפי' זאל זיין דער זעלבער ארטיקל אין אידיש, איך זאג אייך צו אז דער חאניאק וואס קען קוים זיך אויסקראצן איין ענגלישן זאץ, וועט קיינמאל נישט זיין אונטערסירט אין סייענס, עלי ואל צאורי.

פיר, דער אויפטוה פון א אידישע ענציקלאפדיע איז אסאך מער אינטערסאנט די ידיעות פון דעם היימישע איד ווי דער אידישיסט, איבערהויפט איבער אידישע ענינים, וואס מען קען נישט טרעפן אינעם ענגלישן וויקיפעדיע. וואס דער אידישיסט אפפערט וועל איך ענדערש גיין צום ענגלישן ענציקלאפידיע.

פינף, מיר לאזן הארצן גערן די אידישיסטן זאלן אריבערקומען ביישטייערן צו אונזער וויקיפעדיע, אזוילאנג ווי ער האלט זיך צו די פרומע ערליכע פרינציפן, די אינדעדטיטעט פון די שרייבערס זענען דאך קאנפידענשל.
נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחבי בן ופסי »

געוואלד - איך זעה (לויט אייער ניק) אז איר לייגט פערזענדלעך אריין כוחות אין דע אויפבוי פונעם נייעם וויקי, איך האף אז איך טשעפע אייך נישט פערסענעל אדרבה קח את ברכתי עלה והצלח ומי יתן והי' איר זאלט מצליח זיין, אבער לגבי אייערע תי' פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איר זאגסט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
1 איר פרעגט צי די גאנצע יודישע קאמיונעטי איז אנגעוויזן אויף די יודישיסטן?, איך וויל נישט זאגן הויך אבער ווען עס האנדלט זיך איבער קולטורישע אנגעלעגנהייטן דהיינו ארויסצוגעבן א אינצלאקפידיע אויף יודיש זענען זיי די וואס קענען דאס, והא ראי' 1. זיי האבן שוין פאבלישייזד אזא זאך און דער היימישער עולם נישט 2. נעמט א משל דעם עקזעסטירנדע (טריפענעם) וויקי און קוקט דורך די ארטיקלען, מער ווייניגער די היימישע געשרייבעכצער זענען פון די פאר היימישע שרייבערלעך און די באלערנדע ארטיקלן –וועלכע באהאנדלען נישט די טעגליכע גערעדעכצער פון אונזערע ווילי'שע מקוה'ס- זענען עפ"י רוב נישט פון היימישע שרייבערלעך מען קען דאס דערקענען לויטן סטיל פונעם געשרייבעכץ דו"ק ותשכח
2 איר זאגט איך וועל זיין סורפרייזד אז דער היימישער עולם קען יא, אדרבה מי יתן והי' בעסער קען דאך נישט זיין אבער לעת עתה בין איבערצייגט אז עס וועט נישט צושטאנד קומען אבער ס'נישט אויסגעשלאסן
3 איר פארהאפט מיר על צואריך אז דער חסידישער כאניאק איז נישט פאראינטערסירט אין סייענס וכו' און בחדא מחתא זאגט איר מיר אז די נישט כאניאקעס קוקן ענדערשט דעם ענגלישן וויקי אפי' ס'דא דערפון א יודישע באשרייבונג, איך בין טאטעלי מחולק ווייל איך קען צענדליגע היימישע יונגעלייט וואס קענען בלויז דעם היימישן אויסגעקראצטן ענגליש וויאזוי מען לערנט דאס אין די היימישע מוסדות'ער און אף על פי כן האבן זיי א שטארקע נייגער צו וויסן הונדערטער וועלטליכע ידיעות, און יא אפילו כאניאקעס אויך וואס מיינסטע די כאניאקעס וואס זיצן אויפן אינטערנעט האבן נישט קיין נייגער צו ידיעות?
4 דא זאגט איר אז די רעליגיעזע ענינים וועט בעסער באארבעט ווערן אינעם נייעם וויקי, מעגליך אבער רוב וואס זוכן א יודישע אינצלאקפידיע זוכן נישט קיין רעליגיעזע ענינים, דאס קען מען ליינען פיל בעסער און שענער אין די אלע היימישע אויסגאבן מדי שבת בשבתו מועד במועדו חג בחגו
5 איר לאזט צו די פרייערע יודן זאלן קומען דא, די פראבלעם איז נאר אז זיי וועלן נישט קומען, א אינצעלאקפעדיע קען מען נאר בויען ווען 'יעדער' לייגט צו א פלייצע אויב לייגן נאר צו פלייצעס מענטשן פון איין סארט קרייז וועט דארט זיין נאר זאכן וואס די קרייז קען און טראגט פאר מיט זיך
און צום סוף נאכאמאל איך ווינטש אייך פיל הצלחה
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נחבי בן ופסי האט געשריבן: געוואלד - איך זעה (לויט אייער ניק) אז איר לייגט פערזענדלעך אריין כוחות אין דע אויפבוי פונעם נייעם וויקי, איך האף אז איך טשעפע אייך נישט פערסענעל אדרבה קח את ברכתי עלה והצלח ומי יתן והי' איר זאלט מצליח זיין, אבער לגבי אייערע תי' פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איר זאגסט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


קודם מוז איך אייך זאגן רבי נחבי, אז איך האב עקסטער הנאה פון אייער מהלך אין א וויכוח, ערשטענס, געט איר יענעם א קאמפלימענט, און שנית רעדט איר נאר ווי איינער זאגט: הער אויס נאך א מיינונג.
ומי יתן והי', אז אין אלע וויכוחים ביי כלל ישראל זאל אזוי זיין.

