איז דער כתונת פסים געווען א זיידענער העמעדל?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

איז דער כתונת פסים געווען א זיידענער העמעדל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מורי ורבותי!

איך זוך א מקור אויף וואס מיינע רבי'ס האבן געטייטשט אין חדר אז דער כתונת פסים איז געווען א זיידענער העמעדל, לעת עתה האב איך 'כמעט' נישט געטראפן קיין מקור דערצו, רש''י זאגט כלי מילת וואס דער ערוך טייטשט וואל, און אזוי איז משמע אין אלע מדרשים אז דער כתונת פסים איז געווען פון וואל.

דער ילקוט מעם לועז שרייבט זייד, פון וואו נעמט ער עס?

כ'האב געזען אז די אלטע עברי טייטש חומשים טייטשן אויך א זיידענע העמעדל, פון ערגעץ קומט עס זיכער, די פראגע איז נאר פון וואנען?

דאס וואס רש''י כרפס, רוב מפרשים אויף די מגילה זאגן אז כרפס מיינט נישט קיין זייד, נאר דער קאליר גרין.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זעה אין דעת יששכר ווי ער שרייבט אויך אז ס'איז געווען פון וואהל ולא כפי שנוהגים העולם לתרגם כמו משי.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=38
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

ר' שמעי' גרינבוים מוויליאמסבורג זאגט קלאר אז נישט.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: זעה אין דעת יששכר ווי ער שרייבט אויך אז ס'איז געווען פון וואהל ולא כפי שנוהגים העולם לתרגם כמו משי.

הוא אשר דיברתי... אין אלע מקורות וואס איך האב געטראפן איז משמע אז מ'רעדט פון א וואלענעם סוועדערל... (דער מראה מקום וואס מע''כ ברענגט זאגט אויך ס'געווען א מעיל, אן אויבער בגד)

אבער דאך קען מען נישט אוועקמאכן במחי יד וואס אונזערע רבי'ס האבן געטייטשט אלע דורות, פון ערגעץ קומט עס, די פראגע איז נאר פון וואו?
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובה דורך בעאבאכטער »

גראדער האט געשריבן:

ביטע פוילט זיך נישט און מאכט א זוכעניש אין "אוצר החכמה", וועט איר וויסן צו אונזערע רבי'ס האבן אונז געהאקט אין מח אריין.

ולגבי דעם אשכול וואס "פאמיליעמירעלס" לינקט אהין,
יסלח לי פותח האשכול (חוץ דער גאנצער נוסח און צוגאנג וואס איז קובע אשכול לעצמו) ער האט די רש"י פשוט און פראסט נישט פארשטאנען.

בעאבאכטער האט געשריבן: ביטע פוילט זיך נישט און מאכט א זוכעניש אין "אוצר החכמה", וועט איר וויסן צו אונזערע רבי'ס האבן אונז געהאקט אין מח אריין.

גלויבט מיר אז איך בין שוין געזיצן ''שעות ארוכות'' אויפן אוצר החכמה און נישט געטראפן וואס איך זוך.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

איך וועל אייך אי"ה טוהן די טובה און אייך אפיר זוכן בע"ה,
ברענט אויף היינט?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

עס דארף אריינגיין אינעם ספר 'מעשי אבות' ס'האט נאך אפאר טאג.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

האסט נישט געזען אז דער אברבנאל טייטשט "בגדי משי"
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

בעאבאכטער האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: זעה אין דעת יששכר ווי ער שרייבט אויך אז ס'איז געווען פון וואהל ולא כפי שנוהגים העולם לתרגם כמו משי.

הוא אשר דיברתי... אין אלע מקורות וואס איך האב געטראפן איז משמע אז מ'רעדט פון א וואלענעם סוועדערל... (דער מראה מקום וואס מע''כ ברענגט זאגט אויך ס'געווען א מעיל, אן אויבער בגד)

אבער דאך קען מען נישט אוועקמאכן במחי יד וואס אונזערע רבי'ס האבן געטייטשט אלע דורות, פון ערגעץ קומט עס, די פראגע איז נאר פון וואו?

ביטע פוילט זיך נישט און מאכט א זוכעניש אין "אוצר החכמה", וועט איר וויסן צו אונזערע רבי'ס האבן אונז געהאקט אין מח אריין.

ולגבי דעם אשכול וואס "פאמיליעמירעלס" לינקט אהין,
יסלח לי פותח האשכול (חוץ דער גאנצער נוסח און צוגאנג וואס איז קובע אשכול לעצמו) ער האט די רש"י פשוט און פראסט נישט פארשטאנען.

