מדינה של גיהנום

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

מדינה של גיהנום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

די ארטיקל איז שוין אמאל פאבליצירט געווארן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס, אבער מחמת חביבות וועל איך עס נאכאמאל ברענגן דא.

עס איז דא א מסורה אין כלל ישראל מפי חסידים ואנשי מעשה אז צדיקים וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן אויף די וועלט, באקומען די זכיה ארויסצונעמען פון גיהנום אידן וועלכע האבן געהאט סיי וועלכע שייכות מיט זיי בחיים חייתו. און דאס איז נישט נאר נאך ווען די צדיק ווערט נפטר פון די וועלט, עס איז באקאנט אסאך מעשיות ווי אזוי צדיקים האבן באקומען די כוח ארויסצונעמען נשמות פון די נעגל פון די סטרא אחרא נאך ווען די צדיק האט געלעבט. און מיר וועלן דא נאכברענגען א קליינע מעשה אויף די ענין. ווי באקאנט האט דער הייליגע צדיק רבי נפתלי ראפשיצער זי"ע האט געהאט זיין דרך בעבודת השם מיט שמחה, פאר די פשוטי עם האט דאס אפשר אויסגעזעהן ווי א גלייך ווערטל אדער אן הלצה, אבער די וואס האבן געקענט די קליינע אותיות זענען אייביג געשטאנען נתפעל ונשתומם ווי אזוי דער הייליגע צדיק האט מלבש געווען גאר הויעכע ענינים אין א מלבוש פון א ווערטל. אזוי ווי דאס קומענדיגע מעשה וועט פארציילן: ווען דער הייליגער ראפשיצער זי"ע איז שוין געווען אלט האט ער מער נישט גערעדט, זיינע קינדער און באי ביתו זענען געווען זיכער אז זיין כוח הדיבור איז נפגם געווארן ל"ע. איין טאג איז זיין זוהן רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע אריינגעקומען צו זיין גרויסע טאטע דער הייליגע ראפשיצער, און ער זעהט ווי אזוי ער לערנט געהעריג הויעך אויפן קול, פרעגט ער אזוי פארוואונדערט: טאטע! מיר האבן אלע געמיינט אז דו קענסט שוין נישט רעדן! האט דער הייליגע ראפשיצער געזאגט גאר פארכטיגע רייד: ווען איך בין געווען אינג האב איך געהאט די כוח אינזינען צו האבן מיט יעדעס ווארט וואס איך האב נאר ארויסגעזאגט שמות און צירופים, אבער ווען איך בין שוין אלט געווארן און איך האב געזעהן אז איך האב שוין נישט קיין כוח דאס צו טוהן, האב איך מחליט געווען מער נישט צו רעדן!


נחזור לענינינו, איין מאהל האט דער הייליגע חוזה פון לובלין זי"ע אריינגערופן זיין באליבטן תלמיד דער הייליגע ראפשיצער און אים געבעטן אז ער זאל נישט מאכן קיין ווערטליך פאר די תקופה פון א יאר, פארשטייט זיך אז דער ראפשיצער האט אנגענומען די דברי הרב און ער האט זיך דאס אונטערגענומען. שפעטער איז דער הייליגע חוזה ארויסגעקומען צו דאווענען מנחה, ווען ער איז אנגעקומען צו שמונה עשרה האט ער זייער לאנג געדאווענט, אסאך לענגער פון זיין געווענדליכע שטייגער, דער גאנצע עולם איז געשטאנען פארוואונדערט פארוואס דער רבי דאווענט היינט אזוי לאנג, אינמיטן זעהט יעדער ווי דער הייליגע חוזה האט זיך צושמייכעלט אינמיטן שמונה עשרה, פארשטייט זיך אז יעדעמס נייגער האט זיך פארשטערקערט פילפאכיג, האט זיך דער הייליגע ראפשיצער אנגערופן: די רבי האט זיך דערמאנט פון זיין חתונה דעריבער האט ער זיך צושמייכעלט. ווען דער חוזה האט אויסגעטרויטן פון זיין לאנגע שמונה עשרה זעהט ער ווי דער עולם האלט זיך ביי די זייטן, האט ער זיך ארומגעדרייט און געפרעגט וואס האט פאסירט אז דער עולם איז אזוי פרייליך? האט אים איינער גע'ענטפערט אז נפתלי (דער הייליגע ראפשיצער) האט געמאכט א ווערטל.

פרעגט דער חוזה פאר'ן ראפשיצער: מיר האבן דאך אפגעשמועסט אז דו גייסט נישט מאכן א ווערטל פאר א יאר צייט? האט אים דער ראפשיצער גע'ענטפערט: וואס קען איך טוהן אז דער רבי האט דאך געדאווענט א יאר מיט א מיטוואך...

