בלוט'ס טראפ אין אייער

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טייטל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

בלוט'ס טראפ אין אייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אפשר קען איינער אנווייזען א מקור צו וואס איז באוויסט, אז א בלוט'ס טראפ נאכן קאכען גייט עס אריבער פון די געלע צו די וואסע?
ייש"כ
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע:נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

מקור אויף די מציאות?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אליין געזעהן
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
טייטל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

מקור אין הלכה, דהיינו אז אויב מ'האט איבער געקוקט אויף די ווייסע און מ'האט נישט געטראפען איז עס בחזקת כשר (פארשטייט זיך איך רעד פון אייער וואס ס'דא אויף זיי א חשש זיי זענען נישט מספנא דארעא, ואכמ"ל)
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אביסל קלארער, ס'גייט נישט אריבער, נאר, די בלוטס טראפ ליגט צוגעקניפט צום געלכל, ווען ס'איז רוי דאן איז די ווייסעכל א רינענדיגע זאך ווי וואסער, און די געלעכל איז א קלעבעדיגע צוזאמעגענומע גוש, און די בלוט טראפ ליגט אויפן געלכל, און ווען די איי ווערט הארט און די ווייסעכל נעמט ארום די געלעכל פון אלע זייטן מיט א הארטקייט, אויטאמאטיש ווערט די בלוט צוגעקלעבט צום נייעם שכן דער ווייסעכל.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

טייטל האט געשריבן: מקור אין הלכה, דהיינו אז אויב מ'האט איבער געקוקט אויף די ווייסע און מ'האט נישט געטראפען איז עס בחזקת כשר (פארשטייט זיך איך רעד פון אייער וואס ס'דא אויף זיי א חשש זיי זענען נישט מספנא דארעא, ואכמ"ל)

פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט וואס די זאגסט. (קרעדיט מגילות אסתר מיט געזאנג)
עס האט נישט גארנישט מיט די ווייסע אדער געלע, עס איז דא א הלכה אז א בליץ טראפ ווערט בטל מיט רוב, איז אויב האסטו געקאכט דריי אייער אין איין טאפ איז נישטא וואס צי קיקען.
עס איז דא היינט פרומע וואס קוקען יא, אבער דאס האט נישט קיין מקור אין הלכה
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

להגדיל שמו האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן: מקור אין הלכה, דהיינו אז אויב מ'האט איבער געקוקט אויף די ווייסע און מ'האט נישט געטראפען איז עס בחזקת כשר (פארשטייט זיך איך רעד פון אייער וואס ס'דא אויף זיי א חשש זיי זענען נישט מספנא דארעא, ואכמ"ל)

פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט וואס די זאגסט (קרעדיט מגילות אסתר מיט געזאנג)
עס האט נישט גארנישט מיט די ווייסע אדער געלע, עס איז דא א הלכה אז א בליץ טראפ ווערט בטל מיט רוב, איז אויב האסטו געקאכט דריי אייער אין איין טאפ איז נישטא וואס צי קיקען.
עס איז דא היינט פרומע וואס קוקען יא, אבער דאס האט נישט קיין מקור אין הלכה

א איי וואס מען האט געטראפן א בליץ טראפ איז די גאנצע איי טריפה.
בטל ברוב איז נאר ווען עס איז אויסגמישט און מען קען עס נישט טרעפן.
וואס האט דאס יא קוקן אדער נישט קוקן, מיט דעם צו עס איז דא דריי אייער אדער נישט.
---
בקיצור: עס פארלאנגט זיך א ביאור באריכות. בפרט אויב עסט מען ארגעניק אייער, וואס ווערט היינט שטארק פארקויפט.

מסתמא אויסגעריטערהייט וועט להגדיל זיך בעסער מסביר זיין.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

דאס פארשטייט זיך אז טאמער מען קוקט און מען טרעפט א בליץ טראפ טאר מען עס נישט עסען.(אזוי ווי א דבר שאין מקבל טמאה, ודו"ק.)
נאר איך האב גערעדט אז מען דארף נישט קוקן. אויב מען האט געקאכט דריי אייער אויף איינמאל, ווייל די הלכה איז אז אויב עס איז געקאכט ווערט עס בטל ברוב.

