פורל הארבער אטאקע - DEC. 7 1941
די טאג איז געווען 12/7/1941
ביז יענעם טאג איז די אמעריקאנע רעגירונג בלויז געשטאנען פון די זייט, און נישט אנטיילגענימען אין די מלחמה מיט מיליטערישע שריט, נאר ארויסגעהאלפן די בריטישע, און די אויפשטענדלער אין די נאצי אקופירטע לענדער מיט קריטישע כלי מלחמה און תכסיסי מלחמה. אבער זיי האבן נישט אנטיילגענימען אין קיין מיליטערישע אפעראציעס, נישט מיטן שיקען סאלדאטען אויף די פראנט, און נישט מיטן פלאנירען אטאקעס.
במציאות האט אמעריקע דאן בכלל נישט געהאט קיין מילטער וואס וואלט געקענט זיין גרייט צי גיין אין מלחמה, און אין אמעריקע האט די פאלק געוואלט בלייבען אינדרויסען פון די מלחמה, זיי האבען נישט געהאלטן ביים געבען די לעבען פון זיערע מענער, קענדער, ברידערס פאר אפאר איבערן-ים לענדער.
אבער אלעס האט זיך געטוישט יענעם טאג!
יענעם דעצעמבער 7, 1941.
7:48 אינדערפרי האט די יאפאנעזע נעיווי אטאקירט די אמעריקאנע באזע אין פוירל הארבער, האווייאי, מיט א מערדערליכען קראפט און א גוט פלאנירטע און אויסגעארבייטע "פריעמטיוו סטרייק", וואס האט געכאפט די אמעריקאנע פאלק אין א טאטאלען שאק, און אוועקגענימען יעדע ספק פון מלחמה!
---
*** אין די יארן פאר די אטאקע ***
זינט די יאר 1930 האט יאפאן געפירט א מלחמה מיט אירע שכנים וועלענדיג אויפבויען א ריזיגע אימפעריע אין אזיע. יאפאן האט געהאלטען אז אזיע מיז ווערען געפירט דורך אזיאנער, און נישט אז אירופעיאישע מלוכות ווי ענגלאנד און פראנקרייך זאלען הערשען אויף אזיע, (ענגלאנד און פראנקרייך האבן דאן געהערשט אויף גאנץ מזרח אזיע).
אנגעהויבען האט זיך עס מיט א אינוואזיע אין 'מענדשאריע' טשיינע, און במשך די קומענדיגע 10 יאר האבן זיי צוביסלעך איינגענימען מער און מער שטחים פון טשיינע.
די אטמאספער צווישען די מערב וועלט גרויסמאכטן (אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך) מיט יאפאן זענען געווען היבש אנגעצויגען, אבער מען האט גארנישט געטוען עפעס ספעציעל דערוועגען.
אין 1940 האט יאפאן אטאקירט די פראנצויזישע קאלאניע גערופען "פרענטש אינדא-טשיינע" (דאס נעמט אריין חלקים פון די היינטיגע וויעטנאם און קאמבאדיע). די ציל איז געווען צי בלאקירען די סופליי ליפערונגען וואס איז געקומען דורך דארט פון אמעריקע צי טשיינע.
די אטאקע האט אנגעהאלטן בלויז אפאר טעג און געקומען צי א שנעלע ענדע נאך וואס די פראנצויזישע "ווישי" רעגירונג האט געשלאסען א אפמאך מיט יאפאן, אין וואס יאפאן האט באקומען קאנטראל אויף צפון אינדא-טשיינע און אזוי האבן זיי געקענט בלאקירען סופליי צי טשיינע, אריינגערעכענט מלחמה ארטיקלען וואס טשיינע האט געקויפט פון אמעריקע.
די אטאקע האט געברענגט אז אמעריקע זאל ארויסשטעלען א עמבארגא אז מ'זאל נישט מעגען פארקויפען אויל און אנדערע וויכטיגע רויע מאטריאל פאר יאפאן.
וויבאלד יאפאן איז א לאנד וואס איז ארומגענימען פון אלע פיר זייטען מיט ים, ברויכען זיי כסדר צוקימען צו רויע מאטריאלען - א שטייגער ווי אויל, רייז, ווייץ און אנדערע לעבענס וויכטיגע מאטריאלען - פון די דרויסענדיגע וועלט כדי צי קענען אנגיין מיטן לעבען.