האט דער חוזה געפרעגט פאר'ן עולם: און וואס האט שוין נפתלי געזאגט? האט מען אים פארציילט אז נפתלי האט געזאגט אז דער רבי האט זיך דערמאנט פון זיין חתונה. האט דער הייליגע חוזה געזאגט אז עס איז שוין גארנישט קיין ווערטל. עס איז געקומען א נשמה צו מיר אינמיטן שמונה עשרה בעטן אז איך זאל אים מאכן א תיקון ווייל ער וואלגערט זיך שוין פאר יארן לאנג אן אנצוקומען אל המנוחה ואל הנחלה, האב איך אים געפרעגט ווי האט ער געוואוינט ווען האט ער האט נאך געלעבט? האט ער מיר געזאגט די נאמען פון א דערפל נעבן לובלין. פרעג איך אים: ביסטו אמאל געקומען צו מיר ווען דו האסט נאך געלעבט? האט ער מיר געזאגט אז ליידער נישט. זאג איך אים אז א צדיק האט די כוח ארויסצונעמען איינעם פון שאול תחתית נאר אויב ער האט אים אמאל משמח געווען, אדער א טובה געטוהן, אבער דו האסט דאך געוואוינט נעבן מיר און דו ביסט דאך קיינמאל נישט געקומען צו מיר, ווי אזוי קען איך דיר העלפן? האט דער נשמה געזאגט פאר'ן הייליגן חוזה: איך בין געווען איינע פון די שפילער ווען די רבי האט חתונה געהאט. האט זיך דער חוזה דערמאנט פון זיין חתונה, האט ער הנאה געהאט, האט שוין דער חוזה געקענט צוריקטוהן א טובה און ארויסנעמען יענע נשמה פון די ס"מ. און דאס אלעס האט דער הייליגע ראפשיצער געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן.

שמע מינא מרבי עקיבא תלת, זעהט מען פון די מעשה דריי זאכן: איינס, אז א צדיק האט די כוח ארויסצונעמען נשמות פון גיהנום בחיים חייתו. צוויי, אז ער קען דאס טוהן נאר אויב די נשמה האט געהאט א שייכות מיט אים ווען די נשמה האט נאך געלעבט. דריטענס, אז וואס צדיקים זאגן אמאל, דארפן מיר וויסן אז מיר האבן נישט דאס מינדערסטע השגה אין זייער הייליגע ווערטער, און מיר וועלן קיינמאל נישט קענען פארשטיין עומק כוונתם.

אבער מיר וועלן יעצט אריינגיין אין א צווייטע נקודה אינגאנצן, מיר וועלן אריינגיין אין די נושא ווען דער צדיק ווערט שוין אוועקגענומען פון אונז און ער ווערט נסתלק לגנזי מרומים, דארט גיבט אים דער הייליגע באשעפער די כוח ארויסצונעמען נשמות פון גיהנום און זיי געבן די תיקון וואס זיי ווארטן שוין אזוי לאנג דערצו.

די מקור דערפון:


בעצם דאס איז נישט א מעשה וואס מען פארציילט מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, דאס שטאמט שוין פון רבי שמעון בר יוחאי וואס ער שרייבט דאס שוין אין זוהר הקודש (ח"ג רכ). אזוי אויך שטייט שוין פונעם רמ"ע מפאנו (אין זיין ספר עשרה מאמרות, מאמר חיקור הדין ח"ג פ"ב). און עס איז אינטערעסאנט נאכצוברענגען וואס דער שבט מוסר שרייבט אויף דעם (פרק ל"ט): אז פארדעם ווערט א צדיק אנגערופן פודה נפשות, ווייל נאך דעם צדיק'ס פטירה האט ער די כוח ארויסצונעמען נשמות וואס וואלגערן זיך אין גיהנום.

דער נודע ביהודה שטעלט פאר א שטארקע קשיא אויף די גמרא אין ברכות דף טו עמוד ב', די גמרא זאגט דארט אז איינער וואס ליינט קריאת שמע כהלכתו, מאכט מען אים קאלט דעם גיהנום. פרעגט דער נודע ביהודה אין זיין ספר צל"ח, ממה נפשך, איז ער א צדיק, וואס זיכט ער בכלל אין גיהנום? איז ער רשע, פארוואס מאכט מען אים קאלט די גיהנום? וואספארא עונש און א תיקון איז דאס צו זיצן אין נישט א הייסע גיהנום?

ענטפערט דער נודע ביהודה א שיינע תירוץ, אז אזוי ווי די חכמי מוסר האט שוין געזאגט אז ווען א צדיק ווערט נפטר גיבט מען אים רשות אדורכצוגיין דעם גיהנום ארויסצונעמען פון דארט נשמות וועלכע האבן געהאט א שייכות מיט'ן צדיק, און זיי זענען נאכנישט אפגעקומען זייער גאנצע עונש, מיט דעם אלעם באקומען דער צדיק א כוח ארויסצונעמען די נשמות אויפן וועג אריין אין גן עדן. זאגט אונז די גמרא אז א צדיק וועלכע האט אויך זייער מקפיד געווען ווי אזוי צו ליינען קריאת שמע, נישט נאר ער באקומט די כוח ארויסצונעמען די נשמות, נאר מ'מאכט נאך קאלט די גיהנום פאר ער גייט אריין דארט, אז ער זאל גארנישט שפירן קיין צער בשעת אדורכשפאצירן דעם גיהנום.

