וויאזוי ארבייט א קעמערע?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הייליגע_קינדערלעך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 12, 2011 5:12 pm

וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע_קינדערלעך »

עס איז זומער אינדערויסן, די קינדער שפילן זיך ארום לוסטיג און פרייליך, מ'כאפט די קעמערע און מ'לויפט כאפן א בילד פונעם מאמענט. ליינט וויאזוי א קעמרע ארבעט און וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט.

זיצענדיג ביי א מסיבה א שטיק צייט צוריק האב איך אויפגעפאסט ווי א גרויסער עולם כאפט בילדער מיט א פלעש מיינענדיג אז די בילד וועט זיין שענער אבער זענען געוועהן סופרייזד צו זעהן אז זייערע בילדער זענען אויסגעקומען שווארץ.

וואס איז דער פשט? ער האט דאך גענוצט א פלעש? ווען איר נוצט א קעמערע איז וויכטיג צו וויסן פארשידענע כללים:

יעדע פלעש האט א שטרעקע ביז ווי ווייט די פלעש שיינט, די אלע פשוט'ע קליינע קעמערעס וואס דער עולם נוצט איז די פלעש נישט גענוג שטארק צו ווארפן ליכטיגקייט פון די עק זאל ביז אויף די סטעידזש.
די פלעש וועט אויפטוהן נאר אויף 10-15 פוס ווייטקייט, דאס הייסט אויב מען שטייט ממש פארנט פון די סטעידזש, א פלעש וואס קען ווארפן א ליכטיגקייט אויף 30-40 פוס קאסט עטליכע הונדערט דאללער. און א פלעש וואס קען ווארפן 70-80 פוס קאסט ארום 800 דאלער... און די אלע וואס פלעשן פון די אנדערע עק זאל, פארנוצען סתם זייער באטערי. נאך דערצו ווען די קעמערע "זעהט" אז עס איז דארק, און עס שטעלט אליינס איין די פלעש צו די מאקסימום שטארקייט, אין די שיין האט בכלל נישט די מעגליכקייט אנצוקומען צו די דעסטינאציע וואו איר ווילט עס שיקן.
וואס קען מען יא טוהן?

דער עיקר זאך וואס מ'דארף האלטן קאפ, איז צו וויסן און פארשטיין די "מעגליכקייט פון דיין קעמערע", און זיך אויסלערנען וויאזוי דאס ארבעט. איינמאל איר ווייסט דאס וועט איר שוין אליין פארשטיין וואס צו טוהן אין כמעט יעדע מצב, פארוואס נאר כמעט? ווייל עס מאכט זיך דא און דארט אן אופן וואס א צויי דריי הונדערט דאלער'דיגע קעמערע וועט נישט זיין צוגעפאסט, און האט בכלל נישט די מעגליכקייט צו מאכן א בילד, ווי איר וועט באלד ליינען.

די ליכטיגקייט:
א יעדער מענטש האט א שווארץ אפל אין די אויג, וואס "זעהט" די בילד ווייל ס'איז ליכטיג, אין ליכטיגקייט וועט די אויג זעהן שיין און קלאר אלע קאלירן, אין א שטוב וואס איז שוואך באלאכטן, וועט די אויג זעהן אנשטאט שיינע לעבעדיגע קאלירן - אלץ טונקלעך און שווארצלעך, און אין א שטוב וואס איז אינגאנצן טונקל וועט די אויג גארנישט זעהן. אלזא, איצטער פארשטייט איר שוין אז די ליכטיגקייט איז דער עיקר, און איז די איינציגסטע זאך וואס ברענגט דעם באשעפער'ס מתנה וואס הייסט "זעהן", און דאס איז די זאך וואס ברענגט קאלירן צום לעבן, אין קורצן, אן קיין ליכטיקייט איז נישטא קיין קאלירן.
דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט מורא'דיגע חכמה אין א מענטשליכע אויג, די שווארץ אפל פון א מענטש איז די "סענסאר" וואס נעמט אריין אין זיך די ליכטיגקייט, און עס וועט זיך אלץ צופאסן צום מצב, למשל: ווען די זון שיינט און עס דא צו א שטארקע ליכטיגקייט וואס די שווארץ אפל קען נישט פארנעמען, וועט די שווארץ אפל זיך איינציעהן און ווערן קלענער! און ווען ס'איז קלענער, וועט עס זעהן ווייניגער ליכטיגקייט, און דער מענטש זעהט אלעס הערליך.

אויב גייט מען אריין פון די גאס וואו די זון באקט, צו א שוואך באלאכטענע שטוב, וועט מען פאר די ערשטע 3 סעקונדעס זעהן אלעס שווארץ. דאס איז ווייל די שווארץ אפל באקומט נישט גענוג ליכטיגקייט אין שטוב. און אז ס'איז נישט דא ליכטיגקייט, זעהט מען נישט! אבער אין די 3 סעקונדעס וועט די אויג אויפכאפן אז דא איז דא ווייניגער ליכטיגקייט, וועט די אויג אויסשפרייטן די שווארץ אפל די גרעסטע וואס מעגליך. ווייל ווי גרעסער די סענסאר, אלץ מער ליכטיגקייט גייט אריין. און... אה! מ'קען שוין זעהן נארמאל. איצט גייט ארויס צוריק צו די שטארקע זון, און איר וועט ממש "בלינד ווערן". די אויגן וועלן זיך פארמאכן. מ'האלט ממש נישט אויס! ביז... עטליכע סעקונדעס, די שווארץ אפל ציהט זיך איין, עס באקומט ווייניגער ליכטיגקייט, און איר קענט זעהן נארמאל.

