ערפארונג מיט ערבים

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

וויכי, איים סאו פראוד טו בי יו״ר פרענד… דו לאסטעך נישט אראפשלעפן… קיעפ איט אפ..
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מיט מזל האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 10:58 pm
פאראויס האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 10:48 pm
מיט מזל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:09 pm
איך האב אנגעפרעגט ביי הצדיק ר יוסף מנחם פישמאן שליט"א
פרעג עם שוין אויך מיין פראגע.
פאראויס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 27, 2023 4:45 pm

אויף מיין פראגע אז לכאורה מיט טויזענטער צוגעקומענע מעמבערס באוקמסטו אסאך מער פער קאללעקשן, זאגן זיי אז אה’’נ, און צוליב דעם, דארף מען מאכן ווייניגער קאללעקשנס. ס’קומט אריין מער פור קאללעקשן.

גיי ווייס. איך פארשטיי עס נאך אלס נישט.

פארוואס די לעצטע צייטן איז דא כמעט א גאנץ יאר קאללעקשנס. ווען אפאר יאר צוריק איז געווען א סאך ווייניגער.

אז ס’איז צוגעקומען אזויפיל מער מעמבערס אז ממש יעדן חודש איז דא טויטע פאר וועם צו קאללעקטן,
איז דאך דא טויזענטער נייע מעמבערס וואס צאלן.

וקושיא במקומה עומדת

נאכאמאל. א איד האט א נאמנות. אבער אן ארג. דארף געבן קלארקייט.
בס"ד
שוין געפרעגט?

נאכאמאל אין קורצן, איך בין תולה מיט א חזקת כשרות אז אלעס איז 100% כשורה.

אבער ווען ס'קרעדיט קארטל האט א טשארדזש חודש'ליך ווען כ'בין ספוילט פון אפאר יאר צוריק אז ס'איז נישט געווען אזוי, ציפט עס און מאכט מיר וועלן פארשטיין. וואס האט זיך געטוישט?

כ'טראכט יעצט אפשר זענען די מעמבער גיל ארויף ווען אמאל האבן זיי געהאט מער % כולל אינגעלייט?

דאס אז ס'איז דא מער מעמבערס איז דא מער מתים שטימט מיר נישט. אפשר קען מיר איינער עס מסביר זיין. כ'בין נישט קיין נומבער מענטש און אויבן אויף בעיני יפלא ווי איך בין מסביר דא אויבן:
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:29 pm
תולעת שני האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:36 am
נישט קיין איינונג וואס דא גייט פאר , געווענטליך @וויכטיג מאכער קומט אריין מיט זיין מיינונגען קען ער מיך אפילו מאכן טוישן מיין מיינונג אדער עטליעסט פארשטיין זיין צד אבער דאס מאל האט ער מיר פארלוירן.

די ערשטע מאל איך האב מיר באקענט מיט ערבים איז געווען זייער דרייוו אין וויליאמסבורג מן הסתם א גוטע 10 15 יאר צירוק איך געדענק נישט פונקטליך אבער די פוינט איז גלייך ביים ליינען די בראשור אז מען דארף נישט נעמען א מעדיקל טשעק, האב איך זיך געווינדערט הייסט יעדע מענטש וואס איז קראנק קען זיך אויפסיינען, אבער א שורה שפעטער איז אלעס פארענטפערט געווארן אז נאכן פטירה נעמען זיי למפרע די מעדיקל רעפארטס, זיכער צו מאכן אז דו ביסט געווען געזונט ביים זיך איינגעשריבן, דענק איך ווי איך האב באווינדערט דעמאלטס די געדאנק, אז מען דארף נישט משוגע מאכן זיך גיין טעסטן יעדער ווייסט דאך צו ער איז געזונט אדער נישט, איז אזוי ווי רוב מענטשן זענען געזונט וואס דארף מען יעדען שיקן טעסטן פאר די 5 פראצענט וואס איז נישט געזונט.

