חינוך הילף

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

חכם לב האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן: לאמיך פרעגן די חכמים דא א שאלה וואס עגבערט מיר שוין א שיינע שטיק צייט. און אולי וועט איינער קענען אנוויזן א ריכטיגע מהלך וויאזוי צו דיעלן דערמיט.

איך האב א 9 יעריג קינד וואס איז מוראדיגע סענסיטיוו, און ווען ער ווערט באליידיגט, דרינגט דאס אריין עד דכדוכה של נפש, און ער וועט עס 'געדענקן' א נעקסטע מאל אויך, און בכלל נעמט ער עס נישט פאר גרינג אויב ער שפירט אז מ'האט אים בעוול'ט, נישט אז מ'דארף עס נעמען גרינג, אבער ער ווערט אויפגעשטורעמט און באליידיגט.

ער איז נישט נאר סענסיטיוו פאר זיך, נאר אן אנדערעם אויכעט, ער קען נישט אויסהאלטן אויב דער רבי פארשעמט א אנדערע אינגל, און ער וועט קיינמאל נישט שטעכן א אנדערע קינד.

ער איז א קלוג קינד, און ער פארשטייט אז ער דארף ווען נישט זיין באליידיגט אויב איך האב אים געזאגט צו טוהן עפעס וואס אים שמעקט נישט (און ער איז פונקט נישט אויסגעשלאפן ) אויף אביסל א הויכע און שטרענגערע טאן, אבער ער איז הילפסלאז, די טרערן קומען אומווילענדיג.

מיין שאלה איז צו דאס איז א זאך וואס מ'וואקסט אויף, און ס'בעסער צו אויסמיידן אזוינע מצבים ? אדער איז עס עפעס וואס מ'דארף "מחנך" זיין.?

איך וויל נישט אז ער זאל האבן א שווער לעבן מיט חשבונות אויף יעדעם ןואס האט אים ווי געטוהן.


לויט דיינע ווערטער זעט אויס אז דאס קינד האט א low self esteem וואס מען קען און מען דארף "ארבעטן" מיט אים, נישט "מחנך" זיין ודי.



קודם כל, עס האט גאאארנישט מיט סעלף עסטים, מן הסתם האסטו געמיינט סעלף קאנפידענט, אבער עס האט מיט דעם אויך נישט. פארוואס טראכסטו אז דער פראבלעם פון 'אז מען טשעפעט א חבר טוט אים עס וויי' האט עפעס איינגעלייגט מיט סעלף עסטים?

אין מיינע אויגן איז עס בכלל נישט קיין געפערליכע פראבלעם, אויב עפעס קען עס גאר זיין א מעלה אז ער איז א געפיל'ישער מענטש, פארשטייט זיך אז עס דארף זיין מיט א גבול, אבער פארדעם איז ער דאך א קלוג יונגל און ווען ער וועט ווערן עלטער וועט ער שוין ליינען/הערן ווי אזוי צו ארבעטן ארום דעם.

געווענטליך די געפילישע מענטשן האבן א שטערקערע בונד מיט זייערע חברים אפילו אויב זיי זענען נישט אזוי סאושעל, אבער 1 חבר איז זיי גענוג ווי 10.

סך הכל; עס איז א זאך וואס מען דארף מאניטערן אבער מען וואקסט עס אויס אין נארמאלע פעלער.

#personal experience
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

איך האב דייקא יא געמיינט סעלף עסטים

ער וועט עלטער ווערן וועט ער מעגליך מיט די צייט בויען זיין סעלף עסטים, אבער ווי עס זעט אויס איז דאס היפש עקסטרעם ביי דעם קינד, און זיין שטארקע סענסיטיווקייט קען אים שטערן
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

א יישר כוח אלע מגיבים.

איך פערזענליך געדענק אויך צו זיין סענסיטיוו. און איך האב עס אליינס אויסגעראטן.