געשריבען אויסגעריטעהייט
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
טייטל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אלץ פיין און וואויל, אבער איך פרעג לענין די עצם זאך אס מ'קען זיך פארלאזען אז ס'איז אריבער צו די ווייסע, ד.מ. אויב מען האט געקאכט איין איי, און ס'איז ארגעניק, און ע"פ הלכה דארף מען בודק זיין, צו מ'קען זיך פארלאזען אויב מ'האט גארנישט געטראפען צווישען די ווייסע און די געלע אז די איי איז ריין און ס'איז מותר באכילה, אדער מ'דארף אויך בודק זיין אינעוויניג פון די געלע. (נאך אמאל: א מקור אין הלכה, אז מ'קען פארלאזען אויף די מציאות)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להגדיל שמו האט געשריבן:
עס איז דא היינט פרומע וואס קוקן יא

בעיני ראיתי כ"ק מרן ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל באקוקן די אייער ביום השב"ק ביים טיש.

אין הלכה שטייט שוין אזוי אין רמ"א סי' ס"ו סי' ח':
"וכן א"צ לבדוק הביצים אם יש בהם דם דסומכין על רוב ביצים שאין בהם דם (הגהות מיימוני הובא בב"י) ומכל מקום נהגו להחמיר כשעושין מאכל עם ביצים ביום שרואין אם יש בהם דם (א"ו הארוך הובא בד"מ)".

ועיין יד אפרים על מנהג האר"י ז"ל.

היינט איז למעשה גרינגער חוץ ביי ארגאניק, והדברים ארוכים וערוכים בשו"ע ונושאי כלים עיי"ש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

להגדיל.

צו שארף.

מען דארף נישט בודק זיין אפילו ווען מען קאכט איין איי.

און דאס איז די טעם פארוואס רוב קאמפאניס זענען נישט בודק.

אפילו אויף א מיעוט שאינו מצוי האבן אידן זיך געפירט מחמיר צו זיין, ערליכע אידן האבן אמאל אויך מקפיד געווען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

פין ווי ווייסטו?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איך גלייב נישט אז ווען אן אייער האט געקאסט אזויפיל וויפיל עס קאסט היינט א פארקינג טיקעט, האט מען אויך געקוקט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להגדיל, איר דינגט אייך מיטן רמ"א?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3367
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

farshlufen האט געשריבן: להגדיל, איר דינגט אייך מיטן רמ"א?

אין רמ"א שטייט אז מען זאל יא קוקן? אויב יא שריי איך הויך חזור בך
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

טייטל האט געשריבן: אלץ פיין און וואויל, אבער איך פרעג לענין די עצם זאך אס מ'קען זיך פארלאזען אז ס'איז אריבער צו די ווייסע, ד.מ. אויב מען האט געקאכט איין איי, און ס'איז ארגעניק, און ע"פ הלכה דארף מען בודק זיין, צו מ'קען זיך פארלאזען אויב מ'האט גארנישט געטראפען צווישען די ווייסע און די געלע אז די איי איז ריין און ס'איז מותר באכילה, אדער מ'דארף אויך בודק זיין אינעוויניג פון די געלע.(נאך אמאל: א מקור אין הלכה, אז מ'קען פארלאזען אויף די מציאות)

יעצט געכאפט דיין שאלה, הייסט עס האסט געקוקט צווישן די געל און די ווייס און ס'איז ריין, נאר דיין שאלה איז צו מ'דארף אריינקוקן אינעווייניג אין די געל אריין.. גוט פארשטאנען?
אויב יא דאן גלייב איך אז די תירוץ איז ניין, ס'נישטא אזא מציאות אז די בלוט גייט אריין אין די געל, עס איז אייביג אויף די געל און געווענליך נאכן קאכן כאפט ער זיך אריבער צום ווייס, אבער אריינשפרייזן אין די געל אריין מיין איך אז ס'נישטא אזאנס...!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

להגדיל שמו האט געשריבן: פין ווי ווייסטו?



איך געדענק, מיין טאטע געדענקט, וואס נאך?


א זאך וואס אידן פירן זיך מחמיר צו זיין, רייס נישט ארונטער.


עס איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז יראי השם זענען מחמיר מסנן צו זיין די וואסער אפילו מען איז נישט מחיוב, ועוד ועוד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

להגדיל שמו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: להגדיל, איר דינגט אייך מיטן רמ"א?

