גערטנער'ס ציגעלע פארעם

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

למעשה איז אזוי, דער פארעם גייט נאך אן מיט אלע מפרשים לויט ווי איך פארשטיי, צו מיין טיר ווערט יעדע צוויי וואכן דעליווערט עפעס א מין געמויזעכץ וואס רופט זיך קאפיר כ'האף כ'זאג עס גוט, ס'דארפט צו זיין א יאגורט געמאכט פון ציגן מילך, פערגט מיך נישט דעם טעם אדער גערוך ווייל כ'פראביר נישט צוקומען און בארירונג דערמיט, און לכאורה דערפאר שמעקט נאך דארט, לויט מיינע פארשונגען שמעקט דאס מערסטע אין די פארטאגס שעהן.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

ניין מעסטאר איך האלט נישט דא ווי דיר, עס שמעקט דאס מערסט ביינאכט שעה'ן, און איך מיין אז די מילך קומט שוין פון ערגעץ אנדערש וואו, נישט פון די פארם וואס איז אמאל געווען נעבן ק"י, ביי גערטנער.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אריגינעל איז "די ציגעלע פארעם" געוועזן אויף די אנדערע זייט מאונטעין ראוד הארט ביים ארט וואו היינט פארט מען אריין קיין עצי התמרים אין א הילצערנע כאטקע.

ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אז מ'רעדט שוין העמער בעט'ן דעם עולם מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה פון ר' מענדל גערטנער געוועזענער בעל ה-ציגען.
מנחם מנדל בן בתיה לרפ"ש בתוך שאר חולי ישראל
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

רב טקסט

וואס מיינסטו איז דער אשכול אפיר געקומען?
פונקטליך האט געשריבן: בד"ה

הרה"ח ר' מענדל גערטנער ע"ה ק"י (ציגן פארם) אין עלטער פון 73 יאר

viewtopic.php?p=398769#p398769

ומחה ד' דמעה מעכ"פ, אמן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

וואס דערוילעם דא ווייסט נישט זעעך איז, אז דער ציגעלע פארם האט זיך נאך אנגעהויבן אסאך פאר קרית יואל. ר' מענדל האט אמאל געוואוינט אין מאנסי אויף מעיפל ליעף ראוד און דארט אין זיין בעק יארד האט זיך אנגעהויבן די ציגעלע פארם. נאר שפעטער האט עס געמופט קיין קרית יואל ווי עס איז געווען פאר פילע יארן, און איך האב עס דארט באזוכט עטליכע מאל, און אויך דעם קליינעם שלאכט הויז וועלכען ער האט דארט פארמאגט.

שפעטער האט ער עס צוגעמאכט נאך רדיפות פון די סטעיט דזשאנדארן (אנטיסעמיטן...) און ער האט געהאט אנדערע וועלכע האבן אים סופלייט די ציגן מילך פאר זיינע קאסטומערס.

אויך כדאי צו באמערקן, אז דארט אין זיין הויז אויף מעיפל ליעף האט ער געהאט די זכיה אז עס זענען ביי אים איינגעשטאענען עטליכע צדיקים. דער סקולענער רבי זצ"ל, דער ריבניצער רבי זצ"ל און להבל"ח דער טאשער רבי שליט"א ולרפו"ש, און נאך עטליכע וואס ער האט מיר פארציילט אבער כ'אב שוין פארגעסן.

יהא זכרו ברוך
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

זאל עס הייסן אז זיין מחלה איז פארבינדען מיט די ציגן?

איינער זאגט מיר עפעס מיט א ציגן פאנגוס, איינער ווייסט מער?
קאמענטארן זענען איבריג
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

קאמענטאטאר האט געשריבן: זאל עס הייסן אז זיין מחלה איז פארבינדען מיט די ציגן?

איינער זאגט מיר עפעס מיט א ציגן פאנגוס, איינער ווייסט מער?



