בלאט 2פון 4

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
נישט אז ס'מאכט צופיל אויס, אבער ר' יונתן'ס קול אויף קול מבשר איז ביי מיר מער פונקטליך און קארעקט, ווי א געדרוקטע ארטיקל אין א צייטונג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:50 pm
דורך האלץ האקער
נעבעך

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:59 pm
דורך מחותן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: נישט אז ס'מאכט צופיל אויס, אבער ר' יונתן'ס קול אויף קול מבשר איז ביי מיר מער פונקטליך און קארעקט, ווי א געדרוקטע ארטיקל אין א צייטונג.


מעגליך אז אויף קול מבשר רעדט ער נאר פון וופיל געלט ער האט זיי געשיקט, משא"כ אינעם צייטונג רעדט ער אויך פון די זייטיגע שאדען'ס וואס דאס האט גורם געווען, ווי למשל profit loss און נאך אנדערע שאדענס מיט נישט באקימען זיין ארדער אויף וואס ער האט געווארט און געארבייט אומצאליגע שעות - און אויסגעגעבן געלט דערויף.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:10 pm
דורך למעלה משבעים
שנאפס האט געשריבן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=736226#p736226

אפשר אריבעררוקן די תגובות פון יענעם אשכול אהער? עס קומט סייווי נישט דארט

(מחותן דאס איז נקמה פאר די נ"י מעיאר אשכול...)

צאמגעשטעלט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:13 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ייש"כ אייך.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:22 pm
דורך יקוםפרקן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: נישט אז ס'מאכט צופיל אויס, אבער ר' יונתן'ס קול אויף קול מבשר איז ביי מיר מער פונקטליך און קארעקט, ווי א געדרוקטע ארטיקל אין א צייטונג.


איין בילד - מער פון טויזנט ווערטער!
לאו דוקא, א פארלעסליכע צייטונג האט ביי מיר פיל מער קרעדיט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:17 pm
דורך דער קוטשער
יו, ס'ווארפט זיך מיר אלע ביינער,
שכוח פאר יעדעם וואס האט א חלק אין לאזן וויסן די שרעקליכע מעשה, און שפיץ פון הרה"צ ר' יונתן.

אקעי, סא רעדן אויפ'ן טעלעפאן העלפט יא? דארף מען רעדן ביי יעדע טרענסעקשאן און מאכן זיכער אז מ'טענה'ט זיך אויפ'ן זעלבן וועג ווי פאריגע'ס מאל צו זיין זיכער אז מ'רעדט מיט'ן ריכטיגן מענטש.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:24 pm
דורך שנאפס
געווענליך איז פריוואט זיך טרעפן די בעסטע אפציע, רעדן אויפן טעלעפאן אדער ווידיא טשעט איז די צווייטע אפציע

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:36 pm
דורך דער קוטשער
נישט קיין אפשען זיך צו טרעפן ביי יעדע טרענסעקשאן, וואס רעדסטע?!

מענטשן וואס ווייערן כסדר זאלן זיך כסדר טרעפן, נע.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:10 pm
דורך שנאפס
דער קוטשער האט געשריבן: נישט קיין אפשען זיך צו טרעפן ביי יעדע טרענסעקשאן, וואס רעדסטע?!

מענטשן וואס ווייערן כסדר זאלן זיך כסדר טרעפן, נע.


אהה, ווען מען ווייערט כסדר צום זעלבן אקאונט אידאך גוט, ער האט געווייערט דאס געלט צו א פרישע אקאונט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאטאקי08 האט געשריבן: גראדע איז עס נישט די ערשטע אזא אינטערוויוא אויף קול מוואסער
454 - ר' שלמה גרין - שווינדל פון טויזנטער דאלארן דורך טשייניזע סקעמער (אלעזר לאנדא)

מיינטעס אז ר' יונתן הערט נישט קול מבשר!!

נאך א לימוד פון די מעשה, אמבאדינגט אויסהערען קול מבשר צו יעדע געלעגענהייט!!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:17 pm
דורך שנאפס
חחחח

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:20 pm
דורך יגרסהדותא
שנאפס האט געשריבן: אהה, ווען מען ווייערט כסדר צום זעלבן אקאונט אידאך גוט, ער האט געווייערט דאס געלט צו א פרישע אקאונט
!!

איך האב דאס געוואלט זאגן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:24 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
און איך האב עס געוואלט וועלן זאגן...

---
צוריק צום נושא

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:35 pm
דורך דארפסמאן
איך האב א חבר וואס געהאט די זעלבע מעשה אבער מיט $5,000, און ער איז געווען אויס מענטש קען איך מיך פארשטעלן ווי אזוי ער פילט

זאל דער אייבישטער העלפן אלע יודען

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:41 pm
דורך שאינו יודע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן: גראדע איז עס נישט די ערשטע אזא אינטערוויוא אויף קול מוואסער
454 - ר' שלמה גרין - שווינדל פון טויזנטער דאלארן דורך טשייניזע סקעמער (אלעזר לאנדא)

מיינטעס אז ר' יונתן הערט נישט קול מבשר!!

נאך א לימוד פון די מעשה, אמבאדינגט אויסהערען קול מבשר צו יעדע געלעגענהייט!!


