שליסל חלה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קהת האט געשריבן: איך האב שוין געזעהן פיר מינע שליסעל חלה

איין: מען קלעבט ארויף די שליסעל אינטען פון די חלה אזוי ווען עס איז אפגעבאקען נעמט מען עס אראפ אזוי האסטו א שעיפ פון א שליסעל.

צוויי: מען שטעקט אריין די שליסעל און די חלה אונגאנצען אריינגעשטעקט און עס בלייבט דארט ביז מען שנייט אויף די חלה.

דריי: מען מאכט א שליסעל פון טייג און מען לייגט עס אויפן חלה.

פיר: א גאנצע חלה געמאכט אויף א שליסעל שעיפ

קען מיר איינער זאגען וואס איז די ריכטיגע וועג.

און אויב איינער ווייסט ווי איז די מקור פון די וועגען.

איך האב געהערט אז מען דרוקט אריין דעם שליסל "אויף" די חלה, און מען נעמט דאס תיכף אראפ, אבער עס בלייבט א גריבל אין פארעם פון א שליסל. (שמעתי מידידי שכן קיבל מזקינתו נכדת אפטא).
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

דעם שב"ק נאכדעם וואס די רביצין שתחי' האט אנגעגרייט די פיינע חלות מיט'ן שליסעל פון אויבן, מיר האבן ביידען געגעסן דערפון, אבער נאכן סעודה האב איך געכאפט א שפאציער צום ביהמ"ד דערנעבן מיין הויז, וואס דארט איז איינקווארטירט איינע פון די רבנים המפורסמים בדורינו, און ער פירט א שיינע טיש, אזוי קומענדיק אריין צום טיש, איך האב מיר שוין באזעצט, הייבט דער רבי אן צו זאגן תורה, טאקע וועגן דעם ענין פון "שליסעל חלה" ער איז מסביר, ער האט מקובל מפי אבותי אז מ'מאכט נישט נישט קיין שום שליסעל נישט, נאר בשעת מ'קנעט אויס די טייג צו מאכן די חלה שטעכט מען אריין מיט א שליסעל און די טייג, און מ'זאגט דערביי די רבון העולמים, וואס מ'זאגט מוצאי שבת מיט די אלע שערים, פאר יעדע שער א שטעך אריין און די טייג,

אויב איינער האט שוין געהערט פון דעם מנהג ביטע אונז לאזן וויסען עס איז מיר זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין געהערט פון אריינשטעכן מיט א שליסל אין די טייג, דאס איז איינס פון די זאכן וואס מען האט טאקע געטוהן ביי מיר אין שטוב אויך, אבער די שערים זאגען איז חדשות.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ווער איז די שטעכער? דיין פאטער?
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

יישר כח ר' משה
פאר דיינע הערות אבער איך וואלט געוואלט וויסען א מקור ביטע ..............
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

Anonymous האט געשריבן: נו, חברה

וויאזוי איז די שליסל געלונגען?????
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

זיידעניו האט געשריבן: שבת נאך פסח: דער אפטער רב זי"ע (אוהב ישראל - לקוטים) שרייבט עטליכע טעמים וועגן דער מנהג וואס מען מאכט א שליסל חלה, שבת נאך פסח, (מען שטעכט אריין, אין די חלות א שליסל און מען מאכט א צורה פון א שליסל) ער שרייבט אויף דעם אז מנהג ישראל תורה. איינער פון די טעמים זענען, וויבאלד די יודן האבן דאך געגעסן "מן" ביז זיי זענען אריין אין ארץ ישראל, און פון נאך פסח (הקרבת העומר) האבן זיי אנגעהויבן צו עסן פון די תבואה פון ארץ ישראל, האבן זיי דאך געדארפט בעטן פאר פרנסה, און מיר ווייסן דאך אז צו יעדע זאך איז דא א שליסל, איז דער שליסל מרמז אויף דער שליסעל פון פרנסה.
(אוהב ישראל)
שויתי השם לנגדי תמיד
נישט קיין סאך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 20, 2012 3:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין סאך »

PRICE CHANGE: this week the cost of a challah will be $2.75 + $5.00 shlissel Gelt.:roll::roll:
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

Wife calling husband at work: "I don't know why this week every time I kneit the challah dough the minivan door pops open."
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

מאשקע האט געשריבן: די בעקעריי וואו איך קויף איין מיינע חלות, האט געבעטן מער געלט פאר א חלה מיט א שליסל.
אט דאס הייסט 'שליסל געלט'...

