חידות - קענט איר טרעפן?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 4:37 pm
פארוואס זאגסטו אז רחב שוועסטער האבן די אידן ניט געראטעוועט?
ווייל די פסוקים דערמאנען ניט נאכאמאל וועגן די שוועסטערס אין פרק ב פסוק יח און פרק ו פסוק כג?
ווייל ווען די מרגלים ענטפערן צוריק (איך געדענק נישט די פסוקים אויסעווענדיג, ליידער) רעכענען זיי אויס יעדעם אבער נישט די שוועסטער. איך זיך שוין יארן א גוטע מקור פון א ראשון אדער אחרון וואס זאל זאגן פארוואס מ'האט די שוועסטער נישט געראטעוועט. לעניות דעתי - ווייל זיי זענען שוין אינטער אן אנדערע בית אב
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 4:50 pm
מ'ציילט יעדע פרוי אין תנ"ך אדער נאר ווער ס'ווערט דערמאנט אלץ שוועסטער?
וואס איז מיט ויקח אהרן את אלישבע בת עמינדב אחות נחשון?

(חידה: ווער ווייסט וואו איך ציל?)

פארוואס ברענגסטו נישט אלע ויולד בנים ובנות סוף פרשת בראשית (קרעדיט: איינס)?
איך רעדט פון שוועסטער מיט א צווייטע שוועסטער. וואס עס איז דא אדער א מעשה מיט זיי אדער די נעמען. נישט יעדע סתם בנים ובנות (איוב אליינס האט געהאט טעכטער פארדעם, אבער איך האב זיי נישט אויסגערעכענט ווייל עס שטייט נישט זייערע נעמען נאר אז זיי זענען געשטארבן און פארטיג)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קוק גוט איבער דיין ליסט!

דרך אגב, נאך נעמען פאר נשי קין והבל
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A9%D7% ... 7%A8%D7%90
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 5:12 pm
קוק גוט איבער דיין ליסט!

דרך אגב, נאך נעמען פאר נשי קין והבל
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A9%D7% ... 7%A8%D7%90
יעדער פון מיין ליסט זענען צוויי שוועסטער, וואס לכל הפחות איינס האט א נאמען זיכער. און עס איז דא א מעשה מיט די שוועסטערס.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ווער איז #7 מחלת בת ישמעאל'ס שוועסטער?
לעצט פארראכטן דורך להודות אום פרייטאג יולי 21, 2023 6:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

,שוין געברענגט פריער נביות
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 5:50 pm
,שוין געברענגט פריער נביות
נביות איז א ברודער.
פוצה פה ומצפצף
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גערעכט ביסטו. שטייט טאקע בפירוש אין דברי הימים אלה תולדותם בכור ישמעאל נביות. און רשי אויף חומש תולדות אין סוף פרשה שרייבט אחיה.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:04 pm
שטייט טאקע בפירוש אין דברי הימים
און אין חומש
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 5:33 pm
ווער איז מחלת בת ישמעאל'ס שוועסטער?
איך האב זיך צומישט צווישן צוויי אנדערע שוועסטער ווייבער פון עשיו.
בשמת בת אילון און עדה בת אילון.
לפי שיטת הרמב"ן. לויט רש"י און גאר אסאך אנדערע ראשונים איז עס די זעלבע פרוי, אבער לויטן רמב"ן און נאך אפאר (איך געדענק נישט יעצט אויסעווענדיג, איך קען נאכקיקן אויב וויכטיג) זענען די צוויי געווען שוועסטער
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

זי(י) איז #1 אויפ'ן ליסט.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אין חומש וואו עס רעט וועגן נביות
ביי אחיות נביות ווען עשיו האט חתונה געהאט

ברענג איך די רשי אז אחיה
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:14 pm
אין חומש
בכור ישמעאל נביות
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גערעכט חיי שרה כה יג
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:11 pm
זי(י) איז #1 אויפ'ן ליסט.
ביסט גערעכט, דל ממנו חדא
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 4:08 pm
איך האב ביזדערווייל 17. און איך גיי נישט לויטן סדר התנ"ך.