בדרך מליצה איז דא א שיינע מעשה פונעם חזון אי"ש זי"ע. ער האט אמאל באמערקט ביי מנחה ווי אזוי א איד ליינט קריאת שמע אויף זייער אן אינטערעסאנטע וועג, ער זאגט איבער יעדעס ווארט צענדליגע מאהל און ער ליינט איבער אין איבער יעדע פרשה נאכאמאל און נאכאמאל. פרעגט אים דער חזון איש: רבי איד, וואס גייט פאר מיט אייך? ענטפערט אים דער איד אז די גמרא זאגט דאך אז איינער וואס איז מדקדק אין ליינען קריאת שמע מאכט מען אים קאלט דעם גיהנום. פרעגט אים דער חזון איש מיט א שמייכל: זאגט נאר, איר ווילט פארקילט ווערן דארט אין גיהנום?

די סיבה פארוואס:


עס קען אפשר זיין וואס איז טאקע די כוח פון די צדיקים אז זיי קענען ארויסנעמען די רשעים פון גיהנום. לכאורה די רשעים זענען נישט דארט פאר סתם, אז די בי"ד של מעלה האט אזוי גע'פסק'נט לכאורה קומט זיך דאס אים, און אויב עס וואלט געקענט זיין בכלל א מעגליכקייט אז ער זאל נישט דארפן דארט זיצן, וואלט אים בי"ד של מעלה נישט אהינגעשיקט בכלל.

דער הייליגע רבי ר' אלימלך פון ליזענק זי"ע פרעגט די זעלבע קשיא אויף אן אנדערע ענין. ער פרעגט ווי אזוי גייט דאס צו אז א איד איז געווארן באשערט פאר סיי וועלכע סיבה אן עונש, צו איז דאס יסורי הגוף אדער צו איז דאס יסורי ממון ה"י און ער גייט צום צדיק ער גיבט אים א קוויטל און דער צדיק דאווענט, נעמט דאס דער אייבערשטער אוועק. וואס גייט דא פאר? צו וועט זיך פאר איינעם דען דאכטן אז דער צדיק פארשטייט דען בעסער פונעם אייבערשטער ווי אזוי צו פירן זיין וועלט? דעמאלס ווי אזוי ארבעט די גאנצע סיסטעם?

נאר זאגט ער מורא'דיגע ווערטער, ווען א מלך בשר ודם אדער א שופט א שטיק ביין און פלייש איז מחליט אז א מענטש קומט זיך אן עונש, צו געלט שטראף, אדער נאך ערגערס ה"י, נעמט נישט דער שופט אין באטראכט אז דער מענטש האט נאך א משפחה, צו קליינע קינדער וכדומה, דאס איז די פסק און דאס גייט געשעהן. און קיין שום געזעץ ביך שטייט נישט אז אויב איינער גנב'ט דארף ער באצאלן כפל, אבער אויב ער האט נאך קליינע קינדער אינדערהיים וואס ער דארף זיי מפרנס זיין, צאלט ער נאר קרן וחומש. א יעדע שופט באשטראפט לויט די געזעצן פון זיין לאנד, און ער קוקט זיך נישט אום אויף די גאנצע סביבה פונעם באשולדיגטער און ווער עס וואט נאך ליידן פון די פסק, משפחה, חברים וכדומה. משא"כ ביים הייליגן באשעפער, דער מלך רחום וחנון, פאר ער גיבט שוין אן עונש פאר א איד רח"ל קוקט ער איבער "יעדער" וואס וועט ליידן פון די עונש, ווער עס וועט אלס האבן צער און עגמת נפש, און ער גיבט נישט דעם עונש ביז עס קומט זיך פאר יעדעם וואס וועט האבן צער, דעריבער ווען א איד גייט אריין צו א צדיק מיט א קוויטל און דער איד גיסט זיך נעבעך אויס זיין ביטער הארץ פאר'ן צדיק באקומט דאך דער צדיק אויך צער, און די צער וואס דער צדיק האט בשעת דער צדיק הערט אויס דעם צובראכענעם איד, דאס קומט זיך שוין נישט פאר'ן צדיק, במילא דארף שוין דער הייליגע באשעפער אוועקנעמען די צרה פונעם איד, ווייל דא איז געווארן פארמישט איינער וואס עס קומט זיך נישט אט די צער.

און דאס קען אויך זיין די סיבה פארוואס ווען א צדיק נעמט אויף זיך די צער פון גיהנום פאר אט די רשעים, די צער פונעם גיהנום קומט זיך נישט פאר'ן צדיק, דעריבער האט ער די כוח ארויסצונעמען אט די נשמות פון גיהנום.

מעשה רב:


ווען דער הייליגע ב"ח איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט, האט מען אויסגערופן "מאכטס פלאץ פאר רבי יואל פון קראקא הבירה" (אזוי ווערט געברענגט אין ספר תוס' שבת בשם א דיבוק וואס האט אים עס פארציילט).