לאמיר מאכן אן הקדמה, מיר זענען אידן בני אברהם יצחק ויעקב, מיר זענען צוגעבינדן צו א תורה, די תורה הקדושה איז אונזער וועג-ווייזער אין אלע אומשטענדן, און ביי אלע אנגעלעגנהייטן. ווען אידישע קינדער עפענען א מוסד, קענען זיי נישט עפענען א ביכל פון א גוי, און קוקען וויאזוי מ'פירט זיך אויף מיט קינדער. ווייל אידישע קינדער זענען נישט קיין גוי'אישע קינדער, הקב"ה האט אונז אפגעטיילט פון די גוים, נישט נאר ווייל ער איז א גוי און איך בין א איד, נאר ווייל איך בין א איד, בין איך אן אנערע סארט זאך, אן אנדערע סארט באשעפעניש, וואס באפרידיגט א גוי, באפרידיגט מיך נישט. דאס וואס איז מרצה א גוי בשעת כעסו, איז נישט מרצה קיין איד בשעת כעסו. די קולטור פון א גוי איז נישט די קולטור פון א איד. אלזא, קען מען נישט לערנען פונ'ם גוי גארנישט, נישט קיין מהלך אין חינוך, נישט קיין מהלך אין לימודים, און נישט קיין מהלך אין מענטשליכקייט, אלעס אלעס, דארף מען לערנען פון די תורה, אדער נעמען הדרכה פון א תורה איד, וואס ווייסט וויאזוי ארויסצונעמען פון די תורה את המעשה אשר נעשה.

און איצט על ראשון ראשון ועל אחרון שנית:

נחבי בן ופסי האט געשריבן: 1 איר פרעגט צי די גאנצע יודישע קאמיונעטי איז אנגעוויזן אויף די יודישיסטן?, איך וויל נישט זאגן הויך אבער ווען עס האנדלט זיך איבער קולטורישע אנגעלעגנהייטן דהיינו ארויסצוגעבן א אינצלאקפידיע אויף יודיש זענען זיי די וואס קענען דאס, והא ראי' 1. זיי האבן שוין פאבלישייזד אזא זאך און דער היימישער עולם נישט 2. נעמט א משל דעם עקזעסטירנדע (טריפענעם) וויקי און קוקט דורך די ארטיקלען, מער ווייניגער די היימישע געשרייבעכצער זענען פון די פאר היימישע שרייבערלעך און די באלערנדע ארטיקלן –וועלכע באהאנדלען נישט די טעגליכע גערעדעכצער פון אונזערע ווילי'שע מקוה'ס- זענען עפ"י רוב נישט פון היימישע שרייבערלעך מען קען דאס דערקענען לויטן סטיל פונעם געשרייבעכץ דו"ק ותשכח.


היימישע שרייבער און דענקער האבן נישט געשריבן אין די קולטור'ישע ענינים, צוליב איין סיבה. ווייל עס איז געשריבן געווארן לויט גוי'אישע מושגים, און צוגאב, וואס יעדער רעכטדענקענדיגער מענטש, האט זיך נישט געפילט אין פלאץ, צוליב די אלע אומאיידעלע באשרייבונגען וואס זענען געווען אמערסטענס אינ'ם גאנצן וויקי.

טאקע די אומבאלערנטע היימישע אידעלעך האבן זיך געפונען דארט דאס פלאץ, ווייל היינט געב פאר איינעם א מייק, וועט ער רעדן.

נחבי בן ופסי האט געשריבן: 2 איר זאגט איך וועל זיין סורפרייזד אז דער היימישער עולם קען יא, אדרבה מי יתן והי' בעסער קען דאך נישט זיין אבער לעת עתה בין איבערצייגט אז עס וועט נישט צושטאנד קומען אבער ס'נישט אויסגעשלאסן.


האסט נישט איבערצייגט פארקערט, עס איז געווען א פארום אין היידפארק וואס האט געהייסן שיעור עיון דארט האט מען געזעהן מורא'דיגע קענטעניסן פון אונזער היימישן ציבור, און זייער אסאך נושאים. אמת ס'איז נישט געווען גוט אויסגעארבייט, פשוט, ווייל דער סיסטעם פארנעמט נישט קיין ענציקלאפידיע, אבער אינ'ם נייעם וועקי, וועט מען זיך קענען ארויסגעבן ווי עס באדארף צו זיין.

