אבות שמועסן מיט די קינדער... פ''א מ''א
די הייליגע תורה וואס מיר האבן היינט פאר אונזערע אויגן איז די תורה וואס משה רבינו האט מקבל געווען אויפן בארג סיני, פאקטיש איז איינס פון די דרייצן אני מאמין, שזאת התורה המצוי' עתה בידינו הוא הנתונה למשה רבינו עליו השלום.
מיט העכער דריי טויזנט דריי הונדערט יאר צוריק איז פארגעקומען דער מעמד הר סיני, דער רבש''ע האט געעפנט אלע הימלען און געוויזן פאר אונזערע זיידעס אין מדבר סיני, (און אונזערע נשמות זענען אויך געווען דארט) אנכי ה' אלקיך! די אידן האבן דאס געהערט פון אויבערשטן אליינס, דערנאך איז געקומען משה רבינו און ווייטער געלערנט מיט די אידן אלעס וואס דער רבש''ע האט אים באפוילן.
אזוי איז די תורה אריבער פון דור צו דור ביזן היינטיגן דור, און נישט נאר די מצוות עשה, לא תעשה, הלכות ומנהגים, נאר אויך די דברי מוסר והנהגות טובות איז אלעס הלכה למשה מסיני, אלעס, און טאקע ממש אלעס, האט דער רבש''ע געלערנט מיט משה רבינו אויפן בארג סיני.
מאכט זיך אין יעדן דור אזעלכע וואס טראכטן אז זיי פארשטייען בעסער, היינט איז נישט ווי אמאל, מ'דארף אביסל פארבעסערן, פארשענערן, נאר אביסל צופאסן, היינט איז דאס נישט נוגע, מ'קען נישט היינט אזוי ווי אמאל, ס'איז אנדערע צייטן, און נאך אזעלכע ענליכע ווערטער, זאגן מיר פאר די אלע, ביטע, לאזט די תורה גאנץ! אזוי האבן מיר עס מקבל געווען מיט העכער דריי טויזנט יאר צוריק, אזוי האבן זיך געפירט אלע אונזערע זיידעס די אלע צענדליגער דורות פון דאן ביז היינט און נאר אין דעם זכות זענען מיר פארבליבן ערליכע אידן ביזן היינטיגן טאג.
ווען מרת פיינמען האט געוואלט באקן א געשמאקן קעיק, האט זי זיך דערמאנט אז איר בערעלע האט אמאל אהיימגעברענגט א שטיקל טארט וואס דער רבי האט געברענגט אין חדר, און ס'האט געהאט א באזונדערן געשמאק, האט זי גלייך גענומען דעם טעלעפאן טרייבל אין האנט, און אנגערופן די רביצין פרעגן דעם רעצעפט, אין מח האט זיך שוין געשפירט דער ריח פונעם שמעקעדיגן קעיק.
די קינדער האבן געהערט די גוטע נייעס אז מען גייט באקן דעם געשמאקן קעיק, און ס'איז געווארן שמחה וששון, ס'איז זיי נאך אלע געליגן דער גוטער טעם אין מויל, און זיי האבן שוין קוים געווארט עס צו שפירן נאכאמאל.
די רביצין האט גערן איבערגעגעבן דעם פונקטליכן רעצעפט.
12 אייער, דריי גלאז צוקער, דריי לעפל וואנילע צוקער, א האלבע לעמאן, א גלאז קאקאו, א שפריץ ראם, מען מישט אויס די ווייסע, מען לייגט צו די געלע, מ'באקט עס א דריי פערטל שעה ויאכלו ענוים וישבעו... (מיר נעמען נישט קיין אחריות אויפן רעצעפט...)
מרת פיינמען לייגט אראפ דעם טעלעפאן, און נעמט זיך מאכן דעם קעיק. 12 אייער, אוי, כ'האב נאר 10, נו, ס'מאכט נישט אויס, זאל זיין 10, וואנילע צוקער איז נישטא, גוט, וועלן מיר לייגן דריי אהאלב גלאז צוקער, לעמאן איז דא? ניין, גוט, קוועטש אריין א מאראנץ, קאקא איז יא דא? אויך נישט? מאכט נישט אויס, לייג קאווע אנשטאט. ראם? נו, אז ס'וועט איין זאך פעלן וועט גארנישט זיין...
ס'איז איבעריג צו זאגן וואספארא טעם דער קעיק האט געהאט...
