היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

יא דאס איז עס, אקעגען די בית הקברות.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32197
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

להגדיל שמו האט געשריבן: יא דאס איז עס, אקעגען די בית הקברות.

נישט ממש, ווייל עס איז דער ערשטער הויז אויף וועסט מעיפל, און דער בית הקברות איז נאך פיר הייזער דער אנדערער זייט.

עניוועי, בעק טו יו טאלאנטפולער......
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

האסט מיך געכאפט!;l;p-
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

אורייט חברה. איך האב אנגעהויבן שרייבן וועגן די רעוועלוציע. האופ-פולי עט עס זיין פערטיג בקרוב.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

א גרויסע דאנק טאלאפולער, מזעיט דיינע טאלאנטען, ממש א מחייה יעדע ווארט, קיעפ איט קאמינג.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערשט יעצט אנגעקומען אהער, טאלאנטפולע טאלאנטן, ווען קומט די המשך?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

משטיי מיר מיט אפענע מיילער, אויסגעשפיצטע אויערן, ברייטע הענט, מיט היי ספיד אינטערנעט גרייט אויסצוהערן - אויסצוליינען דיין פארזעצונג
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע:האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

קענט וועיט פאר מאר
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

עס האט זיך פארשלעפט.
איך האף אי''ה צוענדיגן בקרוב די רעוועלוציע.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאלאנטפולער האט געשריבן: עס האט זיך פארשלעפט.
איך האף אי''ה צוענדיגן בקרוב די רעוועלוציע.

איר האלט אימיטען א רעוועלוציע???

ערענסט גערעדט, מיר ווארטן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

ערשט יעצט אריינגעבאמפט אהער און איך האב אנדעקט אמעריקא!...
כאנישט געוויסט אז דיין "דעת" איז גארנישט אזא "עני" ווי די מאכסט אים...
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

די רעוועלאציע נעמט שוין צו לאנג...
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

די אמעריקאנע רעוועלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

די רעוועלוציאנע קריג, ווי אויבן דערמאנט, איז געווען די מלחמה וואס די אמעריקאנע האבן זיך געשלאגן פאר זייער באפרייאונג פון אונטער די ענגלישע הערשאפט. עס איז אבער גאר שנעל פארוואנדעלט געווארן אין א וועלטס קריג. ווען פון איין זייט שטייט די גרעסטע און מאכטפולסטע מלוכה אין די וועלט, 'גרויס בריטאניע', און אויף די צווייטע זייט איז געווען די 13 קאלאניס מיט די הילף פון 'פראנקרייך', 'האלאנד' און 'שפאניע'. (די ענגלענדער האבן אויך געהאט א שיין ביסל זעלנער פון די קאלאניס, וואס זענען געבליבן געטריי צום קעניג).

ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, האט אמעריקע נישט געהאט קיין ארמיי, נאר מען האט צאמגעקראצט פון יעדע שטאט און דארף, זייער פאליציי, וואס זענען פארשטייט זיך נישט געווען קיין געלערנטע קעמפער. און אזוי איז מען איז געגאנגען אין קריג. געלט האבן זיי נישט געהאט. ממילא זענען זיי געווען אויף צרות שוין פון די ערשטע מינוט. ווייל אן געלט האט מען נישט קיין געווער, קיין קליידער, עסן פאר די סאלדאטן, און נאך אנדערע לעבנסוויכטיגע געברויכן.

זעהנדיג אז עס איז נישט קיין תכלית, האט זיך די "קאנטינענטעל קאנגרעס" צאמגעזעצט, און געגרינדעד אן ארמיי. אלס גענעראל האבן זיי געשטעלט "דזשארדזש וואשינגטאן". א דעלעגאט אינעם קאנגרעס וואס האט רעפרעזענטירט 'ווירדזשיניע'.

