וויאזוי מאכט מען וויין?
קען איינער ארויס העלפן
איך האב שוין כמה פעמים געמאכט היימישע וויין (נישט מאסט) אבער דאך עס איז נישט דאס וואס די פסוק האט געמיינט....
האב איך געקלערט צו עפענען א אשכול
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אלטן דור האט געשריבן: מען רעד נישט דא פון מאכן די בעסטע פראנצויזישע וויין, מען רעד פון מאכן היימישעוויין
יוראפ האט געשריבן: דער טאטע זז"ג פארציילט אז אין די אינגע יארן פלעגט ער מאכן היימישע וויין און ס'איז געווען א מחי', איין מאל האט זיין חבורה געוואלט פארברענגען בשעת'ן מאכן די וויין און די וויין איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. בקיצור האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס מ'האט געטוען ראנג, איז ארויסגעקומען אז טאמער רעדט מען בשעת מען מאכט די וויין קומט עס נישט גוט ארויס.
כ'האב דאס נאכגעקוקט שפעטער ביי אסאך ידידים וואס מאכן אויך וויין און ס'האט זיך עס ארויסגעשטעלט בדוק ומנוסה
אמר רבי יוחנן כשם שהדיבור יפה לבשמים כך דיבור רע ליין.
יוראפ האט געשריבן: דער טאטע זז"ג פארציילט אז אין די אינגע יארן פלעגט ער מאכן היימישע וויין און ס'איז געווען א מחי', איין מאל האט זיין חבורה געוואלט פארברענגען בשעת'ן מאכן די וויין און די וויין איז נישט געווען אין מויל צו נעמען. בקיצור האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס מ'האט געטוען ראנג, איז ארויסגעקומען אז טאמער רעדט מען בשעת מען מאכט די וויין קומט עס נישט גוט ארויס.
כ'האב דאס נאכגעקוקט שפעטער ביי אסאך ידידים וואס מאכן אויך וויין און ס'האט זיך עס ארויסגעשטעלט בדוק ומנוסה
רעבעניו איטשע , עקבי הצאן, אלטן דור האט געשריבן: איך וויל מאכען היימישע וויין ביטע העלפט ארויס
אלטן דור האט געשריבן: אויב האסטו עפעס א ספעציפישע שאלה קענעך זיך גערן נאכפרעגן דערויף.
מילכיגער האט געשריבן: איך מאך שוין וויין יארן מיט א גרויסע הצלחה ב"ה. נאר ווי רב קיקיון האט געשריבן ווי קען איך דא שרייבן א בוך? איך האב קוים צייט היינט צו מאכן וויין זאל איך נאך האבן צייט צו שרייבן?
ס'איז דא זייער גוטע בוקס וויזוי צו מאכן וויין פאר די וואס האבן נישט געווארפן פיטשעס אלס חטאת נעורים. די כלל גדול וואס אלע אנדערע זענען נאר ס"ק דערפון איז "נישט לופט" אקסידשיען איז א טויטליכער שונא פאר וויין. פונקט ווי ווען דיין אינגעלע בייסט א עפל און ער לאזט עס איבער וועט עס ווערן ברוין פון די אקסידשען ריעקשאן OXIDIZED דאס געשעט מיט וויין. ביי וויין קלאפט עס אויס אז ס'ווערט "העווי" אויפן מאגן און ביים גומען וכו'.
99% בלי גוזמא פון פלאפס ביי היימישע וויין קומט פון דעם!