משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אפשר קען מיר איינער אראפלייגן און מסביר זיין, ווען משפחה נעמען האט זיך עמטליך אנגעהויבן און יעדע מדינה, און פארוואס.

יישר כח
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דוכט זיך אז אין צייטשריפט ע"ה איז אמאל געווען אן ארטיקל דערוועגן, הגם טייל פון זייערע פשטים אין די לעצטע נעמען האט ליבערשט אויסגעקוקט ווי אומגעלונגענער הומאר, ווי איידער אמת'ע פאקטן.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין די אנהייב זיבעצין יאר הונדרעט (אדער סוף די זעכצן),
ס'האט זיך אנגעהויבען אין פולין דערנאך קיין בריטאניה וכו'
אוועטאר
שהחיינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 04, 2011 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שהחיינו »

ישלהוסיף האט געשריבן: אין די אנהייב זיבעצין יאר הונדרעט (אדער סוף די זעכצן),
ס'האט זיך אנגעהויבען אין פולין דערנאך קיין בריטאניה וכו'


אינטערעסאנט, אבער אין נ"ך זעהט מען שוין לעצטע נעמען לויט די פלעצער ווי מען האט געוואוינט, ווי: הפלישתי, הגלעדי, המצרי, און נאך. וואס מערסטענס פון די לעצטע נעמען היינט צוטאגס זענען נאך שטעט אדער לענדער.
גוגל טאלק: [email protected]
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שהחיינו האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: אין די אנהייב זיבעצין יאר הונדרעט (אדער סוף די זעכצן),
ס'האט זיך אנגעהויבען אין פולין דערנאך קיין בריטאניה וכו'


אינטערעסאנט, אבער אין נ"ך זעהט מען שוין לעצטע נעמען לויט די פלעצער ווי מען האט געוואוינט, ווי: הפלישתי, הגלעדי, המצרי, און נאך. וואס מערסטענס פון די לעצטע נעמען היינט צוטאגס זענען נאך שטעט אדער לענדער.

מ'האט יענעם אזוי גערופן ווייל ער איז געקומען פון יענעם פלאץ ס'איז נאר געווען אלץ א סימן צו וויסן פון וועם מ'רעדט
דאס איז נישט געווען קיין משפחה נאמען דהיינו זיינע קינדער האט מען נישט אלץ גערופן די זעלבע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מאנ-יימער האט געשריבן:
שהחיינו האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן: אין די אנהייב זיבעצין יאר הונדרעט (אדער סוף די זעכצן),
ס'האט זיך אנגעהויבען אין פולין דערנאך קיין בריטאניה וכו'


אינטערעסאנט, אבער אין נ"ך זעהט מען שוין לעצטע נעמען לויט די פלעצער ווי מען האט געוואוינט, ווי: הפלישתי, הגלעדי, המצרי, און נאך. וואס מערסטענס פון די לעצטע נעמען היינט צוטאגס זענען נאך שטעט אדער לענדער.

מ'האט יענעם אזוי גערופן ווייל ער איז געקומען פון יענעם פלאץ ס'איז נאר געווען אלץ א סימן צו וויסן פון וועם מ'רעדט
דאס איז נישט געווען קיין משפחה נאמען דהיינו זיינע קינדער האט מען נישט אלץ גערופן די זעלבע.


ווען אין פולין (אפילו אונגארען) איז שוין געוועהן גוט איינגעפירט די פאמיליע נאמען האט מען אלס גערופען מענטשען נאך דער שטאט פון וואנעט זיי זענען געקומען, בפרט ביי די חסידים אין ישיבה בחורים.