ווי אויבן-דערמאנט, האט זיך די מלחמה אנגעהויבן ווען די ענגלענדער זענען געווען אויפן וועג חרוב צו מאכן די אמעריקאנע געווער. די מאגאזינען זענען געלעגן אין די שטאט 'לעקסינגאטן' וואס איז נישט ווייט פון 'באסטן'. ווען די ענגלענדער זענען אנגעקומען אהין האבן זיי באגעגנט א נישטיגע 70 סאלדאטן וועם זיי האבן שנעל באזייטיגט, און אריין געגאנגען אין שטאט. דארט האט זיי אפגעווארט א סורפרייז. די אמעריקאנע האבן זיי אפגעווארט און ווי נאר זיי זענען געווען אינעווענדיג האבן זיי אנגעהויבן אריינצוהאמערן אין די ענגלענדער. די ענגלענדער זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז, און ס'האט אנגעהויבן פאלען פון זיי שטיקער. די צוטומעלטע ענגלענדער האבן נישט געהאט קיין ברירה, נאר זיך געמוזט צוריקציען ביז אריין אין 'באסטן'.

ווען די ענגלענדער האבן זיך ענדליך אריענטירט, האבן זיי אנגעהויבן צוריקצושלאגן די אמעריקאנע כוחות. די אמעריקאנע האבן טאקע פארלוירן דעם שלאכט, אבער אויך די בריטישע זענען זייער צושלאגן געווארן דערפון, און געדארפט אויפהערן מיט די אטאקעס.

דאס איז געווען אין די צייט וואס "וואשינגטאן" איז אנגעקומען קיין 'באסטן' איבערצונעמען די לייצעס פונעם קריג. די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז געווען, א קריטישע באשטעלונג פון געווער פאר דעם כמעט אויסגעטריקענטע ארמיי. רוב פון די זאכן איז אים צוגעשטעלט געווארן דורך 'פראנקרייך'.

דאן איז פאר די אמעריקאנע געלונגען צו פארטרייבן די ענגלענדער פונעם גאנצן געגנד. זיי זענען אנטלאפן אריין אין 'קיובעק'.

די אמעריקאנע זענען זיי נאכגעלאפן אהין אויך, אבער דארט האבן שוין די ענגלענדער געהאט הילף פון די קאנאדער. און עס האט זיך אנגעהויבן א ביטערע שלאכט, וואס האט געקאסט פאר די אמעריקאנע גאר אסאך זעלנער. אסאך זענען געשטארבען אין שלאכט, און צוגאב זענען אסאך גענומען געווארן אין געפענגעניש.

די אלע סאלדאטן וועם די ענגלענדער האבן גענומען אין געפענגעניש, האבן זיי ארויפגעלייגט אויף איינע פון זייערע קריגס-שיפן. וואס דארט אינם קעלער איז געווען די טורמע. די מצב דארט איז געווען זייער שלעכט. עס איז געווען זייער צישטופט, קיין דאקטוירים זענען נישט געווען, אויב איז איינער געשטארבען האט געדויערט ארום צעהן טעג ביז די קערפער איז ארויסגעשלעפט געווארן. אלס רעזאלטאט, האבן זיך אלע מחלות געדרייט דארטן. אזש פון יעדע צעהן געפאנגענע, זענען געשטארבן ניין! אין פאקט זענען מער סאלדאטן געשטארבן פון מחלות, ווי עס זענען געשטארבן אין שלאכט. דארט האט זיך אויך אנגעהויבן א סמאל-פאקס אויסברוך.

וויבאלד די ענגלענדער האבן זיך צוריקגעצויגן ארויס פון 'באסטן' האט "האווי", דער בריטישע גענעראל אנגעהויבן אריינצולייגן כוחות אין די געגנטער פון 'נו יארק' – 'נו דזשערסי'. די אמעריקאנע האבן געפירט העפטיגע שלאכטן אין די געגנטער פון 'נו יארק סיטי' און 'סטעטן איילענד'. אבער אן קיין גרויסע סוקסעסן. אין פאקט איז די געוואונס פון די ענגלענדער אין 'נו יארק סיטי' געווען די גרעסטע געוואונס פון סיי וואספארא שלאכט אינעם קריג. 'נו יארק סיטי' איז שוין פארבליבן זייער הויפט באזע ביז נאכן קריג.

