יאך האב ס'ערשטע מאל געזעהן די מנהג טאקען פונ'ם קעניג אליינ'ס אן עקסטערע שליסל חלה. קום איך אין פארסאפעט פרייטאג אהיים, און נישט מער נישט ווייניגער, ס'רביצין האט געמאכט עטליכע אזעכע קליינע חלה'לעך, פארשטייט זיך אז אויף די גרויסע חלה האט זי נישט פארגעסן ס'שליסל ארויפצולייגן.
פרייליכערהייט האט געשריבן:
וואס טוה איך [זי] אז מען האט פארגעסן. ברויך מען איבערבאקן?
די אידענע מיינע האט אריינגעלייגט א שליסל נאכן אפבאקן, נאך א מזל אז די קליינע האט אהיימגעברענגט פון שולע אז מ'לייגט שליסליך אזוי אז בא מעשה ונזכר הלכה. קען זיין אז לחם משנה האבעך שוין נישט... איז דאך דא שריים פון פסח, וועט מען ניצן א מצה, אבער חלה אנע שליסל?!