איך האב אנגעהויבן צו לעבן וויאזוי 'איך' וויל, און נישט זיין תלוי וויאזוי אנדערע קוקן מיל אן, און ס'איז מעגליך אז דאס האט אסאך בייגעשטייערט צו מיין הצלחה.
בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלי לחץ »

חכם לב האט געשריבן: איך האב דייקא יא געמיינט סעלף עסטים

ער וועט עלטער ווערן וועט ער מעגליך מיט די צייט בויען זיין סעלף עסטים, אבער ווי עס זעט אויס איז דאס היפש עקסטרעם ביי דעם קינד, און זיין שטארקע סענסיטיווקייט קען אים שטערן


אויב מעגליך ביטע זייט מסביר פארוואס דאס האט מיט סעלף עסטים, און אויב שוין יא סעלף עסטים, פארוואס נישט סעלף קאנפידענט.
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

אז מ'רעד שוין פון חינוך האביך לעצטנס מיט געהאלטן מיינס א באקאנטע וואס האט זיך אפגערעדט פאר מיר אז ער האט א בחור'ל אין די יארן אין ס'שטערט איהם נישט זיין ווייב זאל גיין אויפגעדעקט טראץ וואס זיין מאמע גייט צוגעדעקט מ'רעדט דא פון אן עוורידזש וואוילע בחור טאקע נישט דער מתמיד אבער פילט אן די סדרים וכו' ס'באדערט דער טאטע זייער שטארק ער פרעגט מיר ווי איז געגאנגען ראנג איך האלט נאכנישט ביי די סטעיזש פון טוהן שדוכים אבער כ'פארשטיי ס'קומט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן מ'דארף ארבעטן יארן לאנג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווילן טוהן אנדערעש ווי די עלטערן ווי אזוי באווייזט מען דאס לויט ווי איך פארשטיי באדערט עס נישט פאר רוב בחורים צו גיין אנדערש ווי די מאמע אויב יא איז נאר וועגן משפחה פרעשור וכו' נישט אלס א אידיקייט אישו כ'האב נאר בארירט איין נקודה אבער בעצם איז עס א כללות'דיגע שאלה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

די שאלה איז אויב די מאמע גייט אקוראט ווי איר מאמע, אדער למחצה לשליש ולרביע, אויב איז די באבע געגאנגען מיט א העט, און די מאמע פארגינט זיך שוין א סנאוד, וואס ערווארטסטו פונעם בחור, און לאו דוקא מיטן לבוש, אויב דער בחור זעט אנדערע זאכן וואס די עלטערן טוען אנדערש ווי זייערע עלטערן, פארשטייט ער אז מנהג אבות איז נישט קיין עשרת הדברות, און ס'שטערט אים נישט צו טון אנדערש לויט ווי ער פארשטייט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

די מאמע גייט פארשטייט זיך אקוראט ווי איר מאמע און איר שוויגער ולמעלה בקודש
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

די שאלה איז, די בחור וויל דוקא אויפגעדעקט, אדער עס איז אים נישט קיין חילוק?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

שלום הרב El Rushbo.
ייש"כ פארן ברענגען אהער פיינע סחורה און א תוכנדיגע ענין אויסצוקלארן , און עס איז דא אסאך צו שמיסן דערוועגן , דיין שאלה האב איך אריין געשיקט צו הרב לייבל שטערנליכט , און ער וועט געבן בקרוב א שיינע אויפקלערונג און א מהלך וויאזוי צובאהאנדלן אזא פאל , אויף זיין קול החינוך שיעורים , און איך וועל לאזן וויסן ווען און ווי מקען דאס הערן ,
און מעגליך כ'וועל ברענגן די תוכן פון די תשובה
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

בן נון האט געשריבן: די שאלה איז, די בחור וויל דוקא אויפגעדעקט, אדער עס איז אים נישט קיין חילוק?

די בחור גייט עס נישט אן און דאס איז טאקע די פראבלעם פארוואס גייט איהם עס נישט אן פארוואס ארט איהם נישט צו גיין אנדערש אנגעטוהן
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

איך מיין אז רוב ערוואקסענע אלגעמיינע בחורים גייט נישט באמת אן אז זיין ווייב זאל גיין אפען, והדבר פשוט, ואי אפשר להאריך כאן... עכ"פ עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם עס ווייזט אויף א געזינטע בחור
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

אוי ביסטו גערעכט לטב...
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

לטב עביד האט געשריבן: איך מיין אז רוב ערוואקסענע אלגעמיינע בחורים גייט נישט באמת אן אז זיין ווייב זאל גיין אפען, והדבר פשוט, ואי אפשר להאריך כאן... עכ"פ עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם עס ווייזט אויף א געזינטע בחור