איך וויסנדיג אז איך האב ב"ה נישט קיין מעדיקל קאנדישן האב גלייַך געוויסט אז איך קען מיך אויפסיינען און איך בין 100 פארצענט געקאווערט אן קיין שום מעדיקל טשעק.
און עס שטייט נישט אז "דו" גייסט דארפן אויפווייזן אז דו ביסט געווען געזונט, עס שטייט אז זיי גייען קוקן דיין מעדיקל רעקארד צו זען אויב דו האסט נישט געליטן עפעס בשעת מעשה און מיט א סימפל קאל צו דיין דאקטאר האבן זיי דו רעקארד און די ביסט קאווערד.
יעצט עס איז געווען זייער קלאר אז דאס איז די מהלך, און יעדער מענטש מיט ער טראפ שכל ווייסט אז זיי גייען נישט קאווערן יעדעם איינעם, און עס איז איבעראל געשטאנען און זייער בראשורן מיט גרויסע ווערטער.

יעצט ווען דער מענטש מיט דיעביטיעס האט געהערט די איידיע האט ער אלעס פארשטאנען פונקט ווי מיך, און אז ער האט זיך איינגעשריבן האט ער גאנץ פיין געוויסט אז ער האט א מעדיקל אישו און עס א שאלה צו זיי קאווערן אזא פאל און לכאורה געטראכט אז עס איז חסידישע מעשיות אדער עני אנדערע סיבה זיך געטרייסט אריינצורעדן אז ער גייט האפנטליך זיין קאווערד
יעצט דארפן זיי קאווערן די מענטש מיט דיעביטיעס ווייל ער האט נישט געוואלט אנארקענען די פאקט אז ער איז מעגליך נישט קאווערד?
אויף ויכי'ס טענה אז זיי דארפן ווען ווערפייען יעדעם איינעם פארן אויפסיינען, איז קודם כל איז עס נישט קיין טענה נאר א פארשלאג וואס דו האלטסט איז בעסער, און נאכדעם כל פארן געזונטן מענטש וואס איז 100 פארצענט קאווערד פארוואס דרייען א קאפ און פארלאנגן אריינשיקן אלעס ווען ער איז 1000 פארצענט קאווערד, אלעס ווייל עס איז דא קליינע פראצענט וואס האט מעדיקל אישוס און זיי ווייסן אז זיי זענען נישט קאווערד? און אפילו פאר זיי איז דא א אפציע צו ווערפייען אויב זיי זענען קאווערד דורכן אריינשיקן די מעדיקל רעקארדס.
האסט טענות אז עס פלעגט נישט שטיין און גרויסע ווערטער ווי מסביר געווען פריער איז עס געווען זייער קלאראון יעדער בר דעת האט עס פארשטאנען, און היינט שטייט עס שוין מיט גרויסע ווערטער..
און לאמיר נישט פארגעסן אז ערבים גאנצע ציל אז מענטשן וואס האבן נישט קיין אינשורענס ווייל זיי האבן נישט קיין נערווען צו זיין פארנומען מיט א געהעריגע פאליסי אריינשיקן טעסטן וכו'. זאלן קענען זיך אויפסיינען שנעל און גרינג איז מיטן טוישן די סיסטעם קען מען שוין נעמען א געהעריגע פאליסי.
און אויב דו ווילסט דווקא וויסן צו די ביסט קאווערד איז דא א אפציע אריינשיקן די מעדיקל רעקארדס.
איז וואס פונטקליך שרייסטו?
און א צווייטע נקודה וואס דו ברענגסט ארויס איז וויכטיג קלארצושטעלן...

איך דיעל ב"ה מיט מעדיקל רעקארדס טעגליך, צו באקומען מעדיקל רעקארדס איז נישט אלעמאל גרינג, צו באקומען מעדיקל רעקארדס פון 15 יאר צוריק איז ערגעץ צווישן "אומפאסיבל און זייער שווער"! איך בין יעצט ביזי מיט א קעיס ווי די דאקטאר שרייט אז ער האט האטעס מער נישט, און די אינשורענס קאמפאני זאגט אז אן די רעקארדס קענען זיי נישט אפראוון... (שטייצעך אז מ'ארבייט דערויף, אבער די רעקארדס זענען נישט דא!)

סאו זיך צו פרייען אז מ'דארף נישט יעצט קיין רעקארדס נאר ווען מ'שטארבט איז אבסורד!

