משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אבער ווען איז עס געשעהן אז "יעדער" האט געהאט משפחה נעמען? און פאר וואסערע סיבה? דער סיבה פאר אייראפא (נאפאליען), גילט נישט אויף ארצות המזרח.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

וואס טיט זיך מיט די נעמען ווי פרחי, בבנישתי, אבולעפיא, עמדין, פלאג'י, וויטאל, איך קען נישט טראכטן די שורש דערפון
yield the right of way
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיין השערה וויטאל = לאטייניש
from Latin vītālis of life, life-giving
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דער רבי ר' אלימלך - ווייסבלום, האט א מקור אז ער אליין האט אזוי געהייסן? (טאמער יא, איז א צ"ע אויף די נאפאלעאן טעאריע)
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אוי, דער עולם דמיונ'ט

משפחה נעמען איז געווען פיל פריער, כמעט אלע דורות, נאר נישט יעדער האט געהאט און עס איז נישט געווען פארמאל. דער טאטע האט געקענט הייסן אזוי און דער קינד אנדערש.

נאפאליען, אדער בעסער געזאגט יוזשעף דער צווייטער, האט דאס געמאכט אפיציעל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וויאזוי האט געהייסן דער רא"ש אויף די לעצטע נאמען?
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ווייסט איינער איבער משפחת ציג, אויב עס איז דער זעלבער פון משפחת ציק?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

yield האט געשריבן: וואס טיט זיך מיט די נעמען ווי פרחי, בבנישתי, אבולעפיא, עמדין, פלאג'י, וויטאל, איך קען נישט טראכטן די שורש דערפון


עמדין איז א נאמען פון א שטאט, דארט וואו רבי יעקב האט געוואוינט. טיילמאל שרייבט ער זיך אונטער יעקב מעמדין.

בנבנשת, איז די זעלבע נאמען פון ן' ויניסטי, וואס איז באקאנט צווישן אחינו בני הספרדים.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זיס האט געשריבן: ווייסט איינער איבער משפחת ציג, אויב עס איז דער זעלבער פון משפחת ציק?

איז דאס אויך די זעלבע ווי צוג?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זיס האט געשריבן: אוי, דער עולם דמיונ'ט

משפחה נעמען איז געווען פיל פריער, כמעט אלע דורות, נאר נישט יעדער האט געהאט און עס איז נישט געווען פארמאל. דער טאטע האט געקענט הייסן אזוי און דער קינד אנדערש.

נאפאליען, אדער בעסער געזאגט יוזשעף דער צווייטער, האט דאס געמאכט אפיציעל.

נאפאליען האט מלחמה געהאלטען מיט יוזשעף דער צווייטער'ס נעפיו, פראנץ דער צווייטער. יוזשעף דער צווייטער האט רעגירט ביז 1790 למספרם, און נאפוליען ביז 1815 למספרם. יוזשעף דער צווייטער (זוהן פון די מכשפה מאריע טערעזיע) איז באוויסט פאר איין פירען "טאלאראנץ", דאס מיינט נישט גלייך בארעכטיגונג, נאר מען טאלערירט דיר אפיציעל. פאר דער "מתנה" וואס ער האט געגעבען פאר די אידען, האבען די אידען אין אמסטרדם ארויס געגעבען און 1882 לכבודו צוויי מעדאלען. איין קלייניגקייט, מען טאלערירט אונז. טאלערירונג איז געקומען מיט א פרייז; דינען און דער ארמיי, לערנען וואס דער רעגירונג הייסט, וכו'.

א באווייז אויף דער נאפאליען טעאריע (למעשה זאגען היסטאריקער דאס אלץ פאקט אז נאפוליען האט געהייסען ציילען און אפשרייבען די באפעלקערונג און יעדער לאנד וואס ער האט איין גענומען) קען מען זעהן פון די מאנטיפיורא צענזוס וואס איז געמאכט געווארען און ארץ ישראל, ספעציעל די ערשטע צענזוס פון שנת תר"ט. דארט קען מען זעהן ווער עס האט א לעצטע נאמען, און א סאך א גרעסערע טייל פון די רוסישע אידען הייסען נאך זייער שטעט ווי די אידען וואס זענען געקומען פון מערב אייראפע.