אסאך פאמיליע נעמען היינט צו טאג זענען נאך נעמען פון שטעט, לדוגמא: דעמביצער - אין נאך וואס כ'געדענק נישט יעצט אויף די מינוט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ישלהוסיף האט געשריבן: אין די אנהייב זיבעצין יאר הונדרעט (אדער סוף די זעכצן),
ס'האט זיך אנגעהויבען אין פולין דערנאך קיין בריטאניה וכו'


און וואס איז מיט לוריא דער מהרש"ל און דער אר"י הק זענען ג'ווען קרובים די האראוויץ שפירא וכ' וואס ציען זייער יחוס פון קדושי אשכנז
דעם בית יוסף'ס זיידע האט ג'הייסען קרא וכ וכ
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שהחיינו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 04, 2011 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שהחיינו »

נעם אזאנע נעמען ווי: ענגלענדער (ענגלאנד), דייטש (דייטשלאנד), שווייצער (שווייץ), ווינער (וויען), עסטרייכער (עסטרייך), האללענדער (האלאנד), פראנצויז (פראנקרייך?), און נאך פיל לעצטע נעמען וואס זענען נעמען פון שטעטלעך און דערפלעך.
גוגל טאלק: [email protected]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אין א ניסען שאלעכץ. (נישט קיין שלעכטע משפחה נאמען).

משפחה נעמען עקזיסטירט שוין אפשר 1000 יאר, אן אפשר אפילו מער, אבער נאר געווען פאר יחידים, פאר ספעצילע משפחות, ווי למשל קעניגען אדער אדעל-לייט.

ביי די נאפאליען מלחמות נאך שנת תק"ס (1800 למספרם) איז און יעדען לאנד וואס ער האט איין גענומען, האבען זיי געצווינגען די באפעלקערונג זיך צו געבען לעצטע נעמען. דער חשבון איז געווען א פשוטע, צו קענען האלטען חשבון וויפיל מענטשען עס זענען דא, און זיי אלע אפ שרייבען.

מען דערציילט פארשידענע אינטערעסאנטע מעשיות וואס עס האט זיך אפגעטוהן בשעת'ן געבען נעמען. טייל האט מען זיי געגעבען, טייל האבען זיך אליין גענומען, און עס האט זיך געמאכט א שונא ישראל וואס האט געגעבען חוזק נעמען.

חוזק נעמען זענען לכאורה:
מיד
שלעפעריג
לאנגזאם
קראנקהייט (א דייטשער נאמען)
אין דער ליסטע איז זייער לאנג.

מען דערציילט אז רבי אביש צעהנווירט (א תלמיד פון חוזה) האט פונקט געהאלטען אין מיטען מעביר סדרה זיין און ביי די עשרת הדיברות ווען מען איז אים געקומען פרעגען וואסארע נאמען ער וויל הייסען. ער האט געמיינט אז מען פרעגט אים ווי ער האלט, האט ער גע'ענטפערט "צעהן ווארט", און אזוי ארום באקומען דער נאמען "צענהנווירט".

רבותי, לייגט צו ענקער מעשיות. עס קען ווערען גאר אן אינטערעסאטע אשכול.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אוגוסט 07, 2012 6:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

כשחייבה הממשלה הרוסית את נתיניה לכנות את עצמם בשם משפחה, בחר הרה"ק רבי מרדכי טברסקי המגיד מצ'רנוביל זי"ע
בשם טווערסקי, על שם העיר טבריה, בה התיישבו תלמידי המגיד ממעזריטש.
אין סקווירא דערציילט מען עס מיט א חסידישען געשמאק
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ידוע משפחת בינדיגיר
ווען הרה,ק רבי ברוך אברהם בינדיגיר זצ"ל אב"ד האנאשאוויטץ איז געקומן קיין אונגארן
און מ'האט אים געפרעגט פאר זיין נאמען האט ער געזאגט איך-בין-דא-א-גר,
און מ'האט עים א נאמען געגעבן בינדיגיר
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ווען מ'איז אריינגעקומען פרעגן דעם הייליגן קדושת לוי וואסערע לעצטע נאמען ער וויל, האט ער זיך אנגערופן
"אוי! 'דערבארעמדיגער' באשעפער!"
און פון דעם איז געווארן 'דערבארעמדיגער'
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שיק איז " שם ישראל קודש".
ז"ק איז " זרע קודש".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נישט יעדען האט מען געלאזט זיך רופען גאלד אדער דיימאנט
אנדערע האבען זיך געמוזט רופען זילבער
אדער אייזען.