די מאראל פון די אמעריקאנע איז אין יענע צייט געווארן זייער צוקלאפט. "וואשינגטאן" האט געטון אלעס אין די וועלט צו הייבן די מאראל פון זיינע קעמפער. אריינגערעכנט ער פלעגט זיי האלטן און איין פארליינען דעם נייעם "דעקלעראציע פון פרייהייט". וואשינגטאן האט זיך פון דעמאלס אן שטארק אננעפאנגען באנוצען מיט די א.ד. פאליציי ארמיי פון די צאמגעקליבענע נישט-מושטירטע זעלנער. ער האט זיי ארויס געשיקט צו טון סאבאטאדזש און צו פירן א גערילע קריג.

ווען די ענגלענדער האבן אין אוגוסט 1776 געלאנדעט 22,000 טרופן אין די 'בעי רידזש' האבן זיי צוריקגעשטויסן די אמעריקאנער צו די 'ברוקלין הייטס' געגנד, אבער דאן איז געשען אן אינטערעסאנטע זאך. דער בריטישע גענעראל "האווי" האט באשלאסן נישט ארויפצוגיין צו די 'הייטס', צו דערשטיקן די אמעריקאנע. ווייל ער האט געהאלטן אז עס וועט אים קאסטן צו סאך נפשות. -הגם ער האט שפעטער מודה געווען אז דאס וואלט געברענגט א סוף צו די מלחמה, און א זיג פאר די ענגלענדער-. דאס האט געגעבן א מעגליכקייט פאר וואשינגטאן צו ארויסצוען זיינע טרופן פון דארט אריבער דעם איסט ריווער אן קיין איינצעלע שאס. ווען "האווי" האט זיך געכאפט אז דאס קען פאסירן, איז שוין געווען צו שפעט.

אין סעפטעמבער 1776 איז אין 'סטעטן איילענד' פארגעקומען שלום געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן. אויף די ענגלישע זייט איז געשטאנען גענעראל "האווי", און אויף די אמעריקאנע זייט איז געשטאנען "דזשאן עדעמס", "בענדזשעמין פרענקלין", און "עדווארד ראטלעדזש". די זיצונג איז פארגעקומען אויף א שטח וואס איז געווען אונטער קאנטראל פון די ענגלענדער. צו פארזיכערן דעם וואוילזיין פון די אמעריקאנע דעלעגאטן, איז איין בריטישע גענעראל אריבער צו די אמעריקאנע זייט אלס משכון. די פראבלעם איז געווען אז ''האווי'ס'' מאכט צו מאכן פאליטישע באשלוסן איז געווען זייער קליין. די געשפרעכן האבן אנגעהאלטן א נישטיגע 3 שעה, און ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם.

נו, אז מיטן גוטן גייט נישט... ווען די געשפרעכן האבן זיך געענדיגט (מיט גארנישט), האט "האווי" פריש אנגעהויבן זיינע אטאקעס אויף די אמעריקאנע. ער האט געלאנדעט פרישע 12,000 סאלדאטן אין 'מאנהעטן', און אן קיין שוועריקייטן איבער גענומען קאנטראל פון די שטאט. די אמעריקאנע זענען אנטלאפן צו די 'הארלעם-הייטס' געגנד. דארט האבן די 1800 אמעריקאנע סאלדאטן אונטער די גענעראלן "נעטעניעל (נתנאל?) גרין" און "איזריעל (ישראל?) פוטנעם", אנגעהאלטן די פאזיציע טראצדעם וואס זיי זענען אטאקירט געווארן פון א בריטישע ארמיי מיט 5,000 סאלדאטן. דאס האט אנגעהאלטן בערך א חודש, נאך א חודש האט "וואשינגטאן" באמערקט אז די ענגלענדער האבן שטילערהייט אנגעהויבן ארומצונעמן זיינע ארמייען פון אלע זייטן. און ער האט זיך געמוזט צוריקציען אריבער דעם איסט ריווער, אריין צו 'ווייט-פלעינס'.

