Chase באנק אקאנטס און קארטלעך לעצטערע סומאטאכע

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

מחותן האט געשריבן:
יוחנן האט געשריבן: they need us much more for a reason they have tow locations in boro park just one block a part


די ווייסט ווי גרויס זיי זענען?

זיי זענען גרויס פון מיר און דיר און יענעם, זיי קענען זיך נישט עפארדן צו פארלירן א גאנצע קאמיוניטי (נישט אז זיי קענען נישט, בוט יו גאט דע...)

בוט מ'דארף וואשן וואס מ'טוויט, מ'קען אסאך קאליע מאכן
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מידער האט געשריבן: וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?

וואס איז דיין פראגע?
זיי זענען עף די איי סי אינשורד מילא דארפן זיי נאכקומען זייערע פארשריפטן
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

פארוואס זאל דריטע פארטיי טשעקס אנגיין פאר די פדא"ס?

(ווען דו זאגט ווען אנדערע רעגירונג אגענטורן וואלט איך פארשטאנען.)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אייער_קיכל האט געשריבן: זיי זענען גרויס פון מיר און דיר און יענעם, זיי קענען זיך נישט עפארדן צו פארלירן א גאנצע קאמיוניטי (נישט אז זיי קענען נישט, בוט יו גאט דע...)

בוט מ'דארף וואשן וואס מ'טוויט, מ'קען אסאך קאליע מאכן


מיר לעבן היינט אין א וועלט ווען א פיקטשער אינעם "נייעס באריכט" איז געווארען א אינטערנאצינאלע נייעס, און עס שטייען גרייט אומ'מענשטן צו פארדרייען און פיטערן די גאס מיט אומגינסטיגע ארטיקלען איבער אידן, עס איז צו האפן אז דער בלאט זאל אראפ קריכען פון די נושא און זיכען עפעס מער זאכליך און אחרוית'דיג מיט וואס צי האלטען געשפאנט זייערע ליינער, זיי קענענן נישט וויסען ווי און ווער עס וועט זיך פארפאסקעווען דערמיט און שאדען מאכען פאר יעדעם.

יא פאר זייער אימעטש אזי נישט גוט אז זיי האבן א סכסוך מיט אידן, אבער עס וועט נישט צוקימען דערצו, ווייל בדרך כלל איז יעדער צופרידען פון זייער סערוויס און מען גייט זיי נישט איבערלאזען, און חוץ מאכען א שטינק קען נישט די בלאט אנקימען צי ווייט מיט זייער עקסקלאסיוו סטארי.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מידער האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן: זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק.
איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטסאון ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!

לכאורהטוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!


וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?


איך טראכט אז זיי האבן אנדערע צוויי סיבות דערויף,

1} טירד פארטי טשעקס שמעקט פון מאני לאנדרינג, ווייל וואס עפעס די פאזיטסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? {עיין ערך ווארוויק באנק אחרי פרשות מי"ס ואכמ"ל}

2} עס איז ענדערש צי טראטען אז עס איז גע'גענב'ט, ווייל וואס עפעס דיפאזיסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? זאל יענער דיפאזיטען זיין טשעק ביי זיך און דיר געבן זיין טשעק.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מידער האט געשריבן: פארוואס זאל דריטע פארטיי טשעקס אנגיין פאר די פדא"ס?

(ווען דו זאגט ווען אנדערע רעגירונג אגענטורן וואלט איך פארשטאנען.)

סגייט זיי אן אז טשעיס זאל נישט אונטערברעכן
דערפאר זאגן זיי פאר טשעיס אויב דו ווילסט אונזער אינשורענס זיי מוחל טוה נישט קיין זאכן וואס קען דיר ברענגן פינאנציעלע פראבלעמען
איך פארשטיי נישט וואס סאיז דיר אזוי שווער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מחותן האקט
איך וועל נאר צולייגן
געווענליך ווען איינער דעפאזיט א טשעק קען דער באטרעפענדער ארויסנעמען קעש נאך פאר די באנק באקומט דאס געלט פונעם בעל הטשעק
אמאל די גאנצע סכום און אמאל נאר א חלק
ווי אויך אפילו נאכן באצאלן קען נאך אלץ די אנדערע באנק זאגן אז די טשעק איז פראבלעמאטיש און די געלט גייט צוריק
און ביי א טירד פארטי טשעק קען נאך זיין אינוואלווד פראוד וואס דער אויף וועמען סאיז אויסגעשטעלט קען טהענן ער האט מיר געגנבעט די טשעק וכדומה פלאס נאך פראבלעמען וואס קען אונטערקומען אפילו וואכן און חדשים שפעטער מיט געריכטן מיט זאכן ואכמ"ל
און די תוצאה דערפון איז אז טשעיס וואס האט באצאלט די קעש דערפאר דארף זיך פארלאזן אז דער אקאונט האלדער קען מען טראסטן און אז נישט האבן זיי שאדן. סימפל
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
מידער האט געשריבן: פארוואס זאל דריטע פארטיי טשעקס אנגיין פאר די פדא"ס?