אין ספר זכרון טוב-נשכיז (עמוד כד) שטייט א מורא'דיגע מעשה איבער די ענין פונעם ב"ח, אז איינמאל האט דער הייליגע בעל שם טוב זי"ע געפרעגט אין א שאלת חלום וועגן די איסור פון חדש בזמן הזה אין חוץ לארץ, האט מען אים גע'ענטפערט אז נאכן פטירה פונעם ב"ח האט מען אין הימל קאלט געמאכט 40 טעג דעם גיהנום לכבודו פונעם ב"ח ווען ער וועט אדורכגיין דארט ארויסצונעמען די רשעים. יענע אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער הייליגע בעל שם טוב געהייסן אז מ'זאל ברענגען ביר פון חדש צו טרינקן, און ער האט געזאגט אז דער ב"ח איז ווערט אז מ'זאל זיך פארלאזן אויף זיין פסק להתיר. און טאקע ביז היינט האבן די חסידים זיך נוהג געווען להיתר אויף די איסור פון חדש בזמן הזה.

און נאך פארציילט מען, אז ווען דער ב"ח איז שוין אנגעקומען צו בי"ד של מעלה האבן זיי נישט געקענט טרעפן קיין שום עבירה אויף וואס עס זאל זיך קומען אויף אים בכלל די צער פון אדורכגיין דעם (קאלטן) גיהנום. זענען די נשמות פון גיהנום געקומען צו לויפן מיט א טענה אז זיי ווארטן שוין אזוי לאנג אז ער זאל זיי שוין ארויסנעמען פון דארט, און יעצט אז ער גייט נישט אדורכגיין גייט אויסקומען אז מ'האט אזוי לאנג געווארטן בכליון עינים ועדיין לא נשענו. איז געקומען צו לויפן איין מקטרג און געטראפן אז איין מאהל איז דער ב"ח אדרוכגעגאנגען דעם מארק, און עס איז געווען דארט איינגעשפאנט א פערד מיט אן אקס צוזאמען, דער ב"ח האט זיך פונקט צוניסט און די בהמות האבן זיך דערשראקן און אנגעהויבן גיין, קומט אויס אז אדורך די פעולה פונעם ב"ח איז געגאנגען א שור מיט א חמור (כלאים) פאר ד' אמות, דאס איז שוין געווען גענוג פאר בי"ד צו ערלויבן דעם ב"ח אדורכצוגיין דעם גיהנום.

מיט די מעשה טיישטט דער הייליגע ריזשינ'ער (נר ישראל פרשת פרה) דעם פיוט "לטהר טמאים ולטמא טהורים באומר קדוש", לטהר טמאים- ווען דער אייבערשטער וויל רייניגן די טמאים וואס זענען נעבעך אין גיהנום, לטמא טהורים- דארף ער אמאל טרעפן א טומאה, אן עבירה אויף א טהור-דעם צדיק, ווי אזוי? באומר קדוש- ווען דער קדוש (דער צדיק) מאכט נאר א גרודער מיט זיין מויל, און דאס איז שוין גענוג ארויסצונעמען די טמאים פון גיהנום.

מ'זאגט נאך פונעם שר שלום פון בעלז זי"ע, אז ווען דער ב"ח איז אדורך דעם גיהנום, האט ער דאס אויסגעקערט ווי מיט א בעזעם אינגאנצן און נישט איבערגעלאזט קיינעם.

חזור בך:


אונזערע הייליגע חכמים זאגן זייער אן אונטערעסאנטע זאך (עירובין יט.) אז רשעים אפילו ווען זיי שטייען שוין ביים שוועל פונעם גיהנום, טוהן זיי נישט קיין תשובה. שטעלט זיך יעדער אפ און פרעגט, וואס הייסט זיי טוהן נישט קיין תשובה? זיי זעהן דעם גיהנום, זיי זעהן דעם גרויסן פייער, און וואס טראכטן זיי? זיי גייען דא אויף א שפאציר הנאה צו האבן?

נאר מיט וואס מיר האבן פריער געזאגט קען מען דאס אפשר פארשטיין, די רשעים מיינען דאך אז זיי זענען צדיקים, במילא ווען זיי זעהן אז מ'נעמט זיי צום גיהנום מיינען זיי אז זיי גייען אריינגיין ווי די צדיקים און ארויסנעמען פון דארט רשעים, ביז ווען זיי ווערן נישט אפגעבריעט פונעם פייער זענען זיי זיכער אז זענען גאר אויף וועם יעדער ווארט דארט. (ערבי נחל פרשת פנחס, דער חוזה פון לובלין-נפלאות הרבי אות רמ"ה, רבי ברוך פון גארליץ זי"ע-דברי ברוך עמ' פ"א)

