איך ווייס נישט וואו עס קומט, אבער א זאך וואס ליגט מיר שוין אין קאפ זייער לאנג, און היינט האב איך געהערט אין ביהמ"ד איינער שילדערט עס מיט קאלירן....
א בחור האט זיך אויסגעדרוקט פאר מיין חבר א מגי"ש "וואס האב איך פון לעבן? גיימער צום ברידזש וכו' "
זאגט אים דער מגי"ש "לאמיר זיך עס פארשטעלן לייוו... די טאנצסט פון ברידזש! דיין נשמה פליעט ארויס פון דיין גוף!!! באפרייט פון אלע צרות!!! מיטאמאל עס ווערט דיך שווארץ פאר די אויגן... מחנות מחנות שווארצע מלאכי חבלה קומען דיר אנטקעגן.... עס איז שרעקעדיג... די מלאכי חבלה ווילן דיר פארברענען און צופליקן אויף שטיקער... דו ווילסט אנטלויפן!!! אבער עס איז נישטא וואו!!! דו ווילסט צוריק אריינגיין אין דיין גוף זיך באשיצן!!! אבער נאו בעקסיס... נישטא קיין וועג אויף צוריק... דו גייסט זיין פ-א-ר-ל-ו-י-ר-ן!!!
אלזא! מה לך לעסק הזאת?... לעב! באשיצט פון די חברה! כאפ אריין כאטש בגוף צו זאגן קדושה! ניטאמאל ריזיגע הייליגע מלאכים האבן די אפארטונעטי וואס דו פארשטינקענע מענטשעלע האסט יא!!!
דו האסט די געלעגנהייט צו טוהן מצוות וואס הייליגע שרפי מעלה נביאי ה'! די גרעסטע צדיקים וואס האבן געשאקלט וועלטן!!! זיי האבן נישט די געלעגנהייט!!!
דו גרויסער בעל עבירה!!! טיפה סרוחה!!! זינדיגער מענטש!!! מיט א ריזיגער שווארצער יצר הרע אין דיר!!! יא!!! די מיט דיינע נידריגע געמיינע תאוות דו ביסט קוואליפיצירט צו דאס וואס קדושי עליונים וואס האבן געשאקלט עולמות עליונים ותחתונים במחי יד!!! זיי זענען נישט קוואליפיצירט דערצו!!! זיי האבן נישט די געלעגנהייט צו מקיים זיין תורה ומצוות! לא המתים יהללו קה!!! דו יא!!!
וואס פרעגסטו? עס גייט צו די חיצונים??? יא!!! אבער נאך גהינום! נאך יסורים, אדער אנדערע גרינגערע תיקונים וואס צדיקים האבן מתקן געווען, גייט בלייבן לויטערע תורה ומצוות!!! נחת רוח פארן בורא כל עולמים!!! די קענסט פראדוצירן סחורה וואס וועט עווענטועל ברענגען אומגעהויערע פארגעניגן פארן דער גרעסטער וואס איז נאר דא, דער הייליגער באשעפער!!!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול. אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
איז קען מען נאך לערנען (די וואך, און אלעמאל) די הייליגע ווערטער פונעם באר מים חיים אין פר' בהר
זה הענין הוא תמיד בכל דרכי בני אדם לכל הצטרכותם בפרנסא דנשמתא ופרנסא דגופא בברכת בני חיי ומזוני כשאדם אינו מסיר בטחונו מה' ויודע ומאמין באמונת אמת שבודאי הקב"ה יזמין לו הצטרכותו הנצרך לו כי לא יעזוב ה' חסדו מעם בריותיו והוא הנותן לחם לכל בשר בדרכים נפלאים הפלא ופלא כי הוא סיבת כל הסיבות המסבב בפלאי פלאים כל דברים שבעולם באופן שיוזמן לחם וכל דבר המצטרך לכל בשר לפי ערכו. רק שעומד וממתין ומצפה לראות באיזה ענין וסיבה יפליא הקב"ה עמו פלאות להזמין לו הצטרכותו, אז ודאי אין הקב"ה מונע מאתו מלברכו גם בלמעלה מן הטבע רק שמסתירו לפעמים בטבע וסיבות העולם מפני טעמים הכמוסים עמדו יתברך. (ואנחנו ביארנו קצת לפי ערכינו במקום אחר מעט דרכי ה' בזה) אבל על כל פנים ודאי יזדמן לו הצטרכותו אם אמונתו חזקה בה' העושה לו כל צרכו. ועל כן מברכינן בכל יום ויום ברוך אתה וכו' העושה לי כל צרכי כי ודאי הוא המזמין כל צרכי בני אדם ורק שצריך האדם להאמין בזה ובודאי יעשה לו המצטרך לו.