אוודאי איז געווען א סאך מענטשן מיט לעצטע נעמען לאנג פאר נאפוליען (און ביי אידען נאך מער ווי ביי גוים), און עס וואלט געווען אינטרעסאנט ווען איינער קען מאכען א שטודיע וויפיל פרוצענט און ווען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

די אינטערעסאנטקייט דערפון איז, אז עס איז קיינמאל נישט שטודירט געווארן געהעריג. א זאך וואס מען קען ארויסלערנען דערפון אזויפיל היסטאריע...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זאגסט גוט.

קען זיין ווייל מען האט דאס נאך געהערט ערשט האנטיג פון אלטע מענטשען, עס איז געווען א דבר פשוט, איז עס קיינעם נישט איין געפאלען צו שרייבען עס אלץ היסטאריע.

ענליך צו דער געשיכטע פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס מיר וואס האבען מיט געלעבט מיט דער דור נאך דער מלחמה, איז נישט איין געפאלען עס צו דאקומענטירען (די היסטאריקער וועלען עס שוין פאר שרייבען), און היינט איז שוין באלד צו שפעט. וויפיל משפחות ווייסען זייער היסטאריע וויאזוי זיי זענען געקומען מהתם להכא? ווען זייערע אייניקלעך וועלען זיי פרעגען וועלען זיי בלייבען מיטען צינג אין דרויסען. טייל ווייסען אפילו נישט דער נאמען פון דער שטאט ווי זייער טאטע איז געבוירען געווארען! איך הער טייל מאל מענטשען ענטפערען מיר "איך מיין דער שטאט, אדער דער שטאט" און "איך מיין אז עס איז אין אונגארן אדער רומעניע, אפשר גאר פוילין".
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פאראן א משפחה נאמען 'בער'. ווי אזוי שרייבט מען עס, בעער, בער, אדער באר.

פון וואו קומט די משפחה?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'דא דער ראצפערט'ער רבי פון בריזעל אדער אוסטראליע וואס חתמ'ט זיך אונטער בעער
ואני בער ולא ידע
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

הסרפד, וואס איז מיט משפחת אברבנאל, און ר' אברהם זכותא.

ספוסמן, האסט פארגעסן ביי: יצחק'ס זוהן - אייזיקאוויטש.

ביי די נעמען ווי גאלד זילבער אדער דיימאנד - גאלדמאן/גאלדשטיין/גאלדבערג-גאלדנבערג-גאלדבערגער/גאלדפארב

- זילבערמאן/זילבערשטיין/זילבערבערג/זילבערפארב

קענסטו צו דעם רשימה צולייגן: רובין/רובינשטיין/רובינפיין

- פערל/פערלמאן/פערלשטיין

- סאפיר/סאפירשטיין/זאפיר

נעמען נאך שטעט איז אזוי:

אפילו די נעמען הארוויץ און שפירא (וואס די זענען שוין גאר אלטע נעמען) זענען נאך שטעט, אבער אויך נעמען ווי האלבערשטאם (וואס איז געטוישט פון האלבערשטאט), ראטטענבערג, אבערלענדער (אקעי, א געגענט, נישט א שטאט), לאנדא, פאללאק, טירנויער, וויזניצער, קאליש/קאלישער

ביי פערשעמונגס נעמען קענסטו צולייגן מויזקאפ (איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט אויב עס איז נישט פערצופאל אויך געווען א פערדסקאפ נאר מען האט עס געטוישט צוליב די בושות).

נאכדעם איז דא נעמען נאך א פאך, ווי שוסטער, בעקער/בעקערמאן/ שניידער (איך האב אמאל געטראפן א מאדערנעם איד הייסט ער טעילאר, פרעג איך אים וואו קומט צו דיר אזא נאמען, זאגט ער מיר זיין זיידע האט געהייסט חייטאווסקי, קומענדיג קיין אמעריקא האט ער עס אמעריקאניזירט און געמאכט פון דעם טעילאר) האלצער, אפשר אויך שטיין און שטיינער/שטיינמאן/שטיינבערג.

ואידך פירושא זיל גמור...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אלע "אוויטש"עס (לעפק=אוויטש, הערשק=אוויטש וכדומה) מיינען אויף רוסיש "זון", דאס הייסט אז הירשזון און הערשקאוויטש מיינט דאס זעלבע. אין רוסלאנד, האט מען חוץ דעם לעצטן נאמען געהאט נאך א מיטלסטן נאמען וואס האט זיך געעדיגט מיט אן "אוויטש", דאס הייסט אזוי ווי "ראובן יאקאבאוויטש (בן יעקב) הערשקאוויטש" (דאס איז שוין יא א לעצטע נאמען..). עס איז אלזא גאר פשוט וויאזוי די אוויטש נעמען האבן זיך אנגעהויבן. יעדער איינער נאך וויאזוי זיין טאטע האט געהייסן. די שאלה איז וויאזוי די נעמען זענען אנגעקומען קיין אונגארן.