תנחומין של הבל
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

@פלוני זיי מסביר ביטע
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

לטב עביד האט געשריבן: @פלוני זיי מסביר ביטע

אויב הסבר, דאן ביסטו דער וואס ברויך מסביר זיין. סארא צייכן פון געזונטקייט איז דאס אז א בחור האט נישט קיין געפיל צו א מסורה אין לבוש?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן אויף א פובליק פורום, מען דארף קענען ליינען צווישען די שורות...
מיין נקודה איז אז דאס קומט בכלל נישט מחמת שוואכקייט אין אידישקייט אדער מסורה, נאר פשוט ער ווייסט אז דאס איז מותר לכתחילה והא ראי' אז חשובע משפחות אין זיין קרייז גייען דערמיט, און ער ווייסט אז דאס גייט עם העלפען אין אידישקייט לעתיד.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך נעם אן אז דו האסט פארשטאנען מיין אישי
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

זעה בכלליות צי דער בחור האט א נאנטן קשר מיט זיינע עלטערן, ענד טעיק איט פראם דער...
#מיין מיינונג
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מילכיגער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: איז אויסגעהאלטן פאר א מאן צו הערן א דרשה פון א פרוי?

לויט ווי איך פארשטיי איז די ענטפער ניין, אבער מעגליך איך בין זיך טועה.


לכאורה ביסטו גערעכט אבער קודם כל קען עס טאקע די פרוי הערן (זי איז דאך סייווי די הויפט מחנך...ששש).

ס'איז זיכער גרינגער א טעיפ פון א דרשה (לאפוקי זמרה) באין מכירה. און טאמער האלט מען ביי דעם אז מ'דארף עס הערן לרפואה איז נאך גרינגער...

אויף למעשה זאל מען פרעגן א דיין שטייטזיך.

געפרעגט א שלאה לגבי א טעיפ וואס איז מיר נוגע געווען לפרנסה, 1] די תירץ איז געווען אויב איך קען נישט יענע פרוי, 2] זינגט נישט 3] איך פול אז עס גייט מיר נישט אויסמאכן, האט ער מיר געזאגט מוסטו עס הערן על פי הלכה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
עץ ארז
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2015 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ ארז »

עס איז דא א אינטערסאנטע קונטרס אויף חינוך - בנין שלם - הרב אפרים כהנא ש' איז דער מחבר. עס איז דא אויף אוצה''ח.
עץ ארז
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2015 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ ארז »

קונטרס זה נכתב לאור עשרות שנות נסיון בחינוך הבית, בחינוך כתה, ובניהול חינוכי,
ומתוך התענינות בלתי פוסקת בכל הנאמר והנכתב בנושא מורכב זה, הן במקורות התורניים והן
בספרים שנכתבו על בסיס מקורות אלו בינהם ספרי הגר"ח קנייבסקי שליט"א הרב וולבה
שליט"א והרב מונק שליט"א ספרי הגר"ש הירש הנהגות החינוך לרב בלום שליט"א ספרי
הרב אהרן פרידמן שליט"א קונטרסי הרב יחיאל יעקבסון שליט"א ספרו של הרב רוס
עקרונות בחינוך ספרה של הרבנית שרה חנה רדקליף על חבל דק וספרים נכבדים
נוספים
כדי להקיף את מכלול נושאי החינוך לא יספיק אף ספר עב כרס שהרי מטרת החינוך הנה לבנות אדם השלם בכל שלם במדותיו שלם בהשקפותיו שלם באמונתו הן ''בין אדם למקום''
והן ''בין אדם לחבירו'' אין נושא תורני שאינו קשור ישירות או בעקיפין לאחד מנושאי החינוך
מכאן שעיקר הקושי היה מה 'לא' לכתוב אילו נושאים 'לא' לכלול בקונטרס
חיבור זה מנסה להציג ''שיטה חינוכית'' ולא אוסף של המלצות נקודתיות ליצוק בסיס
השקפתי הכרחי לכל מחנך ועל גביו להגדיר מטרות ולהציע דרכי פעולה
יחודו של חבור זה הינו בהצגה רחבה של מבט התורה על העונש ''הגופני'' נושא שלמיטב
ידיעתי לא מורחב בגלוי בספרי החינוך המצויים אלא מודחק ומרומז בהצנע ובהיסוס בקונטרס
הזה הנושא נידון ללא חת למרות הביקורת הצפויה וההסתיגויות שמקורן זר לאמונים על תורתנו
תורת האמת.
מתוך ההקדמה של הקונטרס בנין שלם
עץ ארז
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2015 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עץ ארז »