און דאס איז א חלק פון מיין פוינט, ענדערש וועריפיי יעצט, ווען דיין דאקטאר האט אלע רעקארדס, ריקוועסט עס, שיקעס אריין און באקום א קאנפוירמעישן אז דו ביסט אנגענומען, ווי איידער אין 20 יאר ארום זאל די משפחה סטראגלן צו באקומען די רעקארדס און מעגליך געוואר ווערן אז דו ביסט נישט געקאווערט!

די חידוש פון די שמיעס דא איז אז כמעט יעדער עגריט אויף דעם, און דאך מוז מען זיך טענהן דערויף...
די חידוש פון די שמיעס דא איז אז כמעט יעדער עגריט אויף דעם, און דאך מוז מען זיך טענהן דערויף...
אויף די לעצטע שורה קען איך מיך נישט איינהאלטן, און איך מוז מגיב זיין: איך בין שוין אויף אייוועלט 15 יאר אין דעם גלגול און פון נאך פריער בגלגול ראשון, און 99% פון די שמועסן גייען אויף דעם אופן און דו חידוש'ט זיך יעצט. וואו.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4834
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

איך האב לייף אינשורענס נאך פון שנה ראשונה... פון 100 אלפים צו היינט עטליכע פאליסיס צו א טאטעל פון א האנטפול מיליאן טורם פאליסיס "ווייל דאס איז וואס מען מוז"

עפעס מער ווי א יאר צוריק - אדער מער - האמער דיסיידעד צו האבן ערבים "בלויז" אלז די מצוה שבו - און זייט איך בין אויפגעסיינט איז דא א באטראפענע משפחה "יעדע" חודש רח"ל

מאכט דאס סענס ?
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

Borrower האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:32 pm

צו וואס מאכט סענס? אז זיי בילן די מעקס? יא, דאס איז וואס זיי טוען. אז עס איז טאקע ליידער דא אזויפיל יתומים? דאס איז געווען די טענהרייען די לעצטע 20 בלעטער...
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

דער אימעיל פון ערבים זאגט דאס:
Rav Yoel Hersh Moskowitz, Dayan of Tosh will be overseeing the collection on behalf of the family from Tosh.
עס איז הונדערט פראצענט יושר אז פאר איר פרעגט א שאלה מכאן ואילך זאלט איר אים פרעגן.
ובכלל, ערבים איז געגרינדעט געווארן אין פרינציפ אז די צדקה זאל זיין ככל היותר בדרך כבוד אן דעם וואס מ'זאל מפרסם זיין פאר וועם מ'גייט, אלזא איז יושר זאל אפילו נישט מפרסם זיין בדרך רמז.
אבער צו דיין פראגע אן ספעסיפיקס, דער איד האט זיך איינגעשריבן געזונטערהייט, און געצאלט יעדע חודש פאר אנדערע וואס איז בכלל א הוה אמינא אז מ'זאל נישט קאלעקטן פאר אים. שטעל זיך פאר וואסא פייער די אנטי ערבים ניקס דא וואלטן פארפירט ווען מ'נעמט נישט קיין קאלעקשען פאר אים.
ובדרך אגב האט מיר א ערבים עסקן געזאגט אז זיי זענען צווישן נאגל און האמער וואו שארף צו קאנטראלירן די קאלעקשאנס ווייל אויב איז מען מקיל און מ'גיבט נאך און מ'מאכט קאלעקשאנס גרינג קומט אויס אז מ'ווערט מער מאל געטשארדזשט און ס'שטערט פאר די מעמבערס. אויב איז מען מחמיר און מ'פרובירט צו מינימיזירן קאלעקשנס בכל הכח, פארשטייט זיך ווען דעת תורה איז אזוי, אבער ווערט א פי אר גערודער היתכן ערבים צאלט נישט.
לאמיר צום וויפילטן מאל דערמאנען ערבים האט נישט קיין שום קאסע, יעדע פטירה פון א מעמבער מיינט א קאלעקשאן.
לעצט פארראכטן דורך נייע שטאט אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

Borrower האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:32 pm
איך האב לייף אינשורענס נאך פון שנה ראשונה... פון 100 אלפים צו היינט עטליכע פאליסיס צו א טאטעל פון א האנטפול מיליאן טורם פאליסיס "ווייל דאס איז וואס מען מוז"

עפעס מער ווי א יאר צוריק - אדער מער - האמער דיסיידעד צו האבן ערבים "בלויז" אלז די מצוה שבו - און זייט איך בין אויפגעסיינט איז דא א באטראפענע משפחה "יעדע" חודש רח"ל

מאכט דאס סענס ?