א דידזשיטעל קעמערע ארבעט גענוי די זעלבע וועג! אבער א דידזשיטעל קעמערע איז פארט נישט א מענטשליכע אויג. ממילא פעלט זיך אויס נאך פאטענטן אהערצושטעלן א שיינע בילד. און דא קומט אריין די לענס מיט די סענסער אין בילד. די לענס פון די קעמערע ברענגט אריין די ליכטיגקייט אינעווייניג צום סענסאר. -ווי אזוי א סענסאר ארבעט, וועט איר ליינען באלד- ווען איינער זאאמט אריין, פארלירט ער אויך אביסל ליכטיגקייט. אבער פארנט פון די סענסאר איז דא 2 מאשינקעס. איינס איז די אייריס, וואס קאנטראלירט "וויפיל" ליכטיגקייט אריינצולאזן אין די סענסאר. און די צווייטע איז די שאָטער, וואס קאנטראלירט "ווי לאנג" די סענסאר'ס זאלן זיין אפען פאר די ליכטיגקייט.

כדי צו כאפן א שארפע בילד, דארף די בילד ווערן גענומען אזוי מין שנעל, אז איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן... נעמט איין סעקונדע און צוטיילט עס אויף העכער טויזענט חלקים. א געווענליכע בילד וועט די שאטער זיין אפן נאר פאר 160 חלקים פון די טויזענט'סטעל פון איין סעקונדע! ווייל אויב נישט, איז שטארק מעגליך אז די בילד וועט אויסקומען פארשמירט און בלאָרי. דאס איז א פאקט. אויב כאפט איר א בילד פון א זאך וואס רוקט זיך שנעל, למשל איינער גייט, א קאר פארט, דארף די שאטער זיין שנעלער, צו בערך 800 פון א סעקונדע.

וועט איינער פרעגן אזא קשיא. זאל די שאטער אייביג זיין די שנעלסטע וואס מעגליך, וועלן אייביג אלע בילדער זיין שארף און גוט? עס איז אבער נישט אזוי! ווייל ווי לענגער די שאטער האלט אפן זיינע טויערן, אלץ מער ליכטיגקייט האט די מעגליכקייט אריינצודרינגען. אויב די שאטער וועט נאר עפענען זיין טיר פאר א טויזענט'סטעל פון א סעקונדע, וועלן די סענסארס באקומען א טונקעלע בילד!! די גאר טייערע קעמערע'ס האבן קנאקעדיגע סענסאר'ס וואס קענען כאפן א בילד אזוי שנעל אויך. און דאס נוצט מען טאקע פאר חתונות, ווייל יעדער טאנצט, און צו כאפן א גוטן בילד דארף עס זיין שנעל און גענוג ליכטיג. מיט דעם אלעם האבן זיי א מעכטיגען פלעש אויף די קעמערע, און נאך עטליכע ארבעטערס וואס שטייען מיט הויכע שטעקענעס וואס דערויף איז דא א גאר סאפיסטיקירטע שטארקע פלעש.

פראבירט צו כאפן א בילד פון אן העליקאפטער, די פען אויף די העליקאפטער דרייט זיך זייער שנעל, אויב כאפט מען א בילד מיט די שאטער אנגעשטעלט אויף 160, וועלן די בלעידס זיכער זיין בלארי, א בילד מיט א שאטער פון 800 אדער 1000 וועט מען לכאורה זעהן זייער א שיינע שארפע בלעיד, אבער אויב די זון שיינט שטארק, און די קעמערע איז אנגעשטעלט אויף אטמאטיק וועט זיך די אייריס צומאכן גאר שטארק און פארבלאקן די שטארקע זון שטראלען, און נאר אריינגעלאזן וויפיל ס'פעלט אויס. איצטער מיט א שאטער וואס ווערט אנגעשטעלט מעניאלי פון 1000 וועט די בילד ווערן גאר טינקל, איז וואס טוהט מען?

איז אבער דא א עצה, מ'קען צוריק עפענען די אייריס, און די בילד וועט זיין שיין און ליכטיג.

אדער פארקערט:
למשל ס'איז יעצט 8 א זייגער ביינאכט, ס'איז שוין האלב טונקל, איך דארף א בילד פון א הויז, די אייריס איז אינגאנצן אפען, אבער ס'איז נישט גענוג ליכטיגקייט פאר די בילד, מוז די שאטער זיין גאר שטאט, ממש 80 פון א סעקונדע, וועט זיין מער צייט פאר די סענסאר'ס צו באקומען ליכטיגקייט, (פרוביר נישט צו רוקן דיין האנט בשעת'ן נעמען די בילד. מיט אזא שטאטע שאטער איז עס זייער שווער, גלייב מיר)
א פלעש איז געמאכט ארויסצוהעלפן מיט ליכטיגקייט. איך האב אמאל גענומען א פשוטע פלעשלייט און געשיינט אויף איינעם און געמאכט א בילד ביינאכט אן א פלעש. און ס'איז אויסגעקומען גאנץ גוט.

יעדער איינער וואס איז צו ווייט פון די סטעידזש בשעת א מסיבה, און זייער פלעש דערגרייכט נישט, האבן איין עצה: אויסצולעשן די פלעש (כ'מיין אז יעדער ווייסט ווי אזוי) און ארויפרוקן אליין די ISO.

ווי מיר האלטן יעצט איז אזוי: צו האבן א גוטן בילד דארף מען האבן גענוג ליכטיגקייט, גענוג מיינט נישט צו ליכטיג וואס זאל ווייס מאכן די בילד, און נישט צו טינקל וואס זאל שווארץ מאכן די בילד. דאס צו עררייכן דארף מען לאזן די שאטער גענוג לאנג אפן פאר גענוג ליכטיגקייט אבער נישט צו לאנג. יעצט וואס טוט מען ווען א זאך רוקט זיך און מען דארף מאכן די בילד דאס שנעלסטע וואס מעגליך אז עס זאל נישט ווערן בלארי אבער אויב מאכט מען עס צו שנעל פארלירט מען דאך ליכטיגקייט.. אלזא וואס איז די עצה? ISO!

וואס איז דאס ISO?

