מעג מען האבן שטוב באשעפענישן? און אלעס ארום

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

מעג מען האבן שטוב באשעפענישן? און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

א גוטן! שלום עליכם,
זייט די הכתרה, האב איך גענומען דאס רעביסטעווע זייער ערנסט, ממש ווי א "עול" הרבנות, ריכטיגע יסורים של אהבה,
און אזוי ווי די פארצייטישע צדיקים האבען מיר זיך אויף געזעצט אויפען פיאקע, ווען מיינע פערדלעך זענען איינגעשפאנט, און ממש ווי אין די מחניים ביכלעך, זיך ארויסגעלזאט און געפארען ארום דערפלעך און שטעטלעך מקרב זיין די דארפסלייט לאביהם שבשמים, אה, איז דאס געווען זייער א לאנגע וועג, אבער דאך זייער אינטערסאנט, זיך צו באגעגענען מיט די פריצים, און להבדיל מיט די פארצייטישע תמימותדיגע מושב'נישעקס, און נעכטיגען אין קרעטשמעס, אך, גאנץ גוט,
שווער אבער אינטערסאנט, און צו אלע שוועריקייטען איז געווען די שווערסטע חלק געווען אז עס איז נישט געווען קיין סערוויס אין די ווייטער אוקריינישע רוסישע ראמעינישע און אונגארישע שטעטלעך און דערפלעך, פשוט נישט געווען קיין מעגליכקייט זיך צו פארבינדען מיט די טייערע חסידים דא אין שטעטל, די אמת, מיר האבען זיך זייער געבענקט צום עוילעם,
גלייבט מיר אויפען ווארט! (אז קיין איין ווארט איז נישט אמת!)

עכ"פ זייענדיג אזוי אויף די וועגען ווען די פערדלעך פליען אדורען דערפלעך, האבען מיר באמערקט א גאר ווינדערליכע זאך, אז רוב פויערען און דארפסלייט האבען אין שטוב פולע "שטוב באשעפענישען", אנגעהויבען פון דער הונט, דער שומר הפתח, דערנאך באגלייט מיט דער קעצעל (פון די שומרים, געשטעלט צו נאכלויפען די גנבים-מויזען), און צוגאב צו פולע חיות וועלכע זענען געווען א טייל פון די שיינע פאנאראמע אין די דערפלעך, ווי פיש, פויגלעך וועלכע האבען געזינגען זמירות, און אזוי אויך הוזלעך און די זיסע פעראַט (Ferret), אד"ג
איך וועל אייך זאגען די אמת, צום ערשט האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו דעם אז ווען אימער מען קומט צו א מושב'ניק אין שטוב אריין שפרינגען זיי צווישען די פוס, מען פילט זיך ממש ווי אין א קליינע סאפארי, עס איז געווען זייער אומאנגענעם און אויך גאר שרעקעוודיג,
אבער מיט די צייט האב איך מיר צוגעוואוינט צו די שטוב באשעפענישן, און אנגעהויבען צו פארשטיין די ליבשאפט פון די פויערען און דארפסלייט צו די באשעפענישען, און איך וועל אייך מגלה זיין אז איך האב אפילו באקומען א שטיקל חשק אויך צו האבען פון די סארט באשעפענישען ביי מיר אין שטוב, (אויב נישט חסידים... כאטש זיי זאלען מיר מקבל פנים זיין יעדען טאג בשירה וזימרה, ווי עס פאסט פאר בית המלכות),
אבער היות ווי איך האב דאס נישט געזען ביי אבותי ורבותי הקדושים, דעריבער איידער און באטראכט צו ערנסט די נושא, וויל איך ערשט הערען פון אייך דיינים מומחים, וואס האלט איר איבער די געדאנק פון ארייננעמען שטוב באשעפענישען?
איז דאס אסור, אדער מותר?
איז דאס צער בעלי חיים? אדער גאר מיט די גוטע עסען פון מיין בעל'בוסטע וועלען זיי האבען א בעסערע לעבען?
ברענגט דאס מיט זיך קללות (אזוי ווי מיין באבע פלעגט זאגען אז די פויגל ברענעגען נישט גוטס) אדער נישט?

ביטע לייגט אוועק מיין כבוד אין די זייט און באציעט זיך צום דעם פראגע, און ברענגט ביטע קראנטע מקורות, וועלכע זאל קענען דינען אלץ הלכה למעשה.