גם בעיני יפלא ווען די ריבוי הקאלעקשנס.

וכנ''ל. מיט מער מעמבערס איז דא מער געלט פער קאללעקשן. סא די תירוץ אז מיט מער מעמבערס איז דא מער שטארבערס איז לכאו' נישט אזוי פשוט.

כ'קלער אז זיי האבן היינט אסאך מער מיטליעריגע מענטשן ווי אמאל? =א גרעסערע שטארבן ראטע. און גאנץ אנפאנג האבן זיי געהאט רוב כולל אינגעלייט.

אפשר?
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די מאנסי קעיס האט ערבים ערשט געמאכט קונצען צוליב א געזונט צושטאנד וואס איז נישט געווארן אריינגעגעבן, אבער די פטירה האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט יענס און עס איז נישט געווענליך א קאנדישן וואס מענטשן שטארבן פון, אבער שנעל צוריקגעצויגן נאך באקומען זייער אסאך היץ.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

משהלע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:54 pm
די מאנסי קעיס האט ערבים ערשט געמאכט קונצען צוליב א געזונט צושטאנד וואס איז נישט געווארן אריינגעגעבן, אבער די פטירה האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט יענס און עס איז נישט געווענליך א קאנדישן וואס מענטשן שטארבן פון, אבער שנעל צוריקגעצויגן נאך באקומען זייער אסאך היץ.
דאס און ענליכע זאכן קען זיין מעגליך א תירוץ אויף די ריבוי הקאלעקשאנס היינט מער ווי אמאל, אז זיי באקומען היץ און גייען אן מיטן קאלעקשאן אין פאל אמאל פלעגן זיי זיך מער שטעלן שטרענג. מעגליך.
די איינציגסטע זאך וואס איך בין נישט קלאר אין ערבים איז וואס געשעט מיט א פאל ווען ס'דא מער איינגעשריבענע מעמבערס וואו דער סכום געלט וואס מ'קאלעקט. איך האלט זיי דארפן דאס אויסקלארן פארן פובליק וויאזוי ס'ארבעט. מטשארדזשט נישט געוויסע מענטשן'ס קארד? וועם יא וועם נישט? פלעין נייגעריג.
איך האב גענוג א טרעק רעקארד אז איך זוך נישט אראפ צו רייסן ערבים פארקערט, איך האב עס גאר געהאלפן אין די פארגאנגענהייט, דעמאלטס האבן זיי נאך געזאגט אז זיי האבן נישט גענוג מעמבערס אריין צו ברענגען פולע הונדערט אלפים פער יתום.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זיי האבן שוין באלד דאפלט מעמבערס ווי אמאל
Screenshot_20240227-160139_Gmail.jpg
Screenshot_20240227-160139_Gmail.jpg (115.29 KiB) געזען 1638 מאל
Screenshot_20240227-160254_Gmail.jpg
Screenshot_20240227-160254_Gmail.jpg (104.56 KiB) געזען 1638 מאל
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פארוואס צוטיילן די גרופ, מאך ענדערש קלענער די סכום.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

למעשה האבן זיי 7 יתומים און בעטן נאר 1 חודש וואס וואלט געדארפט זיין נאר פאר 4 יתומים.
און יא מען רעדט פון די טאהש פייער ווייל זיי שרייבן נישט א אלמן/אלמנה.
ar.png
ar.png (47.8 KiB) געזען 1589 מאל
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

מענטשן האבן וועליד שאלות. איך גלייב אז עס זענען דא דערויף וועליד ענטפערס.

עס וואלט געווען ריכטיג אז ערבים זאל אויף עפעס א פלאטפארמע ארויפקומען און אויסקלארן די וועליד פראגעס וואס מענטשן האבן, און אזוי וועלן די מענטשן וואס לויפן נישט צו קיין קאנספיראציעס אויפהערן שפעקולירן וואס עס קען מעגליך זיין די סיבה פארוואס דאס און יענץ.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7122
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ערבים איז אים געווען "שולדיג" די געלט, ווייל ער איז דאן געווען בעפאר די חתונה.

