חינוך הילף

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

פאנישען א קינד וויאזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

אוסצוגען פון הרב לייב שטערנליכט שליט"א
די וואך אויף קול החינוך #20
על האחריות הכותב בלבד

דרכי' דרכי נועם וכל נתבותי' שלום
בענין חינוך :
עס צו פארשטיין קען מען עס מסביר זיין מיט א משל , א חשובע גאסט האט זיך איינגעמאלדען די לעצטע מינוט צו מאכען א באזוך ביי איינעם אין שטוב
מען קען זיך פארשטעלן אז מ'דארף מסדר זיין די שטוב בדרך כבוד
אבער זאכען ליגען ארום געפלויגען די הויז מ'דארף אלעס שנעל לייגען אין איין גרויסע לעדל צוזאמען
די פאפירן, טויעס , חפצים , ..
איז דא געוויסע מענטשן וועלן טראכטען
שוין, עס מאכט זיך דאך אמאל אמאל אזוינס ,
סוועט דורך ג'יין ממאכט נישט קיין עסק ,
דאס איז די געזונטע וועג פון טראכטען

מאידך גיסא , וועלן זיין אזוינע וואס וועלן טראכטען פארוואס דארף מען די לעצטע מינוט אלעס אוועק פאקען מדארף זיין מער מסודר ווי זאכען זאלען ליגען ,
און מהאפט טאקע אז עס וועט שוין נישט פאסירן

אבער עס זענען דא אזוינע וואס ווערן זייער אין כעס , און טראכטען הלוואי וואלט איך געקענט ארויסטראסקען די אלע זאכען , אדער צוברעכן , וויבאלד עס מאכט מיר יעצט נערוועז , מקען ניצן א אויסרייד , איך דארף דאך יעעם אויסלערנען אז מזאל אוועק לייגען די זאכען און כהאב אים שוין געבעטן אזויפיל מאל , ..
ולא זו הדרך
די רמב" ם זי"ע זאגט , א מענטש מיט זיינע מדות רעות דארף עס אויסארבעטן און עס בייגען קודם עד קצה האחרון ביז עס ווערט גראד , ביז בדרך הממוצע ,
לכאורה וואסערע מאטריאל איז אזוי אז ווען מבייגט עס די אנדערע וועג בלייבט עס אינדערמיט
נאר , דאס געשעהט נאר ווען מבייגט עס אסאך מאל אהין און אהער , ביז עס בלייבט אינדערמיט.
פון איינמאל און שוין ווערט עס נישט ..
ווען מאיז מחנך א קינד , און מ'דארף אים אמאל פאנישען , איז דא אוועג פון אים זייער צוברעכן און דערנידערן ,
אדער איז דא בדרכי נועם אפי' די קינד גלייכט דאס טאקע נישט אבער די פאנישמענטס קומט דעמאלס ריכטיג אן און סמאכט א גוטע רושם ,
מקען בעסער פארשטיין די חילוק מיט א מעשה שהי'
א טאטע האט געזאגט פאר זיין בחור איך גיי דיר איינשרייבן אין די און די ישיבה
נאך א שטיק צייט האט די ראש ישיבה צוריקגערופן אז מארגען זאל די בחור אריבער קומען צו א פארהער ,
און ווען די טאטע האט ביינאכט געזאגט פארן בחור
האט די בחור געזאגט איך גיי נישט ..
די טאטע האט דאך געהאפט ער וועט זיך אויסשלאפן ,.. צומארגענס די בחור שלאפט ער וויל בשו"א נישט .. ,
די טאטע האט געזאגט כאטשיק גיי צום פארהער מיזט נישט בלייבן לערנען , אבער פארשעם מיך נישט
און סאיז שוין אפגעמאכט מווארט אויף דיר
און ער רירט זיך נישט ..
האט די טאטע געזאגט איך האב אים געפאנישט ווייל איך האב דאך אים געדארפט מחנך זיין אז משפילט נישט אויס ,
" איך האב אים געזאגט נאך אפאר טעג
די ווילסט ג'יין אין א אנדערע ישיבה פיין
אבער האסט געגעבן די מעסידש כאילו ביסט נישט מיין זוהן, כאילו ביסט ח"ו א יתום , האסט נישט קיין שותפות מיט מיר , רעכנסט דיך נישט מיט מיר ,
האסט געמאכט א ריס צווישן מיר און דיר
ער האט דאס געזאגט א 4-5 מאל אין א האלבע יאר ,
ער זאגט דאס האט געמאכט א מורדיגע רושם אויפן בחור
די טאטע האט לכתחילה געטראכט ,
די קענסט אליין ?.. , איך לאז דיך נישט אריין אפאר נעכט אינדערהיים אלץ א פאנישמענטס ,
די טאטע האט פשוט מורה געהאט ער וועט ח"ו טרעפן שלעכטע חברים ,
אבער ער האט געוואלט צושפארן דעם טיר
דאס איז די חילוק פון א דרכי נועם פאנישמענטס צו נישט
ס'דא עלטערן ,וואס טראכטען כוועל עס דורכברעכן, די קינד האט צוריסן די הויזן
זאל די קינד אזוי ג'יין, זאל ער זיך לערנען ,..
אזא פאנישמענט גייט נישט אריין

דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

וויאזוי קען איך מיך לערנען א חכמה ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

אוסצוגען פון הרב לייב שטערנליכט שליט"א אויף קול החינוך
ועל האחריות הכותב בלבד

סאיז ידוע די מאמר אין חכם כבר נסיון , ס'דא חכמה , בגשמיות , וברחניות ,

עס איז דא 3 יסודות וואס מ'דארף וויסען
ווען א מענטש וויל זיך לערנען א חכמה אין א געוויסע זאך
וויאזוי מען באקומט עקספיריענס
און איך דרוק א געוויסע זאך ווייל ווער עס וויל אין יעדע זאך זיין א חכם ער קען נישט זיין א חכם ,
ווייל מקען נישט אין אלעס זיין א חכם

1) מ'דארף וויסן וואס נישט צו טוען ,
מ'מיז קודם טוען דאס וואס מ'דארף נישט טוען ,
אזוי ווי חז"ל זאגן אין אדם עומד על דבר אא"כ נכשל בה,
און איך זאג כסדר נאך פון רש"י אויף די גמרא , איינמאל זאגט רש"י , נכשל 2-3 מאל , און א אנדערע פלאץ שרייבט רש"י 3-4 מאל נכשל ווערן.
דאס מיינט
נישט פון איינמאל מאכן א מיסטעג ווערט מען א עומד על דבר ,
מ'דארף איבער טוען די מיסטעג אפאר מאל כדאי מודה צוזיין און מרגיש צו זיין אז דאס טאר מען נישט טוען ,

2) וואס מ'דארף יא טוען,
און דאס איז פשוט

3) כדאי צו מצליח זיין אין די זאך דארף די קאפ און מח ליגען אין די זאך בשעת מעשה , און זיך קאנצטרירן רואיג , און אזוי מאכט מען נישט קיין מיסטעקס ,
ווייל ווען א מענטש איז נערוועז קען ער זיך נישט קאנצטרירן און מ'מאכט יא מיסטעקס ,
און די סיבה פארוואס א מענטש איז נישט רואיג , ווייל ער איז נישט זיכער %100 אז ער קען עס טוען ריכטיג די זאך
און די וועג יא צוזיין רואיג איז ווען ער טוט עס אפאר מאל און ער זעהט אז ער האט יא מצליח געווען , דאס וועט אים געבן די זעכערקייט אז ער קען און ער וועט מצליח זיין

און איך וויל נישט מייאש זיין מענטשן פון זיך נעמען לערנען עפעס , כאטש עס זעהט אויס עפעס זייער שווער ,
ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מליכין אותו
עס שטייט נישט במקום ד.מ. ווי מוויל אנקומען ,
נאר עס שטייט בדרך , די וועג וואס מ'דארף ג'יין ,
אז מ' גייט דעמאלס באקומט מען די געוואוינהייט, און עס פארט זייער גוט ,
דאס מיינט מ'דארף וויסן אז נאר דאס איז די וועג מצליח צוזיין , און אויב סאיז דא די רצון צו דעם פארט עס,
טאמער מ'זיכט צומאכן א
שארקאט מוויל זיך שוין זעהן פארטיג מאכט מען זיך נאר קאליע ,
מ' דארף האבן די נאלידש אז דאס זענען די טאלס צו מצליח צוזיין בס"ד
צ'קאווער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 28, 2016 8:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צ'קאווער »