איז דא א נאמען קיפפער?

נישט יעדער האט געקענט הייסען גרויס
האבען זיך אנדערע גערופען קליין.

שווארץ, ווייס אפשר פאר דער זעלבע סיבה,
אדער ווייל דאס איז געווען דער קאליר פונעם בארד.

אויך דא דער נאמען בלוי
גרין
און ראטה (רויט).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

משה'ס זוהן - מאשקאוויץ (מאשקאוויטש)
אברהם'ס זוהן - אברהמאוויטש אדער אברהמסאהן
יצחק'ס זוהן - אייזיקסאהן
מנדל'ס זוהן - מנדלסאהן אדער מנדלאוויטש
שמואל'ס זוהן - שמילאוויטש
יעקב'ס זוהן - יעקבסאהן אדער יאקאבאוויטש
יוסף'ס זוהן - יאסקאוויטש
אהרן'ס זוהן - אהרנסאהן
חיים'ס זוהן - חיימסאהן אדער חיימאוויטש
דוד'ס זוהן - דאוויד, דאווידסאהן, אדער דאווידאוויטש
שניאור'ס זוהן - שניאורסאהן

וואלף'ס זוהן - וואלפסאהן
בער'ס זוהן - בערקאוויטש
לייב'ס זוהן - לייבלער
הערש אדער הירש'ס זוהן - הערשלער, הירשלער, אדער הערשקאוויטש
שמערל'ס זוהן - שמערלער
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

SPUSMN האט געשריבן:
איז דא א נאמען קיפפער?.


הרב שפוזמאן
איר וואלט געדארפט וויסען דער דאקטער פונעם הייליגען באבאוו'ער רב זצ"ל מהרנ"ץ
האט געהייסן דר. קופ פער

SPUSMN האט געשריבן:
שווארץ, ווייס אפשר פאר דער זעלבע סיבה,
אדער ווייל דאס איז געווען דער קאליר פונעם בארד


אזוי אויך דער נאמען פעקעטע
מיינט און אונגאריש שווארץ

דאס מיינט און אונגארן פלעגט מען זאגען מאך מיר א פעקעטע קאפפע
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אזוי אויך איז דא נעמען נאך גרינצווייג און פירות
למשל
גרינצווייג
וויינטרויב
פעפער-קארן
פאסטערנאק
מייער
גרינבוים

משפחת שור-אקס
זענען לכאורה אייניקלעך פונעם גאון בעל תבואות שור זצ"ל
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

[quote="ראש הקהל"]אזוי אויך איז דא נעמען נאך גרינצווייג און פירות
למשל
גרינצווייג
וויינטרויב
פעפער-קארן
פאסטערנאק
מייער
גרינבוים /quote]

פעטרישקא
קנאביל-קנאבליך
שטיינזאלץ
צוויבעל
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

SPUSMN האט געשריבן: מען דערציילט פארשידענע אינטערעסאנטע מעשיות וואס עס האט זיך אפגעטוהן בשעת'ן געבען נעמען. טייל האט מען זיי געגעבען, טייל האבען זיך אליין גענומען, און עס האט זיך געמאכט א שונא ישראל וואס האט געגעבען חוזק נעמען.

חוזק נעמען זענען לכאורה:
מיד
שלעפעריג
לאנגזאם
קראנקהייט (א דייטשער נאמען)
אין דער ליסטע איז זייער לאנג.

געט א קוק דא:
viewtopic.php?p=504137#p504137
וועט איר זעהן ווי "מארק טוועין" רעדט פון די נקודה.