אבער פון די אנדערע זייט, די מענטשן וועלכע האבן נישט געגלייבט אין צדיקים אויף די וועלט, האבן זיי נישט די זכיה אז די צדיקים זאלן זיי ארויסנעמען פון דארט. אזוי ווי מ'פארציילט אז רבי משה קאברינער זי"ע האט איינמאל ביים פרייטאג צונאכטס טיש געהאלטן אינמיטן עסן די פיש, געשטאנען איז דארט א איד וועלכע האט געטראכט ביי זיך, גיב נאר א קוק, דער צדיק אז גארנישט אנדערש פון אונז ער עסט ווי אונז, ער טרינקט ווי אונז, און ער שלאפט אפילו ווי אונז. דער הייליגער קאברינער האט דאס תיכף מרגיש געווען און ער האט זיך אנגערופן: אין זוהר הקדוש שטייט (ח"ג רכ:) אז ווען א צדיק גייט ארויף אויף יענע וועלט האט ער די זכיה ארויסצונעמען פון דארט רשעים. פירט אויס דער קאברינער- אבער עס ווענדט זיך, ווען דער רשע וועלכע זיצט אזוי נעבעך אין גיהנום און ווערט אפגעבאקן זעהט פלוצלינג זיין רבי אויך אין גיהנום, און טראכט ביי זיך: זיכער איז די רבי אהערגעקומען מיר ארויסצונעמען פון מיין מצב, אנדערש וואס זיכט ער דא? און ער ווארט שוין אז דער רבי זאל אים ארויסנעמען, אין די זכות פון זיין אמונת צדיקים קען אים דער צדיק ארויסנעמען. אבער אויב דער רשע טראכט ביי זיך: גיב נאר א קוק, דער צדיק איז פונקט ווי מיר, ער האט געגעסן פונקט ווי מיר, ער האט געטרינקן פונקט ווי מיר, און יעצט איז ער אפילו דא פונקט ווי מיר, דאן האט נישט די צדיק דעם כוח ארויסצונעמען די רשע פון דארט!! (אור לישרים).

רבי נחמיה פון סאסוב ז"ל (האט ארויסגעגעבן די חידושים פון זיין גרויסן זיידע רבי משה לייב סאסובער זי"ע אין יאר תרפ"א מיט'ן נאמען לקוטי רמ"ל) שרייבט אין זיין ספר: איך האב געהערט פון מגידי אמת אינעם נאמען פון רבי ר' מענדעלע פון רימינוב זי"ע אז ער האט געזעהן אין חלום אז נאכן פטירה פון רבי משה לייב מסאסוב, ווען ער איז אנגעקומען אויף יענע וועלט האט ער געזאגט אז ער גייט נישט אריינגיין אין גן עדן ביז ווילאנג מ'גייט באפרייען אלע רשעים פון גיהנום, אזוי ווי איך האב מיין גאנצן לעבן אוועקגעגעבן פאר אידן זיי ארויסצונעמען פון תפיסה, אפילו די אידן וועלכע איך האב זיי קיינמאל נישט געקענט פון פריער, אזוי אויך יעצט וויל איך באפרייען די אלע אידן פון גיהנום, אפילו די אידן וועלכע איך האב קיין שייכות קיינמאל נישט געהאט מיט זיי ווען איך האב געלעבט. און בי"ד של מעלה האט אים נאכגעגעבן, האט רבי ר' מענדעלע אויסגעפירט: גלייבסט מיר! ער האט דאס אויסגעליידיגט אזוי ווי מיט א פלאדערוויש (א שמאטע).

ברענגט דער אייניקל נאך בשם זיין זיידן א שיינע טייטש אויף די משנה אין אבות (פ"ה מ"כ) "עז פנים לגיהנום ובושת פנים לגן עדן", אז עס איז דא צוויי סארט צדיקים, איין צדיק וועלכע האט זיין גאנצן לעבן עוסק געווען על התורה ועל העבודה און נישט געהאט קיין גרויסן שייכות מיט'ן ציבור, און ער איז געשטיגן מעלה מעלה במסילה העולה בית א-ל, אבער נישט פראבירט צו שטארק אויפצוטוהן מיט'ן ציבור. און פון די אנדערע זייט איז פארהאן א צדיק וועלכע איז מוותר אויף זיינע מדריגות און ער פראבירט יא אגאנצן לעבן אויפצוטוהן פאר אידישקייט (אזוי ווי דער הייליגע ייטב לב זי"ע האט געהייסן אז מ'זאל שרייבן אויף זיין מציבה "העמיד תלמידים הגונים", און ער האט געזאגט אז ווען נישט אז ער האט געהאט זיין ישיבה און דאס האט אים געקאסט זיין גאנצן כוח און מוח, וואלט ער געקענט שטייגן אסאך מער, אבער ער האט מחליט געווען מוותר צו זיין אויף זיינע מדריגות און אוועקגעבן זיין לעבן פאר זיינע תלמידים). זאגט דער צדיק רבי משה לייב מסאסוב, אז דער ערשטע סארט צדיק גייט גראד אריין אין גן עדן און האט נישט די זכיה ארויסצונעמען רשעים פון גיהנום, אבער די צווייטע סארט צדיק וועלכע האט נאך ביים לעבן אוועקגעגעבן פון זיינע מדריגות פאר אנדערע אידן האט יא די כוח ארויסצונעמען פון דארט רשעים. (לקוטי רמ"ל-אבות)