אלע "סקיס" (גאלינסקי קרישעבסקי וכו' וכו') זענען דוכט זיך פוילישע (נישט גאליציאנע) אדער רוסישע נעמען. כמדומה אז מען קען נישט טרעפן קיין איין אונגארישער מיט אזא נאמען.

זינט די צייטן פון די ראשונים, קען מען בכלל טרעפן דערמאנט א ספרדישן איד אן א לעצטע נאמען?
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פארגעסען!!!
ביי די גרוזינער שווילי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

זיס האט געשריבן: פאראן א משפחה נאמען 'בער'. ווי אזוי שרייבט מען עס, בעער, בער, אדער באר.

פון וואו קומט די משפחה?

משפחת בעער, שושלת "איסטריק-לוטאוויסק", זענען געוועהן אייניקליך פון א ר' ישכר בער. אויזער דעם דארף מען געדענקן אז בעער קען אויך מיינען Berry.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

קיקיון האט געשריבן: פארגעסען!!!
ביי די גרוזינער שווילי


אבער וואס איז אינטערעסאנט ביי די גרוזינער איז, אז כמעט יעדער איינער הייסט שווילי. דאס הייסט, עפעס א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט שווילי. עס זענען דא א מיעוט מענטשן וואס נישט, אבער ממש רוב, (בערך ניינציג פראצענט!!) ענדיגט זיך זייער נאמען מיט שווילי (למשל, יאזיף סטאלין ימ"ש, האט געהייסט יאזיף וויסאריאנאוויטש דשוגאשווילי). דאס איז אזוי ווי מיר זאלן זאגן אז אלע אונגארישע אידן וועט זיך ענדיגן זייער נאמען מיט אוויטש.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

רבנו הריטב"א האט געהייסען ר' יום טוב ב"ר אברהם "אלאשבילי",
איז דאס ווי די נעמען פון גרוזיע?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

"אלאשבילי" מיינט אוייף אראביש "דער סעוויל'ער" - פון דער שטאט סעוויל, אין שפאניע.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

הסרפד האט געשריבן: "אלאשבילי" מיינט אוייף אראביש "דער סעוויל'ער" - פון דער שטאט סעוויל, אין שפאניע.

יש"כ פאר די אינפארמאציע, כ'האב מיר טאקע אייביג געוואונדערט וואס עס מיינט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

זיס האט געשריבן: פאראן א משפחה נאמען 'בער'. ווי אזוי שרייבט מען עס, בעער, בער, אדער באר.

פון וואו קומט די משפחה?

עס קומט לכאורה פון די גערמאנישע Bär אדער Baer.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

טהור-עיניים האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן: פארגעסען!!!
ביי די גרוזינער שווילי


אבער וואס איז אינטערעסאנט ביי די גרוזינער איז, אז כמעט יעדער איינער הייסט שווילי. דאס הייסט, עפעס א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט שווילי. עס זענען דא א מיעוט מענטשן וואס נישט, אבער ממש רוב, (בערך ניינציג פראצענט!!) ענדיגט זיך זייער נאמען מיט שווילי (למשל, יאזיף סטאלין ימ"ש, האט געהייסט יאזיף וויסאריאנאוויטש דשוגאשווילי). דאס איז אזוי ווי מיר זאלן זאגן אז אלע אונגארישע אידן וועט זיך ענדיגן זייער נאמען מיט אוויטש.


Thus, many surnames from western Georgia end in the suffix –dze (Georgian: ძე), literally meaning “a son”, while those from eastern Georgia end in –shvili (შვილი), literally meaning “a child”.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ירוחם האט געשריבן:
זיס האט געשריבן: פאראן א משפחה נאמען 'בער'. ווי אזוי שרייבט מען עס, בעער, בער, אדער באר.

פון וואו קומט די משפחה?

עס קומט לכאורה פון די גערמאנישע Bär אדער Baer.


און וואס מיינט עס אויף יענע שפראך?
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”