הפטורות

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

הפטורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאכט זיך מיר אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול מיוחד אויף הפטורות.

איך וועל אנהייבן מיט די הפטרה פון פרשת וישלח, ווייל דאס איז מיר יעצט נוגע, האלטנדיג איין טאג נאך ש"ק וישלח תשע"ד.

איך האב נאכגעקוקט אין עטליכע חומשים וועלכע הפטרה מיר פירן זיך צו זאגן, און איך האב פארשטאנען אז מנהג ספרד איז צו זאגן ספר עובדיה (וואס די גאנצע ספר באשטייט פון דיזע 21 פסוקים), און מנהג אשכנז איז צו זאגן אין ספר הושע "ועמי תלואים למשובתי" [וואס די ספרדים הייבן מיט דעם אן די הפטרה פון ויצא, בשעת די אשכנזים הייבן אן אביסל שפעטער אין די פרשה "ויברח יעקב"].

כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז.

איז מיר געווען א וואונדער צו הערן פון מענטשן אז אין זייערע שוהלן האט מען געזאגט די הפטרה פון "חזון עובדיה" און נישט "ועמי תלואים למשובתי".

האט דאס א סיבה?
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6074
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די חומש וואס איך האב גענוצט איז געשטאנען "שיטה א" און "שיטה ב"....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט זעה איך אין ליקוטי מהרי"ח אזוי

וישלח - הפטרה חזון עבדי', כן הוא ברמב"ם ובאבודרהם, ועיין במג"א (סוף סימן תכ"ח) בשם הלבוש דמה שנרשם בהחומשים ויברח יעקב לפ' וישלח ט"ס הוא ושייכה לפ' ויצא ע"ש.

---
איך בין נאכנישט אינגאנצן צופרידן, ווייל ויברח יעקב באלאנגט טאקע פאר ויצא, אבער ועמי תלואים למשובתי, וואס דארט שטייט וישר אל מלאך, באלאנגט יא צו וישלח.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

עפעס א מיעשניש איז דא אין די חמשים וועלכע ס'איז ספרד און וועלכע ס'איז אשכנז.

אין חק האט מען געלערנט חזון וואס דארף לכאורה אנדייטן אז דאס איז דער נוסח ספרד. #חיד"א
לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע:אין טקסט געגנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לורם איפסום »

וואוילער אשכול
אין מיין חומש איז געשטאנען (שטייט נאכאלץ) ועמי תלואים כמנהג קצת אשכנז (עפעס אזוי) און חזון עובדיה כמנהג ספרד ורוב אשכנז
מער ווייס איך נישט
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווינקל האט געשריבן: עפעס א מיעשניש איז דא אין די חמשים וועלכע ס'איז ספרד און וועלכע ס'איז אשכנז.

אין חק האט מען געלערנט חזון וואס דארף לכאורה אנדייטן אז דאס איז דער נוסח ספרד. #חיד"א

גערעכט, חק לישראל לערנט מען געווענליך מנהג ספרד, דערפאר פרשת ויצא הייבט מען אן ועמי תלואים למשובתי אנשטאט ויברח יעקב שדה ארם, און פרשת וישלח לערנט מען חזון עובדיה (און מען בייסט אריין אין מפטיר יונה אביסל, צוליב מאנגל אין פסוקים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן: ..........
כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז.
..........

דאס איז לכאורה ביי אלעמען אזוי חוץ בייןם דאווענען, ווייל מיר זענען דאס אשכנזים. חוץ ביים דאווענען, ווי די הייליגער חת"ס זי"ע זאגט, אז אויף דעם האט די אר"י הקדוש מגלה געווען די כוונת.

צוריק צום ענין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

ביים דאוונען אויך נישט.

מיר דאוונען נישט מנהג ספרד-ספרד, אונזער נוסח אר"י הייסט נוסח ספרד, האט גארנישט מיט אחב"י הספרדים, זיי דאוונען נוסח ספרד-ספרד וואס איז אנאנדער נוסח.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יישר כח לכאורה, אינטערעסאנט ס'נאכנישט דא.
איינצלנע אשכולות איבער שבת פקודי , איבער שבת חזון .
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח הרב ווילוויסן, אדרבה, ווער עס טרעפט א שמועס בנוגע ההפטורות זאל עס אהערצייכענען, כדי דער אשכול זאל קענען דינען אלס אשכול כוללת פאר עניני הפטורות.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווילוויסן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: ..........
כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז.
..........

דאס איז לכאורה ביי אלעמען אזוי חוץ בייןם דאווענען, ווייל מיר זענען דאס אשכנזים. חוץ ביים דאווענען, ווי די הייליגער חת"ס זי"ע זאגט, אז אויף דעם האט די אר"י הקדוש מגלה געווען די כוונת.

צוריק צום ענין.

ביים דאוונען אויך נישט.

מיר דאוונען נישט מנהג ספרד-ספרד, אונזער נוסח אר"י הייסט נוסח ספרד, האט גארנישט מיט אחב"י הספרדים, זיי דאוונען נוסח ספרד-ספרד וואס איז אנאנדער נוסח.

אמת. אבער געבויט אויף דעם. געב א זוך, עס איז שוין געווען דא א שמועס דערפון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

לכאורה האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן: עפעס א מיעשניש איז דא אין די חמשים וועלכע ס'איז ספרד און וועלכע ס'איז אשכנז.

