איך טראכט אז קרעדיט קומט זיך פאר גוגעל, ווייל זיי שטעלען צו די גוגעל דרייוו וואס ארבעט זייער געשמאק אויף אלע פלאטפארמען וואס דאס מיינט אז איינער ניצט גוגעל דרייוו אויף עפעל אדער ענדרויד וועט ער וויטער נוצען גוגעל דרייוו אויפען קאמפיוטער.
גוגעל ארבעט זייער שווער צו פארויס שטופען גוגעל דרייוו, אזש זיי לייגען צו נייע פיטשערס און פארעכטען פראבלעמען כסדר. און נאכדערצו שטופען זיי זייער שטארק די גוגעל עפפס פאר ביזנעס, און זיי שלעפען אוועק די פריוואטע מענטשען - וואס פארדעם האט מייקראסאפט געמאכט בחינם די עפפס אויף טעבלעטס כדי צוריק כאפען די מארקעט. און עס איז א גוטע ענטפער פון מייקראסאפט, עס ארבעט די זעלבע וואו די געהעריגע קאמפיוטער ווערסיע פון אפיס.