(ווען דו זאגט ווען אנדערע רעגירונג אגענטורן וואלט איך פארשטאנען.)

סגייט זיי אן אז טשעיס זאל נישט אונטערברעכן
דערפאר זאגן זיי פאר טשעיס אויב דו ווילסט אונזער אינשורענס זיי מוחל טוה נישט קיין זאכן וואס קען דיר ברענגן פינאנציעלע פראבלעמען
איך פארשטיי נישט וואס סאיז דיר אזוי שווער

דריט-פארטיי וועקסלען זענען עפעס ווייניגער ווערט? חוץ אז דו מיינסט צו זאגן אז זיי האבן מורא אז די רעגירונג וועט זיי אונטערברעכן.

דאס אז די אייארעס אודיטערס דרייען זיי א קאפ איז אן אלטע מעשה. זיי מאכן צודרייט יעדע באנק וואס נעמט דאס אן, כאטש ס'הונדערט פראצענט לעגיטים. נאר וואס דען, דער געזעץ פארלאנגט פון יעדע באנק אז זיי מוזן באריכטן אדער אפשטעלן יעדע פארדיכטיגע אקאונט כאטש אלעס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן. אויב געדענק איך גוט האט די רעגירונג ארויפגעלייגט אויף זיי [טשעיס] א ריזיגע געלט שטראף פארן נישט באריכטן געוויסע פארדעכטיגטע אקאונטס עטליכע יאר צוריק, וואס דאס האט געברענגט אז זיי זאלן שפארן קאנטעס רעכט און לינקס.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

סיי וויאזוי האט נישט קיין שום פשט און ס'איז אומ'אחריות'דיג צו זאגן אז זיי צילן אידישע באנק אקאונטס, און דער וואס גיבט די אינטערוויו אויף ק"מ זאל נישט אנדרייען דא קיין סקאנדאלן און מאכן א חילול השם,

נאכדערצו אז יענער...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

פרישע נייעס
סאיז מיר אויס געקימען צי רעדן צי א ערל איך האב עם עפעס געפרעגט וועגן ווי ער האט זיין אקאנט הייבט ער אן מיט קללות אז דע טשעיס זענען חיות זיי האבן עם פארמאכט די אקאנט פון איין מינוט אויף דער אנדערע פרעג איך עם צי נאר פאר עם זאגט ער ניין ער האט עס געהערט בייי זיינע חבירים אויך.

בקיצור לאמיר נישט אויסקיקען ווי די שווארצע אז אלטץ מיינט מען אינז.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

האט עס נישט מיט די געגענט, לויט יענעם אויף קולמע?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איך ווייס שוין דערפון א גוטע פאר חדשים, און אין ק"י האב איך שוין געהערט אזעלכע מעשיות בערך 2 יאר צוריק.

בערך א יאר צוריק האט א אינגערמאן געוואלט נעמען א מארטגעדש ביי טשעיס, האבן זיי אים געזאגט אז ער דארף האבן $45,000 אין זיין טשעקינג אקאונט כאטש איין חודש פאר זיי קענען אים אפראוון.
ער האט דיפאזיט דאס געלט, און ממש גלייך דערנאך האבן זיי אים אפגעשפארט זיין אקאונט און אים צוריקגעשיקט דאס געלט אויף די פאסט...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יואל שווארטץ האט געשריבן: איך ווייס שוין דערפון א גוטע פאר חדשים, און אין ק"י האב איך שוין געהערט אזעלכע מעשיות בערך 2 יאר צוריק.