אין אלע דורות האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט דער פאקט, די וואס האבן אנגעהויבן אפילו מיט קליינע שינויים, ווי גלייך זיי ווילן נאר משנה זיין געוויסע קלייניקייטן, איז ביז אפאר דורות נישט געבליבן קיין זכר פון זייער אידישקייט, די תורה איז נאר דא איינס! און דאס איז ארגינאל די תורה ומצוות וואס דער אויבערשטער האט אונז באפוילן, און אלעס ארום וואס מיר האבן מקבל געווען די מסורת האבות פון דור צו דור, מיר פון אונזערע עלטערן, זיי פון זייערע עלטערן, די זיידעס פון זייערע זיידעס, און אזוי גייט עס צוריק ביזן דור וואס האט געהערט פון משה רבינו בכבודו ובעצמו, וואס ער האט עס געהערט מפי הגבורה.
פרובירט נישט קיין אנדערע רעצעפט...
הוי מתונים בדין...
זייט געלאסן ביים פסק'נען, איר זאלט גוט איבערטראכטן פאר איר גיבט ארויס א פסק, וואס איז עס נוגע צו מיר? איך בין נישט קיין דיין, איך פיר נישט קיין דיני תורות, איך זיץ נישט אין קיין בית דין, קען א מענטש מיינען אז די משנה רעדט נישט צו אים.
גייט זיך ראובן אויף די גאס, און ער זעהט ווי שמעון גייט אים אריבער און ער האט אים ניטאמאל באגריסט, נאכמער, ראובן האט אים אפילו געגעבן אזא 'גוט מארגן' שאקל מיטן קאפ, און שמעון האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, ער האט אים אינגאנצן איגנארירט.
ראובן ווערט אינגאנצן באליידיגט, וואו איז מענטשליכקייט? האט שוין שמעון פארגעסן אלע טובות וואס איך האב אים געטון, יארן לאנג זענען מיר געזעצן אויף איין באנק אין ישיבה, טאג אין נאכט האב איך אים געטון טובות גרינגע און שווערע, ווען ער האט עפעס געדארפט האט ער פונקטליך געוואוסט ווער איך בין, פלוצלונג האט ער אינגאנצן פארגעסן וויאזוי איך זעה אויס?! ער ווייסט שוין בכלל נישט ווערן איך בין?! ס'פאסט אים שוין נישט מיר צו באגריסן?
א טאג שפעטער הערט ראובן אז שמעון האט באקומען א מכובד'יגע פאסטן אין גאר א חשובע ישיבה, די ווייטאג ווערט נאך שטערקער, "איך פארשטיי שוין פונקטליך פארוואס ער האט פארגעסן ווער איך בין, ער האלט זיך שוין א קאפ העכער פון די וועלט!" טראכט ראובן צו זיך, און זיין ווייטאג און פארדרוס אויף שמעון וואקסט מיט א שטאק העכער.
ביז יענעם טאג ווען שמעון האט אים נאכמאל באגעגנט, יעצט איז שוין ראובן געווען דער וואס האט נישט געגריסט, שמעון איז צוגעקומען צו אים מיט א ברייטן פריינטליכן שמייכל, "וואס מאכסטו מיין טייערער פריינט?" ראובן מיט זיין אנגעבלאזענעם פנים דרייט זיך אוועק דעם קאפ, "זייער שיין, האסט זיך דערמאנט מיין נאמען?"
שמעון קען נישט פארשטיין, "וואס גייט פאר?"
"יענע וואך ווען איך האב דיר באגריסט אויף די גאס האסטו מיר עפעס נישט דערקענט? הא? וואס האט יעצט פאסירט, אפשר האסטו שוין פארלוירן דיין מכובד'יגן שטעלע אז דו האסט זיך צוריקדערמאנט פון דיינע אלטע חברים?"
שמעון טראכט א מינוט, ער פרובירט זיך צו דערמאנען ווען עס איז געווען, ביז ער כאפט זיך ביים קאפ, "אהה... יענעם אינדערפרי בין איך געווען אויפן וועג צום באגעגעניש מיטן מנהל וואס האט געדארפט באשליסן צו איך ווער אנגענומען אויף די ארבעט, איך בין געווען אזוי פארטראכט אז איך האב מן הסתם פשוט נישט געזעהן וואס טוט זיך ארום מיר..."
די צוויי גוטע פריינט האבן זיך געזעגנט מיט א ברודערליכע פריינטשאפט.