מגלים רבו עמו:


דער היייליגע ראפשיצער זאגט (נפלאות הרבי אות מד) אז ווי באקאנט שבת באקומען אלע רשעים אין גן עדן מנוחה, און א חסיד וועלכע פלעגט גיין צו זיין רבי צום טיש ווען ער האט געלעבט, אויב יענע חסיד וועט בעטן וועט מען אים געבן רשות צו גיין צו זיין רבי'ס טיש אויף יענע וועלט אין גן עדן, ווייל אויב וועט ער נישט גיין צום טיש האט ער דאך נישט די ריכטיגע מנוחה, פירט אויס דער ראפשיצער- אז נאר א קיעפ (א שטעקן) איז דער רבי וואס לאזט צוריק זיין חסיד אין גיהנום (דאס הייסט אז דער רבי האט א כוח צון לאזן ביי זיך אין גן עדן, און א רבי וואס לאזט צוריק זיין חסיד אין גיהנום איז ווי א שטעקן).

ענדליך צו דעם זאגט דער בעל יסוד העבודה מסלונים ז"ל, אז איינער וואס איז געווען צוגעוואוינט צו גיין פרייטאג צונאכטס צו חברים און פארברענגען בשירה וזמרה לכבוד שבת, אויב ער וועט בעטן אין גיהנום את אחי אנכי מבקש, ער וויל גיין צו זיינע חברים אין גן עדן און זינגען מיט זיי לכבוד שבת, וועט מען אים געבן רשות דאס צו טוהן, און זיינע חברים וועלן אים זיכער נישט צוריקלאזן אין גיהנום. אבער אויב איינער וואס האט נישט פארברענגט די פרייטאג צונאכטס בדיבוק חברים בשירה וקול תודה, איז נישט זיכער אז ער וועט האבן די רשות דאס צו טוהן. (תורת אבות- ענייני שבת אות מז).

דער פאפא רב ז"ל בעל ויחי יוסף זאגט אין פרשת שופטים אז איינמאל האט דער רבי בונם פון פשיסחא זי"ע געזאגט פאר זיין תלמיד רבי מנחם מענדל פון קאצק זי"ע: אויב מ'וועט מיר הייסן גיין אין גיהנום, וואס וועל איך טוהן? איך וועל זיי זאגן אז די גמרא זאגט (מכות י.) א תלמיד וואס גייט אין גלות שיקט מען מיט זיין רבי מיט אים אין גלות, גיי איך בעטן אז איך וויל האבן מיינע רבי'ס מיט מיר אין גיהנום און איך גיי בעטן אז איך וויל דער הייליגע חוזה מיטן איד הקדוש מיט מיר אין גיהנום, און ווער גייט זיך דען דערוואגן זיי צו שיקן אין גיהנום? האט זיך זיין תלמיד דער קאצקער זיך אנגערופן בגדול ענוותנותו: אייך איז עס נישט קיין נפקא מינא, מיר וועט עס צוניץ קומען. (ויחי יוסף פרשת שופטים און שש"ק ח"ג עמוד קס"ו)

דער הייליגע בני יששכר שרייבט הפלאה'דיגע ווערטער (מאמרי שבתות ח, יז) די טעם פארוואס מ'זאגט שבת ביי שלוש סעודות "מזמור לדוד", מיט דעם וואס מהר"ש מאסטראפלי טייטשט די פסוק "גם כי אלך בגיא צלמות לא אירע רע כי אתה עמדי"- עס איז דא תת"ן (850) צימערן אין גיהנום און די צדיקים גייען דארט אדורך ארויסצונעמען פון דארט רשעים, און א מלאך מיט'ן נאמען יהושע און ער האט וואקס (שעווה) אין זיין האנט און ער שרייבט אויף די שטערן פון די צדיק דאס ווארט "אתה", און אזוי קען דער צדיק ארומגיין אין גיהנום און עס שטערט אים נישט און עס טוט אים נישט וויי. טייטשט ער, גם כי אלך בגיא צלמוות- אפילו איך וועל גיין אין גיהנום, לא אירע רע- גייט מיר גארנישט פאסירן, כי את"ה עמדי- ווייל אתה גייט זיין מיט מיר. זאגט דער בני יששכר, אז ביי שלוש סעודות ביי רעוא דרעוין, ווען שבת גייט שוין ארויס, און די רשעים דארפן שוין צוריקגיין אין גיהנום, זאגט מען די מזמור (וואס דארט שטייט די פסוק פון גם כי אלך), כדי צו דערמאנען די צדיקים אז זיי האבן די כוח ארויסצונעמען די רשעים פון גיהנום און אריינברענגען אין גן עדן.