לייענען דעם שילדען אויף דעם מארק פון האנדל, און אויף די געשעפטען, גאלדשטיין (גאלד שטיין מ.ט.), עדעלשטיין (טייער שטיין מ.ט.), בלומענטהאל (בלום-ווייל מ.ט.), ראזענטאל (רויז-ווייל מ.ט.), וועילטשענדופט (פיאלקע גערוך מ.ט.), סינגוואגעל (זינג-פויגל מ.ט.), ראזענזווייג (רויז צווייג מ.ט.), און אלע די ערשטוינליכע ליסטע פון הערליכע און באניידענסוועוטע (ווערט מקנא צו זיין) נעמען וואס פרוסשע און עסטרייך האבן אייך דערמיט פארהערליכט אזוי לאנג צוריק.

עס איז נאך ביישפיל פון אייראפע'ס פראסטע און גרויזאמע פארפאלגונג פון אייער ראסע, נישט אז עס איז געווען פראסט און גרויזאם צו באקליידען עס (די אידן) מיט שיין און פאעטישע נעמען ווי די [נעמען], אבער אז עס איז געווען פראסט און גרויזאם אייך צו מאכן באצאלן דערפאר (פאר די נעמען), אדער נעמען אזא שרעקליכע און אפט נישט ארנטליכע נעמען, אז ביז היינט טיען זייערע איינגענטומער עס קיינמאל נישט ניצן, אדער, אויב זיי ניצען עס יא, איז עס נאר אויף אפיציעלע פאפיערן.

און עס איז געווען אסאך, נישט ווייניג, וואס האבן דער שרעקליכע נעמען באקומען, זיי, זייענדיג צו ארעם צו גיבן כאבאר פאר די באאמטע, זיי צו שענקען די בעסערע [נעמען].
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

האראוויץ אדער אויערבאך???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

רבי מרדכי דב הורניסטייפול בן רבי משולם זושא אוירבוך התייתם בצעירותו מאמו וגדל אצל סבו הרבי מצ'רקס ואף אימץ את שם משפחתו - טברסקי. נישא לרייצא, בתו הבכורה של הדברי חיים
א מבניו רבי יעקב ישראל טברסקי חתן בעל קדושת ציון אב"ד באבוב התיישב בעיר מילווקי

בן בוזי האט געשריבן:
ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ
הרב ר חיים זז"ג בשיבה טובה האט ג'לערנט אין תו"ד און אויך א תקופה גגעבען הדרכה פאר די "סמיכה קלאס" אין PRACTICAL RABBINICS , געווען דער CHAPLAIN אין MAIMONIDES,
רב אין א שול אויף 10 עוו ווי עס איז היינט סטאלינער מיידעל סקול היינט קען מען אים אלס טשערנאבלער רב (א משך זמן פאר RETIREMENT האט די שול ציבאקימען דעם נאמען טשערנאבנל)
דרך אגב איינער פון הרב חיים'ס קינדער האט מיר דערציילט אז אומאן איז ג'ווען א שטאט פון טשערנאבלער חסידים (דוכט זיך סקווירא)

איין זימער אין די צייטען ווען אין א גאנצע קאלאני איז געווען נאר איין טעלעפאן איז ר חיים הלוי געווען ציזאמען מיט א מילוואקי-סטייפלער טווערסקי מען האט געזיכט רב טווערסקי אויפען טעלעפאן האט דער וואס האט אויפגטהייבען דאס טרייבעל ג'פרעגט
וועלכער ? האראוויץ אדער אויערבאך???
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אוי, רבי חיים טווערסקי זז"ג איז גאר א טייערער איד, שוין לאנג אים נישט געזעהן. דערצייל שוין וויאזוי ער האט באקומען דער נאמען טווערסקי.

די אוקריינער רוצחים אונטער פעטרולע ימ"ש האבען געמאכט (דאכט זיך מיר 800) פאגראמען אויף די אוקריינער אידען (א מעין פון די גזירות ת"ח ות"ט). זיי האבען גערצח'ענט אידען אויף אן אופן וואס עס לאזט זיך נישט שרייבען אויפען פאפיער. טאקע א ווייטאג אז מיר ווייסען אזוי ווייניג פון דעם; וויפעל דא האבען בכלל געהערט פון דעם?