אבער מער פון אלעם זענען זיי געווען שטארק אנגעוויזען אויף אויל פאר זייער מלחמה פלענער, די עראפלאנען, טאנקען, טראקס, שיפן, און וויבאלד אמעריקע האט ארויפגעלייגט די עמבארגא האט דאס געמיינט אז לויט'ן חשבון האבן זיי נאר געניג אויל אוועקגעלייגט פאר "צוויי יאר!" אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי קענען זיך געזעגענען פון זייער חלום צי האבן א ריזיגע קעניגרייך איבער גאנץ אזיע.
דעריבער זענען זיי געקומען צום באשלוס אז זיי דארפן באקומען קאנטראל אויף די ריזיגע נאטירליכע קוועלער פון די לענדער "מאלעיע", און די היינטיגע "אינדאנישיע". דאס זענען געווען גרויסע נאטירליכע קוועלער פאר אויל און ראבער, פון די זאכען וואס האט זיך וויכטיג אויסגעפעלט פאר אזא ריזיגע מלחמה מאשין וואס יאפאן האט פארמאגט.
און אנפאנג 1941 האט פרעזידענט רוזוועלט באפוילען אריבערציפירען די פאציפישע קריגס פלאטע וואס איז געווען סטאנציאנירט אין סאן דיעגא, קאליפורניע, צי פורל הארבער, האווייאי. און האט אויך געהייסען אויפבויען א מיליטערישע באזע אין די פילפפינס אינזלען מיטן ציל אז דאס זאל ברעכען יאפאנ'ס ווילען פון פראבירען איינעמען נאך לענדער/אינזלען צי מזרח זייט אינעם פאסיפיק.
יאפאן האט פארשטאנען דעם מעסעדש, אבער זיי האבן זיך נישט דערשראקען... אדרבה, זיי האבן זיך אנגעהויבען גרייטען אויף ערענסט ביזנעס...
יאפאן האט געוויסט אז אויב זיי אטאקירען די בריטישע קאנטראלירטע אינזלען אין יענעם געגענט וועט דאס אריינשלעפען אמעריקע אין א מלחמה מיט יאפאן אויף די זייט פון ענגלאנד, דעריבער זענען זיי געקומען צי א באשלוס אז די בעסטע אויסוועג איז צי צישמעטערען די אמעריקאנע באזע אין פורל הארבער, אין א "פריעמטיוו סטרייק" איידער זיי הייבען בכלל אן א אטאקע אנטקעגען די בריטישע אינזלען, און די אמעריקאנע פיליפפינס אינזלען.
זיי האבן געמאכט דעם פשוט'ן חשבון, אז אויב זיי קענען צישמעטערען די "פאסיפישע פלאטע" וואס איז סטאנציאנירט אין פורל הארבער, וואס דאס איז דאן געווען די איינציגסטע נעווי פלאטע וואס אמעריקע האט פארמאגט אויפן פאסיפיק וואס איז געווען גרייט פאר מלחמה, וועט אמעריקע נישט זיין גרייט צו קענען צוריק אטאקירען פאר א יאר, און אפשר צוויי ביז מען פאריכט די באזע. וואס דאס וועט געבען קריטישע צייט פאר יאפאן צי אויסשטאפירען איר נעיווי מיט מער שיפען און כלי זין, צי זיין גרייט פאר א קאמף מיט אמעריקע.
מען דארף וויסען, אז די גרעסטע חלק פון די אמעריקאנע - יאפאנעזע מלחמה איז געפירט געווארן אויפן ים. דעריבער איז פארשטענדליך אז די וויכטיגסטע זאך וואס סיי אמעריקע און סיי יאפאן האבן געדארפט און אן דעם וואלטן זיי נישט געקענט אנגיין מיט די מלחמה איז געווען די "נעיווי".
די "נעיווי" איז באשטאנען פון א ריזיגע ליסט פון אלע סארט שיפען:
- אנגעהויבען פון די ריזיגע מאיעסטעטישע "עירקרעפט קעריערס" וואס האט על פי רוב געהאט איבער 2,000 סאלדאטען אויף זיך, און איבער 100 עראפלאנען, פון די שיף זענען די עראפלאנען כסדר ארויסגעפלויגען צי אטאקירען דעם שונא.