יישר כחכם,
הק' אישטע רעבעניו
אבדק"ק דפה והגלילות
ור"מ דישיבה הרמה
לעצט פארראכטן דורך רעבעניו איטשע אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מסכת כתובות דף מא/ב
ר' נתן אומר מנין שלא יגדל אדם כלב רע בתוך ביתו ולא יעמיד סולם רעוע בתוך ביתו שנאמר ולא תשים דמים בביתך

בבא קמא דף פג/א
תניא רבי אליעזר הגדול אומר המגדל כלבים כמגדל חזירים למאי נפקא מינה למיקם עליה בארור.

רמב"ם יד החזקה הלכות נזקי ממון פרק ה
(ז) אע"פ שאין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל מותר לשהותה קודם לרגל שלשים יום וקודם למשתה בנו שלשים יום והטבח לוקח ושוחט לוקח ומשהה עד שישחוט מעט מעט ובלבד שלא תצא ותרעה בעדר אלא כל המשהה משהה בתוך ביתו כדי שלא תזיק:
(ח) וכבר עשו בבל כארץ ישראל לאסור בה גידול בהמה דקה וחיה דקה מפני שהיו רוב השדות והכרמים שם באותן הימים של ישראל:
(ט) וכן אסרו חכמים לגדל חזירים בכל מקום ולא את הכלב אלא אם כן היה קשור בשלשלת אבל מגדל הוא כלבים בעיר הסמוכה לספר ביום קושרו ובלילה מתירו ואמרו חכמים ארור מגדל כלבים וחזירים מפני שהזיקן מרובה ומצוי:
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע:וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

במחילת כבודו הרמה של כבוד קדושתו.

די ווארט "והמתעתף" אינעם קעפל זייט ביטע מסביר אין אידיש
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי- אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ערשטענס שלום עליכם ב"ה מ'זעהט אייך צוריק
צווייטנס דיין שפראך איז זייער זיס און די וועג וויזאוי דו פרעגסט אפילו א פשוט'ע איז זייער געשמאק

דריטנס, מקורות האבעך נישט יעצט אויף די מינוט אבער וואס איז זיכער אז צער בעלי חיים איז זייער הארב און מען דארף זייער אבאכט געבן דערויף ממילא איז עס א שטיקל ריזיקע צו האלטן אינדערהיים.

---
שוין די תלמידי חכמים האקן שוין
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

חיימאוויטש האט געשריבן: במחילת כבודו הרמה של כבוד קדושתו.

די ווארט "והמתעתף" אינעם קעפל זייט ביטע מסביר אין אידיש

פארראכטען לפי בקשתך

מאנ-יימער האט געשריבן: ערשטענס שלום עליכם ב"ה מ'זעהט אייך צוריק
צווייטנס דיין שפראך איז זייער זיס און די וועג וויזאוי דו פרעגסט אפילו א פשוט'ע איז זייער געשמאק

דריטנס, מקורות האבעך נישט יעצט אויף די מינוט אבער וואס איז זיכער אז צער בעלי חיים איז זייער הארב און מען דארף זייער אבאכט געבן דערויף ממילא איז עס א שטיקל ריזיקע צו האלטן אינדערהיים.

---
שוין די תלמידי חכמים האקן שוין

זייטס מוחל, סתם אוועק צו מאכען?
זייט זיך מסביר וואס יא און וואס נישט
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: מסכת כתובות דף מא/ב

(ט) וכן אסרו חכמים לגדל חזירים בכל מקום ולא את הכלב אלא אם כן היה קשור בשלשלת אבל מגדל הוא כלבים בעיר הסמוכה לספר ביום קושרו ובלילה מתירו ואמרו חכמים ארור מגדל כלבים וחזירים מפני שהזיקן מרובה ומצוי:

אויב וועט איר גרונטליך ליינען מיין פראגע וועסטו נישט זען דערמאנט וועגען א דבר אחר,
מען רעדט פון "נארמיילע" און נישט געפארפולע חיות,
לעצט פארראכטן דורך רעבעניו איטשע אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע:וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

רעבעניו איטשע האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן: במחילת כבודו הרמה של כבוד קדושתו.