איך בין אביסל געוועהן אינוואלווט מיט די וואס זענען געווען אין טאפ אויף אים מיט זיינע דאקטורים
און זיי האבן קלאר געזאגט אז עס האט נישט געהאט די מינדעסטע שייכות מיט דעם

השי"ת האט עס אזוי געמאכט
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

ר' מענדל ע"ה איז מיר א קרוב, זיין מחלה איז געווען אז די ביינער זענען אים צוגאנגען ל"ע.
נו געגאַנגען
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

gagongan האט געשריבן: ר' מענדל ע"ה איז מיר א קרוב, זיין מחלה איז געווען אז די ביינער זענען אים צוגאנגען ל"ע.


אנטשולדיגט מיר קרוב, אבער איר זענט נישט גערעכט. ער האט געהאט עפעס א זעלטענע הויט מחלה, איך האב געהערט דעם נאמען אבער עס איז צו לאנג און צו קאמפליצירט איך זאל עס קענען דא נאכשרייבן. זיין הויט איז ל"ע געווארן אויפגעגעסן, נישט זיינע ביינער. גראדע די לעצטע פאר חדשים האט ער זיך פיל געבעסערט, נאר די לעצטע דריי וואכן האט זיך עס צוריק פארערגערט.

און אין שפיטאל האט מען אים געגעבן א גאר גרויסן דאז פון א געוויסן פעין קילער מעדיצין, וועלכע האט נאר געמאכט פיל ערגער דעם מצב.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

טהור-עיניים האט געשריבן: ער האט געהאט עפעס א זעלטענע הויט מחלה, איך האב געהערט דעם נאמען אבער עס איז צו לאנג און צו קאמפליצירט איך זאל עס קענען דא נאכשרייבן. זיין הויט איז ל"ע געווארן אויפגעגעסן, נישט זיינע ביינער


כך שמעתי ג"א

נ.ב. כ'ווייס נישט ווי עטיש ס'איז צו דעבאטירן דא אויף וואס פונקטליך ער ז"ל האט געליטן, נאר צו הערן אז ס'האט געהאט מיט די ציגן צו טאן איז מיר געווען אן אויסעגעווענליכער חידוש וואס כ'האב געוואלט אויסקלארן (בנוגע צו מ'ברויך שטיין ווייט נאר פונעם מלאך המוות אדער אויך פון ציגן... טראגי-קאמיש).
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

וויזוי שטייט מען ווייט פונעם מלאך המות,
לאמיר זאגן ס'קומט יא פין ציגן מיינט עס נאכנישט יעדעם איינעם, ער פלעגט דאך זיין יארן צוזאמען מיט ציגן.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

יעצט פארשטיי איך די גמרא אין מגילה דף ג ע"א ואי לא לימר הכי עיזא דבי טבחא שמינא מינאי
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

את חטאי אני מזכיר, איך קוק זעלטן אין אנדערע אשכולות. היינט האב איך געפאנגען דעם אשכול.
הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער, ביז ביז.. לאמיר נישט רעדן.. מ'האט געהייסן אז סקווער איז נישט קיין פלאץ פאר.. חח עכ''פ מיין טאטע האט זיך געלאזט און פארקויפט זיינע געבליבענע סחורה פאר מענדלענען, און אונז פלעגן באזוכן אונזערע טייער געליבטע ציגעלעך, וואס האב נעבעך געטוישט גלויבן און געווארן אויס סקווער נאר סאטמערע..
גראדע מיין פעטער אלי' ווינער איז א קרוב דארט אויכעט, מיין זיידע פלעגט דארט אויכעט וואוינען שפעטער, קרית יואל ליגט מיר אין די בלוט.. יחוס אויס.
כ'האב קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט קרית יואל מיט די ציגעלעך, אונז פלעגן פאר צענדליגע יארן צוריק זיין אינעם קאנטרי דארט, וויאזוי האט עס נאר געהייסן.. דורך סקאנעמאנק איז מען דארט אנגעקומען..
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

כ'האב נאך בילדער אלץ קינד, ווי איך פלעג אליין מעלקן א טייל ציגעלעך מיט די האנט, און געהאלפן מיין טאטע ווי א דארפס קינד.. מ'זעט ווי איך ראנגעל זיך מיט די הינדעלעך און ציגעלעך.. זייער ווילדע בחורים געווען.. איינער א מאגערע ציג האט מיר אויסגעגאסן א גאנצע טעפל מילעך פון אנדערע ציגן, כ'האב עהם געגעבן אזא פראק אויפן גיד הנשה אז ער איז געלאפן זען שטערנס.
יא, קינדער יארן..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאנציגער. אינעם טינקעלקייט פונעם נאכט ווען אלעס איז געווען שא שטיל האב איך אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער אזש די ווענט האבן געדינערט.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