- "מלחמה שיפן (Battleship)" וואס זענען געווען אויסשטאפירט מיט א מערדערליכען ארסאנעל פון די שטערקסטע קאנאנען וואס האט געקענט שיסען ביז אזוי ווייט ווי 14 מייל! און אויך אנדערע וואפען פאר נענטערע צילען,
- "דעסטרויערס",
- "קרוזערס"
- "סובמארינס"
- "סופליי שיפן",
- "אויל טאנקער שיפען",
- "טראנספארט שיפען" פאר די סאלדאטען,
- און נאך שיפען וואס האבן ציגעשטעלט אלעס וואס האט זיך אויבגעפעלט פאר יעדע אטאקע.
די הויפט ראלע, און די וויכטיגסטע אייטעם איז פארשטייט זיך געווען די "עירקרעפט קעריערס". וויבאלד דאס האט געגעבן די מאכט פאר סיי וועלכע זייט צי קענען אטאקירען דעם שונא סיי וואו, סיי ווען מיט די עראפלאנען, דעריבער איז דאס אייביג געווען די גרעסטע 'טארגעט' פון ביידע זייטען צי פארניכטען דעם אנדערענ'ס "קעריערס".
*** די אטאקע אויף פורל הארבער, האווייאי ***
"נאוועמבער 26, 1941"
יענעם טאג האט זיך ארויסגעלאזט פון יאפאן די "סטרייקינג פארס". די גרופע איז באשטאנען פון נישט ווייניגער ווי 'זעקס' עירקרעפט קעריערס (סתם פאר די פאן, די נעמען זענען געווען "אקאגי, קאגא, סיר-יאא, היר-יאא, שוקאגא, זאקאקא...), און נאך בערך 30 אנדערע מלחמה שיפן.
די עירקרעפט קעירערס האבען געטראגן א ריזען ציפער פון נישט ווייניגער ווי 408 עראפלאנען!!! וואס פון די עראפלאנען זענען 360 געווען וואס האבען געדארפט באמבעדירען פורל הארבער צוטיילט אין צוויי גרופעס, איינס אפגעריקט פון צווייטען מיט ווייניגער ווי א שעה. און די איבעריגע 48 זענען געווען קאמפס עראפלאנען, אפצישלאגען סיי וועלכע קעגנשטאנד פון אמעריקאנע קאמפס עראפלאנען.
די פילאטן זענען געווען פון די בעסטע פילאטען וואס יאפאן האט נאר פארמאגט! די ערשטע גרופע איז געווען די עיקר סטרייקינג פארס, די צווייטע איז געווען אין קעיס מ'דארף ציענדיגען וואס די ערשטע וועט נישט אניאגען.
די גרופעס זענען באשטאנען פון:
** טארפידאו עראפלאנען, געאייגענט צי אטאקירען שיפן, (די פילאטען האבן לויט די וויכטיגקייט פונעם שיף געדארפט באשליסען וועלכע שיף צי אטאקירען, עירקרעפט ערשט, מלחמה שיפן, קרוזערס, דעסטרויערס...)
** דייוו באמבערס, צי אטאקירען בילדינגס, מאגאזינען, באראקען אד"ג.
** פייטער עראפלאנען, צי אטאקירען אין דעמעדשען די מערסטע עראפלאנען שייך וואס זענען געווען פארקירט אינעם עירפארט. און אויך צי באשיצען די באמבארדיר עראפלאנען פון אמעריקאנע פייטער'ס.
"דעסעמבער 7, 1941 - פורל הארבער, האווייאי."
"4:00 פארטאגס"
א אמעריקאנע קרוזער איז געווען ציזאמען מיט נאך אפאר שיפען פאטראלירן די וואסערען אינדרויסען פון האווייאי, ווען פליצלינג האט איין שיף באמערקט א "פארדעכטיגטע זאך" אינעם ים וואס האט אויסגעזעהן ווי א סובמארין וואס איז אויפן וועג אריין צו פורל הארבער.
לויטן פלאן האט נישט געדארפט זיין קיין סובמארינען אין יענעם געגענט, און דער אמעריקאנער אפיציר וואס איז געווען געשטעלט אויף די פאטראל האט באקומען אנווייזונגען "אז יעדע סובמארין וואס שווימט אינדרויסען פון א באשטימטע זאנע דארף מען זינקען". די קרוזער האט געשאסען אויפן סובמארין, אבער האט נישט באוויזען צי צילען, און האט פארלוירען די סובמארין.