נאך א א שטיקל פון דעם קונטרס בנין שלם
אחד המקומות הבולטים בו הושפעו חניכי עולם התורה מהגישות החינוכיות האוניברסליות והאוניברסיטאיות הינו הגישה הפסיכולוגית לחינוך בספרים רבים שנכתבו ע"י מחברים ומחברות חרדים בחוגי הנחיית הורים בסמנרים ובימי עיון מוצגות שיטות חינוכיות שנקודת המוצא שלהם הנה נפשו של החניך צרכיה ויכולתה ראה נספח ב' בסוף הקונטרס אין ספק שהבנת נפש החניך הנה מפתח הכרחי לכל פעולת חינוך אך הכלי החינוכי המרכזי שבו עלינו להשתמש כדי להגיע ליעד החינוכי בכל נושא שהוא הינו מבט האמונה מבט האמונה מאיר באור האמת כל תחום שבעולם ארועים עולמיים לאומיים משפחתיים ופרטיים טבעיים ואנושיים כלכליים חברתיים רפואיים ומדעיים וברור שאין מקום במסגרת זו לעסוק בתכנים המיוחדים לכל נושא עלינו להגדיר את המושג אמונה באופן כללי ולבאר כיצד עלינו לנצלו לחנוך ילדנו
הנסיון החינוכי מוכיח שכל היכן שהפניה לחניך הנה מכח האמת האלוקית המחייבת קטן כגדול השפעתה גדולה לאין ערוך מהשפעתם של שיקולי כדאיות לא כדאי לך לשקר יפסיקו להאמין לך ותשאר ללא חברים מהשפעתם של משפטים תרבותיים לא יפה לנהוג כך הנך ילד גדול ועליך לחדול מהתנהגות תינוקית עליך לאכול כדי להיות בריא וחזק וכד וכן שקולי השמנה עלות כלכלית מאמץ תדמית וכדו' שקולים אלו ראויים להאמר במצורף לשקול האמיתי רצון ה" ולא כשקול מרכזי
כך מפרש האוה"ק בראשית א' א' את דברי הגמרא ברכות ו' כל מי שיש בו יראת שמים דבריו נשמעים אדם המנחה מכח אמונה הינו פועל מכח השרש המשותף של כל הנבראים ולכן מצליח בדרכו שהרי החניך אינו חש הנחייה חיצונית אלא מזדהה עמה פנימית כאלו ממנו יצאה הגישה האמונתית בכח האמת נכונה החל מגיל רך ומהווה קנין רב ערך לחניך קנין שילווה אותו כל ימי חייו ויאפשר לו להתעלות כבן תורה אמיתי ראוי ללוות הנחיות אלו בהדגשת השכר והעונש על פעולותנו בהתאם לדרגתו של החניךוכידוע גדולי הדורות הצרו על כך שהמחנכים והמוכיחים חדלו להזכיר את עונשי השמים על חטאנו וגרמו לירידה רוחנית רבת משמעות.
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

מה יאמרו הבריות ..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

אויסצוגען פון ר' לייב שטערנליכט שליט"א אויפן זיין קול החינוך אפטיילונג
#7
אין איין טאג טראכט %80 פון די מח פון א
מענטש יענעם צופרידן צושטעלן !