400 טווערסקי'ס זענען און יענע יארען אנגעקומען קיין אמעריקע אנטלויפענדיג פון די מערדערס. אונזער רבי חיים טווערסקי איז דענמאלץ געווען א ניי געבוירענע בעבי און די רשעים זענען אריין געקומען און דערשטאכען זיין מאמע צום טויט הי"ד. זיין מאמע האט אים געשיצט מיט איר קערפער באהאלטענטיג אים אוטער איר דאכענע און אזוי ארום איז ער ניצול געווארען. ער האט זיך נאכדעם געהאדוועט ביי זיינע מאמע'ס עלטערען און געקומען מיט זיי קיין אמעריקע. אזוי ארום האט ער באקומען זייער נאמען.

אזוי האב איך געהערט די מעשה, אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע זיך מיט טיילען מיט זיי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

SPUSMN האט געשריבן: אוי, רבי חיים טווערסקי זז"ג איז גאר א טייערער איד, שוין לאנג אים נישט געזעהן........... אויב איינער ווייסט מער פרטים ביטע זיך מיט טיילען מיט זיי
.
לבקשתך האב איך נאך אמאל געזיכט און געטראפען !!!! ליין פון viewtopic.php?p=153977#p153977 און ווייטער

צירוק צים נושא זעהט מיר אויס אז ביי די אריסטאקריטישע NOBLEMEN און מלכותדיגע משפחות איז דאס שוין געווען איינגטפירט א סך פריער
שרייבסט אז אין EUROPE האבין די ממשלות דאס איינגעפירט בימי NAPOLEON ווען אין די מזרח מדינות??

דער מאירי האט געהייסען דון ווידאל בלע"ז אויך א משפחה נאמען??
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פרעגסט גוט, ווען האבען זיי באקומען משפחה נעמען בארצות המזרח?

אודה ולא בוש, איך ווייס נישט. קיינמאל נישט אריין געטראכט, אדער כאטש געדענק נישט אריין טראכטען.

מען קען טאקע זעהן אז און אייראפע איז עס געווען א פועל יוצא פון נאפאליען'ס פריוו איין צו נעמען די וועלט און ווערען דער נעקסטע אלכסנדר מוקדון (אלכסנדר דע גרעיט), ווייל און רוסלאנד האט נאך געדויערט נאך א דור צוויי ביז יעדער האט שוין געהאט לעצטע נעמען.

דער נעקסטער נאפוליען (וואנעבי) איז געווען דער המן הרשע, היטלער ימ"ש. א מלך בקופה וועט ערשט זיין משיח צדקינו במהירה בימינו אמן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ראש הקהל האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן: אזוי אויך איז דא נעמען נאך גרינצווייג און פירות
למשל

קנאביל-קנאבליך



קנאבליך קומט פון "קנאפ-לאך", וויבאלד יענער האט עוסק געווען אין מאכן לעכער אין די קנעפלעך.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

SPUSMN האט געשריבן: פרעגסט גוט, ווען האבען זיי באקומען משפחה נעמען בארצות המזרח?

אודה ולא בוש, איך ווייס נישט. קיינמאל נישט אריין געטראכט, אדער כאטש געדענק נישט אריין טראכטען.


אין די ארצות המזרח טרעפט מען משפחה נעמען מזמן הראשונים. אין תשובות הרשב"א זענען פארהאן פיל משפחה נעמען, אין בעצם א גרויסער טייל פון די ספרדי'שע ראשונים האבן געהאט
משפחה נעמען (ן' עזרא, ן' אדרת, הקמחי). אין איטאליא הייסט עס אז עס זענען געווען משפחות מיט נעמען מזמן בית שני, למשל: התפוחים, הענוים.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”