"6:37 צופרי"
ווידעראמאל האט איינער באמערקט די פארדעכטיגטע זאך, אבער יעצט איז שוין געווען קלאר אז דאס וואס מ'זעהט איז די "קאנינג טורעם פון א נישט באקאנטע סובמארין", (די קאנינג טורעם, איז מיט וואס א סובמארין קען זעהן וואס טיט זיך העכערן ים).
ווידעראמאל האט דער אפיציר באפוילען צי שיסען אויפן סובמארין... דאס מאל איז עס יא געלונגען, און מער האט מען נישט געזעהן דעם סובמארין. דער אפיציר האט געשיקט א טעלעגראם צי די באזע אז ער האט "אטאקירט, געשאסען, און געזינקען א פארדעכטיגטע סובמארין וואס האט זיך געדרייט אין די נישט ערלויבטע וואסערען".
די סובמארין איז געווען איינס פון פינעף סובמארינען וואס יאפאן האט געשיקט צי פורל הארבער פאראויס פון די אטאקע צי זיכער מאכען אז די אמעריקאנע שיפן אנטלויפען נישט.
אפאר מינוט נאך 7:00 צופרי:
א סאלדאט איז געזיצען ביי איינע פון די נייע אינסטאלירטע ראדאר סיסטעם וואס די ארמיי האט אינסטאלירט קוים א חודש פארדעם, און זיך טרענירט וויאזוי דאס דארף ארבייטען, ווען פליצלינג האט ער געזען אויפן ראדאר אז א ריזיגע גרופע עראפלאנען קומען אין ריכטונג פונעם אינזעל...
ער האט איבערגעגעבען דעם מעסעדש צי זיין אפיציר, אבער יענער האט עס אוועקגעמאכט, זאגענדיג אז ס'איז לכאורה אמעריקאנע B-17 עראפלאנען וואס קומען יעצט אן פריש פון אמעריקע צי פארשטערקערן די באזע, אדער איז עס עראפלאנען פון די אמעריקאנע עירקרעפט קעריערס וואס זענען געווען אינדרויסען אויפן ים דורכפירענדיג טעגליכע עקסערסייזעס.
** 7:48..... די ערשטע אטאקע! **
183 יאפאנעזע עראפלאנען האבן זיך פליצלינג באוויזען דרום זייט העכער האווייאי...
די ערשטע גרופע פון די יאפאנעזע פליגערס איז אנגעקומען צי זייער ציל, און מיט א טויטליכע פינקטליכקייט נאך חדשים טערנירונגען האבן זיי געכאפט די אמעריקאנע סאלדאטען אין טאטאלען סורפרייז!!!!
די גרופע האט אינקלודעט ווי פאלגענדע:
50 'קעיט' עראפלאנען טראגענדיג יעדע איינע 1,760 פונטיגע באמבעס! און 40 עראפלאנען מיט טארפידאס, מיטן ציל צי באמבעדירען און זינקען די מלחמה שיפן און די עירקרעפט קעריערס...
54 'וואל' דייוו באמבערס, טראגענדיג מיט זיך 550 פונטיגע באמבעס, געאייגענט צי באמבעדירען און חרוב מאכען די עירפיעלדס...
45 'מיטזובישי' פייטער עראפלאנען, צי צישטערען די אמעריקאנע פליגערס וואס זענען געווען פארקירט אויף די עירפיעלד'ס...
די יאפאנעזער האבן זיך א לאז געטון אויף זייערע צילען און אנגעזייט חורבן איבעראל, איין שיף נאכען צווייטען. האט אויפגעריסען פון די פינקטילכע טארפידאס, און באמבעס וואס די יאפאנעזער פילאטען האבן איר געשאנקען...
די גאנצע אטאקע האט געדויערט ווייניגער ווי 2 שעה!!! אבער די טרעינינג וואס די יאפאנעזע פילאטען האבן באקומען בעפאר די אטאקע, און די יארן וואס זיי זענען שוין געווען אין מלחמה, האט ציגעגעבן צי די שטוינענדע סוקסעס.
אויך האט די זעלבסט זיכערקייט וואס די אמעריקאנער האבן געהאט אז די אמעריקאנע נעיווי איז די שטערקסטע, (ווי א ניו יארק טיימס העדליין האט זיך געליינט יענעם צופרי "נעיווי סעקראטערי נאקס זאגט אז די יו.עס. נעווי איז די שטערקסטע פון אלע"....) דאס האט אויך שטארק ציגעגעבן אז מ'זאל נישט נעמען ערענסט די סובמארין אינצידענט פון צופרי, און די ראדאר ווארענונג. און דעריבער האט יאפאן געקענט כאפן אמעריקע אין טאטאלען סורפרייז.