פון וואו מען האט דאן פארשאפט א "הלוואה", אדער סיי וועלכע וועג צו צאלען די חתונה, מאכט נישט אויס.

אפשר א פרישע ערבים טאקטיק, אז מען וועט אפשטופען די זמן הפירעון, און אזוי וועט מען שפארען? ס'ארבעט נישט אזוי
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

מבהיל הרעיון ווי ווייט מענטשן וועלן גיין אויספראקן וועלט בארימטע וועלט העלפנדע מוסדות און מפעלים וואס חשובע אידן האבן מייסד געווען לטובת כלל ישראל און זייערע פעולות טובות זענען חובקות זרועות עולם.

האט נישט קיין שום פירוש וואס א מענטש קען פארשטיין.

וויפיל צוועקן האבן א פונקטליכע אדרעס מיט א נאמען צו פרעגן אזעלכע רעכטפארטיגע קשיות? דא האט מען דאס, און נאך אלץ קומט מען שיטן פעך און שוועבל, האנימון, צוריקכאפן די נדבות.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

איך פארשטיי האט ער טענות אויף די קאמפיין נישט אויף ערבים.
אבער דאס קומט אסאך מאל פאר אז אין די היץ פון די צורך כאפן אפאר אידן און מאכן קאמפיינס און ס'קומט אריין מער געלט ווי מ'דארף
דער אמת איז אז וואס פארלאנגט זיך ביי "יעדע" קאמפיין און ביי "יעדע" וויכטיגע ארגאניזאציע איז: א קאמפענטענטע וועד בעלי בתים ורבנים. ווען מ'האט ביידע רעלעוואנטע ועדים קען מען גיין צום טיש, אז נישט, איז אסאך מאל דא פראבלעמען.
דרך אגב במשך מיינע יארן אין עסקנות האב איך שוין איינמאל מיטגעהאלטן ווי א קרן יתומים האט געהאט איבעריג געלט און די רבנים האבן גע'פסק'נט עס צו געבן פאר א צווייטע קרן יתומים ווייל ס'נישט שייך געווען פראקטיש צוריק צו געבן צו די נדבנים.
וויאזוי ס'זאל נישט זיין אויף אזא פאל דא אין טאש ביי די ערבים קאלעקשאן איז דער פוסק הרב יואל הערש מאשקאוויטש א וועלט בארימטער דיין ומחבר ספרים, א מענטש צו וועם עס איז גרינג צוצוקומען און פער נדבן קומט אויס א שאלה פון פערצן טאלער וואס אין הכי נמי על פי תורה וואס דין פרוטה כדין מאה דארף מען יעדע דאלער דן זיין קען מען זיך צו אים ווענדן, אפשר וועט ער פסק'נען אז ווער ס'נישט מסכים זאל מען אים צוריק געבן פערצן טאלער.
אויך האב איך זיך יעצט דערמאנט איך געדענק ווען איך בין געווען א קינד איז געווען אין ברוקלין א שרעקליכע טראגעדיע און דער טאטע פון די נפטר איז געזיצן שבעה בשעת די שבעה איז דער שווער פונעם נפטר געקומען אין ראדני און געמאכט א קרן יתומים קאמפיין פאר זיין טאכטער און זיינע אייניקלעך, נאך די שבעה איז דער טאטע פון נפטר אויפגעשטאנען און געקומען צום טישל אין בית מדרש און געמאכט קולות וברקים, "איך בין א בעל בתי'שער איד, איך וועל צאלן יעדע פעני פאר מיינע אייניקלעך" מ'זאל צוריק געבן יעדן דאס געלט. מ'פלעגט זיך שטארק שעמען בימים ההם צו זיין א נצרך לבריות.
איך בין געווען א קינד כ'האב נישט מיטגעהאלטן דעם סוף פון די מעשה.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

ווי לאנג ברויך נעמען ווילאנג זיי רופן צוריק נאכן אפלייען?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

איז אזוי, האב איך מיר אנגעשטויסן אין אן ערבים בראשור פונ'ם שמות באקס די וואך אין סמעדרעש, קיינמאל קיין מעמבער געווען אבער האב איך אדורכגעליינט דעם חיבור מדאשקע לדאשקע.

הכלל, אלעס וואס ער זאגט איבער די מעלות פון ערבים איבער לייף אינשורענס איז נוגע להיפוך.