1. בשמת ועדה נשות עשיו (עיין רמב"ן בראשית לו ב)
2. אבישיג השנמית (ווייב פון דוד המלך) און האשה השונמית (פרוי וועלכע אלישע האט געפויעלט פאר איר א קינד – עדו הנביא – און שפעטער מחיה מתים געווען) (רש"י מלכים ב ד ח)
3. בנות לוט (די מאמע פון מואב און עמון)
4. זלפה און בלהה
5. רחל ולאה
6. ימימה קציעה וקרן הפוך (די דריי טעכטער פון איוב)
7. מחלת בת ישמעאל אחות נביות
8. מלכה נעמה בנוך חנוך (ספר הישר)
9. שרה אמנו (יסכה) און מילכה (אשת נחור)
10. מיכל ומרב בנות שאול המלך (מחלוקת אויב דוד המלך האט חתונה געהאט מיט ביידע צו נאר מיט מיכל)
11. די טעכטער פון יתרו (צפורה האט חתונה געהאט מיט משה רבינו, אלעזר בן אהרן הכהן האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א טאכטער – ריטב"א בבא בתרא קי)
12. ערפה און רות
13. שוועסטער פון רחב – רחב פון יריחו האט געבעטן פון די מרגלים אז מ'זאל ראטעווען אויך איר שוועסטער, למעשה האבן די מרגלים נישט מסכים געווען לכאורה)
14. תאומת קין ותאומת הבל. מיט יעדע פון די צוויי איז געבוירן געווארן א צווילינג. בראשת רבה שרייבט אז מיט הבל איז געבוירן נאך א שוועסטער און דאס איז געווען די מחלוקת פון קין והבל. קין האט געהאלטן אז ער איז דער בכור קומט אים די אנדערע צווילינג אלס א ווייב, און הבל האט געהאלטן אז אזוי ווי עס איז געבוירן מיט אים, איז דאס זיינס). אברבנאל זאגט (בראשית ד) אז אשת קין האט געהייסן קלמאנא און הבל'ס ווייב האט געהייסן בלבירא
15. דינה ואחותיה – מיט יעדע פון די שבטים איז געבוירן געווארן א צווילינג. במילא קודם כל האט דינה געהאט שוועסטער. אינטערעסאנט איז אז אלע תאומות זענען נפטר געווארן איידער יעקב איז אראפ קיין מצרים (רש"י בראשית מו כו), דינה'ס צווילינג איז נישט אוועק (מהרש:א בבא בתרא קכג.). אבער די חזקינו און די אבן עזרא האלטן אז דינה אליינס האט לכאורה נישט געהאט קיין צווילינג שוועסטער, נאר זי איז די צווילינג שוועסטער פון זבולן.
16. אחות אשת שמשון הגיבור. די שווער פון שמשון הגיבור זאגט פאר שמשון הגיבור: הלא אחותה הקטנה טובה ממנה תהי' נא לך תחתיה.
17. אהלה ואהליבה – און פרק כג אין יחזקאל ווערט דערציילט א מעשה פון די צוויי שוועסטער. דאס איז א רמז אויף כלל ישראל.


און קוקענדיג דא איז מיר צוגעקומען:
18. בנות צלפחד @באדראג-קערעסטיר
19. אביגיל וצריה אחות דוד @יאנאש

יישר כוח:
@Mezofzef
@zugurnish
@אוראייניקל
@גראַדע
@להודות
@אונגארישע הייזער
@כפרה
@יאנאש
@איינס
און ווי אזוי קען מען פארגעסן פון @סומכוס רש"י.. ווי אזוי זאגט נאר די גמרא? סומכוס כרבנן ועדיפא מרבנן (נדה כא: - נישט ממש די לשון, נאר די גמרא רעדט פון שיטת סומכוס און זאגט: כרבנן ועדיפא מרבנן)
זייער א גיטע ליסטע
נביות האט מען שוין דערמאנט (די באקאנטע רש"י אז די ברודער נביות האט אינטערגעפירט)
נומער 11 די איידמער זענען זייער חשוב
אבער די פסוק זאגט עס קלאר ולכהן מדין שבע בנות, ויאמר אל בנותיו ואיו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:16 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 4:08 pm

11. די טעכטער פון יתרו (צפורה האט חתונה געהאט מיט משה רבינו, אלעזר בן אהרן הכהן האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א טאכטער – ריטב"א בבא בתרא קי)
נומער 11 די איידמער זענען זייער חשוב
אבער די פסוק זאגט עס קלאר ולכהן מדין שבע בנות, ויאמר אל בנותיו ואיו
איך זאג דאך אויך אז זי האט געהאט שוועסטער. אלעזר האט לויט'ן ריטבא חתונה געהאט מיט א טאכטער'ס א טאכטער און נישט מיט צפורה שוועסטער.