אין אידיש גערעדט, די ISO שטעלט אן ווי סענסיטיוו צו ליכטיגקייט די סענסאר'ס זאלן זיין. אויב די אייריס איז שוין אפן די מערסטע, און מען וויל נישט מאכן די שאטער שטייטער (ווייל למשל ביי א פלעי ווי מ'רוקט זיך, אויב כאפט מען א בילד מיט א שטאטע שאטער וועט די בילד אויסקומען זייער בלארי), איז דא איין עצה - ארויפרוקן די ISO פארוואס דעמאלס נישט אייביג האלטן די ISO הויך? זייער פשוט, א דזשיטעל קעמערע ווי העכער די ISO איז, אלץ מער גרעיניער/אומקלאר וועט די בילד אויסקומען. וואס איז די פראבלעם? ווען די סענסאר'ס ווערן צו סענסיטיוו, וועט עס צולייגן צום בילד שמוץ וואס באלאנגט נישט דארט. ס'איז א פראבלעם וואס די גרויסע פירמעס קענען זיך דערווייל נישט קיין עצה געבן. פארפאלן, נאר דער באשעפער ווייסט ווי אזוי צו באשאפען א "אויג". דערפאר געבן מיר נאר די עצה צום לעצט, ווען גארנישט אויסער דעם העלפט נישט, ווייל דעמאלס איז דאס כדאי, ווייל ס'גייט טאקע זיין א אומקלארע בילד, אבער פארט א בילד. די פראפעשענאלע קעמרעס קענען גיין אויף א העכערע ISO און נאך אלץ זיין קליין און קלאר. אבער אפילו דארט, אויב מ'גייט צו הויך איז ווייטער די זעלבע פראבלעם.

איר זענט צומישט? נישט געפערליך, אלע דיזשיטעל קעמערע'ס קען מען אנשטעלן אויף Auto, און די דידזשיטעל קעמערע וועט טוהן אלע ארבעט פאר אייך!!! דא שטייט נאר באשריבען "ווי אזוי" די טעכנאלאגיע ארבעט.

איין פראבלעם דארפט איר יא וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין, ווייל אויף דעם פראבלעם וועט Auto נישט העלפן. איך וועל אייך געבן א עצה ווי אזוי זיך אום צו גיין מיט דעם פראבלעם.

דער פראבלעם
איר ווילט מאכן א בילד פון א קינד וואס שטייט אין צימער לעבן א פענסטער. די קעמערע זעהט די שטארקע זון ביי די פענסטער, און מאכט צו די אייריס. אויפן בילד זעהט מען טאקע די ביימער פון דרויסען זייער שיין, אבל געוואלד און געשריגן די פנים פון דעם קינד אינעווייניג אין צימער קומט אויס טונקעל.

די עצה:
מאנעוויר די דידזשיטעל קעמערע אראפ צום אונטערשטען חלק פון קינד. דער עיקר, מאכט זיכער אז די קעמערע "זעהט" נישט די פענסטער. לייגט די פינגער אויף די קנעפל וואס כאפט דאס בילד. דרוק די קנעפל נאר האַלב! די קעמערע וועט אטאמאטיק אנשטעלן די אייריס, און פארשטייט זיך דאס אנשטעלן לויט די ליכטיגקייט פון דעם צימער אינעווייניג. אבער די בילד וועט נאך נישט געכאפט ווערן. איצטער, אזוי האלב געדרוקטערהייט, הייב אויף די קעמערע אויף די פאזיציע וואס איר ווילט, און דרוקט אראפ די קנעפל אינגאנצן. און וואונדערליך, די בילד וועט זיין הערליך שיין (ס'וועט נאך אפשר פלעש'ן אויך...). אבער, די פענסטער וועט זיין אינגאנצן ווייס, אדער ווי ס'הייסט אויף ענגליש over exposed. אבער ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, דער עיקר איז אז דאס קינד קומט אויס שיין און ליכטיג.

אויב וויל מען האבן ביידע קלאר, סיי דאס קינד און סיי די דרויסענדיגע חלק, ברויך מען שוין האבן א מער סאפיסטיקירטע קעמערע.

יעצט וועלן מיר צוריק קומען און מסביר זיין ווי אזוי א דידזשיטעל קעמערע ארבעט.

ס'איז דא א מין סארט סענסאר מאטריאל וואס הייסט אויף ענגליש CCD אדער CMOS. די סענסאר'ס זענען אויסגעשטעלט שיין אין א רייע איינס זייער נאנט צום צווייטען. זיי זענען אויך גאר גאר קליין. א 8 מעגע פיקסעל דידזשיטעל קעמערע האט פאקטיש 8 מיליאן סענסאר'ס אויסגעשטעלט אויף א אכטל פון א אינטש גרויס!!!

ווען יעדע פון די סענסאר'ס זעהט ליכטיגקייט, גיט עס ארויס א עלעקטרישע פולס, וואס ווערט געליינט דורך די טשיפ אין די קעמערע, און אזוי וועט עס וויסן וואו אין די בילד ס'דארף זיין וועלכע קאליר. דאס וועט פארשריבן ווערן אויף די מעמארי קארד. עס ווערט פארשריבן אויף די דידזשיטעל שפראך 0101010011100100. דערפאר הייסט דאס דידזשיטעל. ווען מ'וויל זעהן די בילד, וועט די קעמערע קאמפיוטער ארויסליינען פון די מעמארי קארד די פונקטליכע אינסטרוקציעס, וואו און וועלכע קאליר צו שטעלן אויף וועלכען פלאץ. און וועט זעהן א הערליכע בילד!

וואס מיינט דאס "פארשריבן אויף די דידזשיטעל שפראך"? א 4 גיג (גיגעבייט) מעמארי קארד האט אין זיך 4 ביליאן סוויטשעס. יא, איר ליינט גוט! נעמט א טייערע מייקראסקאופ און קוק אריין אין א מעמארי קארד, וועט איר זעהן עכטע סוויטשעס. יעדע סוויטש קען זיין אנגעצינדען אדער אויסגעלאשן. אין די דיזשיטעל שפראך איז א אויסגעלאשענע סוויטש א 0, און א אנגעצינדענע סוויטש א 1. אזוי קען א 4 גיג קארטעלע האלטן העכער א ביליאן ווערטער (געדענקט אז יעדעס ווארט באשטייט פון 16 אותיות.)