בערך א יאר צוריק האט א אינגערמאן געוואלט נעמען א מארטגעדש ביי טשעיס, האבן זיי אים געזאגט אז ער דארף האבן $45,000 אין זיין טשעקינג אקאונט כאטש איין חודש פאר זיי קענען אים אפראוון.
ער האט דיפאזיט דאס געלט, און ממש גלייך דערנאך האבן זיי אים אפגעשפארט זיין אקאונט און אים צוריקגעשיקט דאס געלט אויף די פאסט...


וואס איז די הסבר פון די מעשה, האבן זיי געוואלט טעסטן זיין פינציעלע ערליכקייט?
איז עס געווען נאר א צופאל? אדער די געלט איז געקימען ממקורת זרים און עס האט זיי נישט געשמעקט און דערפאר האבן זיין אים אפגעשפארט?
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

איך בין אויך פון די געליטענע, נישט מיט איין אקאונט נאר מיט עטליכע, (גראדע נאר ביזנעס אקאונטס, מיינע פריוואטע אקאונט האבן זיי מיר נישט פארמאכט, וואס דאס איז א חידוש, ווייל ווען זיי פארמאכן א אקאונט גייען מיט אלע אקאונטס וואס האב נאר שייכות מיט סיי וועלכען סיינער פון די טארגעטעד אקאונט).

זיי האבן מיך שוין ארויס גע'זרק'ט פארגאנגענעם פעברואור, אבער זיי גייען שוין אן מיט דעי שטיק זינט 09', עטליכע גרויסע אקאונטס וואס איך האב זיי אריינגעברענגט האבן זיי נאך עטליכע חדשים פארשיקט, אין די לאקאלע באמטע שעלטן דעם גוטן יאר, ווייל זיי ארבעטן שווער אויף צו בויען טראסט אין לויעלטי ביי די קאמיונעטי, קומט די בעק-אפיס און מאכט א חורבן פון זייער האראוואניע, די לאקאלע באמטע קענען גארנישט טוען, חוץ האבן מיטלייד מיר.

איך האב געפרעגט איינעם פון די לאקאלע ברענטש וואסי פשט דערפון, פארוואס טוען זיי דאס, האט ער מיר מסביר געווען אז זיי האבן די גאווערמענט אויף זייער רוקן, זיי האבן כסדר אודיטס פון פארשידענע גאווערמענט אגענטורן, און לאוו דוקא די FDIC, זיי האבן צו טוען מיט פארשידענע לאו אינפאסמענט אגענוטרן, במילא פרובירן זיי זיך צו מאכן גרינגער, און סיי וואספארא אקאונט עס שמעקט נישט גוט, פליעט ארויס, נאו קוועסטשענס עסקד.

אויף מיין פראגע פארוואס די אנדערע בענק אין די געגנט האבן נישט די אישאו, האט ער מיר מסביר געווען אז די גאווערמענט האט נישט קיין צייט צו אודיטן די טויזענטער קליינע קאמיונעטי בענק איבער גאנץ אמעריקע, פארלייגן זיי זיך אויף די גרויסע ריזן בענק, דארט פרובירן זיי צו מאכן סדר.

און זיי האבן א מעכטיגן סאפיסטעקירטן אלערט סיסטעם וואס אלאמירט זיי אטאמאיטש אויב עפעס פארדעכטיגט קומט פאר, אין אך און ווי ביי וועמענס אקאונט דער סיסטעם צופייפט זיך, זיי פרובירן ניטעמאל צו פרעגן וואס עס גייט פאר, גלייך פארט ארויס א בריוול, אז ביז דרייסיג טעג בוזטו אינדרויסן.
תכלית הידוע שלא נדע
Hardworker
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע:AT WORK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hardworker »

Another one
אטעטשמענטס
Twitter Chase.JPG
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4491
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מאנ-יימער האט געשריבן: סיי וויאזוי האט נישט קיין שום פשט און ס'איז אומ'אחריות'דיג צו זאגן אז זיי צילן אידישע באנק אקאונטס, און דער וואס גיבט די אינטערוויו אויף ק"מ זאל נישט אנדרייען דא קיין סקאנדאלן און מאכן א חילול השם,

נאכדערצו אז יענער...