אין חק האט מען געלערנט חזון וואס דארף לכאורה אנדייטן אז דאס איז דער נוסח ספרד. #חיד"א

גערעכט, חק לישראל לערנט מען געווענליך מנהג ספרד, דערפאר פרשת ויצא הייבט מען אן ועמי תלואים למשובתי אנשטאט ויברח יעקב שדה ארם, און פרשת וישלח לערנט מען חזון עובדיה (און מען בייסט אריין אין מפטיר יונה אביסל, צוליב מאנגל אין פסוקים).

אינטערעסאנט אז די צוויי הפטורות האבען א שטיקעל שייכות וואס סיי חזון עובדי' און סיי מפטיר יונה זענען א גאנץ ספר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גערעכט. און טאקע צוליב זייער קליינקייט האט מען זיי צוזאמגעשטעלט אין איין ספר תרי עשר.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי אונז אין שול האט מען געליינט חזון עובדיה און נישט אריינגעביסן אין מפטיר יונה.

#הונגעריג געבליבן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוועמל האט געשריבן: ביי אונז אין שול האט מען געליינט חזון עובדיה און נישט אריינגעביסן אין מפטיר יונה.

#הונגעריג געבליבן

אין קיין איין שוהל האט מען נישט געזאגט פסוקים פון מפטיר יונה. נאר ביי לימוד חק לישראל האט מען דאנערשטאג געלערנט 5 פסוקים פון ספר יונה.

#ליין איבער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען געזאגט ביידע הפטורות, קודם ועמי, און נאכדעם חזון עובדיה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

למעלה משבעים האט געשריבן: ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען געזאגט ביידע הפטורות, קודם ועמי, און נאכדעם חזון עובדיה.

בהוראת הדומ"ץ? איז דאס טאקע מנהג המקום?

איך אליין האב אויך געזאגט ביידע, ברוך שכוונתי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מנהג המקום.
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

די וואך איז די הפטורה פון עמוס אינמיטן קאפיטל ב' פסוק ו'. כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו על מכרם בכסף צדיק ואביון בעבור נעלים. פשוט פשט אזוי ווי עס טייטשט רש"י מצודות רד"ק ועוד, אז די דיינים האבן פארקויפט ווער עס איז א צדיק און זכאי בדין פאר שוחד געלט, און אן אביון האבן זיי אויך גע'משפט פאלטש ווייל זיי האבן גענומען שוחד געלט אויף צו קויפן פאר זיך שיך פאר די פיס. רש"י ברענגט א פשט פון תרגום יונתן "בדיל דיחסנון" אז זיי האבן מטה געווען משפט אביון, ער זאל ארויסגיין חייב בדין, אין כדי צו קענען באצאלן זאל ער מוזן פארקויפן זיין פעלד, וואס דער אביון האט געהאט צווישן די פעלדער פונעם דיין, אין די דיין מוז אים דורכלאזן זיינע פעלדער ער זאל קענען צוקומען צו זיין פעלד, אין דער דיין מאכט אז ער זאל עס מוזן פארקויפן פאר ביליג, כדי צו קענען צושפארן אלע זיינע פעלדער קיינער זאל נישט דורכגיין, דאס איז דער לשון "ואביון בעבור נעלים" א לשון "נעילה". דער רד"ק איז מוסיף, אז ער איז מחייב דעם אביון וועט ער מוזן פארקויפן זיין פעלד צו קענען באצאלן, א קנין איז דאך מיט א נעל, שלף איש נעלו, "ואביון בעבור נעלים" א לשון נעל לשון קנין.
די מסדרי הפטורות האבן דאס מסדר געווען אויף פ' וישב ווייל חכמינו ז"ל זאגן אז די פסוק גייט ארויף אויף מכירת יוסף, אזוי שטייט אין פרקי דר' אליעזר פרק ל"ח "ומכרו אותו לישמעאלים בעשרים כסף וכל אחד ואחד (מהשבטים) נטל שני כספים לקנות מנעלים ברגליהם שנאמר על מכרם בכסף צדיק ואביון בעבור נעלים" אין אזוי איז אויך משמע אין תרגום יונתן "וזבנו בהון סנדלין". אין ביאור הרד"ל איז ער מבאר "פשוטו נראה לפי שחשבוהו למתגאה ומבקש ממשלה עליהם, לכן מכרוהו לעבד שישפיל רוחו, ומדמיו קנו מנעלים תחת רגליהם לרמוז ע"ז שראוי להיות שכן לעפר בחייו כמ"ש בפ"ק דסוטה (ה.) שיהי' אדם כקופה הנדרסת".
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ייש"כ מגיני ארץ.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע:אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט דא די שאלה וועליכע הפטרה מען האט געזאגט די וואך שבת קדושים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הלא כבני כושיים ביי אונז.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פעפערקארן האט געשריבן: אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט דא די שאלה וועליכע הפטרה מען האט געזאגט די וואך שבת קדושים

אן [30 עמודים'דיגער] אפהאנדלונג דערוועגן אינעם לוח דבר בעתו תשנ"ז:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=819
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע:אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

שבת האט געהאנגען די מודעה ביי אונז אין בהמ"ד
אטעטשמענטס
20140427_092947.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”