די הויפט זאך וואס האט אבער געהאלפן יאפאן כאפן אמעריקע אין סורפרייז איז געווען די געלונגענע שפיל פון די יאפענעזע איינצירעדען די אמעריקאנע רעגירונג ביזן לעצטען מינוט אז "יאפאן וויל פארהאנדען מיט אמעריקע"... פרעזידענט רוזוועלט, און די העכסטע באמטע פון די סטעיט דעפארטמענט זענען געווען פארנימען מיטן אפליינען א לאנגע ענטפער פון יאפאן וואס איז אריינגעקומען ממש געציילטע מינוט פאר די אטאקע האט זיך אנגעהויבן.
מיטאמאל 1:28 וואשינגטאן צייט (7:58 האווייאי צייט), האבן זיי באקומען א מעסעדש פון די הויפט אדמיראל אין האווייאי "Air Raid Pearl Harbor STOP This Is Not A Drill" (ליפט אטאקע אויף פורל הארבער, דאס איז נישט קיין מיליטערישע עקסערסייז)....
---
די אטאקע איז געווען א שטוינענדע סוקסעס פאר יאפאן.
אלעס צוזאמען זענען א ערך פון 2,386 אמעריקאנע נעיווי און מארין פערסאנעל געהרג'ט געווארען, 1,193 זענען פארוואנדעט געווארען,
18 שיפען האבן געזינקען אריינגערעכענט 5 מלחמה שיפן!,
188 עראפלאנען חרוב, און 159 געשעדיגט.
צי אמעריקעס מזל זענען אבער אלע 3 אמעריקאנע פאסיפיק פליט עירקרעפט קעריערס (ענטערפרייז, לעקסינגטאון, סערעטאוגע) - די עיקר טארגעט און סיבה פארוואס יאפאן האט אינטערגענימען די אטאקע - נישט געווען דעמאלטס אין פורל הארבער... זיי זענען געווען איבער 100 מייל אוועק
די קימענדיגע טאג האט פרעזידענט רוזוועלט געבעטען פון קאנגרעס צי דערקלערען מלחמה אנטקעגען יאפאן, א זאך וואס קאנגרעס האט גלייך באשטעטיגט, ענגלאנד האט אויך דערקלערט קריג אנטקעגען יאפאן אינעם זעלבען טאג. 3 טעג שפעטער - דעצעמבר 11 - האט דייטשלאנד און איטאליע דערקלערט קריג אויף אמעריקע, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבען די "וועלט" מלחמה ווען אלע קאנטינענטען זענען געווען אין קריג.
באמת איז היטלער געווען געפערליך דיסעפוינטעט אויף יאפאן פארן זיך נישט רעכענען מיט אים און אים זאגען פאראויס וועגען די אטאקע. היטלער ימ"ש האט געהאלטן אז ווילאנג אמעריקע מישט זיך נישט פערזענדליך אריין אין די מלחמה האט ער נאך א טשאנס צי געווינען, און לויט וויאזוי די מצב איז דעמאלטס געווען איז ענגלאנד געווען צוקלאפט אין צפון אפריקע און איז נישט געווען גרייט פאר א מלחמה מיט דייטשלאנד, און נאר מיט א פאראייניגטע כוח מיט אמעריקע וואלט ענגלאנד געקענט עפענען א מערב פראנט אנטקעגען דייטשלאנד, דעריבער האט היטלער זיך גערעגט פארוואס יאפאן האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די קריג.
יאפאן האט אבער געלאכט פון דעם מטורף אין די פויסטען... זיי האבען געוואלט אריינפליקען א גוטס אין אמעריקע און זיי האבן געהאפט אז אזוי גייען זיי מארשירען צי א זיג, דערווייל האט דער באשעפער געפירט א וועלט... ס'האט טאקע געדוירט 6 ביטערע יאר אבער צום סוף האבן די צינדערס פון די בליטיגסטע מלחמה אין די וועלטס היסטאריע געליטען ביטערע מפלה'ס.
כן יאבדו כל אוביך ה'
אויב האב איך עפעס אויסגעלאזט, ביטע מעלדען, און מ'וועלמיר אי"ה צילייגען.