פון די קאמענטס אויף דענסדיעלס

.ben:

October 14th, 2013 at 1:12 pm

@ Dan, The muslims, have actually engaged in a law suit in June for targeting the arab community, so don’t say its not possible, a branch manager explained me that they know the areas who are community based, & when they fear a risk of one account, the chain is endless
http://moneyjihad.wordpress.com/2013/06 ... -accounts/
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דערמאן איך זיך יעצט אז נאך אין פעבואר האט בענק אף אמעריקע מיר אפגעשפארט מיין קארטל, גוטע היסטארי מיט גוטע קרעדיט ליין, פון איין טאג אויפן צווייטן נישטאמאל א בריוו מיר געשיקט, איך האב זיי אנגעפרעגט האבן זיי מיר געזאגט יא סיז פארמאכט.
ווען איך ווייס ווען ... וואלט איך שוין דעמאלט געעפענט די אשכול..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווייסעך וואס האט געשריבן:
אויף מיין פראגע פארוואס די אנדערע בענק אין די געגנט האבן נישט די אישאו, האט ער מיר מסביר געווען אז די גאווערמענט האט נישט קיין צייט צו אודיטן די טויזענטער קליינע קאמיונעטי בענק איבער גאנץ אמעריקע, פארלייגן זיי זיך אויף די גרויסע ריזן בענק, דארט פרובירן זיי צו מאכן סדר.


מיין אקאונטענט האט מיר טאקע אמאהל געזאגט אז ער טוט ראטן זיינע קאסטומערס אוועקצושטיין פון די גרויסע בענק ווייל דארט האלט די רעגירונג מער מיט אלעס, ווי דו האסט עס דא זייער גוט ארויסגעברענגט.

מענין לענין די זעלבע חילוק איז ווען איינער האט א דשאזמענט אויף זיין נאמען, וועט ער בדרך כלל קענען רואיג אנגיין אין א קליינע קאמיונעטי באנק, (כ'וואלט נישט איינגעשטעלט קיין גרעסערע געלטער אבער עפעס קלענערס קען מען רואיג זיין), משא"כ ביי די גרעסערע בענק דארט שטייען די קאלעקשען אגענטורן און סוירטשען שטענדיג צו יענער האט נישט קיין אקאונט.

אגב די תגובה איז די ערשטע תגובה וואס האט גערעדט דברים של טעם איבער די בלאטע, נישט ווי אנדערע אויבן (וואס האט געהאט א גערוך פון זעלבסט האס) וואס האבן בארעדט די געליטענע און פארזיכערט אז טשעס איז גערעכט און הייליג.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

איך נעם ארויס א מוסר השכל פון די סומאטוכע, "עס איז נישטא אזא זאך ווי גרינג געלט", וויפיל מאל מענטשן האבן געמיינט אז די כלל איז א טעות, אדער אין בעסטען פאל נישט געזאגט געווארן אויף אזא פאל, צום סוף איבערצייגן זיי זיך אז די כלל געוועלטיגט נאך במלואו.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מחותן האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן: זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק.
איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטסאון ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!

לכאורהטוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!


וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?


איך טראכט אז זיי האבן אנדערע צוויי סיבות דערויף,

1} טירד פארטי טשעקס שמעקט פון מאני לאנדרינג, ווייל וואס עפעס די פאזיטסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? {עיין ערך ווארוויק באנק אחרי פרשות מי"ס ואכמ"ל}

2} עס איז ענדערש צי טראטען אז עס איז גע'גענב'ט, ווייל וואס עפעס דיפאזיסטו א צווייטענס טשעק און דיין אקאנט? זאל יענער דיפאזיטען זיין טשעק ביי זיך און דיר געבן זיין טשעק.


דאס איז פונקטליך וואס זיי האבן געטעהנ׳ט 1 אז איך גנב׳ע זייערע טשעקס און 2 אז איך פיר אן אומליגאלע טשעק קעשינג
נאך א מזל אז ס׳איז געווען מיין ווייב און מיין ארבייטער און די קארפערעשין איז אויף מיין נאמען (וואס לעגאל מעג מען אויסקעשן אן ארבייטערס טשעק אבער מען דארף עס טוען דורך די ביזנעס אקאונט און איך האב עס געטוען דורך פאערסאנעל)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

בחורהזעצער האט געשריבן: איך נעם ארויס א מוסר השכל פון די סומאטוכע, "עס איז נישטא אזא זאך ווי גרינג געלט", וויפיל מאל מענטשן האבן געמיינט אז די כלל איז א טעות, אדער אין בעסטען פאל נישט געזאגט געווארן אויף אזא פאל, צום סוף איבערצייגן זיי זיך אז די כלל געוועלטיגט נאך במלואו.