נחבי בן ופסי האט געשריבן: 3 איר פארהאפט מיר על צואריך אז דער חסידישער כאניאק איז נישט פאראינטערסירט אין סייענס וכו' און בחדא מחתא זאגט איר מיר אז די נישט כאניאקעס קוקן ענדערשט דעם ענגלישן וויקי אפי' ס'דא דערפון א יודישע באשרייבונג, איך בין טאטעלי מחולק ווייל איך קען צענדליגע היימישע יונגעלייט וואס קענען בלויז דעם היימישן אויסגעקראצטן ענגליש וויאזוי מען לערנט דאס אין די היימישע מוסדות'ער און אף על פי כן האבן זיי א שטארקע נייגער צו וויסן הונדערטער וועלטליכע ידיעות, און יא אפילו כאניאקעס אויך וואס מיינסטע די כאניאקעס וואס זיצן אויפן אינטערנעט האבן נישט קיין נייגער צו ידיעות?


דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו זאגסט, און אויך פארשטיי איך נישט פונקט וואס 'געוואלד' האט דיר געשריבן. אבער בכל אופן זאגסטו א גוטע פוינט. אוודאי יעדער מענטש, האט א נייגער צו ידיעות. אלזא, יעדער נויגט צו א געוויסע סאבדזשעקט, און מ'קראצט אפיר פון איבעראל אינפארמאציע אויף די נושא, אפילו די וואס קענען שוואך ענגליש, וועלן אבער ליינען עד מקום שידם מגעת, און אויב וועט ער עס האבן וואו צו באשרייבן, וועט דאך שוין ווערן פון נאך איינעם אינ'ם זעלבן סאבדזשעקט א דעה. און אזוי וועט זיך עס בויען.

נחבי בן ופסי האט געשריבן: 4 דא זאגט איר אז די רעליגיעזע ענינים וועט בעסער באארבעט ווערן אינעם נייעם וויקי, מעגליך אבער רוב וואס זוכן א יודישע אינצלאקפידיע זוכן נישט קיין רעליגיעזע ענינים, דאס קען מען ליינען פיל בעסער און שענער אין די אלע היימישע אויסגאבן מדי שבת בשבתו מועד במועדו חג בחגו


מאן יימר? מ'זוכט ביידען. און דאס וועט מען שוין זעהן מיט די צייט.

נחבי בן ופסי האט געשריבן: 5 איר לאזט צו די פרייערע יודן זאלן קומען דא, די פראבלעם איז נאר אז זיי וועלן נישט קומען, א אינצעלאקפעדיע קען מען נאר בויען ווען 'יעדער' לייגט צו א פלייצע אויב לייגן נאר צו פלייצעס מענטשן פון איין סארט קרייז וועט דארט זיין נאר זאכן וואס די קרייז קען און טראגט פאר מיט זיך.


דא בויעט זיך נישט נאר פון א געוויסע קרייז, און בכלל קרייזישע ענינים וועט דא כמעט נישט ווערן אויסגעשמועסט. אלזא השקפה, יא נאר תורה'דיגע. און אויף אזא פאל, זעה איך נישט פארוואס א פרייער וואס שרייבט א גוט'ן אידיש זאל שפירן אומבאקוועם צו שרייבן אין אנדערע נושאים, ווי מעדעצין וכדו', אויב האט א פרייער זיך געפונען דאס פלאץ אינ'ם אלטן וויקיפידיע, וואס האט געגרוילט, און געקעלט, פון אלע מחלוקת'ער ביים היימישן אידנטום. און ווי דו אליינ'ס שרייבט אז זיי האבן געשריבן אין נושאים וואס דער היימישער ציבור האט נישט געשריבן, און די זעלבע זאך פארקערט, וועט ער זיך זיכער געפונען דאס פלאץ אין די נייע.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
נחבי בן ופסי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2007 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחבי בן ופסי »

ר' סאכדעס ישר כח פאר די קאמפלימענט זעט אויס ביסט א מבין ווייל מיין ציהל איז טאקע נישט מער ווי אויסצושמוסן די זאך און טאקע וועגן דעם האלט איך זיך דערווייל צוריק פון ענטפערן אויף דיינע ווערטער ווייל מאי אהני לן וואס וועט עס דען אויפטוהן, די זאך איז סייווי א פאקט אז ס'עקזעסטירט אזא זאך ווי א היימישע אינציקלאפידיע די פראגע איז נאר ווי לאנג ס'וועט אנהאלטן און צו ס'וועט זיין ציענדיג און אונטערסאנט, און דאס וועט מען לכאורה זען מיט די צייט און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז ס'ארבעט נישט און ס'נישט אינטערסאנט און נישט ציענד וועט מען דעמאלט אנהויבן ווייטער דן זיין איבער די נושא און איך וועל דאן ערקלערן ביתר ביאור מיינע ווערטער, לעת עתה וויל איך דאס נישט סתם ארונטערייסן און אוועק נעמען דעם אפעטיט פון די ארבייטער דארט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”