היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

די אמעריקאנע היסטאריע, איז א רעלאטיוו קליינע היסטאריע. אבער עס פארמאגט שוין פולע ביכער מיט אנגעפילטע בלעטער, וויבאלד זי איז גאר א קאלירפולע און רייכע.  מיטן אויבערשטנס הילף וועלן מיר אביסל דורך בלעטערן דעם נישט אזוי ווייטע פארגאנגענהייט פון אמעריקע.

באמערקונג: אזויווי רוב ביכער וואס באשרייבן די אמעריקאנע היסטאריע (עכ''פ די וואס איך האב געליינט), וועלן מיר אויך צולייגן די זאך לויט די פרעזידענטן. דאס הייסט, מיר וועלן באשרייבן יעדע  פרעזידענט און די געשיכטעס וואס האבן זיך אלס אפגעשפילט ווען ער איז געווען אין אמט.

אבער קודם דארפן מיר וויסן א צווייטע זאך:

וויאזוי אמעריקע איז געווארן א לאנד.

אין די יארן נאך קאלאמבוס האט אנדעקט אמעריקע, האבן אלע גרויסע לענדער געשיקט מענטשן צו די נייע מדינה, צו כאפן מוצה'ס. דארט ווי קאלאמבוס איז אנגעקומען, איז פארשטייט זיך געגאנגען פאר שפאניע. אבער אויך ענגלאנד, האלאנד, פארטוגאל און פראנקרייך  האבן געכאפט שטיקער. (וואס דאס איז די סיבה פארוואס די פיהר שפראכן.שפאניש, פארטוגעזיש, פראנצויזיש און ענגליש, זענען די הויפט שפארכן און די אמעריקאנע לענדער.)

די מענטשן וואס האבן זיך באזעצט אויף די נייע קאנטינענט, זענען געצווינגען געווארן צו צאהלן שטייערן פאר די לענדער צו וואו זייער שטח האט באלאנגט. שפעטער האבן זיך אנגעהויבן פארעמען  פון די אלע שטחים (קאלאניעס בלע''ז) לענדער. א טייל זענען געווען זעלבסשטענדיג, און א טייל זענען ווייטער פארבליבן אונטער די הערשאפט פון זייער בעה''ב.

וויבאלד ענגלאנד האט געהאט א שיינע פאהר מלחמות מיט אנדערע לענדער, איבערהויפט מיט פראנקרייך. האבן זיי  אנגעהויבן העכערן שטייערן אויף די  קאלאניסטן. האט זיך אנגעהויבן א גאנצע סכסוך. די קאלאניסטן האבן גע'טענה'עט, אונז באצאלן שוין אזוי אויך גרויסע שטייערן. אין א דרשה וואס בענדזשעמין  פרענקלין האט געגעבן אין בריטישן פארליעמענט, האט ער ארויסגעברענגט אז  די קאלאניסטן האבן צוגעשטעלט באלד 25,000 מענטשן פארן מיליטער. דאס איז חוץ די פאנדרעיזינג פאר עסן, געלט און קליידער, וואס האט באטראפען אויסטערלישע סכומים. משא''כ די ענגלענדער האבן גע'טענה'עט, אז די מיליטער שיצט דאך ענק. נו באצאלטס דערפאר.

ווען די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים זיך בייגן, האבן די אמעריקאנע געגאנגען, און זיי האבן אויפגעשטעלט די ''קאנטינענטל קאנגרעס''. מיטן ציהל, צו בלייבן אונטער די ענגלישע מלוכה, אבער אלס זעלבסשטענדיגע לאנד.

אין יארע 1773 איז די קאנטענענטל געגאנגען א טריט ווייטער. זיי האבן ארויסגעגעבן א געזעץ וואס האט פארבאטן צו קויפן טיי וואס מ'האט באצאלט דערויף שטייער פאר ענגלאנד. דאס צו דעמאנסטרירן, האבן זיי פארברענט א שיף פיל מיט ענגלישע טיי. דאס איז פאר די בריטישע געווען די שטרוי וואס האט צעבראכן דעם קעמלס ריקן. זיי האבן אויפגעלעזט די קאנגרעס און געמאכט א מיליטערישע הערשאפט איבערן לאנד.