איך האב געוואלט צוברענגען הרב "לכאורה" ווערטער.
יסלח לי הרב הבעאבאכטער אם ליננקתי לדבר שאסור להסתכל.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ווי אויך דער אבן עזרא אויף חור כרפס ותכלת אז ס'איז משי.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עיין בשערי אהרן בפ' וישב.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

גראדער האט געשריבן: עס דארף אריינגיין אינעם ספר 'מעשי אבות' ס'האט נאך אפאר טאג.

אי"ה ביז מארגן וועט איר בע"ה האבן גענוג.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין כיתה ו' איז מיין מלמד געווען הרה"צ ר' אביש הורוויץ אדמו"ר ממעליץ וומבס"ג שליט"א לאויש"ט, האט ער אונז דאן שוין מעורר געווען אויף דעם 'טעות', עכ"פ ער איז געווען א מלמד פון פאריגן דור ואינו חשוד כלל ב'שינויים'.....
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

וכן כתב רבנו האלשיך הקדו', וזלש"ק: ואיך לבשו קנאה ושנאה ואשר לא טוב עשו על מלא פסת יד משיכמו שאמרו ז"ל.

ובספה"ק מגן אברהם (מהרה"ק מטריסק) שטייט אויך אז עס איז געוועהן משי.

ובספה"ק תולדות אהרן (מהרה"ק ר"א מזיטאמיר), פרעגט ער פארוואס שטייט פסים און שטייט נישט ארויס משי עיי"ש.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

אונטערשטע שורה סע א מחלקת
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן: אונטערשטע שורה סע א מחלקת

ווער זאגט אנדערש?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

טייבעלע האט געשריבן: וכן כתב רבנו האלשיך הקדו', וזלש"ק: ואיך לבשו קנאה ושנאה ואשר לא טוב עשו על מלא פסת יד משיכמו שאמרו ז"ל.

ובספה"ק מגן אברהם (מהרה"ק מטריסק) שטייט אויך אז עס איז געוועהן משי.

ובספה"ק תולדות אהרן (מהרה"ק ר"א מזיטאמיר), פרעגט ער פארוואס שטייט פסים און שטייט נישט ארויס משי עיי"ש.

דאס איז דאך מיין שאלה, איך ווייס אז אין די ספרי קודש פון די לעצטע פאר הונדערט יאר שטייט משי, דעם אבן עזרא אויף כרפס האב איך אויך געזען ס'קען אבער נישט זיין אז רש''י האט אזוי געטייטשט כרפס, ווייל רש''י הייבט דאך דא אן מיט כלי מילת וואס מיינט זיכער וואל, עכ''פ, כ'זוך אין די מדרשי חז''ל אדער ראשונים וואס טייטשן, משי, זייד, דערווייל קוקט אויס אז אלע טייטשן וואל, אויף דעם איז די פראגע פארוואס אונזערע רבי'ס אין חדר און רבותינו בדורות האחרונים בספרי דרוש עה''ת שרייבן יא משי.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

רבנו יונה ן' ג'אנאח בספר השרשים שלו פי' פסים בגד של משי.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לדעת רש"י מיינט כלי מילת טייערע בגדים (פשט אין רש"י בשבת ועוד, צמר נקי וואס מען מאכט פון דעם כלי מילת ודו"ק).
ווער טייטש משי וואל?
לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ועיין שם בס' שערי אהרן ער ברענגט אז מילת איז נישט דער טייטש וואהל, נאר יעדער ווייכער בגד ווערט אנגערופן מילת.

וגם מביא שם בשם רבנו סעדי' גאון אז כתונת פסים מיינט מען פון משי.
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו קוקן אין מזרחי????????????????
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

טייבעלע האט געשריבן: רבנו יונה ן' ג'אנאח בספר השרשים שלו פי' פסים בגד של משי.

ער איז געווען בזמן הראשונים, לפי מיטב ידיעתי, האמיר שוין דעם ערשטן מקור קדמון.

האט איר אפשר א לינק וואו מ'קען עס זען אינעווייניג?
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

גראדער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן: רבנו יונה ן' ג'אנאח בספר השרשים שלו פי' פסים בגד של משי.

ער איז געווען בזמן הראשונים, לפי מיטב ידיעתי, האמיר שוין דעם ערשטן מקור קדמון.

האט איר אפשר א לינק וואו מ'קען עס זען אינעווייניג?

ספר השרשים שורש הפא והסמך .
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”