וויפיל ווערטער דארף מען אפצושרייבן א דידזשיטעל בילד? די ענטפער איז ... ס'ווענדט זיך. ווי מער MP (מעגע פיקסעל - מעגע מיינט מיליאן), אלץ מער ווערטער דארף מען דאס אפצושרייבן. אין יעדע דידזשיטעל קעמערע קען מען אנשטעלן אז נאר 3 אדער 5 MP זאלן ארבעטן. דעמאלס וועט די בילד זיין ווייניגער קלאר, און אויך אסאך קלענער אין סייז, אבער ס'וועט נישט פארנוצען אזויפיל דידזשיטעל ווערטער.

באמת וואלט א דידזשיטעל קעמערע געדארפט נוצן אזוי פיל ווי 10 אדער 15 מיליאן ווערטער אפצושרייבן א בילד. דערפאר איז דא א קאמפרעסאר אין די קעמערע וואס הייסט JPEG (אזוי ווי MP3) וואס וועט אפשרייבן די זעלבע בילד אין נאר 2 אדער 3 מיליאן ווערטער) אין יעדע דידזשיטעל קעמער קען מען אנשטעלן די שטאפל ווי שטארק די קאמפרעסאר זאל קער נעמען פון די בילד. אבער געדענקט, ווי ווייניגער ווערטער די קאמפרעסאר שרייבט, אלץ ווייניגער קלאר איז די בילד! אבער אלץ מער בילדער וועלן ארויפגיין אויף א מעמארי קארד. געווענליך זאל מען נוצען די נארמאלע שטאפל וואס איז רעקאמענדירט דורך די פירמע.

די פראפעסיאנאלע קעמערעס ווילן האבן די מאקסימאלסטע קוואליטעט. דערפאר כאפן זיי די בילדער און שרייבן עס רויערהייט, אן די מינדעסטע JPEG קאמפרעסאר. דערפאר טאקע האבן די פאטאגראפירערס א טאש פול מיט מעמארי קארטלעך. ס'זענען דא מער טייערע פוינט ענד שאָוט קעמערע'ס וואס קענען אויך כאפן רויע בילדער, למשל א Canon G-12 וואס קאסט בערך 470 דאללער.

אבער רעדט אייך נישט איין אז א רויע בילד איז אלעס, ס'זענען דא נאך אסאך אנדערע און וויכטיגערע פאקטארן אין די פראפעשענאלע קעמערע'ס.

די קוואליטעט פון די לענז אין א קעמערע, איז גאר א וויכטיגע פאקטאר ווי שארף די בילד וועט זיין. אבער אלעס ווענט זיך "פאר וועלכע צוועק" מען דארף א קעמערע. אויב איינער איז נישט זעכער וואס ער ברויך איז דאס בעסטע אז ער זאל אנפרעגן פראפעשענאלע געשעפטן וואס האבן ספעצעליסטן וואס זענען גרייט אייך צוצושטעלן דאס בעסטע וואס איר דארפט פאר אייער צוועק.

צום שלוס, געדענקט איין זאך: ווי מער לוכטיגקייט אלץ בעסערע בילד וועט מען האבן! אויב איז די בילד נישט גענוג שארף און קלאר, און איר ווילט עס מאכן בעסער, דאן פאנגט אן מיט א בעסערע פלעש. ווייל ליכטיגקייט איז די יסוד.
אוועטאר
סאשי פיש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 1:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאשי פיש »

הערליך איז נישט דאס ווארט
מיר ווארטען אויף נאך
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

WOW איז נישט דאס ווארט!

גיי מיר עס פרינטן פאר די עקרת הבית, זי וועט זיך זיכער מחי' זיין זיך נענטער צו באקענען מיטן קעמערע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערליך הערליך.
ק.נ.א. זעט אויס האסט נישט דורכגעליינט דעם מי מנוחות, ווען יא דארפסטו נישט פרינטן דאפלט...
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מיין בב האט שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל, בפרט אז זי גרייט זיך צו קויפן א קעמערע
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

הערליך האט געשריבן: מיין בב האט שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל, בפרט אז זי גרייט זיך צו קויפן א קעמערע

דיין בלעקבערי קומט נישט מיט אן אריינגעבויעטע קעמערע..?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין, און אינפארמעטיוו.

גרויסען דאנק. קיפ אפ דע גוד וואורק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

דערווייל האב איך נישא קיין בלעקבערי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואס האט דאס מיט קינדער? איך טאר נישט וויסן ווי אזוי א קעמערע ארבעט

הערליך ריזיג קיפ אפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערליך האט געשריבן: דערווייל האב איך נישא קיין בלעקבערי


ידיד האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן: מיין בב האט שטארק הנאה געהאט פון די ארטיקל, בפרט אז זי גרייט זיך צו קויפן א קעמערע

דיין בלעקבערי קומט נישט מיט אן אריינגעבויעטע קעמערע..?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

הערליך, זייער שיין, א גרויסן דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויב כ'האב נישט קיין טעות, זענען די אלע זאכן ווירטואל. דאס הייסט אזוי:

אמאל ווען די קעמרע האט געארבייט מיט א פילם, האט זיך טאקע געוואנדען ווילאנג די שאטער איז געווען אפען למשל וכדו' ןןייל די קעמיקאלען אויף די פילם, זענען באמת געווארן נשפע פון די לעכטיקייט, און ווי לענגער עס איז געווען אפען, אזויפיל מער ליכטיקייט האט ער איינגעזאפט. אבער היינט ווען עס איז דיזשיטאל, איז די אלע סעטינג'ס - כאטש מען רופט עס נאך מיט די אלטע נעמען - איז עס סאך הכל אינסטראקשענ'ס, ווי אזוי איך זאג פאר די קעמרע ווי אזוי עס זאל אוועק לייגען די אינפא.