;l;p-

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:57 pm
דורך זאל ער קומען
אוי וויי נעבעך...
איך פראדוציר שוין יארן זאכן אין כינע, ס'איז גארנישט אזוי פשוט ווי דער עולם שטעלט זיך פאר. נאר תפילות און אסאך סיעתא דשמיא קען העלפן.
קודם כל איז כמעט וואס מ'מאכט נישט אלעס אין די זעלבע קאמפני יעדעס מאל, מ'האנדעלט כסדר מיט נייע ביזנעס, דארט איז א פרייזן מארקעט, און אויך מאכט זיך צו און אויף נייע פעקטאריס חדשים לבקרים.
און מ'רעדט צו אזויפיל דעפארטמענטס און אנדערע מענטשען אסאך מאל, אז א גוטע שווינלער דער אייבישטער זאל אפהיטן, קען דיך מסדר זיין. זייער פיל מאל מוז מען שיקען WU ווייל עס איז שנעלער, און דעמאלטס קען מען בכלל נישט וויסן. און עס איז נישט נאר מיט גנב'ן געלט, זיין קענען שיקן אנדערע סעמפעלס וואס זיי מאכן אויפ'ן פלאץ נאכדעם וואס זיי זעען אז עס איז דא א פראבלעם, און די גאנצע סחורה וואס קומט אן איז מיסט.

וואס איך פרוביר מיט אויבערשטענ'ס הילף איז שיקן קלענערע סומעס און נאר צו מיין גוי, אפילו ח"ו ער קען אפפיצן איין טאג ווען ער ווערט נמאס, בין איך דאך שוין ווי נישט ווי היימיש אזוי פיל יאר, און אויך איך דארף נאר מורא האבן פון איינעם נישט פון אזוי פיל גנבים יעדן איינציגן טאג.

דער באשעפער זאל זיך מרחם זיין אויף אידישע קינדער, איך נוץ געווענליך נישט נאר די אימעל נאר טשעט אויך, דארט הייסט עס QQ אזוי האב איך נאך א שטיקל אפהאלטונג.

אבער דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידן, און קיינער זאל זיך נישט אנרעדן אז ער וואלט געווען קלוגער, עס קען אסאך מאל זיין א אינסיידער אויך.
אויסער דעם, יעדע קאמפאני האט עטליכע אקאנטס ווי מ'הייסט שיקן דאס געלט, זיי פרובירן דאך צו מאכן א לעבן אויף די רעגירונגס חשבון. סא הייסן שיקן און אן אנדער אקאנט, א מענטש וואס שיקט אזאלכע גרויסע סומעס אפט, איז ליידער גארנישט אויפפאלענד.
ואם השם לא ישמור עיר שווא שקט שומר.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 7:33 pm
דורך דער קוטשער
זאל ער קומען האט געשריבן:
אויסער דעם, יעדע קאמפאני האט עטליכע אקאנטס ווי מ'הייסט שיקן דאס געלט, זיי פרובירן דאך צו מאכן א לעבן אויף די רעגירונגס חשבון. סא הייסן שיקן און אן אנדער אקאנט, א מענטש וואס שיקט אזאלכע גרויסע סומעס אפט, איז ליידער גארנישט אויפפאלענד.

ואם השם לא ישמור עיר שווא שקט שומר.


אקוראט אויף ביידע לעצטע פוינט'ס.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:00 am
דורך שאינו יודע
שיעור נישט אריינגעפאלן!

איך בין געגאנגען צו
en.wikkipedia.com

בטעות, אויסגעקוקט גוט אבער זיך געכאפט באצייטענס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:03 am
דורך שאינו יודע

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:11 pm
דורך לכאורה
שאינו יודע האט געשריבן: שיעור נישט אריינגעפאלן!

איך בין געגאנגען צו
en.wikkipedia.com

בטעות, אויסגעקוקט גוט אבער זיך געכאפט באצייטענס

מיין פילטער בלאקט עס טאקע.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 12:53 pm
דורך וועלט
שאינו יודע האט געשריבן: שיעור נישט אריינגעפאלן!

איך בין געגאנגען צו
en.wikkipedia.com

בטעות, אויסגעקוקט גוט אבער זיך געכאפט באצייטענס

עס ווערט רידיירעקטעד צו colous.net
נישט דא קיין מקום זיך טועה צו זיין.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 5:56 pm
דורך סביב העולם
נישט באמערקט אז מ'זאל דא רעדן ערגעץ דערוועגן
אויף קולמע 114 האט ברייער א אינטערוויו מיט איינעם איבער א בלעק&ווייט מאני סקאנדאל וואס יענער האט געהאלפן כאפן יענע חברה

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:34 pm
דורך מייקראסאפט
סביב העולם האט געשריבן: נישט באמערקט אז מ'זאל דא רעדן ערגעץ דערוועגן
אויף קולמע 114 האט ברייער א אינטערוויו מיט איינעם איבער א בלעק&ווייט מאני סקאנדאל וואס יענער האט געהאלפן כאפן יענע חברה

וואס הייסט בלעק ענד ווייט סקאנדאל?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 6:35 pm
דורך לכאורה
הער עס אויס, עס איז זייער אן אינטערסאנטע שמועס.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: