לעבעדיגע סעלמאן פיש פאר פסח

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

לעבעדיגע סעלמאן פיש פאר פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איז דא געשעפטן אין וויליאמסבורג וואס באקומען לעבעדיגע סעלמאן פיש פאר פסח?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איידיע געפעטענט...

יישר כח!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פלאנסט נאך צו נוצן די איידיע דאס יאר?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

נע!!!

דאס יאר בין איך דאך פארנומען איבער'ן קאפ מיט די נייע קאונטער טאפס, און די יחץ האקערס!

איבער'ס יאר אי"ה
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שנאפס האט געשריבן: איז דא געשעפטן אין וויליאמסבורג וואס באקומען לעבעדיגע סעלמאן פיש פאר פסח?

איך ווייס נישט וויאזוי עס ארבעט מיט סעלמאן אבער די געשעפטן האבן עס שוין אפאר יאר, איך גלייב נישט עס קומט נאך אן לעבעדיג צו די געשעפטן איך מיין אז א משגיח איז דארט בשעת מען כאפט עס (קען זיין איך רעד שטותים)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

השגחה אויף לעבעדיגע סעלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

די לעבעדיגע סעלמאן קומט פון נואפיינדלענד אין קאנאדא, דארטן ווערט עס געהאדעוועט און געפראסעסט. א משגיח פארט אראפ און באקוקט די לעבעדיגע סעלמאן, און שטייט דארט במשך די גאנצע צייט, ביז אלע באקסעס ווערן פאר'חתמ'ט און אזוי ווערט עס אפגעשיקט צום געשעפט.
בייגעלייגט זענען בילדעם פון דעם יאר, ווי הרב ר' חיים מאיר וואגשאהל שליט"א פון ביד"צ לעניני כשרות דשיכון סקווירא איז ביי די השגחה פון "לעבעדיגע סעלמאן פיש" כשר לפסח תשע"ג פאר "קופערמאן/סקווירא פיש געשעפט"
אטעטשמענטס
די פיש ווערט אריינגעגעברענגט אינעם פלענט
די פיש ווערט אריינגעגעברענגט אינעם פלענט
די לעבעדיגע סעלמאן ווערט ארויסגענומען פון ים
די לעבעדיגע סעלמאן ווערט ארויסגענומען פון ים
די לעבעדיגע סעלמאן אין די נעצן אינעם ים
די לעבעדיגע סעלמאן אין די נעצן אינעם ים
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

השגחה אויף לעבעדיגע סעלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נאך בילדער פון הרב ר' חיים מאיר וואגשאהל שליט"א ביי די השגחה פון "לעבעדיגע סעלמאן פיש"
אטעטשמענטס
אלע קעסטלעך ווערן פאר'חתמ'ט דורך דעם משגיח
אלע קעסטלעך ווערן פאר'חתמ'ט דורך דעם משגיח
איבערקוקן די טישן אויב עס איז גענצליך ריין
איבערקוקן די טישן אויב עס איז גענצליך ריין
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

יישר כח
בערך פון דעם האב איך גערעדט כאב נישט געוואוסט פונקטליך
איך קויף שוין די לעצטע פאר יאר סעלמאן פיש לכבוד פסח
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן: יישר כח
בערך פון דעם האב איך גערעדט כאב נישט געוואוסט פונקטליך
איך קויף שוין די לעצטע פאר יאר סעלמאן פיש לכבוד פסח

ווי פארשטענדליך מיט א פארלעסליכע השגחה...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

געזען א אינגערמאן כאפן פיש היינט אין מקוה, כ'ווייס נאר נישט צו ס'איז געווען סעלמאן.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לעבעדיג איזעס געווען? דאס איז דער עיקר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק אייך נחוניא.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אופס פארגעסן

למעלה משבעים האט געשריבן: א דאנק אייך נחוניא.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

צום זאך האט געשריבן: געזען א אינגערמאן כאפן פיש היינט אין מקוה, כ'ווייס נאר נישט צו ס'איז געווען סעלמאן.

די נעץ איז געווען געמאכט פאר סעלמאן, אין פאקט פאנגט מען האר דערמיט.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כ'וויל אביסל פארשטיין דאס ענין.