אין אנדערע ווערטער, נישט פשט אז די שאטער וועט זיך באמת צומאכן שנעלער און שטייטער, לויט ווי מען שטעלט עס אן, נאר עס וועט הייסען דעם קעמרע אוועק לייגען די בילד, אויף דעם אויפן, ווי עס וואלט זיך געכאפט ביי א אמאליגע קעמרע מיט די סעטינג'ס. ליטיגער צו טינקעלער וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סאשי פיש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 1:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאשי פיש »

איך זיך יעצט צו קויפען א קעמערע פאר מיין משפחה לאמיר זאגען איך בין גרייט צו צאלען ביז $500 וואס לוינט זיך צו קויפען איך בין זייער צומישט
וועלכע קאמפני?
וועלכע מאדעל?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'ברויך דא צולייגען א ווארט.

די אלע אינפא וואס הייליג האט געברענגט אויף למעשה, איז ווייטער אקטועל. די וועג צו מאכן די סעטינג'ס. און וואס די סעטינג'ס מיינען, און וואס זיי טיען. סך הכל האב איך געמיינט צו זאגן עפעס וואס איז באמת נישט למעשה, אז די זאכן געשען ווירטאל, דיזשיטאל און נישט אין פאקט.

אבער אויף צו ניצן הייליג'ס אינסטראקשענ'ס אויף צו כאפן בילדער, איז נישט נוגע צו עס איז ווירטאל צו נישט, די אפעקט אויפן בילד איז די זעלבע, און מיט די הדרכה פון הייליג, וועט איר קענען כאפן שענערע בילדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

שיינע ארטיקל!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קען איינער דאס ביטע מאכן פאר א PDF?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

הארזים האט געשריבן:
קען איינער דאס ביטע מאכן פאר א PDF?
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

חיים שטיין האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
קען איינער דאס ביטע מאכן פאר א PDF?
עס איז זומער אינדערויסן.pdf
(68.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 85 מאל
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

שייף עייל האט געשריבן:
חיים שטיין האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
קען איינער דאס ביטע מאכן פאר א PDF?
עס איז זומער אינדערויסן.pdf
יישר כח.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער ארטיקל האב איך געשריבן מיט די הייליגע קינדערלעך ניק נאך אין 2013!
כ׳האב דאן פארמאגט א Nikon D-90… מיט עטליכע פוינט ענד שאט קענאן׳ס…
זכרונות…

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
מאך גוטע פילמעס
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:40 am

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך גוטע פילמעס »

אפשר קענען מיר ניצן די אשכול צו רעדן אביסל וועגען פילממעקינג קאמערא'ס לייטינג און אזוי ווייטער?
PICK UP A CAMERA
SHOOT SOMETHING
NOW YOU'RE A DIRECTOR
EVERYTHING AFTER THAT YOU'RE JUST NEGOTIATING YOUR BUDGET AND YOUR FEE

JAMES CAMERON
אוועטאר
מאך גוטע פילמעס
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:40 am

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך גוטע פילמעס »

א גוטן,
און דעם סעריע פון ארטיקלען וועל איך פראבירן איבערצוגיין וואס דאס איז Filmmaking, וואס דאס נעמט אריין און זיך, און וואס מיר דארפן וויסן איידער מיר הויבן אן צו דערציילן א מעשה מיט די ארט פון Video

די פארזעצונג איז אן אינטרעדאקציע פאר Filmmaking די פראסעס און די בעסיק שפראך און קאנסעפטן אפצוכאפן די וועלט מיט א קאמערא,
די ארטיקלען וועט דיר א"ה העלפן מאכן פילם'ס, זאל דאס זיין דראמאטישע אויפגעמאכטע מעשיות ("MOVIES") , דאקאמענטרי'ס (לעבעדיגע געשיכטעס פון מענטשן אדער פאסירונגען) , מוזיק ווידיאוי'ס, עדווערטייזמענט'ס, היים ווידיאוי'ס, און אזוי ווייטער, זאלסטו ארבעטן אליין אדער מיט א גרויסע Crew, ביסטו א פראפעשענעל אדער איינער וואס לערנט זיך,

פארשטייט זיך אז איך וועלן נישט אלעס קענען קאווערן דעריבער בעט איך דער עולם זאל צו שרייבן זאכן וואס צו פארעכטן, און וועגען עס צו מאכן בעסער, דאס איז חלק א' און א"ה וועל איך גיין ווייטער ווען איך האב צייט

חלק א' "פארוואס דארף איך וויסן די טעקניקל'ס"