די ווארט "והמתעתף" אינעם קעפל זייט ביטע מסביר אין אידיש

פארראכטען לפי בקשתך

אויב שוין פאראכטן לאז ארגינעל "והמסתעף"
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי- אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ספר פלא יועץ - ערך בעלי חיים
אמרו רז"ל צער בעלי חיים דאוריייתא וצריך להקדים מזונותיהם קודם שיאכל הוא כמו שלמדו מפסוק ונתתי עשב בשדך לבהמתך והדר ואכלת שהם תלויים בו והוא תלוי במי שאמר והיה העולם וכבר ספרו מעשה בזמן האר"י ז"ל בא' שנענש במיתת בנים על צער אפרוחים קטנים שהיה להם סל לעלות במעלה אחר אמן ואשתו גם בלי דעת הוציאה הסל ונענש ישמע חכם ויוסיף לקח לקיים צוואת ר"י החסיד שלא לגדל אפרוחים כלל כי לא יוכל לעמוד על המשמר שלא יהיה להם צערועל הרוב אין מצליחים שרובן מתים מחמת נפילה או יהיו מאכל לחתולים ועכברים וכדומה וזהו צער בנפש לכן ההעדר טוב ואפשר לעולם שיתקיים ע"י הגוים כי להם יאתה להתעסק בישובו של העולם הזה וכן לא טוב לגבר לגדל עופות אלא בשעה שמצטרך יקנה וישחוט ואם אונו מוצא בכל עת וצריך שיהיו מוכנים אצלו יזהר מאד ויצוה את בניו ואת כל בני ביתו להיות זהירים ליתן להם את אכלם בעתם כי מזונותיהן עליו וקשה ענשן ובפרט אם הם סגורים בכלוב צריך לרחם עליהם ביותר ולהקדים מזונותיהם לבל יכשל בעון צער בעלי חיים.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

1.JPG

2.JPG

3.JPG
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

הבהרה, און בנוגע פאפיגייען (תוכים אין די טמא'נע שפראך)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

איך וועל מקדים זיין, אז איך רעד נישט לגבי די סארט מענטשען וועלכע רעכענען זיך נישט מיט די געפילען פון די בעלי חיים און נישט מיט זייער געזונט, (ווי למשל די כפרות סוחרים למיניהם) איך רעד פון מענטשען וועלכע ווילען האבען די סארט בעלי חיים און זיך ריכטיג אפגעבען מיט זיי, איז דאס א פראבלעם?

בנוגע פאפיגייען (תוכים אין די טמא'נע שפראך)
דאס איז יש מצצדים להיתר ויש לאיסור, לכאורה די צד היתר האט מער על מה לסמוך
איבערהויפט ווען די סארט פויגל האבען ליב צו זיין אין די געזלשאפט פון מענטשען וועלכע גיבען זיך אפ מיט זיי זייער גוט
מילא איז קיין צער בעלי חיים נישטא לגבי אט די פויגל
אבער וואס טוט זיך מיט פיש? אויב איינער פאלגט נאך די "אנווייזונגען" פון די יודעי דבר, און גיבען אכטונג אויף זייער געזונט איז דא א פראבלעם מיטען זי מגדל זיין?
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

און בנוגע REPTILE

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

און וואס טוט זיך מיט REPTILE וועלכע גלייכן זייער ווען מען צערטעלט זיי, איז דאס מותר צו נישט?
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע:און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

רעבעניו איטשע האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט REPTILE וועלכע גלייכן זייער ווען מען צערטעלט זיי, איז דאס מותר צו נישט?

און ווייס נישט לגבי הלכות. אבער דעי הלכה פון בל תשקצו איז זיכער דא....
וואט א גרויל און עקל וועךךךך
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

ווענד זיך וועלכע?
עס זענען דא אסאך אידען וואס עקלען זיך נישט בכלל, און ווילן וויסען המעשה אשר יעשון
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

רעבעניו איטשע האט געשריבן: איך וועל מקדים זיין, אז איך רעד נישט לגבי די סארט מענטשען וועלכע רעכענען זיך נישט מיט די געפילען פון די בעלי חיים און נישט מיט זייער געזונט, (ווי למשל די כפרות סוחרים למיניהם) איך רעד פון מענטשען וועלכע ווילען האבען די סארט בעלי חיים און זיך ריכטיג אפגעבען מיט זיי, איז דאס א פראבלעם?

בנוגע פאפיגייען (תוכים אין די טמא'נע שפראך)
דאס איז יש מצצדים להיתר ויש לאיסור, לכאורה די צד היתר האט מער על מה לסמוך
איבערהויפט ווען די סארט פויגל האבען ליב צו זיין אין די געזלשאפט פון מענטשען וועלכע גיבען זיך אפ מיט זיי זייער גוט
מילא איז קיין צער בעלי חיים נישטא לגבי אט די פויגל
אבער וואס טוט זיך מיט פיש? אויב איינער פאלגט נאך די "אנווייזונגען" פון די יודעי דבר, און גיבען אכטונג אויף זייער געזונט איז דא א פראבלעם מיטען זי מגדל זיין?

