איך זוך אינפארמאציע אויף א איד ר' ישכר (הערצבערג) א אייניקל פון אפטער רב דער אוהב ישראל, ער איז א איידעם געווען (ש"א חוה) ביי ר' יעקב יצחק א זוהן פון ר' נפתלי מליזענסק (בהה"ק אלעזר בהה"ק ר"ר אלימלך זי"ע).
איך ווייס נישט קיין סאך אינפארמאציע אויף אים נאר דאס אז ער ליגט אין סטרי (ערגעץ אין געגנט פון לעמבערג).
ווארצלען האט געשריבן:
איך זוך אינפארמאציע אויף א איד ר' ישכר (הערצבערג) א אייניקל פון אפטער רב דער אוהב ישראל, ער איז א איידעם געווען (ש"א חוה)ביי ר' יעקב יצחק א זוהן פון ר' נפתלי מליזענסק(בהה"ק אלעזר בהה"ק ר"ר אלימלך זי"ע).
איך ווייס נישט קיין סאך אינפארמאציע אויף אים נאר דאס אז ער ליגט אין סטרי (ערגעץ אין געגנט פון לעמבערג).
יש"כ הרב מיללער איך האב געשיקט א זענדונג דערווייל אן אנטווארט.
אויף זשואיש זשען זעה איך אז זיי האבן די רעקארדס פון סטרי, דארט ווי מיין זיידע ליגט, אבער איך האב נישט השגה וויאזוי איך זעה די רעקארדס, אפשר קען מיר איינער העלפן? דארף איך זיך פארבינדן מיט איינעם? אויב יא מיט וועם? איך לייג צו א לינק
ביי די וועי, א בילד פון מציבת בנו ר' ישראל אין ביה"ח אין דעריטשקע (קרעדיט 'אבותינו'), (דער ר' ישראל האט זיך דערווייטערט בכל נימי נפשו פון רבנות און יחוס, ער האט נישט פארציילט בשיטה אז ער איז א אייניקל פון גרויסע אידן, ער האט נאר דערמאנט בפירוש דעם אפטער רב, און ר"ר אלימלך, אבער ווען מ'האט אים געפרעגט וויאזוי האט ער געזאגט אז מ'דארף נישט וויסן.. דערפאר פעלט אונז די פרטים וואס אונז זוכן צו דערגיין).
דא זעה איך א צבי אלימלך (?) הערצבערג עפעס א רב אין ביהכ"נ בית אברהם בבאלטימער, ביי איינע פון די שרייבט ער זיך אונטער 'צבי אברהם (?) הערצבערג רב וכו' בית אברהם בבאלטימאר ה' ניסן תשכ"ה יומד"ל של הס"ק אוהב ישראל מאפטא'

קודם הרב ווארצלען, איך פרוביר צו זוכען אינפארמאציע איבער אייער זיידע, דערווייל אן ערפאלג, מ'זעמיר אבער נאך ווייט פון אויפגעבן.
דאס ווייסן מיר אז אין שטאט 'ליביטשוב' אין גאליציע, האט געווירקט א גרויסע 'הערצבערג' משפחה, בעלזער חסידים ונגידים, דער דערמאנטער רב פון באלטימאר ר' צבי אלימלך הערצבערג איז געווען א זון פון ר' אברהם פון ליביטשוב, ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ו זיין זוןארטור (אברהם) הערצבערגאיז געווען א פאפולערער קאנסערוואטיווער רע-באי.
ר' צבי אלימלך איז אוועק כ"ז ניסן תשל"א, זיין שול'בית אברהם'שטייט נאך היינט ווערט גערופען מיט'ן צונאמען 'הערצבערג'ס.
די קינדער האבן שפעטער געלאזט דרוען זיינע חידו"ת בשם'צדיק באמונתו',פון די הקדמה דארט איז נישט משמע אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון אפטא רב.
יש"כ הרב מיללער, אווי מ'זאגט דא, 'יו מעיד מיי דעי'... בלויז מיט דעם אז איינער העלפט מיט איז מיר שוין מער ניחא אויפן הארץ, יש"כ.
איך האב מיר שוין אויך אנגעשטויסן מיט דעם רע-ביי ארטור און איך האב אויך באשלאסן אז נישט דאס איז די ריכטונג, הגם איך האב בפירוש נישט געזוכט טיף אויף אים און זיין פאמיליע.
פרט נוספת, גיב א קליק אויפן בילד וואס איך האב אויבן געברענגט, פראביר צו ליינען ר' ישראל'ס לעצטע נאמען, מיר דאכט זיך אז עס שטייט גארנישט הערצבערג, נאר מעגליך הערפעלג וכדו', וואס איז אינטערסאנט ווייל אין די משפחה ווייסט מען אז ער האט געהייסן הערצבערג, (מיין עלטער זיידע איז ארויף קיין א"י נאך פארן קריג תרצ"ה, און זיין שווער ר' ישראל הנ"ל איז נפטר געווארן 5 יאר שפעטער בשנת ת"ש).