די סעיף איז געווען די מכה בפטיש פאר מיר אז זיך איינשרייבן איז אך ורק צו געבן צדקה בדרך כבוד. און נישט מער.
19) Areivim USA in behalf of its members will determine the amount of funds raised and distributed per orphan, based on evaluation of need, as determined through predetermined criteria.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

לעצטענס עפענען זיך ארגענעזאציעס דורך קהילות א שטייגער ווי הבן יקיר -באבוב און להחיות -סקווירא. דאס קומט נאך עטליכע נאכאנאנדע פעלער אין די קהילה ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ערבים ארבעט זיך נישט אויס פאר זייערע געברויכן. ס'איז צום ערווארטן אז נאך קהילות וועלן נאכטון די זעלבע.
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

נייע ניק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:23 pm
לעצטענס עפענען זיך ארגענעזאציעס דורך קהילות א שטייגער ווי הבן יקיר -באבוב און להחיות -סקווירא. דאס קומט נאך עטליכע נאכאנאנדע פעלער אין די קהילה ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ערבים ארבעט זיך נישט אויס פאר זייערע געברויכן. ס'איז צום ערווארטן אז נאך קהילות וועלן נאכטון די זעלבע.
גאר א שטארקע און גוטע איידיע
א קהילה קען זיך אפשר יא ערלויבן אז אויכט אזאנע מיט געזונטהייט פראבלעמען זאלן זיך איינשרייבן
נייהויז
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

נייע ניק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:23 pm
לעצטענס עפענען זיך ארגענעזאציעס דורך קהילות א שטייגער ווי הבן יקיר -באבוב און להחיות -סקווירא. דאס קומט נאך עטליכע נאכאנאנדע פעלער אין די קהילה ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ערבים ארבעט זיך נישט אויס פאר זייערע געברויכן. ס'איז צום ערווארטן אז נאך קהילות וועלן נאכטון די זעלבע.
סתם פאר נייגעריגקייט.
די סיבה וואס האט געטריגערט קהילות צו מאכן אייגענע סיסטעמ'ס, קיין נפא"מ וואס די סיבה איז. איז דען נישט ביליגער און מער אפעקטיוו א לייף אישארענס אWערנעס?
דאכט זיך אז קהל לייף האט פיין געארבעט.

א אידל האט מיך געזאגט א סברה, אז די אלע ארגענעזעשאנס, ערבים, להחיות, הבן יקיר. האט איין מעלה איבער לייף אינשארענס, אז ס'איז נישט דא קיין אגענט וואס מאכט געלט........ ער האט עס נעבעך געמיינט ערענסט.

האב איך אים געזאגט א סברה פארקערט, ענדערש זאל איינער (א אגענט) מאכן געלט אויפן פרימיאם, ווי א אינאנים עסקן ביים קאלעקשאן.. "מיין סברה איז בלויז א קאנספיראציע"

בינעך נייגעריג צו הערן פון איינער וואס ווייסט מער ווי מיר.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

נייהויז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:34 pm

סתם פאר נייגעריגקייט.
די סיבה וואס האט געטריגערט קהילות צו מאכן אייגענע סיסטעמ'ס, קיין נפא"מ וואס די סיבה איז. איז דען נישט ביליגער און מער אפעקטיוו א לייף אישארענס אWערנעס?
דאכט זיך אז קהל לייף האט פיין געארבעט.

א אידל האט מיך געזאגט א סברה, אז די אלע ארגענעזעשאנס, ערבים, להחיות, הבן יקיר. האט איין מעלה איבער לייף אינשארענס, אז ס'איז נישט דא קיין אגענט וואס מאכט געלט........ ער האט עס נעבעך געמיינט ערענסט.

האב איך אים געזאגט א סברה פארקערט, ענדערש זאל איינער (א אגענט) מאכן געלט אויפן פרימיאם, ווי א אינאנים עסקן ביים קאלעקשאן.. "מיין סברה איז בלויז א קאנספיראציע"

בינעך נייגעריג צו הערן פון איינער וואס ווייסט מער ווי מיר.
עס זענען דא רבנים, צווישן זיי סקווירא רבי זז"ג וואס האלטן נישט פון טורם לייף אינשורענס בכלל.