ביז פאר אפאר יאר צוריק ווען איינער האט געגעסן פיש אום פסח האט מען געקויפט קארפ פיש, ווי כ'דענק פלעגן זיי ארום שווימען אין פיש געשעפט אין א וואנע אדער סינק וכדו' די סיבה דערצו; קארפ קען זיך האלטן א לאנגע צייט אינדרויסן פון וואסער און ווען ס'קומט אן אין געשעפט און מ'פלאצירט דאס אין וואסער לעבט עס ווייטער, נאך אזאך; קארפ פישן קענען שווימען אין אלע טייכלעך און אין איעדע שטעטל אינדערהיים האט מען געקענט כאפן לעבעדיגע קארפ פישן אן ברויכן מורא האבן אז מ'האט עפעס געברויכט טאהן דערצו אז ס'אל זיך האלטן פריש, משא"כ די אנדערע סארט פיש איז נישט געשווימען אין איעדע לאקאל טייך און כדי דאס ציברענגען פריש האט דאס פארלאנגט געוויסע זאכן וואס האט געקענט ברענגען א שאלה פון חמץ וכדו'. פארדעם טאקע האבן זיך טייל געפירט צי עסן פאלשע פיש (אדער פליישיגע פיש כל' רביה"ק מסאטמאר זצ"ל) מיט מייערן און כריין כנהוג...

די לעצטערע פאר יאר איז מען ארויפגעקומען אויף דעם געדאנק פון לעבעדיגע סעלמאן, למעשה איז די פראצעדור גאר אנדערש ווי די מיט די קארפ, קוקט מיר דאס אויס ווי א שטיקל קולא אין די מסורה, ניין?

אויב כ'בין זיך טועה מיט עפעס זייט מיר מעורר...
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פליגל; אודאי איז דאס א קולא אין די מסורה, נאר אין די היינטיגע שוואכע דורות זענען זיך אסאך מיקל. ס'איז פארט נישט ווי זיך זעצן עסן עמטליך געקויפטע פראדוקטן וואס אין דעם הינזיכט זענען זיך אויך אסאך מיקל, וואס דאס איז גאר הארבער.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

סעמאן קומט נישט אן לעבעדיג אבער סידא געשעפטן וואס רופן עס אן הייליגע פיש נישט לעבעדיגע פיש ווייל א משגיח גיבט אכטונג פון אנפאנג מעפארלאזט זיך אויף דעים.
Normal is just a setting on the washing machine
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

שמעתי פון א פיש סוחר, אז א משגיח פארט אראפ ספעציעל און פארזיגלט די וואס איז מוכן לפסח. [איך רעד פון סעלמאן].
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן: שמעתי פון א פיש סוחר, אז א משגיח פארט אראפ ספעציעל און פארזיגלט די וואס איז מוכן לפסח. [איך רעד פון סעלמאן].

קוקט אפאר תגובות ארויף בילדער דערפון....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35594
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ב"ה געקאכט און סערווירט לעבעדיגע ווינטער קארפ דעם פארגאנגענעם יו"ט פסח, דאס געזינדל גלייכט דאס זייער אזש אז זיי בעטן דאס פאר א גאנץ יאר.

איך גלויב אז די בע'טעם'טע אומגעוואשענע מייערן זיינען טיילווייז ווערט צו קרעדיטירן דערפאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נאכן שפירן דעם טעם פון א אומגעראכטענע ביין האב'ך מיר אויפגעהערט צי בענקן דערנאך.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע:רינגס און ארום

לעבעדיגע סעלמאן אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

א דורכבראך אין די עולם הכשרות פאר מדקדקים.

היי יאר פסח איז צום ערשטן מאל געווען צו באקומען לעבעדיגע סעלמאן פיש וועלכע ווערט געהאדעוועט דא אין ניו יארק.

אזוי ווי אונז ווייסן אז אין די אלטע היים האט מען פסח נאר געגעסען קארפ פיש ווייל דאס קען מען זעהן לעבעדיג און מ'האט עס שטאק אנגענומען אז אום פסח עסט מען נאר פיש וואס מ'האט געזען לעבעדיג.

אין אלע פיש געשעפטן קען מען זעהן פאר פסח א פאאל מיט קארפ פיש שווימען אין וואסער ווייל זיי קענען לעבן אויף פרישע וואסער, ווידער סעלמאן קען נאר לעבן אין זייער אייגענע וואסער ווי זיי זענען אויפגעהאדעוועט געווארן.

די לעצטע פאר יאר פארן שוין משגיחים אראפ צו די וואסער ווי די סעלמאן האדעווען זיך און מ'זיגלט די פיש און אזוי ברענגט מען עס מיט א השגחה.

אבער די אלע וואס ווילן בלייבן מיט די מסורה און נישט מקיל זיין איז עס נאכנישט געווען גענוג גוט, און אפילו אזוי האט מען זיך און אסאך שטובער נאך אלץ אפגעהאלטן פון עסן די סעלמאן.

היי יאר האט א פיש סוחר אין מאנרא זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט געוואויר צו ווערן אויב ס'נישט דא ערגעץ ווי לעבעדיגע סעלמאן אין ניו יארק, און נאך לאנגע זוכעניש איז ער געוואויר געווארן דאס פאלגענדע.

מיט עטליכע יאר צוריק איז אריין א משוגעת אין א כינעזער מיליאנער אז ער וויל האבן אויפהאדעוון ארגעניק אייגענע סעלמאן אין ניו יארק.