איך האף צו האבן ביז עטליכע טעג א בילד פון ר' יששכר הנ"ל און איך וועל עס אי"ה ארויפלייגן, אויב עס קען העלפן.
ווארצלען האט געשריבן:
יש"כ הרב מיללער איך האב געשיקט א זענדונג דערווייל אן אנטווארט.
אויף זשואיש זשען זעה איך אז זיי האבן די רעקארדס פון סטרי, דארט ווי מיין זיידע ליגט, אבער איך האב נישט השגה וויאזוי איך זעה די רעקארדס, אפשר קען מיר איינער העלפן? דארף איך זיך פארבינדן מיט איינעם? אויב יא מיט וועם? איך לייג צו א לינק
ווארצלען האט געשריבן:
יש"כ הרב מיללער, אווי מ'זאגט דא, 'יו מעיד מיי דעי'... בלויז מיט דעם אז איינער העלפט מיט איז מיר שוין מער ניחא אויפן הארץ, יש"כ.
איך האב מיר שוין אויך אנגעשטויסן מיט דעם רע-ביי ארטור און איך האב אויך באשלאסן אז נישט דאס איז די ריכטונג, הגם איך האב בפירוש נישט געזוכט טיף אויף אים און זיין פאמיליע.
פרט נוספת, גיב א קליק אויפן בילד וואס איך האב אויבן געברענגט, פראביר צו ליינען ר' ישראל'ס לעצטע נאמען, מיר דאכט זיך אז עס שטייט גארנישט הערצבערג, נאר מעגליך הערפעלג וכדו', וואס איז אינטערסאנט ווייל אין די משפחה ווייסט מען אז ער האט געהייסן הערצבערג, (מיין עלטער זיידע איז ארויף קיין א"י נאך פארן קריג תרצ"ה, און זיין שווער ר' ישראל הנ"ל איז נפטר געווארן 5 יאר שפעטער בשנת ת"ש).
איך האף צו האבן ביז עטליכע טעג א בילד פון ר' יששכר הנ"ל און איך וועל עס אי"ה ארויפלייגן, אויב עס קען העלפן.
עס איז זיכער הרצברג, ער ווערט דערמאנט אין ספ' לקוטי צבי פ' וישב ווי דער בעל המחבר שרייבט אז ער זאגט איבער וואס ער האט געזאגט ביים הספד פון הישיש ר' ישראל הערצבערג,
און אויך ווערט ער דערמאנט כמה וכמה פעמים אין ספ' זיכרון ליהודי דר'צקה. איינע פון די זאכען וואס מען שרייבט אויף איהם דארט אז ער איז געוועהן בעל תוקע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
טייבעלע האט געשריבן:
עס איז זיכער הרצברג, ער ווערט דערמאנט אין ספ' לקוטי צבי פ' וישב ווי דער בעל המחבר שרייבט אז ער זאגט איבער וואס ער האט געזאגט ביים הספד פון הישיש ר' ישראל הערצבערג,
און אויך ווערט ער דערמאנט כמה וכמה פעמים איןספ' זיכרון ליהודי דר'צקה.איינע פון די זאכען וואס מען שרייבט אויף איהם דארט אז ער איז געוועהן בעל תוקע.
הייסט אז אויך איר ווייסט פרטים איבער דעם איד, מאכט אייך באקוועם.
דא זעה איך א צבי אלימלך (?) הערצבערג עפעס א רב אין ביהכ"נ בית אברהם בבאלטימער, ביי איינע פון די שרייבט ער זיך אונטער 'צבי אברהם (?) הערצבערג רב וכו' בית אברהם בבאלטימאר ה' ניסן תשכ"ה יומד"ל של הס"ק אוהב ישראל מאפטא'
קודם הרב ווארצלען, איך פרוביר צו זוטכען אינפארמאציע איבער אייער זיידע, דערווייל אן ערפאלג, 'מזעמיר אבער נאך ווייט פון אויפגעבן.
דאס ווייסן מיר אז אין שטאט 'ליביטשוב' אין גאליציע, האט געווירקט א גרויסע 'הערצבערג' משפחה, בעלזער חסידים ונגידים, דער דערמאנטער רב פון באלטימאר ר' צבי אלימלך הערצבערג איז געווען א זון פון ר' אברהם פון ליביטשוב, ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ו זיין זוןארטור (אברהם) הערצבערגאיז געווען א פאפולערער קאנסערוואטיווער רע-באי.
ר' צבי אלימלך איז אוועק כ"ז ניסן תשל"א, זיין שול'בית אברהם'שטייט נאך היינט ווערט גערופען מיט'ן צונאמען 'הערצבערג'ס.
די קינדער האבן שפעטער געלאזט דרוען זיינע חידו"ת בשם'צדיק באמונתו',פון די הקדמה דארט איז נישט משמע אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון אפטא רב.