אזוי איז אריבער א תקופה, און ס'האט אויסגעזען פאר ענגלענדער, אז די אמעריקאנע האבן אויפגעגעבן אןיף זייער פלאן. אבער אין יאהר 1775 האט די ענגלישע גענעראל באקומען איפארמאציע אז די אמעריקאנע זאמלען געווער. ער האט אויפן פלאץ  אנגעגרייט א דיוויזע און אהינגעגאנגען חרוב מאכן. די אמעריקאנע האבן אבער שוין געהאט שפיאנאזש און געוואוסט אז ער קומט. האבן זיי אים אפגעווארט מיט א סורפרייז אטאקע אויף צוריק, און אזוי האט זיך אנגעהויבן די רעוועלאציאנע קריג.


אין די פינקלעכע דעטאלן פונעם קריג וועלן מיר נישט אריינגיין, תמצית הדברים איז אז עס איז געגרינדעט געווארן א נייע לאנד, ווואס זיי האבן א נאמען געגעבן:
''די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע''.          
         המשך יבא.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

זייער שיין און טאלאנטפול, קיפעראפ
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

wow קוקט אויס ווי ס'קומט א מייסטערווערק! מיר ווארטן אויפן המשך מיט שפאנונג אינאיינעם!
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

שרייבסט זייער שיין און גוט.
פארוואס נישט אריינגיין אין די דעטאלן פון קריג?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

ווארד האט געשריבן: שרייבסט זייער שיין און גוט.
פארוואס נישט אריינגיין אין די דעטאלן פון קריג?

איך וועל דיר זאגן די ריינעם אמת. איך פערזענליך האב נישט אזא אינטערעסע דערין.
אבער ווער בין איך? אז דר'עולם האט יא אן אינטערעסע, וועלן מיר שרייבן דעוועגן. (ס'איז גראדע זייער אינטערעסאנט

ממילא חשובער עולם, לאזט אייך הערן.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין!! שיינעם דאנק!!

אגב די טיי האט מען נישט פאברענט, נאר מען איז ארויף אויפן שיף - פארשטעלט ווי "נעטיוו אמעריקענס" - און געוואפן די טיי אין ים אריין!! דאס ווערט אין היסטאריע גערופען די "באסטען טי פארטי". ע"ש זה, איז די קאנסערוועטיווע מואוומענט די היינטיגע "טי פארטי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: זייער שיינעם דאנק!!

אגב די טיי האט מען נישט פאברענט, נאר מען איז ארויף אויפן שיף - פארשטעלט ווי "נעטיוו אמעריקענס" - און געוואפן די טיי אין ים אריין!! דאס ווערט אין היסטאריע גערופען די "באסטען טי פארטי". ע"ש זה, איז די קאנסערוועטיווע מואוומענט די היינטיגע "טי פארטי".

חלק א' ביסטו גערעכט. אז מ'האט עס געזונקען.

די היינטיגע טי פארטי, איז אבער ע''ש א צווייטע געשיכטע. יענץ איז געווען א "שוחד סקאנדאל" אין 1920. ועוד חזון למועד.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האלט זיך ביי מיינעם, איבערן נאמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

צדקה ממנו. איבערגעקוקט און געזען אז אייך זענט גערעכט.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאלאנטפולער האט געשריבן: צדקה ממנו. איבערגעקוקט און געזען אז אייך זענט גערעכט.

שרייבט נאר ווייטער! מיר האבן שטארק הנאה. פיינע סאבדזשעקט, פיינע שרייבער!!

#קיפאיראפ
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע:דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

פיין געשריבן

קענסט אביסל אויסברייטערן די סוגיא פון די מלחמה, די זיגן און פארלוסטן, די ערשטע מיליטער וואס נוצט קאמפלוזש קליידונג, וכו' (וואשינגטאן מיט די מנורה...)

דאס איז מיין אפיניען

הק' בערקא
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

מיר האבן שטארק הנאה
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע:זעסט מיך נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגזאן »

א גרויסן יישר כח טאלאטפולער מיר ווארטן מיט שפאנונג אויפן המשך.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שיינעם דאנק טאלאנטפולער, שפאנונג און איך ווארטן אויפן פארזעצונג.

