ר' טעבלי איז לכ' אוועק ביים קריג, אבער ער איז דאכט זיך נישט געווען דארט רב, און רוב פלעצער ווערט ער געברענגט אלס דיין אין דוקלא, און אין טייל ערטער אלס אבד"ק. איז צ"ע צו ער איז געווען דארט רב.
יש"כ למעלה משבעים, מיר דארפן זיך אויפשטעלן פאר אייך לויט אלע פוסקים... איך האב שוין געמאכט אביסל סורטש, ווי עס זעהט אויס איז טאקע ר' יחזקאל האלברשטאם געווען דארט רב, וואס עס גייט שוין אריבער עטליכע דורות די רבנות ביז דעם ברידער פון צאנזער רב, ר' אביגדור אבד"ק דוקלא. יש"כ פאר די אינפארמאציע איבער דעם שוחט, אינעם בוך פון הרב הירשפרונג רעדט ער אויך וועגן א שוחט אין דוקלא מיט'ן נאמען ר' חיים [ער שרייבט אבער נישט קיין משפחה נאמען]. די שאלה איז צו עס זענען נישט געווען מער ווי איין שוחט אין דוקלא. וואס איז אייער מיינונג דעריבער איז געווען איינגעפירט אז עס זאל זיין מערערע שוחטים אין די שטעטליך צו נישט?
דער נאמען פונעם בוך פון הרב הירשפרונג איז: "פון נאצישן יאמער-טאל", עמוד 88 עס געפינט זיך אויפ'ן אוצר החכמה. ער רעדט דארט פון די גזירה וואס די נאציס ימ"ש האבן ארויסגעגעבן קעגן שחיטה, און ערב יו"כ האט זיך דער שוחט מוסר נפש געווען, און געגאנגען פון הויז צו הויז שחט'ן די עופות כדי מען זאל קענען מקיים זיין דעם מנהג ישראל פון שלאגן כפרות!
די שוחט האט געהייסען ר' הילל שוחט. רבי טעבעלע איז געווען דיין, ער איז געווען א דערהויבענע יוד, ער איז ארויס געקיקמען מיט א ספר אויפען רמב"ם, אין רבי יחזקאל האלבערשטאם איז געווען רב. דער רבי טעבעלע איז געווען אסאך עלטער פין רבי יחזקעלע, אבער ער איז געווען א צאנזער אייניקעל, אין דיקלע איז געווען אין די צאנזע גלילות איז ער געווארען רב.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
איך ארבעט איצטער אויף א געוויסע ביכל וואס די שטאט דוקלא איז שטארק פארמישט אין איינע פון די פרקים. איך האב אינמיטן ארבעט זיך באגעגנט מיט די פנקס הקהלות פולין וואס גיבט א אויספירליכע באשרייבונג איבער ס'יידישע לעבן אין דוקלא ליינט מיט הנאה אויך לייג איך דא ארויף א בילד פונעם איבערבלייבעניש פונעם ביהמ"ד אין דיקלא היינט צו טאגס
איך בעט אויך ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים איבער דעם "בית היתומים" וואס האט פונקציאנירט צווישן ביידע מלחמות [עס ווערט אויך דערמאנט אין דעם פנקס הקהלות], אפשר איז דא רעקארדס פון דעם? בילדער פון דעם? אדער אנדערע פרטים. ביטע ארויף לייגן מיט דאנק
עס איז מיר וויכטיג צו טרעפן פרטים איבער ר' חיים מיכל הערציג דער ראש הקהל אין דוקלא און "משנה לנשיא" פון חברת מחזיקי הדת. אינעם בייגעלייגטן מודעה פון ה' טבת תר"ע קוקט אויס אז ער איז בערך דעמאלט נפטר געווארן.
בית מסחר היין של מעכיל הערציג.jpg (128.62 KiB) געזען 4323 מאל
להגדיל שמו האט געשריבן:
די רב איז געווען הרב יחזקאל האלבערשטאם זצ"ל, א ברידער פין קאלאשיץ רב, אין די שוחט פראביר איך נאך אויסגעפינען, איך האף אז אויף מארגען וועל איך האבען א תשובה
די וואגשאהל משפחה זענען נעפיוס פון קאלאשיצער רב? אין ספר דברי חנה פון קאלאשיצער רב זעהט נישט אויס אזוי. אפשר נישט אלע וואגשאהלס? אפשר ווייסט איר ווי אזוי ר' שמואל חיים פון מאנסי איז א נעפיו? יש"כ
דער דוקלער רב ר' יחזקאל איז געווען אן איידעם ביי ר' שמואל חיים'ס זיידע ר' יצחק רובין פון צפת