מתבונן האט געשריבען
דאס איז טאקע די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר (פארדעם ווייס איך נישט, און סאיז אויך נישט געווען צופיל נוגע...). שוין אלץ בחור האב איך שוין אויסגעהערט זיינע טעיפס / דרשות, און כהאב אסאך גענאשט פון איהם צו ארויסהאבן סודות בעניני הנפש.

ר' מתבונן דאס איז דיין געשמאק מיינט נישט אז דאס איז די בעסטע חינוך ביך.
די ספר פין הרב משה קלעצקין איז גאר ארייכע ספר, אהרן פרידמן האט גוטע חינוך ביך, די ספר פין דוד לוי שלווה בארמנותיך, קשר של השפעה אין נאך ספרים, אכן אל תחטאו היא ספר עמוק למתבונן.....
כ"א מיט זיין געשמאק,

שנית נתבונן פארוואס א בחור זיכט מתבונן זיין אין חינוך? סקען קומן פין קאמפלעקס אין זיכט צו זיין א מבין פארשטייער בלע"ז ווייל ער טרעפט נישט זיין פלאטץ אין ישיבה צוווישען די לומדים אדער......

אגב בחור גענאשט פין יעקבזון, ווי ביסט אנגעקומן צועהם? פארצייל וויאזוי קימט מען אנציעם.
לעצט פארראכטן דורך צ'קאווער אום דאנערשטאג מאי 05, 2016 9:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

ס/'קען זיין אז יא
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

צ'קאווער האט געשריבן: שנית נתבונן פארוואס א בחור זיכט מתבונן זיין אין חינוך?

וויל ער זען צו די טאטע האט אים ריכטיג מחנך געווען...
Definition of perfect: as good as it is possible to be
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

צ'קאווער האט געשריבן: אביסל גוזמא בדברי הרב המתבונן, די בעסטע חינוך ביך וואס איז נאר ארויסגעקומען אין די לעצטע 70 יאר
די ספר פין הרב משה קלעצקין איז גאר ארייכע ספר, אהרן פרידמן האט גוטע חינוך ביך, קשר של השפעה אין נאך ספרים, אכן אל תחטאו היא ספר עמוק למתבונן.....

בחור גענאשט פין יעקבזון, ווי ביסט אנגעקומן צועהם?
שנית נתבונן פארוואס א בחור זיכט מתבונן זיין אין חינוך?

אפשר ציטירסטו די תגובה אויף וואס דו באציסט זיך
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לעכטיג האט געשריבן: אוסצוגען פון הרב לייב שטערנליכט שליט"א אויף קול החינוך
ועל האחריות הכותב בלבד

סאיז ידוע די מאמר אין חכם כבר נסיון , ס'דא חכמה , בגשמיות , וברחניות ,

עס איז דא 3 יסודות וואס מ'דארף וויסען
ווען א מענטש וויל זיך לערנען א חכמה אין א געוויסע זאך
וויאזוי מען באקומט עקספיריענס
און איך דרוק א געוויסע זאך ווייל ווער עס וויל אין יעדע זאך זיין א חכם ער קען נישט זיין א חכם ,
ווייל מקען נישט אין אלעס זיין א חכם

1) מ'דארף וויסן וואס נישט צו טוען ,
מ'מיז קודם טוען דאס וואס מ'דארף נישט טוען ,
אזוי ווי חז"ל זאגן אין אדם עומד על דבר אא"כ נכשל בה,
און איך זאג כסדר נאך פון רש"י אויף די גמרא , איינמאל זאגט רש"י , נכשל 2-3 מאל , און א אנדערע פלאץ שרייבט רש"י 3-4 מאל נכשל ווערן.
דאס מיינט
נישט פון איינמאל מאכן א מיסטעג ווערט מען א עומד על דבר ,
מ'דארף איבער טוען די מיסטעג אפאר מאל כדאי מודה צוזיין און מרגיש צו זיין אז דאס טאר מען נישט טוען ,