ווען מ'הויבט אן זעט זיך פילממעקינג אויס ווי א גרויסע צעמישעניש,
וואס גייט דא פאר?
לייט'ס, לענזעס, קאמערא'ס, וואס איז דאס MP4? און וואס מיינט א Codec? און וואס איז די חילוק צווישן זיי ביידע? וואס מיינט קאמפרעסן? אויב איך קאמפרעס ווערט נישט די פאטידש שוואכער? און אזוי ווייטער, ס'איז צו סאך פאר מיר!!!
לאמיך שאטן וואס איך האב צו דערציילן און א גוטע נאכט!!!
אבער ניין,
איינמאל מ'שטעלט עס צוזאמען, זעט מען אז די טעקניקל חלק שטערט גארנישט פון די קרעטיוועטי, פארקערט עס לייגט נאר צו צו דיין טאל סעט וויסנדיג וויאזוי און פארוואס זאכן געשען וועסטו בעסער קענען ארויסברענגען אנדערע געפילן און סטייל'ס וואס פארמירן זיך און דיין קאפ,
אויב ארבעטסטו אליין (וואס דאס איז געווענטליך די פאל ביי אונז היימישע אידן, ווי איינער איז סיי די דירעקטאר,סיי די director of photography אדער ווי מ'רופט עס און קורצן DP אדער DOP אדער cinematographer, די קאמערא מען, און כמעט אלע אנדער דשאב'ס וואס עס זענען נאר פארהאנען אויף א פילם סעט,) פעלט דיר זיכער אויס צו קענען וויסן די טעקניקל'ס,
און אפי' די ארבעטסט מיט א CREW איז וויכטיג צו וויסן, א דירעקטאר וואס פארשטייט לענס, לייטינג, און קאמערא טשויסעס, קען בעסער קאמיאנעקירן מיט די מענטשן וואס טוען די ארבעט און אזוי אטשיווען די LOOK וואס זיי האבן און קאפ,
מענטשן וואס קענען אויך פון אנדערע פאכן מאכט זיי בעסער און זייער פאך, למשל א קאמערא מאן וואס קען אויך עדעטינג וועט שאטן בעסער פאטידש וואס מ'קען עדיטן ווייל ער פארשטייט וואס ס'גייט פאר....

און די קימענדיגע חלק וועלן מיר א"ה אנהויבן רעדן וועגן וואס מיינט ווידיאוי היינט און וויאזוי א קאמערא כאפט אויף פאטידש....
לעצט פארראכטן דורך מאך גוטע פילמעס אום דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:46 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
PICK UP A CAMERA
SHOOT SOMETHING
NOW YOU'RE A DIRECTOR
EVERYTHING AFTER THAT YOU'RE JUST NEGOTIATING YOUR BUDGET AND YOUR FEE

JAMES CAMERON
אוועטאר
מאך גוטע פילמעס
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:40 am

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך גוטע פילמעס »

"חלק ב' ווי אזוי וועלן "מיר" עס רופן"


וואס מיינט "VIDEO","DIGITAL", און "FILM", היינטיגע צייטן? און ווי אזוי וועל איך זיך באציען דערצו,
עלטערע מענטשן געדענקען "FILM" אלץ א "CELLULOID" פלאסטישע צאמגעדרייטע "ROLL" וואס מען לייגט אריין אין א "MOVIE" אדער "STILL" קאמערא און מען כאפט ביז די ראל לויפט אויס,
קאמערא'ס וואס כאפן "MOTION PICTURE FILMS" (פילם קאמערא'ס) זענען נאך אלץ און באניץ, און צו זיי וועלן איך זיך באציען אלץ "FILM CAMERA"
אבער היינט ווערט דאס ווארט "FILM" באניצט בכלליות רעדענדיג פון א "MOVIE", אדער די אקט פון רעקאדירן איינס,

"VIDEO" האט זיך אנגעהויבן אלץ א סיסטעם אפציכאפן ריקעדיגע פיקטשער'ס אויף אן אלעקטעראנישער אויפן און זיי ווייזן אויף "TV" און די אכציגער יארן,
"VIDEO CASSETTES" זענען פאפאלער געווארן אויף א וועג צו וואטשען "MOVIES" (וואס מ'האט געשאט אויף FILM),
פון דעם האט די טערם (TERM) "VIDEO" געווארן א דשענעראלע (general) ווארט אזוי ווי "MOVIE"
מענטשן באניצן זיך מיט דעם... האסט געזען אבראמאוויטש'עס נייע ווידיאוי...

ווידיאוי טעקנאלעדשי איז אמאל געווען "ANALOG" (מיט ווייער'ס און אקטעלע אויפכאפאנגען) היינט איז עס "DIGITAL" (נומער'ס וואס ווערט אפגעליינט דורך'ן קאמפיאטער אדער זיינס גלייכן) ,
געוויסע מענטשן רופן עס "DIGITAL VIDEO" אנדערע מענטשען רופן עס סתם "VIDEO" אדער "DIGITAL",
געווענטליך וועל איך מער באציען צו זיי ביידע אלץ די זעלבע זאך, אבער עס זענען דא אויסנאמען און וועגען אויפצוכאפן "DIGITAL IMAGES" ווי למשל די "REW FORMAT" וואס קען נישט געוויזן ווערן פארן עס פראסעסן (מער אויף REW שפעטער) טעקנעקלי איז עס DIGITAL" DATA" אבער נישט "VIDEO" נאכדעם איז דא "DIGITAL AUDIO" און אנדערע פעלער וואס מיינען נישט דאס,


אקעי... אקעי... לאמיר איבערגיין, מען קען מאכן "FILM" אויף "DIGITAL", מען קען שאטן "VIDEO" אויף "FILM",

כמעט אלע "VIDEO CAMERAS" זענען היינטיגע טעג "DIGITAL", איר קענט זיי רופן "VIDEO CAMERAS" אדער "DIGITAL CAMERAS" ווי אזוי איר ווילט,
געוויסע קאמערא'ס זענען אויסגעשטעלט צו כאפן (shoot'טן) סיי "STILLS" (פלעינע פיקטשער'ס) און סיי "MOTION IMAGES" (ווידיאוי'ס) ,
איז די זעלבע שטיקל "EQUIPMENT" קען גערופן ווערן א "STILLS CAMERA" אדער א "VIDEO CAMERA" און נאמען זיך ווענדן אויף וואס עס ווערט געניצט,
די קאמפאני "RED" רופן זייער "MULTI FUNCTION CAMERA" א DIGITAL STILL AND MOTION CAMERA" (DSMC) "

ווען מען רעדט פון א פארטיגער פראדוקט קען מען עס רופן א "MOVIE" א "FILM" אדער "VIDEO",
עס קען זיך רופן אנדערשט לויט וויאזוי מען וועט עס אויפשפילן, אויב מען שפילט עס אויף אין "THEATERS (סלייד פראדשעקשאן) קען עס זיין א "MOTION PICTURE" א "FEATURE" אדער "RELEASE" אויף "TV" קען עס זיין א "SHOW" אדער א "PROGRAM"
ווידיאוי אויף די "WEB" אדער "VR" און אנדערע אופנים קענען גערופן ווערן מיט אנדערע לשונות,
אלע קען מען אנרופן "MEDIA" אדער די מער אנדאסטריאלע וועג "CONTENT"