צווייטענס, עס איז נישט קיין סתירה מיט האבן לייף אינשורענס, און ערבים/להחיות ריפלעיסט נישט קיין לייף אינשורענס, נאר ווען מען שרייבט זיך איין אין אזא ארג. איז עס פון די חשבסטע צדקות (און אוודאי קען מען עס געבן פון מעשר).
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

אויב מ'האט לייף אינשורענס גיט נישט ערבים. להחיות און הבן יקיר (לויט ווי ווייט איך ווייס) יא
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

מיט מזל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:03 pm
נייע ניק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:23 pm
לעצטענס עפענען זיך ארגענעזאציעס דורך קהילות א שטייגער ווי הבן יקיר -באבוב און להחיות -סקווירא. דאס קומט נאך עטליכע נאכאנאנדע פעלער אין די קהילה ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ערבים ארבעט זיך נישט אויס פאר זייערע געברויכן. ס'איז צום ערווארטן אז נאך קהילות וועלן נאכטון די זעלבע.
גאר א שטארקע און גוטע איידיע
א קהילה קען זיך אפשר יא ערלויבן אז אויכט אזאנע מיט געזונטהייט פראבלעמען זאלן זיך איינשרייבן
די פארוועם ערבים האט זיך נישט אויסגעארבעט רעדט מען נישט פון קיין ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען. (למשל ציקער וואס איז קערגענומען און איז אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים וכדו')

ביי להחיות -סקווירא ארבעט עס אז בלויז ביז 4 יאר נאך די חתונה קען מען זיך איינשרייבן (חוץ יעצט ביים עפענונג) אזוי אז נישט ווען מ'האט שוין ערנסטע געזונטהייט זאל מען לויפן זיך איינשרייבן.
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: ערפארונג מיט ערבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

נייהויז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:34 pm
נייע ניק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:23 pm
לעצטענס עפענען זיך ארגענעזאציעס דורך קהילות א שטייגער ווי הבן יקיר -באבוב און להחיות -סקווירא. דאס קומט נאך עטליכע נאכאנאנדע פעלער אין די קהילה ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ערבים ארבעט זיך נישט אויס פאר זייערע געברויכן. ס'איז צום ערווארטן אז נאך קהילות וועלן נאכטון די זעלבע.
סתם פאר נייגעריגקייט.
די סיבה וואס האט געטריגערט קהילות צו מאכן אייגענע סיסטעמ'ס, קיין נפא"מ וואס די סיבה איז. איז דען נישט ביליגער און מער אפעקטיוו א לייף אישארענס אWערנעס?
דאכט זיך אז קהל לייף האט פיין געארבעט.

א אידל האט מיך געזאגט א סברה, אז די אלע ארגענעזעשאנס, ערבים, להחיות, הבן יקיר. האט איין מעלה איבער לייף אינשארענס, אז ס'איז נישט דא קיין אגענט וואס מאכט געלט........ ער האט עס נעבעך געמיינט ערענסט.

האב איך אים געזאגט א סברה פארקערט, ענדערש זאל איינער (א אגענט) מאכן געלט אויפן פרימיאם, ווי א אינאנים עסקן ביים קאלעקשאן.. "מיין סברה איז בלויז א קאנספיראציע"

בינעך נייגעריג צו הערן פון איינער וואס ווייסט מער ווי מיר.
א 35 יאר טערם פאליסי פאר א יונגערמאן פון 20 יאר אלט געזונט און פריש פאר 1M דעט בענעפיט וועט אויסקומען בע' $755+ אויפן יאר. אויב דארף מען מען צולייגן די פרוי אויך איז עס נאך $568+ צוזאמען א ס"ה $1,323 און אויפן חודש בע' $110. און די אייבישטער זאל העלפן מ'זאל עס נישט דארפן קלעימן וועט די גאנצע געלט אנקומען צו א גוי.

מיט די היימישע ארגענעזאציעס צאלט מען נישט מער ווי בע' $50 אויפן חודש און אז די אייבישטער העלפט דארף מען בכלל נישט אריינצאלן און ווען יא ח"ו קומט די געלט אן צו א אידישע בריעדער. כ'מיין אז די מעלות פון די היימישע ארגענעזאציעס איבער לייף אינשורענס איז זייער קלאר.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”