2) וואס מ'דארף יא טוען,
און דאס איז פשוט

3) כדאי צו מצליח זיין אין די זאך דארף די קאפ און מח ליגען אין די זאך בשעת מעשה , און זיך קאנצטרירן רואיג , און אזוי מאכט מען נישט קיין מיסטעקס ,
ווייל ווען א מענטש איז נערוועז קען ער זיך נישט קאנצטרירן און מ'מאכט יא מיסטעקס ,
און די סיבה פארוואס א מענטש איז נישט רואיג , ווייל ער איז נישט זיכער %100 אז ער קען עס טוען ריכטיג די זאך
און די וועג יא צוזיין רואיג איז ווען ער טוט עס אפאר מאל און ער זעהט אז ער האט יא מצליח געווען , דאס וועט אים געבן די זעכערקייט אז ער קען און ער וועט מצליח זיין

און איך וויל נישט מייאש זיין מענטשן פון זיך נעמען לערנען עפעס , כאטש עס זעהט אויס עפעס זייער שווער ,
ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מליכין אותו
עס שטייט נישט במקום ד.מ. ווי מוויל אנקומען ,
נאר עס שטייט בדרך , די וועג וואס מ'דארף ג'יין ,
אז מ' גייט דעמאלס באקומט מען די געוואוינהייט, און עס פארט זייער גוט ,
דאס מיינט מ'דארף וויסן אז נאר דאס איז די וועג מצליח צוזיין , און אויב סאיז דא די רצון צו דעם פארט עס,
טאמער מ'זיכט צומאכן א
שארקאט מוויל זיך שוין זעהן פארטיג מאכט מען זיך נאר קאליע ,
מ' דארף האבן די נאלידש אז דאס זענען די טאלס צו מצליח צוזיין בס"ד

איך ווייס נישט ווי אזוי דער מאמר קומט אריין דא אונטערן קעפל חינוך הילף, חוץ אלס א גזירה שוה פון קול החינוך - חינוך הילף
אם לא עכשיו אימתי
לעכטיג
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 9:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיג »

וויל זיין גוט האט געשריבן:

ריכטיג עס איז נישט אין א גוטע קעפל
ואתכם ..
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

א איד האט זיך אפגערעדט אז זיין זון האט א שרעקליכע פראבלעם, ער קען נישט פארטראגן יענעם'ס געוויסע עוולות און משוגעת'ן, ער ווערט באמת נערווירט און אויפגערעגט ווען איינער טוט א געוויסער משוגעת אדער געוויסע עולה, וויפיל ער האט פרובירט אים אויסרעדן דערפון העלפט עס ווי אויף א טויטן באנקעס, נאך א קורצער שמועס האב איך ארויסבאקומען פון אים אז ער אליין ליידט אויך דערויף, דאס מיינט אז דאס איז וואס דאס קינד האט זיך אנגעזען און איז אויפגעוואקסן מיט, און דאס ווערט ביים קינד נשרש ווי א צווייטע נאטור, איך האב אים געזגאט אז ער מוז שטארק ארבעטן אויף די "קשוט עצמך", נאכדעם קענסטו מוסר'ן דיין זון.