איז ראובן נישט קיין דיין? האט ער נישט אפגע'פסק'נט שמעונ'ן אן טראכטן איין מינוט, ווען מיר זעען ווי א איד לייגט צוזאם די תפילין שנעל נאך די שטילע שמונה עשרה און לויפט ארויס פון שוהל, און מ'פסק'נט אים אפ, און דעם אנדערן טאג הערט מען אז ער איז מיט א קינד אין שפיטאל, אדער ווען איינער וויל דיר נישט פארלייען און דו ביזט זיכער אז ער האט גענוג דערפון, ווען דו זעסט א צווייטן טון עפעס וואס דו האלטסט אז ס'פאסט נישט, בצדק תשפוט עמיתך, יאג זיך נישט צו פסק'נען, הוי מתונים בדין...
והעמידו תלמידים הרבה...
איך בין עפעס א רבי? א ראש ישיבה? א מלמד? נו, די משנה רעדט נישט צו מיר...
זרח איז דער בעסטער אינגל אין חדר, ער האט א גוטן קאפ, לערנט פיין, איידעלע מדות, איין טאג האט ער אינמיטן חזרת הש''ץ געדארפט עפעס וויכטיג דערציילן פאר זיין חבר, ער האט זיך נישט געקענט מתגבר זיין און אזוי שטילערהייט עס אריינגערוימט אין זיין אויער.
דער חבר זיינער, ברוך, ער איז שוין נישט אזא געלונגענער אינגל, מאכט ער זיך א חשבון, אויב זרח דער צדיק מעג רעדן ביי חזרת הש''ץ, מעג איך דאך זיכער...
זרח ווייסט נישט פונעם תלמיד וואס ער האט יעצט אויפגעשטעלט...
די זעלבע זאך פארקערט, ווען זרח גייט אויף די גאס און ער באמערקט ווי עס פאלט ארויס א קאנווערט פון ר' יעקל'ס טאש, ער הייבט עס אויף און עס ווערט אים ליכטיג-גרין פאר די אויגן, א פעקל הונדערטערס... מ'קען מיט דעם אפקויפן דעם גאנצן נאש סטאר... דער יצר הרע דערציילט אים אפילו וויפיל ספרים ער קען קויפן מיט די געלט, ער וועט קענען אויסוואקסן דער תלמיד חכם פון שטאט... ער לאזט אבער נישט צו די מחשבות, ער לויפט שנעל נאך ר' יעקל'ען און גיבט אים צוריק די אבידה.
וויפיל קינדער האבן זיך צוגעקוקט פון די זייט און זיך אפגעלערנט פון זיין גוטע הנהגה, וויפיל תלמידים האט זרח יעצט אויפגעשטעלט...
ווען שמערל קומט ארויף אויפן אוטאבוס זעצט ער זיך אוועק באקוועם, פון סטאפ צו סטאפ ווערט דער באס מער און מער אנגעפילט ביז עס בלייבט נישט קיין איין ליידיגער זיץ, ווען ביים לעצטן סטאפ קומט ארויף אן אלטער איד, קומט פאר א שטורעמישע מלחמה ביי שמערלען אין קאפ, וואס טוט מען? "מפני שיבה תקום!" שרייעט דער יצר טוב, "ביזט נישט דער איינציגער אויפן באס, פארוואס פונקט 'איך'?" שרייעט דער יצר הרע נאך העכער.
ווען שמערל באזיגט דעם יצר הרע און טוט וואס עס איז ריכטיג, ער גיבט איבער זיין פלאץ פארן עלטערן איד, וויפיל אידן קוקן צו זיין שיינע הנהגה און לערנען זיך אפ פון אים?!
חייקל בענטשט נאר פון א בענטשער אינעווייניג ווארט ביי ווארט מיט כוונה, חנא פרובירט נישט אויסצוהערן קיין לשון הרע, פישל העלפט אן אלטן איד שלעפן זיינע פעקלעך. אנדערע קינדער קוקן זיך צו און לערנען זיך אפ, זיי באקומען א חשק זיך אויך אויפצופירן אזוי שיין און גוט.
פרעג איך אייך, זענען מיר נישט קיין רבי'ס? קוקט וויפיל תלמידים מיר שטעלן אויף! מיט יעדע מעשה וואס מיר טוען זענען מיר גורם אנדערע זאלן זיך אפלערנען פון אונז, לאמיר זיכער מאכן אויפצושטעלן נאר גוטע תלמידים!
ועשו סייג לתורה
חול המועד זענען משפחת פעלזנשטיין געגאנגען שפאצירן ביים טייך, די טאטע מאמע האבן געהאלטן די קליינע קינדער נעבן זיך, זיכער צו מאכן אז זיי דערנענטערן זיך נישט צו די שטורעמישע וואסערן, פרץ איז אבער אן אויבער חכם, ''פארוואס דארף מען גיין אזוי ווייט?" עקשנ'ט ער זיך, איך קען גיין ממש נעבן דעם טייך און נישט אריינפאלן!