געטראכט און געטוהן ער האט געספענדעט שווערע געלטער פאר ריסוירטש איבער סעלמאן געוואויר צו ווערן אלעס ארום סעלמאן.

ווען ער האט געענדיגט די פארש ארבעט האט ער געלאזט בויען א ריזן קאמפלעקס אין אפסטעיט ניו יארק ווי ס'איז אריין געלייגט געווארן שווערע געלטער אז ס'זאל זיין גוט צו קענען אויפהאדעוון פיש, ער האט געבויט 3 מאסן ריזיגע סווימינג פאאל'ס מיט אלע צוגעהערן וואס ס'פעלט זיך אויס.

ווען ס'איז פערטיג געווארן מיט בערך 3/4 יאר צוריק האט ער געקויפט אייער פון סעלמאן פיש פון די אוישען און עס אהערגעברענגט קיין אפסטעיט ניו יארק און פרו וישרצו ס'האבן אנגעפאנגען ארום צו שווימען סעלמאן אין די פאאלס, און זיין חלום פון ארגעניק סעלמאן אין ניו יארק האט זיך אויסגעארבעט אלץ א גרויסע סוקסעס.

במשך די גאנצע צייט (און נאך יעצט) האט ער עס געהאלטן שטיל נישט ווילענדיג אז ס'זאל ווערן פאבליק, אזוי האדעווען זיך די פיש שוין דריי יאר.

אז מ'זוכט טרעפט מען און די פיש סוחר פון מאנרא האט אנגערופן די כינעזער אז ער וויל קויפן פון איהם פיש, האט איהם די כינעזער געענטפערט אז ער האט עס נישט פאר ביזנעס און ער האט נאך קיינמאל נישט פארקויפט פאר קיינעם און קיינעם נאכנישט אריינגעלאזט אין די קאמפלעקס.

נאך שווערע מוטשענען האט די כינעזער מסכים געווען אז מ'זאל קומען נעמען פיש, אבער מיט די תנאי אז ס'וועט בלייבן שטיל.

און טאקע 3 וואכן פאר פסח זענען אפאר אינגעלייט אראפ געפארן מטעם עטליכע פיש געשעפטן די צוויי שעה וועג קיין אפסטעיט און געזעהן די פיש לעבעדיג און פארזיגלט און אויפגעפיקט פאר די געשעפטן לכבוד פסח, אזוי האבן די אסאך משפחות געהאט די יאר געהאט לעבעדיגע סעלמאן.

די אויבערשטער לייגט אריין א משוגעת אין א כינעזער מיליאנער, אז אונז זאלן האבן לעבעדיגע סעלמאן אויף פסח.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

פארוואס נישט האט געשריבן:
אבער די אלע וואס ווילן בלייבן מיט די מסורה און נישט מקיל זיין איז עסנאכ נישטגעווען גענוג גוט, און אפילו אזויהאט מען זיך און אסאך שטובער נאך אלץ אפגעהאלטן פון עסן


יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

וואס איך פארשטיי נאר נישט איז וואס איז די חילוק פון די צוויי

פארוואס נישט האט געשריבן: די לעצטע פאר יאר פארן שוין משגיחים אראפ צו די וואסער ווי די סעלמאן האדעווען זיך און מ'זיגלט די פיש און אזוי ברענגט מען עס מיט א השגחה.


פארוואס נישט האט געשריבן:
און טאקע 3 וואכן פאר פסח זענען אפאר אינגעלייט אראפ געפארן מטעם עטליכע פיש געשעפטן די צוויי שעה וועג קיין אפסטעיט און געזעהן די פיש לעבעדיג און פארזיגלט און אויפגעפיקט פאר די געשעפטן לכבוד פסח, אזוי האבן די אסאך משפחות געהאט די יאר געהאט לעבעדיגע סעלמאן.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע:רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

איך ריפערזענד נישט קיינעם, נישט די מסורה און נישט די פיש סוחרים, איך האב סך הכל דעם יום טוב געהערט פון דעם האב איך עס אפגעשריבן, (און קען טאקע זיין אז געוויסע פרטים זענען נישט הונדערט פארצענט).

וואס ס'איז יעצט בעסער איז צוויי זאכן איינ'ס אז ס'איז נישט דא אייןמשגיח וואס ער פארטרעט יעדעם איינעם נאר יעדער קען אראפשיקן וועם ער וויל, און יעדע פיש סוחר קען אליין זעהן די פיש לעבעדיג.

צווייטנס ווערט די שיפינג געטוהן לאקאל ס'דארף נישט קיין פרעמדע האנט, האט נישט קיין גרעניץ, און מ'פראסעט עס דא אין די היימישע געשעפטן און ס'קומט נישט אן געשניטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”