דער פראבלעם איז נאר אז נאר דו ווערסט איבערצייגט, זיי נישט, ווי שרייבט דא איינער אויבן, דער באשעפער האט שוין געהאלפן ס'איז דא בארקליס וכו', די וואס האבן נטש פארשטאנען ביז יעצט פארשטייט ווייטער נישט, אם תכתוש את האויל במכתש לא תסור אולתו ממנו.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

אין אמת'ן קען מען קיין סאך טענות נישט האבן ווען א באנק באשליסט צו אפהאקן מיט א קאסטומער, יעדער אין די פאראייניגטע שטאטן דארף האבן די ברירה מיט וועם ער וויל יא אדער נישט האבן ביזנעס. אבער וואס איז יא א חוצפה, איז דאס צונעמען די פוינטס פון קאנסומערס וואס האבן גענוצט דיין קארטל צו באקומען ריווארדס, און מען זאגט אים דיינע פוינטס זענען גארנישט ווערט. אנטשולדיגט, ווילאנג דיינע קאסטומערס האבן זיך צוגעשטעלט צום ק"ק אגרימענט, האסטו נישט קיין שום רעכט זיי צו בא'גנב'ענען אויף ביזנעס פון וואס דו האסט שיין פארדינט. דאס איז א פראסטע גניבה.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מידער האט געשריבן: אין אמת'ן קען מען קיין סאך טענות נישט האבן ווען א באנק באשליסט צו אפהאקן מיט א קאסטומער, יעדער אין די פאראייניגטע שטאטן דארף האבן די ברירה מיט וועם ער וויל יא אדער נישט האבן ביזנעס. אבער וואס איז יא א חוצפה, איז דאס צונעמען די פוינטס פון קאנסומערס וואס האבן גענוצט דיין קארטל צו באקומען ריווארדס, און מען זאגט אים דיינע פוינטס זענען גארנישט ווערט. אנטשולדיגט, ווילאנג דיינע קאסטומערס האבן זיך צוגעשטעלט צום ק"ק אגרימענט, האסטו נישט קיין שום רעכט זיי צו בא'גנב'ענען אויף ביזנעס פון וואס דו האסט שיין פארדינט. דאס איז א פראסטע גניבה.


לאו דוקא, ווייל אינעם אגרימענט שטייט אלץ קלאר ארויס אז זיי האבן די רעכט אפצושפארן די אקאונט אן קיין שום סיבה מצידך, און דאס איז אויך קלאר לויט די פאלעסיס פון די אלע ריוואורדס אז אויב די אקאונט ווערט אפגעשפארט ווערט אלעס פארלוירן.

חיות זענען זיי, אבער זיי קענען נישט (און נישט אינטרעסירט) צו גנב'נען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

זאלן זיי כאטש לאזן יענעם נוצן זיינע אפגעהארעוועטע פוינטס וואס ער האט זיך אפגעשפארט. ס'נישט מער ווי יושר אז אויב א קארדהאלדער האט זיך אויפגעפירט מענטשליך זאלן זיי אים נישט בא'עוולה'ן מיט זיינס א זאך.

די רעדע איז נישט פון א זאך וואס כ'האב האט געמוזט נוצן דיין קארטל און דו געסט מיר א בענעפיט. כ'האב פונקט אזוי געקענט נוצן א צווייטנס קארטל, בעת דו האסט דיר שיינערהייט געמאכט דיינע פארדינסטן. חוץ אז ס'שטייט אינעם אגרימענט אז ווען א קארטל ווערט פארמאכט זענען די פוינט ווערט זילטש, האט דאס נישט קיין טראפקעלע יושר אין זיך.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מידער האט געשריבן: חוץ אז ס'שטייט אינעם אגרימענט אז ווען א קארטל ווערט פארמאכט זענען די פוינט ווערט זילטש, האט דאס נישט קיין טראפקעלע יושר אין זיך.


כ'גלייך געווענליך צו ליינען די קליינע אותיות כאב נאכנישט געטראפן א קארטל וואס ס'זאל ניטש ארויסשטיין קלאר אז די אלע פוינטס וכו' קען מען נאר רעדימען אויב די אקאונט איז "אין א אפען סטאטוס און רימעינינג אין גוד סטענדינג"
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”