געזאגט און געטון, ער לאזט אפ זיין משפחה און גייט צו נאנט צו די וואסערן, ער גייט ממש ביים ברעג, איין פיס איז אים כמעט אין וואסער, ער שפירט שוין די נאסקייט, ער איז אבער שטאלץ מיט זיך, ''זעהט!" שרייעט ער אויס, "איך גיי ממש ביים וואסער און איך פאל נישט אריין!"
ער לאכט זיך אויס פון די 'פחדנים' וואס גייען אביסל ווייטער אין די זייט, ביז... א ווינטל האט זיך צובלאזן, די וואסער האט זיך אביסל אונטער געהויבן, און א שטורמישער וואל האט אים געגעבן א שלעפ אריין...
יעצט שרייעט ער שוין מיט קולי קולות, שלעפט מיר ארויס פון דא... און צומאל שעמט ער זיך פון זיין דורכפאל, ער שרייעט נישט, און ער זינקט נעבעך אינגאנצן אריין.
און דאס איז נישט געווען די ערשטע מאל, שוין ביי שריפת חמץ איז געווען יו''ט מיט אים, ווען דער טאטע האט גענומען די קינדער צום פארברענען די חמץ, האט ער זיי אנגעזאגט צו שטיין גענוג ווייט אוועק פונעם פייער, אלע האבן פארשטאנען און געפאלגט.
חוץ פרץ, ער האט געדארפט זיכער מאכן אז אלע ארומיגע באגלייטער פון די צען ברעקלעך וואס האבן זיך מיטגעכאפט אינעם גרויסן אייער פושקע וואס ער האט געברענגט צו פארברענען ווערן טאקע פארברענט פון אלע זעקס זייטן, איז ער געשטאנען מיט א לאנגען בעזים שטעקן און איבערגעדרייט דעם אש יעדע מינוט אויף א צווייטע זייט, ווער עס האט עס צוגעזעהן האט זיך געבעטן ביי אים, ''זיי נישט קיין נאר, שטיי נישט אזוי נאנט צום פייער!" ער האט אבער געלאכט פון יעדן. ''איך גיי דאך נישט אריין 'אין' פייער'' האט ער גע'טענה'ט.
ביז... דער ווינטל האט זיך צובלאזן, און דער פייער האט אים 'מקבל פנים' געווען און ס'איז געשעהן וואס איז געשעהן.
עס איז נישט קיין 'חכמה' צו גיין ביזן גרעניץ, פארקערט, עס איז א נארישקייט, אזוי דערציילט די גמ' ווען שלמה המלך האט מתקן געווען די תקנה פון מאכן אן עירוב, דאס הייסט מ'זאל נישט טראגן שבת אין א פלאץ וואס קוקט אויס ווי א רשות הרבים - אפי' אין א פלאץ וואס איז נישט קיין רשות הרבים מן התורה, כדי מען זאל נישט דורכפאלן און טראגן אין א פלאץ וואס איז יא אסור, איז ארויס א בת קול פון הימל, ''בני אם 'חכם' לבך, ישמח ליבי גם אני, דער אויבערשטער האט אים גערופן א 'חכם' פארן מאכן דעם גדר וסייג, עס איז קלוג זיך צו דערווייטערן פונעם איסור דורך זיין געווארנט אין די גדרים.
חסידים הראשונים האבן זיך אפגעשיידט פון 98 שערי היתר, כדי נישט דורכצופאלן מיט קיין איסור.
שלאף נישט ביז דריי מינוט פאר סוף זמן קריאת שמע, ס'קען זיך אמאל מאכן זאלסט פארשלאפן מיט דריי אהאלב מינוט... שנייד נישט די נעגל 13 מינוט נאכן זמן שב''ק, דיין זייגער קען זיין דריי מינוט שטייט...
החכם עיניו בראשו, דער קלוגער האט די אויגן אויפן פלאץ, ער זעהט וואס עס וועט ארויסקומען פון זיינע מעשים, וכסיל, דער נאר, בחשך הולך, ער מיינט אז ער קען גיין אין די פינסטער, פרובירט עס נישט אויס, מ'קען אראפפאלן...
- אטעטשמענטס
-
- Uvos_vol1.pdf
- (1.71 MiB) געווארן דאונלאודעד 258 מאל