ביי אונז וועט (חוץ אויב די מצב רופט פאר) "VIDEO" און "DIGITAL" זיין די זעלבע,
"FILM CAMERAS" רעדן מיר פון זאכן וואס שאטן "CELLULOID FILM",
ווען איך רעד פון די "PROCESS", מענטשן וואס ארבעטן אויף דעם, און אזוי ווייטער, וועט "VIDEO","MOVIE", און "FILM" זיין די זעלבע זאך

און די קימענדיגע וועט מען א"ה רעדן פון "די PROCESS"

אויב איינער האט וואס צוצילייגן אויפמערקן אדער וועגן צו מאכן בעסער זאל ביטע לאזן וויסן
FILM REEL
FILM REEL
film.gif (10.82 KiB) געזען 1039 מאל
[/size]
איינער פון RED'ס DSMC CAMERAS
איינער פון RED'ס DSMC CAMERAS
645082302434.jpg (39.3 KiB) געזען 1039 מאל
PICK UP A CAMERA
SHOOT SOMETHING
NOW YOU'RE A DIRECTOR
EVERYTHING AFTER THAT YOU'RE JUST NEGOTIATING YOUR BUDGET AND YOUR FEE

JAMES CAMERON
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אָהההה…. דו גייסט גלייך צו RED.
מיין רעקאמענדאציע.
קודם פאנג אן מיט דעם:
וואס איז ווידיאו? 24/30 פרעימס פער סעקאנד
ווי ווערט דאס אלעס געסעיווד? אין א געוויסע קאמפרעסד פארמאט.
וויאזוי ארבייט א סענסאר? די רויע דעטע, די בּייער מהלך צו קאמפיילן א בילד, - א RAW בילד vs א jpeg
ווידיאו RAW אדער ניצן H.265 10 bit 422 היי ביט רעיט. ווילסט גיין מסבירן log מיט lut? אפשר צו טיף דער עולם וועט איינשלאפן אינדערמיט.
א ווידיאו קאנטעינער און א ווידיאו פארמאט? שווערע נושא וואס אסאך פראו׳ס האבן נישט ארויס. ביטע קריך נישט מיט I frames and P frames.

אקעי, איך געב אויף… ס׳איז צו טיף… ווילסט געבן א געהעריגע קלאס ווי מען גייט ווערן פילם מעיקערס? גייסט אויסלערנען focus pulls?
לענסעס, לענס רעזאַלווינג פּאוער, קאנטרעסט, פיעלד אףף וויא, נעעעעע….
לייטיננג איז א וועלט פאר זיך, עדיטינג אויך, און קאנטענט דעליווערי.

טוה וויאזוי דו פארשטייסט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וויאזוי ארבייט א קעמערע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דעם ארטיקל האבעך געשריבן א יאר צוריק.
ס׳איז נישט מגיה געווארן מיט די לעצטע אפדעיטעט קעמרעס. אבער עס געבט די א׳ בּ׳

האפענטליך וועט עס געבן פאר מענטשן א שטיקל בליק.

Here are some knowledg
e....

To capture a picture you need:
1) a lens to focus the light rays/waves to fill a frame (a specific size) for a picture
2) a sensor to capture the light/picture brought in by the lens
2) digital code/operating system to "process" the data from the sensor.

Now comes in "logic" and special "smart" software to:
1) before the shot set how the light will reach the sensor. by manipulating the shutter/capture speed, and physically adjusting/focusing the lens.   
2) after the shot, take the raw sensor data and manipulate it to specific needs.

Some basic facts: for a quality picture, you need quality light. without light there is nothing that can be seen. 

For example: To capture a flower, there has to be light shining on the flower, the flower will absorb some of the light and bounce/reflect back some of the light. this is how we see colors.

White has in it all colors, and black has no color. while red has some color. (if we go by RGB as main colors) which means the material - the flower- the light is shining on, is absorbing the G and B while bouncing back all of the R. or anything in between, some R some G, and some B.

Without quality light, the full RGB isn't there to begin with.  If the light is poor/weak, the B might be missing from the picture because the flower absorbs some B, and the rest B are not strong enough to bounce back. Or if the light is not shining all colors equally, it might over saturate the flower with  - let's say B, and bounce back way to much B resulting in a Blue'ish flower. or worse, the flower will be mainly black and have just a touch of color because the intensity of the light is not enough.   On the flip side though, having too much light, like under a harsh pointing sun, would over saturate the flower, and wash out all colors entirely. The flower will bonce back so much light it will turn into a flashlight... (not entirely, but you get the idea)

This is the "BIGGEST" challenge with cameras. cheap or expensive. in order for a lens to focus light to a small area (the size of a sensor) and focus it sharp, it looses a tremendous amount of light/strength in the process. loosing light strength means a dark colorless image!

For a Lens to maintain the light intensity requires a very complex physical design which is calling for very heavy glass objects inside and prices in the thousands. about 8-10K. (Nikon just released such a lens more for the marketing and hype to show off a new lens design capability)  

So every lens has to compromise... cheap or expensive. expensive lenses are glass HEAVY. and a pro will bring his own lighting equipment to be in control of the light... not much and not to little, and control the shadows as well...

Back to point and shoot/iphone.

The smaller the sensor, the bigger the challenge of focusing a sharp image to the sensor and the more loss of light... 

A small flash on the camera/iphone is tiny pointy harsh light and not natural looking when it bounces back to the sensor. but batter then nothing...

So here come in the "Logic" I wrote above. Apple/Samsung are trying very hard to write code and come up with tricks and ideas to enhance the shot.