---
מען זעהט פון די ערשטע פאר תגובות דא אז איינס פון אייערע טאלאנטן איז "מודה על האמת".
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע:האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

זייער שיין
אויב ביטע אז די קענסט יא אריין אין דיטעלס
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מלא טעם, א שיינעם דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

טאלאנטפולער האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן: שרייבסט זייער שיין און גוט.
פארוואס נישט אריינגיין אין די דעטאלן פון קריג?

איך וועל דיר זאגן די ריינעם אמת. איך פערזענליך האב נישט אזא אינטערעסע דערין.
אבער ווער בין איך? אז דר'עולם האט יא אן אינטערעסע, וועלן מיר שרייבן דעוועגן. (ס'איז גראדע זייער אינטערעסאנט

ממילא חשובער עולם, לאזט אייך הערן.

יאפ מיר וואלט עס געווען זייער אינטערסאנט...
טאלאנטפולער האט געשריבן:

ווען די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים זיך בייגן, האבן די אמעריקאנע געגאנגען, און זיי האבן אויפגעשטעלט די ''קאנטינענטל קאנגרעס''. מיטן ציהל, צו בלייבן אונטער די ענגלישע מלוכה, אבער אלס זעלבסשטענדיגע לאנד.




קודם א דאנק, שיינע נושא!

ווען די זאגסט דא 'אמעריקאנע' וועם מיינסטי? ווער איז געווען אינטער די נאמען אמעריקע? עס איז דאך געווען פיר לענדער ווי די דערמאנסט, וואסערע גרופע איז געווארן אמעריקע?
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

בשעת די קריג איז די דעמאלסטיגע גענעראל וואשינגטאן (ער האט אזוי געהייסן נאכן וואשינגטאן ברידזש...) איבערגעשלאפן א נאכט נישט ווייט פון די אידישע מאנסי.

קיפ אפ מיט די ארטיקלעך, עס איז דא אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

מייקראסאפט האט געשריבן:
קודם א דאנק, שיינע נושא!

ווען די זאגסט דא 'אמעריקאנע' וועם מיינסטי? ווער איז געווען אינטער די נאמען אמעריקע? עס איז דאך געווען פיר לענדער ווי די דערמאנסט, וואסערע גרופע איז געווארן אמעריקע?

ווען איך שרייב אמעריקאנע, מיין איך די 13 קאלאניס. די שפעטערדיגע לאנד ''אמעריקע''.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

הישט געוויסט ביז איצטער וואס פארא טאלאנט דו פארמאגסט, קודם האבעך געמיינט אז לכתחילה איז די שרייבער(טעיק איט עז ע קאמפלימענט), מיר ווארטן שוין אויף נאך.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער שיין ר' טאלאנטפולער! זיי ממשיך.

לכתחילה, אויב ווילסטו בלייבן אויפן אויבנאן דארפסטו זיך אינטערגארטלען...
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

ידיד האט געשריבן: זייער שיין ר' טאלאנטפולער! זיי ממשיך.

לכתחילה, אויב ווילסטו בלייבן אויפן אויבנאן דארפסטו זיך אינטערגארטלען...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע:אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

זייער שיין. קיפ איט אפ.
איך וואלט עפרישיעטעד מער דעטאלען.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכאורה האט געשריבן: א שיינעם דאנק טאלאנטפולער, שפאנונג און איך ווארטן אויפן פארזעצונג.

---
מען זעהט פון די ערשטע פאר תגובות דא אז איינס פון אייערע טאלאנטן איז "מודה על האמת".
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בילדער האט געשריבן: בשעת די קריג איז די דעמאלסטיגע גענעראל וואשינגטאן (ער האט אזוי געהייסן נאכן וואשינגטאן ברידזש...) איבערגעשלאפן א נאכט נישט ווייט פון די אידישע מאנסי.

איך ווייס נישט אויב דאס איז עס, אבער ס'איז דא א הויז אין סאמען טשאלענט טאפ פון מאנסי, אויף וועסט מעיפל עוועניו, וואס אונז האמיר אלץ קינדער אייביג געוואוסט אז מ'מעג עס נישט אראפהאקן, ווייל איינער פון די ערשטע אמעריקאנער פרעזידענטן זענען דארט איינגעשטאנען.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”