איך האב ערהאלטן עטליכע פרטים נוספים איבער דעם יחוס פון ר' צבי אלמילך הערצבערג הנ"ל, זיין טאטע ר' אברהם איז געווען א זון פון ר' ירחמיאל הערצבערג פון ליביטשוב וואס האט געדרוקט דעם ספר'חידושי מהר"פ'להרה"ק ר' פסח גאטליעבר מנעמירוב זצ"ל. ר' ירחמיאל האט געהאט פיר זון, ובתוכם א זון בשם ר' חיים הערצבערג וואס לויט דעם ברודער ר' צבי אלימלך הנ"ל האט ער חתונה געהאט מיט אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל, נאך א זון איז געווען ר' יוסף הערצבערג פון לוביטשוב.
דער פאטער פון ר' ירחמיאל הנ"ל האט געהייסן ר' שמעון הערצבערג וואס שנת תרמ"ט די יאר וואס דער ספר הנ"ל חידושי מהר"פ איז געדרוקט געווארן האט נאך דער ר' שמעון געלעבט, דער זון שרייבט זיך אונטער 'דברי המלבה"ד ירחמיאל בן הרבני הישישמגזע צדיקיםכש"ת מוה' שמעון הערצבערג נ"י ויופיע כשמש ברקיע'.
ביים סוף פונעם ספר איז פארהאן צענליגער בלעטער מיט פרענומעראנטן, מ'ברויך אפירזוכען צו ער דערמאנט א ברודער אדער קרוב משפחה בשם ר' ישכר, עס איז שטארק מסתבר אז דער ר' ישכר הנ"ל פון סטריא, וועלכע איז נישט ווייט פון ליבוטשוב, זאל האבן געווען א משפחה מיט דעם ר' שמעון הערצבערג.
דער דערמאנטער ר' אברהם הערצבערג (ב"ר ירחמיאל ואבי ר' צבי אלימלך מבאלטימאר) האט געדרוקט דעם ספר'שפת אמת'להרמ"ע מפאנו בשנת תרמ"ח, מיט שיינע הסכמות, דער ספר אנהאלט נישט קיין שום ביאגראפישע אינפארמאציע איבער די משפחה.
אינעם אויבנדערמאנטע יזכור בוך, בלאט 168 (בד"וו יש"כ טייבעלע), ווערט דערמאנט אז ר' ישראל הערצבערג קומט פון 'דאלינע גאליציע', א זוך אויף זשואיש זשען זאגט וועגן צוויי דאלינע'ס (איינס וואס אידן האבן גערופן דאלינע און איינס וואס אידן האבן גערופן יאנוב), אבער זוכנדיג א הערצבערג אין איינע פון די שטעט האב איך גארנישט געפונען, (מעגליך אז איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי צו נוצן די סערטש ענזשין דארט, ווייל שוין עטליכע זאכן וואס איך זוך און איך טרעף גארנישט, ווי יששכר הערצבערג אין די לעמבערג געגנט, חוה הערצבערג אין די זעלבע געגנט, ישראל הערצבערג אין די זעלבע געגנט, אויך זיי אלע אין דאלינע, אבער איך געפון גארנישט, מעגליך אז איך קאן נישט די מלאכה).
ביידע דאלינע'ס זענען היינט אין אוקריינע, ליביטשוב - ווי איר שרייבט - איז אין גאליציע, איינע פון די דאלינע'ס איז געווען אין גאליציע פארן ערשטן וועלט קריג.
msp האט געשריבן:
אין בארדיטשובער סידור איז דא א חיבור פון א רב מאיר דוד הערצבערג עס הייסט דאכטזיך מאיר נתיב
ר' מאיר דוד הערצבערג ב"ר יוסף ז"ל פון פרעמישלא, ער האט שיינע הסכמות פון ר' פיניעלע, סאטמארער רב ז"ל ועוד.
חיבר ספראור החמהעל קידוש החמה וספר עיר דוד לתולדות גדולי פרעמישלא.
אגב נהניתי ממה שכתב שם באור החמה כי הפיוטים נוסדו ע"פ הירושלמי ובכן אין קרובות לפורים על ברכת את צמח, הדברים אבל שמחתי על המקור בספרי היראים והחסידים מדור שלפני המלחמה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א גוטע וואך אייך אלע, און צפעציפיש הרב מיללער הי"ו, קודם כל, צו האט איר באקומען די עיינות נועם ליסט? זעה איך דארט אז זיי האבן צום סוף ביי די 'לא ידוע' אפטיילונג די גאנצע יוחס פון ר' יששכר און אראפ, ד.ה. זיינע קינדער און אייניקלעך, אבער וואס מאכט מיר שפרינגען איז זיי האבן דארט נאך א חוה חתונה געהאט צו א יששכר אויך אין די לא ידוע אפטיילונג און אויך פון דאלינע! נאר ער רופט זוך נוסבוים, וואס מאכט מיר טראכטן אז עס איז מעגליך היינו הך, ווי איך ברענג שוין אויבן קומט ר' ישראל הערצבערג פון דאלינע.