גיי נישט צו טיף:


צום שלוס וויל איך נאכברענגען א שיינע מעשה וואס האט פאסירט ביים טשעבינע רב ז"ל. עס איז געווען תיכף ווען דער טשעבינע רב איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, און דער עולם האט נאכנישט באמערקט אז אריה עולה מבבל, מ'האט נאנישט איינגעזעהן זיין גרויסקייט, איז געווען איין תלמיד חכם וועלכע האט יא געלייגט אן אויג אויפן טשעבינע רב און ער איז געווארן זיין משמש. איין טאג האט דער משמש באמערקט ווי די טשעבינע רב גייט ארויס פון דערהיים און עס פעלט אים א קנעפל אויף זיין רעקל, האט אים דער משמש געבעטן אז ער זאל מוחל זיין און בלייבן שטיין איין מינוט, און ער איז שנעל געלאפן און געברענגט א פאדעם און א נאדל, און אזוי בשעת'ן ארויפנייען די קנעפל האט ער בטעות געגעבן א שטעך מיט די נאדל דעם טשעבינע רב. פארשטייט זיך אז דער משמש איז געווארן אינגאנצן דערשראקן פון זיין גרויסן טעות, ווען דער טשעבינע רב האט אים געפרעגט וואס ביסטו אזוי דערשראקן? האט אים דער משמש גע'ענטפערט אז ער האט מורא אז ער וועט גיין אין גיהנום דערפאר, האט אים דער טשעבינע רב געזאגט: האב נישט מורא, אויב דו וועסט דארט אהינגיין, וועל איך דיר ארויסנעמען פון דארט.

פאר די פטירה פונעם טשעבינע רב, האט ער געלאזט רופן יענע משמש, און ער האט אים געזאגט, געדענקסט וואס איך האב דיר געזאגט אז איך וועל דיר ארויסנעמען? איך בעהט דיר, מאך מיר נישט קיין שווערע ארבעט דאס צו טוהן. ודפח"ח
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואוי וואוי, איך קען ממש נישט נאכיאגן דיין שנעלקייט, הערליך!!! הערליך!!!
איך דארף אנהייבן צו לייגן מער שעות אין טאג....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שטיק גן עדן דער מי-שאמרו.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

הערליך שיין באשריבען, יש"כ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געבוקבארקט! פאר דעם דארף מען האבן אסאך צייט. אבער נישט געזארגט איך וועל אנקומען דערצו. דו גיי ווייטער און ברענג פרישע סחורה. מיר האבן געוואלדיג הנאה פון דיין קלארע שריפט און רייכער סובסטאנץ.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

הערליך הערליך !!

(ומכאן תשובה להמקשים אויף די הבטחה פון רבי נחמן זי"ע).
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מוראדיג צוזאמען געשטעלט
א גרויסען שכוח
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6682
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 7:13 pm
א שטיק גן עדן דער מי-שאמרו.
געמאכט א סערטש נאך זיינע אלטע תגובות.

אוצרות!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: מדינה של גיהנום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

הפלא ופלא! מתוק מדבש!
יעצט געליינט אין איין אטעם... ציקער זיס.
@ממי_שאמרו מיר ווארטען אויף נאך.

2 הערות:
1. די ביאור וואס די ביסט מסביר עפ"י די נוע"א, שטימט נישט ממש מיט די צל"ח, אבער ס'איז גיט.
[יש ליישב, אז א קאלטע גיהנום איז אויכ'ט נישט קיין אייסקרים... ויל"ע בלשון הצל"ח שם].

2. דכרינא כד הווינא תליא אמינא, אז דער ענין אז א צדיק קען ארויסניעמען פון גיהנום, איז א בפירוש'ער גמ'.
חגיגה ט"ו ע"ב
כי נח נפשיה דאחר, אמרי לא מידן לידייניה ולא לעלמא דאתי ליתי, לא מידן לידייניה משום דעסק באורייתא, ולא לעלמא דאתי ליתי משום דחטא. אמר ר"מ מוטב דלידייניה וליתי לעלמא דאתי, מתי אמות ואעלה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' מאיר סליק קוטרא מקבריה דאחר. אמר ר' יוחנן גבורתא למיקלא רביה, חד הוה ביננא ולא מצינן לאצוליה, אי נקטיה ביד מאן מרמי ליה מאן, אמר מתי אמות ואכבה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' יוחנן פסק קוטרא מקבריה דאחר, פתח עליה ההוא ספדנא אפילו שומר הפתח לא עמד לפניך רבינו
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מדינה של גיהנום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:19 am
הפלא ופלא! מתוק מדבש!
יעצט געליינט אין איין אטעם... ציקער זיס.
@ממי_שאמרו מיר ווארטען אויף נאך.

2 הערות:
1. די ביאור וואס די ביסט מסביר עפ"י די נוע"א, שטימט נישט ממש מיט די צל"ח, אבער ס'איז גיט.
[יש ליישב, אז א קאלטע גיהנום איז אויכ'ט נישט קיין אייסקרים... ויל"ע בלשון הצל"ח שם].