עס איז היינט דא זייער ווייניג מענטשן וואס נאכדעם ווען זיי טוען עפעס וועלן זיי געדענקן אז זיי האבן עס געטוען ווייל זיי האבן געהאלטען אז דאס איז די ריכטיגע באשלוס
א ביישפיל אויף דעם
איינער איז געזיצען אקעגן א פעסיכלאג מיט די פיס איינס אויפן צווייטען און מען האט אנגעזעהן זיין נייע שיך...
פרעגט אים די פעסיכלאג פארוואס האסטו געקויפט פונקט די שיך ? ,..
האט ער געענפערט ווייל דעס האב איך געזעהן אין סטאר ...
פרעגט ער אים אבער פארוואס דווקא דאס ?
פרעגט אים די פעציענט צוריק
וואס איז , עפעס איז שלעכט דערמיט?...
דאס מיינט אז ער האט שוין לאנג פארגעסן אז ער האט דאס אויסגעוועלט נאך דעם וואס דער סטאר האט שוין אויסגעפאקט א האלבע סטאר פאר אים... וויבאלד דאס שטומט מיט זיין סטייל , לויט זיין באקוועם ..
ער טראכט יעצט שוין נאר אז דאס אויך געפעלן ביי יעדן איינעם
א מענטש אליין דארף האבן קלארקייט פארוואס ער טוט זאכן
אז נישט אז איינער זאגט אים אנדערש ווערט ער אנגעפאטשט ,
און דאס קען נישט געשעהן ביי עמיצן וואס איז ביי זיך קלאר
שטעלט זיך די פראגע פון ווי האט מען קלארקייט ,?
איז דאס נאר פון עקספיריענס ,
און פוק חזי מה דעמי דבר
Commen sense
נו לכאורה וויאזוי גייט עס צוזאמען עס איז דאך א סתירה
ווייל וויאזוי זיך צו פירן טוט מען דאך נאר וואס רוב מענטשן טוען און וויאזוי סאיז אנגענומען איז דאך עס סתירה צו אונזער יסוד
די תשובה וועט אי"ה נאכפאלען אויפן קול החינוך ,
.מיר וועלן עס מעגליך נאכברענגן

Feel free צו פרעגן סיי וועלעכע פראגע
יישר כח
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

פארוואס וויל די קינד אנדערש גיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

עס קען זיין עטליכע סיבות פארוואס די בחור וויל משנה זיין די לבוש פון זיין מאמע
1) עס קען זיין א סיבה ,עס קען זיין תלוי וויאזוי די באציאונג צווישן די מאמע און די באבע זענען , טאמער די באציאונג איז נישט די בעסטע , ד.מ. אז צו די באבע איז צו א קאנטראלער און די מאמע דילט דאס נישט ,
זיי רעדן טאקע צווישן זיך אבער דאס קינד זעהט נישט קיין ריספעקט ביי זיינע עלטערן לגבי זייערע עלטערן , קען דאס האבן אזא תוצאה , טראכנדיג ממעג האבן דיפרענצן לגבי די עלטערן
און ממיז נישט אזוי מדייק זיין אין יעדע זאך
גאר אנדרש איז אבער ווען די עלטערן לעבן זייער נאנט מיט זייערע עלטערן וועט די קינד זיכער זיין מער געזונטער

2) עס ווענט זיך שטארק וואסערע נעטור דאס קינד איז צו ער איז א צופרידן קינד צו נישט,
טאמער איז ער נישט צופרידן פון זיין לערנען זיינע חברים, וועט ער זוכען גליקען,
ווייל ער רעדט זיך איין אז מער מאדערנקייט וועט אים מאכן העפפי , א יעדער מענטש וואס איז נישט צופרידן וועט זיך זוכן גליקן , אבער די מציאות איז אז ער ווערט נישט צופרידן , ער דארף ארבעטן אויפן שורש פון זיין מער צופרידן בכלל ,
3) מדארף כסדר טראכטן עצות מיט וואס זיך צו שטארקען קעגן די פרישע נסיונות הדור , מקען נישט זיין רואיג און נישט טוען לעומת זה
פונקט אזוי ווי א שונא קומט מיט א נייע טאקטיק , דארף מען אים איבערקליגען,
דאס קינד פארשטייט דאס נישט אליין
אויב עפעס זעהט ער נאר פארקערט
די דורות טוישן זיך כסדר אינגאנצען,

וואס מען דארף יא טוען איז , זאגען פאר די קינדער ,אז זיך צו האלטען במסורת איז א גוטע זאך , סהאלט די משפחה מער באחדות ווען יעדער גייט די זעלבע,
און עס איז א גדר זיך צו האלטען ערליכער
און זאגען עס קומט טאקע אן שווער אבער סלוינט זיך צו מיטשען פאר א גוטע זאך
מדארף מאכן די קינד זאל וועלן אז גם כי יזקין לא יסור ממנו
זו חלק משיחה מאת ר' לייב שטערנליכט אויפן קול החינוך #18
מער באריכות קען מען דארט הערן
יישר כח פארן געבן די געלעגנהייט
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