איך ווייס נישט איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט אין גענישטערט און עס איז שאקירנד אבער א פאקט רוב מענטשן וואס זענען מגדל פיש ליידן זיי אדער זייערע קינדער פון קינדערלאזיגקייט ר''ל וידגו לרוב ווייסט איינער מער אויף דעם?
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מנוחה ושמחה האט געשריבן: איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט אין גענישטערט און עס איז שאקירנד אבער א פאקט רוב מענטשן וואס זענען מגדל פיש ליידן זיי אדער זייערע קינדער פון קינדערלאזיגקייט ר''ל וידגו לרוב ווייסט איינער מער אויף דעם?

זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, איך האב קיינמאל געהערט דערפון.

גראדע ביי מיין אויבערשטע שכן האב איך געזעהן פונקט פארקערט אז ס'האט גורם געווען אז ס'זאל זיין וידגו לרוב, ער האט זיך געקויפט א פיש טאנק די לעצטע צוויי צו דריי יאר, און ער האט זינט דאן געהאט צוויי קינדער אפגעריקט מיט בלויז 15 צו 16 חדשים.
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

יש דברים בגו אז די שמועה איז גאר ערנסטע הבלים, ווייל איך קען מער וואס האבען יא ביידע, סיי קינדערלעך און סיי פישעלעך,
סא, סתם באבע-שמועות
איך גלייך נאר "שמועות" וואס שטייען "געשריבען" אין ספרי רבותינו הק'
דעריבער, לאזט אלע שמועות ווייטער לויפען און טרעוולען בחינם און מיר וועלן ברענעגן נאר דברים הכתובים על גבי ספר
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

פרק שביעי - חלון-דף פא (עירובין)
איני והא ההיא דהואי בשני דמר שמואל ושדייה לכלביה ולא אכלה......

וואס טייטש?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רעבעניו איטשע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מנוחה ושמחה האט געשריבן: איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט אין גענישטערט און עס איז שאקירנד אבער א פאקט רוב מענטשן וואס זענען מגדל פיש ליידן זיי אדער זייערע קינדער פון קינדערלאזיגקייט ר''ל וידגו לרוב ווייסט איינער מער אויף דעם?

זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, איך האב קיינמאל געהערט דערפון.

גראדע ביי מיין אויבערשטע שכן האב איך געזעהן פונקט פארקערט אז ס'האט גורם געווען אז ס'זאל זיין וידגו לרוב, ער האט זיך געקויפט א פיש טאנק די לעצטע צוויי צו דריי יאר, און ער האט זינט דאן געהאט צוויי קינדער אפגעריקט מיט בלויז 15 צו 16 חדשים.

יש דברים בגו אז די שמועה איז גאר ערנסטע הבלים, ווייל איך קען מער וואס האבען יא ביידע, סיי קינדערלעך און סיי פישעלעך,
סא, סתם באבע-שמועות
איך גלייך נאר "שמועות" וואס שטייען "געשריבען" אין ספרי רבותינו הק'
דעריבער, לאזט אלע שמועות ווייטער לויפען און טרעוולען בחינם און מיר וועלן ברענעגן נאר דברים הכתובים על גבי ספר

א געזוך אין אוצר החכמה האט מעך געפירט צו א כף החיים (גאנץ אן אנגענומען ספר....) יו"ד סי' קטז ס"ק קיז בשם נגיד ומצוה, לא טוב לגדל בבית תורים ובני יונה, ובבית שיתגדלו, ימותו בניו או לא יהיה לו זרע, ובכלל יזהר מצער בעלי חיים, ויתרחק מלגדל כל בעל חי מכל סוג שהוא, ע"כ.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חיימאוויטש האט געשריבן: במחילת כבודו הרמה של כבוד קדושתו.

די ווארט "והמתעתף" אינעם קעפל זייט ביטע מסביר אין אידיש

נישט די ווייב?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איין זאך וויל איך זאגן פארן רבין שליט"א אויב די רבי וועט אריין נעמען אויך די 4 פיסיגע חיות אין שטוב וועל איך מער נישט קומען זיך געזעגנען בפופ"נ
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע:דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מנוחה ושמחה האט געשריבן: איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט אין גענישטערט און עס איז שאקירנד אבער א פאקט רוב מענטשן וואס זענען מגדל פיש ליידן זיי אדער זייערע קינדער פון קינדערלאזיגקייט ר''ל וידגו לרוב ווייסט איינער מער אויף דעם?

זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, איך האב קיינמאל געהערט דערפון.

גראדע ביי מיין אויבערשטע שכן האב איך געזעהן פונקט פארקערט אז ס'האט גורם געווען אז ס'זאל זיין וידגו לרוב, ער האט זיך געקויפט א פיש טאנק די לעצטע צוויי צו דריי יאר, און ער האט זינט דאן געהאט צוויי קינדער אפגעריקט מיט בלויז 15 צו 16 חדשים.

איך האב א קרוב א עלטערע פארפאלק, וואס האבן א פיש טאנק מיט פישעלעך, און זיי האבן בלויז איין איינציג קינד, (גראדע האבן זיי געקויפט די פיש טאנק לעצטנס, אלט זייענדיג שוין ביי די זעכציג) .....:?
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

יהיה כן האט געשריבן:
רעבעניו איטשע האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מנוחה ושמחה האט געשריבן: א געזוך אין אוצר החכמה האט מעך געפירט צו א כף החיים (גאנץ אן אנגענומען ספר....) יו"ד סי' קטז ס"ק קיז בשם נגיד ומצוה, לא טוב לגדל בבית תורים ובני יונה, ובבית שיתגדלו, ימותו בניו או לא יהיה לו זרע, ובכלל יזהר מצער בעלי חיים, ויתרחק מלגדל כל בעל חי מכל סוג שהוא, ע"כ.

יישר כחכם פאר די ווארימע ווערטער,
ס'איז אבער א פלא וואס דער כף החיים שרייבט, ווייל בימיו פלעגט מען שיקען "פאסט" (מעיל בלע"ז) דורך די טויבען-תורים ובני יונה. איז א וואונדער ווי אזוי האט דער כף החיים און אלע אנדערע ערליכע אידען האבען געשיקט "פאסט" אריינגערעכענט די פולע "שאלות ותשובות ספרים", צריך עיון.

קען זיין אולי, אז זיי האבען נישט אויפגעהאדעוועט די תורים ובני יונה, נאר צוגעגאנגען צו די פאסט אפיס (וואס זיי האבען מגדל געווען) און באצאלט אז זיי זאלן שיקן

בכלל, דארף מען דן זיין צו פויגל זענען די זעלבע ווי פישעלעך וכדומה, ווייל א פייגעל וואס זיצט פארשפארט אין די שטייג, און קען נישט פליען, האט דערפון גרויס צער, ווייל זיין טבע איז צו פליען, אבער דער קליינער גאלד פישל אדער די נאך קלענערע סארט, זענען נישט אויסען ארום צו שווימען אינעם גרויסן ים, אויב האט מען גענוג א גרויסע טאנק פאר זיי איז עס זיי זייער באקוועם, נו, אויב איז עס זיי באקוועם, וואס איז די פראבלעם עפ"י הלכה זיי צו האלטען?
סתם צו אסר'ן "אלעס" איז נישט קיין קונץ... מען ברויך צוצונעמען יעדע זאך פאר זיך,
ייש"כ פאר אלע וואס שרייבען דא, און אדרבה, תורה היא וללמוד אנו צריכים צו מברר זיין די ענין.
פועל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 29, 2012 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פועל »

אמאל געהערט אז הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע״ה האט אמאל געקויפט א פיש טאנק מיט לעבעדיגע פיש און דער רבי האט נישט געוואלט טועם זיין נאר אז מען האט קודם מאכיל געווען לבהמתו
ווי פארשטענדליך האט מען אוועק געשטעלט און פטור געווארן פון דעם טאנק מיט די פיש
אוועטאר
רעבעניו איטשע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 pm
לאקאציע:כעת חונה פק"ק אייוועלט יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבעניו איטשע »

פועל האט געשריבן: אמאל געהערט אז הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע״ה האט אמאל געקויפט א פיש טאנק מיט לעבעדיגע פיש און דער רבי האט נישט געוואלט טועם זיין נאר אז מען האט קודם מאכיל געווען לבהמתו
ווי פארשטענדליך האט מען אוועק געשטעלט און פטור געווארן פון דעם טאנק מיט די פיש

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”