היוצא לנו, אז קינדער זאפן זיך אן מיט וואס זיי זעען און שפירן, ספעציעל ביי עלטען, מ'קען זען רוב עלטערן וואס שטייען אויף שפעט, וועלן די קינדער ווען זיי וואקסן אויף אויך אויפשטיין שפעט, די זעלבע מיט פארברענגען צייט, אריינזאגן פאר מענטשן, אדער פארקערט לטובה די זעלבע, אויפשטיין פרי, זיין צייטליך און מסודר'דיג, זאגן א גוט ווארט פאר אנדערע אא"וו, אוודאי איז דא אויסנאמס פאלן, יעדער האט זיין איינארטיגע יצר הרע, און די אומשטענדן און מצבים זענען געווענדליך אנדערש ביי די קינדער ווי ביי די עלטערן, אבער מ'זעט קלאר אז א גאר גרויסער טייל פון די קינדערס נאטורן זענען וואס מ'האט צוגעזען ביי די עלטערן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מחנך האט געשריבן: א איד האט זיך אפגערעדט אז זיין זון האט א שרעקליכע פראבלעם, ער קען נישט פארטראגן יענעם'ס געוויסע עוולות און משוגעת'ן, ער ווערט באמת נערווירט און אויפגערעגט ווען איינער טוט א געוויסער משוגעת אדער געוויסע עולה, וויפיל ער האט פרובירט אים אויסרעדן דערפון העלפט עס ווי אויף א טויטן באנקעס, נאך א קורצער שמועס האב איך ארויסבאקומען פון אים אז ער אליין ליידט אויך דערויף, דאס מיינט אז דאס איז וואס דאס קינד האט זיך אנגעזען און איז אויפגעוואקסן מיט, און דאס ווערט ביים קינד נשרש ווי א צווייטע נאטור, איך האב אים געזגאט אז ער מוז שטארק ארבעטן אויף די "קשוט עצמך", נאכדעם קענסטו מוסר'ן דיין זון.

היוצא לנו, אז קינדער זאפן זיך אן מיט וואס זיי זעען און שפירן, ספעציעל ביי עלטען, מ'קען זען רוב עלטערן וואס שטייען אויף שפעט, וועלן די קינדער ווען זיי וואקסן אויף אויך אויפשטיין שפעט, די זעלבע מיט פארברענגען צייט, אריינזאגן פאר מענטשן, אדער פארקערט לטובה די זעלבע, אויפשטיין פרי, זיין צייטליך און מסודר'דיג, זאגן א גוט ווארט פאר אנדערע אא"וו, אוודאי איז דא אויסנאמס פאלן, יעדער האט זיין איינארטיגע יצר הרע, און די אומשטענדן און מצבים זענען געווענדליך אנדערש ביי די קינדער ווי ביי די עלטערן, אבער מ'זעט קלאר אז א גאר גרויסער טייל פון די קינדערס נאטורן זענען וואס מ'האט צוגעזען ביי די עלטערן.

איי איי איי.. איר רעדט דאך פערזענליך צו מיר.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

מילכיגער האט געשריבן: איך רעקאמענדיר זייער שטארק די טעיפס פון מרת שרה יאראסלאוויטש. זי האט א מהלך וואס איז געבויט אויף 4-5 קאממאן סענס יסודות. איך האב פריוואט געזעהן א גרויס הצלחה דערמיט.

איין זאך איז זיכער. חינוך קומט נישט ביי דיפאלט! דו קענסט נישט פלעין לאזן גיין זאכן און נאר רעאגירן צו פראבלעמען. מ'מוז ארבייטן מיט א קלארע מהלך (נישט קיין חילוק וועלכע) און אזוי פארלירט מען זיך נישט ווען זאכן גייען נישט פון זיך אליינס

מיין אידינע האט זיך פארשאפט איר ביך אין ענגליש, אויב קענט איר ליינען ענגליש פאלגט מיר און קויפט עס, עס איז א ביליגע אינוועסטמענט לחנך הבנים.
איך מיין אז דער ביך הייסט ?are your hands full.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

קיווי סטראבערי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:57 pm
ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א צוויי בענדער'דיגע בוך "אל תחטאו בילד" פון המחנך הנודע ר' יחיאל יעקובסון פון ארץ ישראל. איך האלט עס אינמיטן ליינען און עס האט מיר ממש געעפנט די אויגן אין דעם גאנצן חינוך נושא. דער ספרים געשעפט אייגנטומער ווי איך האב עס געקויפט האט מיר געזאגט אז דער בוך איז איהם געגאנגען ווי מצה וואסער, און ס'הייסט היינט פון די שטערקסטע חינוך ספרים אויפן מארקעט.
איז עס אין עיברית/לשון קודש אדער אידיש?
עס'קען זיין בעסער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2012 7:27 am

Re: חינוך הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס'קען זיין בעסער »

The original is in Hebrew, an English version is also available
its called
Spare the Child - Essentials of Torah Chinuch
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”