א קינד שטארק סענסיטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

וויאזוי דארף מען באהאנדלען א קינד , וואס איז עקסטרים סענסיטיוו
אזוי איז ער זייער א קליג קינד , און ווייסט באמת אז מדארף זיך נישט אזוי צוטוען מאכן פון אלעס , אבער פון זיך אליין מטבעו וועט ער וויינען ביז טרערן ,סיי ווען מבאליידיגט עם , און אפי' מען באליידיגט א אנדערן ,
ער וועט דאס געדענקן , און ער וועט ווערן אויפגעשטארעמט ,

די מהלך מיטן קינד דארף זיין אזוי .
דאס איז גלייך ווי א קינד וואס ווערט געבוירן מיט א שוואכע אימיון סיסטעם
ער ווערט כסדר פארקילט , און מדארף אים כסדר שטאפן מיט אנטיביאטיק , אבער וויבאלד די מאמע וויל נישט כסדר שטאפן ווייל סאיז נישט געזונד , וועט זי טוען ווי פאלגענד
אפאר זאכן צוזאמען , נישט מיט איין ווייטעמין ..

זי ווייסט אז דאס קינד וועט דאס אי"ה
1) אויסוואקסען , ווען מווערט עלטער ווערט די כוחות שטערקער און מווערט שוין נישט אזוי שנעל פארקילט די עמיון סיסטעם האט די כוחות קעגן די מחלות,

2) ווייטעמינען

3) זי ווייסט אז יעדעס מאל מען פיהלט נישט גוט לערנט זיך די עמיאן סיסטעם אויס צו פייטען די מחלה , און דאס אליין מאכט דאס קינד שטערקער ,
פונקט ווי איינער וואס טוט אובונגען כאטש מ'ארבעט שווער מען שטענגט זיך אן , אבער דאס אליין מאכט די מענטש שטערקער .

4) אבער די מאמע וועט נאך אלץ אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט ווערן פארקילט,
און אים אנטוען ווארעם , וכדו' .

דאס זעלבע איז מיטן נפשיותדיגע אנטוויקלונג ,
די פראבלעם פון סענסיטיוויטי איז א שווכקייט און מיט די יארן וועט ער עס אויסוואקסען .

2) ווייטעמינען, עס זענען דא פארשידן וואס קענען העלפן צו זיין אנטוויקלונג .

3) אויסלערנען די קינד יעדעס מאל ווען ער האט די סענסיטיוויטי , און ער זעהט מטשעפעט דעם און יענעם , און אז דער האט יענע פראבלעם ..
זאל מען אים זאגען ,
טראכט און ווייס אז די ביסט א
וואויל יונגעל און א נארמאל קינד , כדי ער זאל בויען זיין זעלבסט זיכערקייט , ער זאל 'זיך' פילן ווי מער ,
און אויכעט אים אויסלערנען און אים מאכען טוען נייע זאכן , שיקען אליין אין גראסערי .., און אים אויסלערנען צו קוקען די פרייזן...
אים אריינלייגען אין די טשאלענדש
אויסצולערנען כסדר נייע זאכן ,

4) מ'דארף אבער אכטונג געבן אין נישט אריינשצוטעלן אין נסיונות ,
און עלטערן דארפן זיין פארשטענדליך
און אים פראבירן נישט וויי צוטוען
און נישט זאגען , איך ווייס נישט פארוואס ער מאכט זיך נאריש , ס'דא א שטוב מיט קינדער איך קען מיך נישט צוטוען מאכן און אכטונג געבן וויאזוי צו רעדן ..
נאר האבן די ריכטיגע פארשטאנד ,

די אלע אינסטראקשענס דארף מען טוען אפאר יאר מיטען קינד
טוען נייע זאכען..
זאגן אפאר יאר די וועסט עס אטיסוואקסען, די ביסט א נארמאל קינד..

א וויכטיגע כלל אין חינוך איז ,
מ'דארף נישט אויספירן און זיכער מאכן אז די קינד טוט טאקע אזוי ..
מ'דארף טוען די געטרייע ארבעט אלץ א פליכט פון עלטערן צו קינדער ,
און מתפלל זיין צום רבש"ע ער זאל געבן די סייעתא דשמיא
ובעז"ה וועט מען מצליח זיין .

אוסצוגען פון הרב לייב שטערנליכט שליט"א , אויפן קול החינוך האטליין די וואך
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”