The Sony RX100V (the V as ver 5)  has a great lens unheard in such a small form-factor. it retains a ton of light and the sensor is also bigger than other point and shoot and more high quality, its 1” inch big. (Compare it to a iPhones tiny sensor) plus the sony Logic is amazing. (the downside/compromise of the lens is the ability to zoom long. it has a short zoom.  but after reading this knowledge, you know that the more the lens can zoom the more light is lost! And the worse will be the end result! unless you are in prefect lighting conditions which is rarely the case.       

Sony RX100 has 7 versions (last time I checked) the 7th version has a longer zoom lens while heavily compromising on the lens! These days Writing 120x Zooooom on the box, works great for marketing and pricing it high, and is the way they make money!  

But if u plan a trip to the Bronx Zoo under the baking sun, then the long zoom lens will actually help you by bringing the animals closer and cutting down on the harsh sun light which would be better for the RX100-7 and bad for the RX100-5...

So therefore Sony build some clever software to compensate and make both cameras produce acceptable pictures. But now we know that every camera has its limitations, what is more important? How often will u be photographing big bears in a zoo under strong light, and how often will u snap a picture indoors with house light which is “far” from enough light for a quality picture!  

So the camera uses an amplifier called ISO. It takes the little light it gets, and boosts it up after the shot right before writing the sensor values to the SD card and saves it. But by boosting the light with digital code, you get.... noise... that is random color pixels all over. It looks pixelated/grainy.  Here comes the next software to the rescue, “noise reduction”. In photography does grainy pixelated dots is referred as “noise”.  The noise reduction logic has a algorithm that decided which pixel data was real data captured from real light and what is boosted digital noise and it “smudges” it making it appear blurry and soft. The more the ISO is boosted, the more noise and the more noise reduction and the more unsharp the photos are.  

Allot of times the light is so bad, the camera would instruct the shutter to remain open longer to give a chance  for more light to come in. A slow shutter will result in blurry images... unless the camera is on a tripod and the subject your photographing is not moving, you can keep the shutter open for 10 seconds outside on the street and capture more light then a human eye can see. But this is also rarely the case.  

Now you understand why wedding photographers are using powerful flashes spread all over the hall, because they are photographing “moving” dancing subjects while he himself has to move along inside the human circle, so he sets the camera to capture the picture extremely fast giving no chance for the wedding hall lights to hit the sensor, so he uses strong powerful flashes to  brighten up the hall and get a decent picture in the over 1000th of a second that the shutter is open. 

Point and shoot/iPhone are AUTO... they decide the ISO, the shutter speed, and the lans focusing and also color correct the photo for you.  From a point and shoot out of 100 photos allot is trash. 

There is one more factor in this whole cocktail which I didn’t mention because its out of the scope of this article, but I will touch on it briefly. That is “Aperture”. 
When a human eye detects too much light, it will shrink the iris to constrain how much light can enter the eye. When its dark it will grow the iris huge to enable to enter as much light as possible.  

A lens has the same idea. It’s called “aperture”  its a physical gate that can open or close depending on the lighting conditions. The more a lens can open its Aperture the more light it can take in and the more expensive and heavy the lens gets.. letting in light is not a big deal, manipulating and keeping the light inside the lens sharp to the sensor edge to edge is expensive to achieve.  All point and shoots when you zoom in, the Aperture closes more and more to help focus the light to stay sharp. The main reason a zoom looses light. If the Aperture would not close while zooming, the image would be totally out of focus and won’t be an image..  

This is another part were the RX100-5 shines. When u zoom (the little it can zoom) the Aperture is wider open vs other cameras not zoomed at all.  In professional terms, it is open f2.8 across the zoom range. F2.8 on a point and shoot while zooming is a big deal.  if you don’t zoom, it can open up to f1.8 (the lower the more open) which is DOUBLE the amount of light. F1.8 indoor at a home is VERY helpful! The AUTO won’t slow the shutter speed down as much, and won’t need to boost the ISO as much resulting in stunning shots one by one! 

Oh one more point, the bigger the sensor the more light it can capture. The RX has a 1” sensor. Impressive.  

And that my Freind's is the reason I bought and I recommend the Sony RX100V.  





The only (as per my over a year research) iPhone compatible point and shoot is the Sony RX100V. It cost about $839.  Put it on auto and shoot.  I’m comparing Quality! Compared to  The iPhone xs I have. 

These days tablets and iPhones have great camera capabilities. In both, hardware and smart software to deliver a good picture. (For an amateur of course...) 
 Small $200 or $300 point and shoot cameras  don’t even come close to a iPhone.  

‎געוויסע ווילן האבן א בעסערע זום.  אבער א זום ברויך מען זיין פארזיכטיג צו האלטן די האנט זייער גראד מ׳קען זייער שנעל ארלעדיגן א בלורי בילד.. ווי אויך מיט א זום פארלירט עס פיל מער לייט, מאכט די בילד ווייניגער שארף און מער נויזי/גרעיני.  
‎און די פראפעשאנעל וועלט א לענס וואס קען זומען און נישט פארלירן לייט און שארפקייט, קאסט עטליכע אלפים, איז גרויס א פיס און וועגט עטליכע פונט…

This is a C/P about zoom

The "word zoom" is simply the big number divided by the small one,E.G. "3x zoom" simply means the longest focal length is three times the shortest.

There is no standard "base" number that the "×" starts from; you go from whatever the widest focal length on that particular lens happens to be. An 18-55mm and a 70-200mm are both about "3x zoom", but a very different range.

מיין נעקסטע עדווייז איז צו קויפן א סאפטווער וואס טוט ווינדערליך אראפנעמען די נויז (גרעיני קאלירטע פיקסעלס) פון א בילד. די נויז קומט בעיקר פון די היים ביליגע קעמערעס וואס ניצט א הויעכע ISO צו מאכן דעם בילד ליכטיגער. 

https://www.topazlabs.com/denoise-ai

‎ניץ דאס 

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”