דאנציגער האט געשריבן: כ'האב נאך בילדער אלץ קינד, ווי איך פלעג אליין מעלקן א טייל ציגעלעך מיט די האנט, און געהאלפן מיין טאטע ווי א דארפס קינד.. מ'זעט ווי איך ראנגעל זיך מיט די הינדעלעך און ציגעלעך.. זייער ווילדע בחורים געווען.. איינער א מאגערע ציג האט מיר אויסגעגאסן א גאנצע טעפל מילעך פון אנדערע ציגן, כ'האב עהם געגעבן אזא פראק אויפן גיד הנשה אז ער איז געלאפן זען שטערנס.
יא, קינדער יארן..


נא, אהער דערמיט...!
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דו האסט בילדער? אהער דערמיט!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נו מנשה, וואו זענען די ציגעלעך?
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

לעצטענס געפארן מיט איינעם א וועג, און געמאלקן ציגן מילעך, און ער זאגט מיר מיט באדויער, ניין, גערטנערס ציגן זענען מער נישטא, אבער זי די עקרת הבית, גייט נאך ווייטער אן מיט די עבודה, און ער מיין דערציילער, ליפערט אהין צו איר גאנצע באקעטס מיט ציגן מילעך, און זי מאכט די איבריגע פאר טשיס פוטער און דאס גלייכן.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

נאך קיינמאל נישט געזען דעם אשכול
איך בין איינמאל געווען אין די פארם ווען ניין אינגעל האט געהאט "טראש" אין די מויל ,האט די רעביצין גערטנער געהאט א רפואה אז זי פלעגט מעלקן די ציג גלייך אינעם מויל פינעם קינד, אין דאס פלעגט ווינדערליך העלפן

יהא זכרו ברוך
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

דאס איז טאקע גאר אינטערעסאנט, איך האב נאך פון אזא רפואה קיינמאל נישט געהערט.

ד"א, ר' מענדל האט אן איידעם אין מאנסי ר' דוד שלמה פעלדמאן נ"י, און ער האט פאר א שטיק צייט געהאט ביי זיך א ציגעלע וואס ער פלעגט מעלקן צו האבן מילך פאר זיין משפחה, איך ווייס נישט צו ער האט עס נאך, אבער ער האט עס געהאט פאר א שטיק צייט. אן איידעם א שטיק שווער
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

דאנציגער האט געשריבן: הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער.


א פארם??? איין מערסטענס צוויי ציגעלעך געדענק איך.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

your friend האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן: הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער.


א פארם??? איין מערסטענס צוויי ציגעלעך געדענק איך.


פאר 20 יאר ציריק האט ער געהאט אסאך ציגן אין אויכעט אסאך טשיקנס
א אינגערמאן א נעפיו זיינער פלעגט דיסטריביוטען די מילך אין די סיטי
ביי די בליזערד 95 איז איין שטאל איינגעפאלן אין ער האט עס נישט ציריק אויפגעבויט,פין דעמאלט אן האט ער טאקע נאר געהאט א פאר ציגן
Liberalism is a mental disorder
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

מיין טאטע האט קודם געהאט צוויי ציגעלעך, נאכדעם אסאך, מסתמא דרייסיג שטיק, און אויכעט טשיקענס, זייער אסאך, און וויבאלד די שכנים האבן זיך באקלאגט, האט מען עהם באפוילן עס צו לעקווידירן.
איך האב געמאכט א לעבן דארט, דעמאלט איז דאך געווען א גאנץ אנדערן לעבנס שטייגער ווי היינט.
נו.. וואס איז געווען איז געווען

גראדע, מיין טאטע האנדלט היינט אויכעט מיט דעם פעלדמאן, און ער נייעט פאר זיי די 'באשיידן' דאסטערס, קוקט אויס עפעס ביזנעס מוז מען אייביג מאכן צוזאמען..
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”