אין 'ווייט-פלעינס' האט "האווי" נאכאמאל געמאכט א שוידערליכן טעות, ווען אנשטאט צו באמבעדירן "וואשינגטאנ'ס" כוחות, האט ער באמבעדירט א... בארג. "וואשינגטאן'' האט אויסגעניצט דעם געלעגנהייט צוריקצוהאמערן אויף די ענגלענדער. ארום 3000 ענלישע סאלדאטן זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש. און די ענגלענדער האבן זיך געמוזט צוריקציען אריין קיין 'מאנהעטן'. (אינטערעסאנט צו באמערקן אז די בריטישע ארמיי האט געהאט מיט זיך א גאנצע שטאב מיט פרויען וואס האבן געדינט אלס דינסטן. געוואשן וועש, ארויפגענייט קנעפלעך אא"וו, אויך האבן זיי געוואשן די טייערע געשיר אין וואס די ענגלישע גענעראלן האבן געגעסן אפילו אויפן שלאכטפעלד).
המשך יבא..
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע:זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

העכסט שפאנענד און אינטערסאנט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שכח פאר די המשך זייער שיין און שפאנענד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער גוט אראפגעשריבן, גיי אן!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח פאר די פארזעצונג, פונקט גוט פאר א שנייאיגע טאג...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

בעסט ריכטיג טאלאנטפול! כשמו כן הוא.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קיינמאל נישט געוואוסט אז די געגנטער וואו מיר זיצן האט אזויפיל היסטארי אונטער זיך.

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

געלעגער האט געשריבן: קיינמאל נישט געוואוסט אז די געגנטער וואו מיר זיצן האט אזויפיל היסטארי אונטער זיך.

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו

איך אויך נישט
קיפ אפ יור גוד ייארק
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

הו הא. ערשט יעצט באמערט דעם אשכול, העמיר שפעטער ליינען אי"ה, אבער נאך פאר וואס ווען ווי קען איך מיר נישט איינהאלטן צו געבן א דאנק פאר די טאלאנטפולע ארטיקלעך וועלכע קוקט אויס זייער באלערנד. יישר כח.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הערשט יעצט געלייענט ביידע פארזעצונגען, זייער אינטערעסאנט. ייש"כ
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע:זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

געלעגער האט געשריבן: קיינמאל נישט געוואוסט אז די געגנטער וואו מיר זיצן האט אזויפיל היסטארי אונטער זיך.

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו

די מער אינטערסאנטע חלק איז, אז אמעריקע איז פאר טויזענטער יארן געווען פארהוילן פון די מענטשהייט. אמעריקע איז א קארגע פאר הונדערט יאר אלט. אבער די היסטאריע פון אמעריקע זעט אויס כמעט עלטער ווי די אייראפישע קאנטינענטן. א וועלט זיך איבערגעדרייט מיט דער אמעריקע, און נישט נאר דאס, נאר די פארוויסטע לאנד, האט זיך ערווארבען פאר די רייכסטע עקאנאמישע באדן אין יארע דריי הונדערט. דאס איז אינטערסאנט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

גאר אינטערעסאנט.
אייביג געוואוסט אז די (נידריגע) אפסטעיט שטעטלעך זענען רייך מיט אמעריקאנע היסטאריע, אבער ברוקלין איז שוין א שטארקע חידוש.
איז דא מקור צי די זאכען?
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

בילדער האט געשריבן: גאר אינטערעסאנט.
אייביג געוואוסט אז די (נידריגע) אפסטעיט שטעטלעך זענען רייך מיט אמעריקאנע היסטאריע, אבער ברוקלין איז שוין א שטארקע חידוש.
איז דא מקור צי די זאכען?

וואס שייך צו ברענגען א מקור? איך וויל נישט לינקען קיין אנדערע וועב-זייטלעך. איך קען דיר נאר פארשלאגן ווי פאלגאנד: אויב ביזטו א ליינער, קוק אריין אין די ביכער, אדער קוק עס נאך אויף וויקיפעדיע. און אויב ביסטו א קוקער, קוק די דאקעמענטריס.
איך פארצייל נישט קיין נייעס. איך ברענג עס נאר אראפ. (אזא כמו דיסטריביוטער).
כך נראה לפי עניית דעתי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”