אדער קען זיין אז איך האב נישט פארשטאנען גוט וואס איר האט געמיינט ארויסצוברענגען
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:36 am
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:16 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 4:08 pm

11. די טעכטער פון יתרו (צפורה האט חתונה געהאט מיט משה רבינו, אלעזר בן אהרן הכהן האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א טאכטער – ריטב"א בבא בתרא קי)
נומער 11 די איידמער זענען זייער חשוב
אבער די פסוק זאגט עס קלאר ולכהן מדין שבע בנות, ויאמר אל בנותיו ואיו
איך זאג דאך אויך אז זי האט געהאט שוועסטער. אלעזר האט לויט'ן ריטבא חתונה געהאט מיט א טאכטער'ס א טאכטער און נישט מיט צפורה שוועסטער.

אדער קען זיין אז איך האב נישט פארשטאנען גוט וואס איר האט געמיינט ארויסצוברענגען
איך האב געמיינט אז די ניצט די ריטב"א אלץ א ראיה אז יתרו האט געהאט מער ווי איין טאכטער.


גראדע האט איך געטראפען נאך א סעט פון שוועסטערס:
נשי למך עדה וצילה שטייט אין ספר הישר אויף פרשת בראשית אז זיי זענען געווען טעכטער פון קינן אין א ברודער פאר מהלהלל!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

וועלעכע מענטש [חוץ פון משה רבינו] האט געזעהן די לוחות ראשונות בשלימות, פאר וואס משרע"ה האט זיי צובראכען?
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יהושע בן נון
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 4:54 am
יהושע בן נון
יאפ'ס.
עי' כאן viewtopic.php?p=4480667#p4480667
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דער גאון ר' מאיר שמחה (געווען זיין יארצייט פאריגע וואך)

האט געשריבן א בריוו פאר איינעם, אין ביי זיין חתימה האט ער געשריבן כהאי לישנא, "החותם כשמואל ורבנן, מאיר שמחה הכהן"

קען איינער מפענח זיין, וואס ער האט געמיינט צו שרייבן?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שפע רב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:26 pm
דער גאון ר' מאיר שמחה (געווען זיין יארצייט פאריגע וואך)

האט געשריבן א בריוו פאר איינעם, אין ביי זיין חתימה האט ער געשריבן כהאי לישנא, "החותם כשמואל ורבנן, מאיר שמחה הכהן"

קען איינער מפענח זיין, וואס ער האט געמיינט צו שרייבן?
דאס געטראפן:
◄ ווייז ספוילער
https://www.dirshu.co.il/%D7%A4%D7%A2%D ... %90%D7%9A/
במשך שעה ארוכה הוגיע הרב בורודיאנסקי את מוחו בפתרון החידה עד שהעלה לה ארוכה. וכך הסביר להרב רבינר: "בכל הש"ס מצאנו רק מחלוקת אחת בין שמואל לרבנן, והיא במסכת ברכות (דף יא:) ונחלקו שם שמואל ורבנן בשאלה האם אומרים 'אהבת עולם' או 'אהבה רבה'.

"זו הייתה כוונתו של ר' מאיר שמחה", סיים הגר"א בורודיאנסקי, "הוא רצה להביע בסיום מכתבו את האהבה הגדולה שהוא רוחש לך, ולכן במקום לכתוב זאת במפורש רמז את תחושתו במילים 'החותם כשמואל וכרבנן'… ועכשיו תדע שה'אור שמח' אוהבך באהבת עולם ובאהבה רבה…".
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

בְּפָרָשַׁת שְׁמוֹת כָּתוּב בְּמָסוֹרָה: וְאִם בַּת הוּא וָחָיָה, וְחַד - שַׁרְבִיט הַזָּהָב וְחָיָה, וְסִימָן: מַלְכַּת שְׁוָא

תאמר, מה פירושו?
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

בִּמְגִלַּת רוּת כָּתוּב (רוּת ב טז) שֹׁל תָּשֹׁלּוּ לָהּ מִן הַצְּבָתִים, הִקְשָׁה חָכָם אֶחָד: וְהָא נְפַק תַּקָּלָה עַל זֶה?! וְתֵרֵץ כֵּיוָן דִּכְתִיב 'וַעֲזַבְתֶּם וְלֻקְּטָה' עָשָׂה תַּקָּנָה לַתַּקָּלָה.

תֹּאמַר מה פֵּרוּשׁוֹ?
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”