2. דכרינא כד הווינא תליא אמינא, אז דער ענין אז א צדיק קען ארויסניעמען פון גיהנום, איז א בפירוש'ער גמ'.
חגיגה ט"ו ע"ב
כי נח נפשיה דאחר, אמרי לא מידן לידייניה ולא לעלמא דאתי ליתי, לא מידן לידייניה משום דעסק באורייתא, ולא לעלמא דאתי ליתי משום דחטא. אמר ר"מ מוטב דלידייניה וליתי לעלמא דאתי, מתי אמות ואעלה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' מאיר סליק קוטרא מקבריה דאחר. אמר ר' יוחנן גבורתא למיקלא רביה, חד הוה ביננא ולא מצינן לאצוליה, אי נקטיה ביד מאן מרמי ליה מאן, אמר מתי אמות ואכבה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' יוחנן פסק קוטרא מקבריה דאחר, פתח עליה ההוא ספדנא אפילו שומר הפתח לא עמד לפניך רבינו
ווי אין די וועלט ביסטו אנגעקומען צו דעם אשכול??
דערמאנט מיר צוריק זכרונות ווען איך בין נאך געווען אינג, און זיך אליינס געזיכט...

א. גהנום איז נישט בא'טעמ'ט, נישט קאלט און נישט הייס..

ב. גערעכט! רבי יחזקאל לעווינשטיין האט פון די גמרא געזאגט: טוט א קוק! פון רבי מאיר'ס פטירה ביז רבי יוחנן'ס פטירה, ווי לאנג איז דא? 150 יאר!
רבי מאיר האט געוואוסט אז עס לוינט זיך לכל הפחות 150 יאר גהנום, אנצוקומען צום גן עדן. ווען נישט, וואלט ער דאך דאס קיינמאל נישט געטוהן פאר זיין רבי!
און וואס מיינט איר איז שוין גן עדן? א סטענדער מיט א גמרא!
רבי מאיר לערנט אונז אז עס לוינט זיך 150 יאר זיך צו בראטן אין גהנום, צו קענען שפעטער עפענען א גמרא און לערנען מיט א געשמאק!
נורא נוראות (מיט די ליטווישע הבהרה פארשטייט זיך..)!!
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: מדינה של גיהנום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:41 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:19 am
הפלא ופלא! מתוק מדבש!
יעצט געליינט אין איין אטעם... ציקער זיס.
@ממי_שאמרו מיר ווארטען אויף נאך.

2 הערות:
1. די ביאור וואס די ביסט מסביר עפ"י די נוע"א, שטימט נישט ממש מיט די צל"ח, אבער ס'איז גיט.
[יש ליישב, אז א קאלטע גיהנום איז אויכ'ט נישט קיין אייסקרים... ויל"ע בלשון הצל"ח שם].

2. דכרינא כד הווינא תליא אמינא, אז דער ענין אז א צדיק קען ארויסניעמען פון גיהנום, איז א בפירוש'ער גמ'.
חגיגה ט"ו ע"ב
כי נח נפשיה דאחר, אמרי לא מידן לידייניה ולא לעלמא דאתי ליתי, לא מידן לידייניה משום דעסק באורייתא, ולא לעלמא דאתי ליתי משום דחטא. אמר ר"מ מוטב דלידייניה וליתי לעלמא דאתי, מתי אמות ואעלה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' מאיר סליק קוטרא מקבריה דאחר. אמר ר' יוחנן גבורתא למיקלא רביה, חד הוה ביננא ולא מצינן לאצוליה, אי נקטיה ביד מאן מרמי ליה מאן, אמר מתי אמות ואכבה עשן מקברו. כי נח נפשיה דר' יוחנן פסק קוטרא מקבריה דאחר, פתח עליה ההוא ספדנא אפילו שומר הפתח לא עמד לפניך רבינו
ווי אין די וועלט ביסטו אנגעקומען צו דעם אשכול??
דערמאנט מיר צוריק זכרונות ווען איך בין נאך געווען אינג, און זיך אליינס געזיכט...

א. גהנום איז נישט בא'טעמ'ט, נישט קאלט און נישט הייס..

ב. גערעכט! רבי יחזקאל לעווינשטיין האט פון די גמרא געזאגט: טוט א קוק! פון רבי מאיר'ס פטירה ביז רבי יוחנן'ס פטירה, ווי לאנג איז דא? 150 יאר!
רבי מאיר האט געוואוסט אז עס לוינט זיך לכל הפחות 150 יאר גהנום, אנצוקומען צום גן עדן. ווען נישט, וואלט ער דאך דאס קיינמאל נישט געטוהן פאר זיין רבי!
און וואס מיינט איר איז שוין גן עדן? א סטענדער מיט א גמרא!
רבי מאיר לערנט אונז אז עס לוינט זיך 150 יאר זיך צו בראטן אין גהנום, צו קענען שפעטער עפענען א גמרא און לערנען מיט א געשמאק!
נורא נוראות (מיט די ליטווישע הבהרה פארשטייט זיך..)!!
אנגעקומען בים איך מיט דיינע מפתחות...

א. אה"נ, דאס האב איך געמיינט מרמז צו זיין. [בסוגר]
ב. ייש"כ אויף די דערהער, קיינמאל נישט געהערט.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”