אין רמ"א שטייט אז מען זאל יא קוקן? אויב יא שריי איך הויך חזור בך

ער שרייבט דאך אז בדאפשר נהגו להחמיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע:אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

די בלוט'ס טראפ וועט אייביג זיין פון אויבן, ביי א רויע אייער.
און ביי געקאכטע צווישען די ווייסע און געלע. איך רעד פון עקספיריענס
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין גליון הליכות החיים פון סקווירא לויפט איצט א קאלום פון בלוטס-טראפ הלכות, בין הדברים שרייבט ער:

(בפרט היינטיגע צייטן, וואס ע"פ חוקי המדינה ווערן אלע אייער איבערגעקוקט דורך א מאשין פאר'ן פארקויפן צו זען צי ס'האט דערין בלוט)


ימחול לי כבוד הרב הכותב אלף פעמים, אבער די מציאות איז נישט אזוי, די בעסערע גרעידס ערלויבן טאקע נישט קיין בלוטס טראפן אבער עס ערלויבט אויסצומישן ביז 13 פראצענט פון די נידריגערע גרעידס מיט בלוטס-טראפן ביז אן אכטל פון אן אינטש גרויס.
לייענט דא און דא
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ר' פישעל
ער שרייבט דאך מפורש אז
דער מנהג אבער בכל תפוצו ישרא' איז מחמיר זיין און איבערקוקען וכ'

וועט דאך קיין מכשול נישט קומען על ידו
און מעורר זיין הרב ראזענפעלד שליט"א אויף דעם מציאות הדברים איז דאך נישט
דאס פלאץ דא
אויפען לעצטען בלעטעל איז דא א פעקס נומער ווע מען קען שיקען הערות
און דער וואס איז רגיל און דעם גליון ווייסט אז ער מאכט זיך וויסענדיג


ואולי איז דאס געווען א לשון מושאל אויף לא ספני מארעא וואס מען קען נישט
ניצען אין א גליון וואס קומט אן צי אזעלכע וואס דארפען נישט וויסען וואס דאס מיינט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


טייטל
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

אפשר האט ער געשיקט צו יענע פעקס אויכעט? און דא עס צוגעלייגט כדי צו רייך מאכן דעם אשכול?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

טייטל האט געשריבן: אפשר האט ער געשיקט צו יענע פעקס אויכעט? און דא עס צוגעלייגט כדי צו רייך מאכן דעם אשכול?

זאג מיר
מיט וויפיל ביסט דו קלוגער געווארען?
די פארשטייסט אפשר רעגירונג זשאראגאו
רוב עולם דא וגם אני בתוכם נישט
וואס איז דער % מעגליכקייט PROBABILITY אס עס דא א בליץ טראפיג איי אין דיין פעקעל אייער ?
13% נידעריגערער גרעיד מיינט ניט 13% בליץ טראפ עס קען זיין נידעריגער מכח אנדערע סיבות
און עס מיינט אויך נישט אז אין יעדע פעקעל איז דא 13% שוואכערע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

farshlufen האט געשריבן: אין גליון הליכות החיים פון סקווירא לויפט איצט א קאלום פון בלוטס-טראפ הלכות, בין הדברים שרייבט ער:

(בפרט היינטיגע צייטן, וואס ע"פ חוקי המדינה ווערן אלע אייער איבערגעקוקט דורך א מאשין פאר'ן פארקויפן צו זען צי ס'האט דערין בלוט)


ימחול לי כבוד הרב הכותב אלף פעמים, אבער די מציאות איז נישט אזוי, די בעסערע גרעידס ערלויבן טאקע נישט קיין בלוטס טראפן אבער עס ערלויבט אויסצומישן ביז 13 פראצענט פון די נידריגערע גרעידס מיט בלוטס-טראפן ביז אן אכטל פון אן אינטש גרויס.
לייענט דא און דא


געכאפט א שנעלען בליק אין די לינקס ומבואר אז פון די 13% שוואכע גרעיד טאר נישט זיין מער ווי 1% צוליב בלוט טראפן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

במציאות גלייב איך נישט אז מען טרעפט איינס פון הונדרעט מיט א בלוט טראפ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”