der isser geit shoin nisht un??l
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דערמאנונג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע:אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

שנאפס האט געשריבן: דערמאנונג
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע:אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

שליסעל חלה a.jpg
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
Zik
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2014 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zik »

שליסל חלה
אטעטשמענטס
IMG-20150415-WA0006.jpg
IMG-20150415-WA0007.jpg
IMG-20150415-WA0008.jpg
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

בחכמה פותח שערים...
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ביי אונז מאכט מען א חלה וואס פארמאגט אויבען 9 רינגען (כמנין ט),
די רינגען זענען אויסגעשטעלט 3 פער שורה אויף 3 שורות. 
אין מ'ציען שטריכען פון איין רינג צום צווייטען לויט די 'אנ-לאק' פעטה פעסווארד פון די פאון.

(בערך כזה. . .)
אטעטשמענטס
FPylOElw1Qp423FB(1)_edit.jpg
FPylOElw1Qp423FB(1)_edit.jpg (22.06 KiB) געזען 3144 מאל
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

דאס איז דאך א שליסל אין די היינטיגע עפאכע, מיט דעם עפענט מען די שלאס אויף די סמארט פאון.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע:דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

שמאטע, מיין ווייב פרעגט מיר פארוואס כ׳האב אויסגעפלאצט...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בערקא האט געשריבן: שמאטע, מיין ווייב פרעגט מיר פארוואס כ׳האב אויסגעפלאצט...

רעד נישט פון די שמאטע זי וועט נאך מיינען אז דו לאכסט פון איר.
שמאטע משום שלום בית טויש דיין נאמען שנעל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אוי שמאטע שמאטע שמאטע...
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

מפתח
אטעטשמענטס
שליסל.jpg
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

ענינא דיומא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

Jewboy האט געשריבן: פאר די וואס באקן היימישע חלות אינדערהיים נישט פארגעסן צו מאכן א שליסל חלה.

און די וואס קויפן ב'היימישע חלות, זאלן נישט פארגעסן צו קויפן א שליסל חלה.
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע:קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אתרוג האט געשריבן: דעם שב"ק נאכדעם וואס די רביצין שתחי' האט אנגעגרייט די פיינע חלות מיט'ן שליסעל פון אויבן, מיר האבן ביידען געגעסן דערפון, אבער נאכן סעודה האב איך געכאפט א שפאציער צום ביהמ"ד דערנעבן מיין הויז, וואס דארט איז איינקווארטירט איינע פון די רבנים המפורסמים בדורינו, און ער פירט א שיינע טיש, אזוי קומענדיק אריין צום טיש, איך האב מיר שוין באזעצט, הייבט דער רבי אן צו זאגן תורה, טאקע וועגן דעם ענין פון "שליסעל חלה" ער איז מסביר, ער האט מקובל מפי אבותי אז מ'מאכט נישט נישט קיין שום שליסעל נישט, נאר בשעת מ'קנעט אויס די טייג צו מאכן די חלה שטעכט מען אריין מיט א שליסעל און די טייג, און מ'זאגט דערביי די רבון העולמים, וואס מ'זאגט מוצאי שבת מיט די אלע שערים, פאר יעדע שער א שטעך אריין און די טייג,

אויב איינער האט שוין געהערט פון דעם מנהג ביטע אונז לאזן וויסען עס איז מיר זייער אינטערעסאנט

האב איך געהערט פון א אדמו"ר וואס שטאמט פון די נאדבורנא גזע אז דאס איז מנהג בית נדבורנא וכך נהג רביה"ק ר' מרדכי פון נאדבורנא זי"ע
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע:קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

א אינגערמאן רופט אן זיין רב פארזארגטערהייט: מיין ווייב האט געבאקען א שליסל חלה און עס איז פארברענט געווארען, מיינט דאס אז מיין פרנסה איז געגאנגען פייפען ?
ענטפערט דער רב: ניין ח"ו וועסט האבן גאר א גרויסע הצלחה מיט דיין ביזנעס, אבער עס וועט אלעס גיין דורך דער "שווארצע מארקעט"...
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

אין אוהב ישראל שטייט: "מנקדין את החלות במפתח"
אזוי ווי קהת'ן ערשטע וועג...
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹ א נִ שְׁאַר ז וּלַת דַּ לַּת עַ ם הָאָרֶץ"
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”