זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איך זעה אז ס'דא אזעלכע וועלכע זענען אביסל צומישט איבער די ענין פון מעדיטאציע, עבודה זרה, בודדהא, און הינדואיזם, וועל איך פרובירן קלאר מאכן.

דאס ווארט 'מעדיטאציע' איז טייטש 'focusing' אדער 'קאנצעטרירן', ד.ה. אז מ'נעמט א געוויסע נקודה וואס מ'גלייבט דערין אבער מ'האט נישט קיין הוכחות דערצו, מ'קאנצעטרירט דערויף אזוי שטארק און אזוי לאנג ביז ס'ווערט א טייל פונעם מענטש. דאן איז עס שוין אזא קלארע זאך ביים מענטש אז ער דארף מער נישט קיין הוכחות דערצו, ער פילט עס אין אלע רמ"ח איברים זיינע. יעצט, דער טעכניק איז שוין גאר אן אלטער, און אלע רעליגיעס (אריינגערענט אידישקייט) נוצן דאס יעדער אויף זייער אופן, און יעדער נוצט עס אויף זייערע אמונות. דער טעכניק בעצם האט אבער גארנישט מיט עבודה זרה אדער רעליגיע צוטון, מ'קען עס אפילו נוצן אויף אומרעליגיעזע אמונות אויך.

יעצט לאמיר צוריקגיין א מינוט פון וואו די צומישעניש קומט, כ'על צאמווארפן אפאר פאקטן שלא על הסדר אז מ'זאל כאפן וואס גייט דא פאר. הינדואיזם איז די רעליגיע פון די אינדיאנער (די עכטע אינדיאנער, נישט די אמעריקאנע), און ביי זיי שפילט תפילה און מעדיטאציע א צענטראלע ראלע. אויב ביי אונז זענען די שולן אנגעפילט מיט לומדי תורה, זענען זייערע טעמפלס להבדיל פול מיט 'מעדיטירער', מ'זיצט און מ'קאנצעטרירט זיך בדבקות (פרעג מיך נישט אויף וואס ווייל איך ווייס נישט). סידדהאטא גואטאמא איז געווען אן אינדיאנער פרינץ וועלכע האט געלעבט מיט ארום 2,500 טויזענט יאר צוריק, און ער איז אופגעקומען מיט א פסיכאלאגישע מהלך החיים וויאזוי א מענטש קען פטור ווערן פון ווייטאגליכע געפילן. אזויווי ער איז דאך אויפגעוואקסן אלס א הינדו איז רוב פון זיין דאס געבויעט אויף הינדואישע מושגים, און נישט נאר וואס ער האט זיך אסאך באנוצט מיט מעדיטאציע אין זיין נייע רעליגיע, ער האט עס נאך ארויפגעשטעלט אויף פיל א חשובערע ארט אזש זיין נייע רעליגיע איז געווארן סינאנים מיט מעדיטאציע. זיינע נאכפאלגער האבן איהם שפעטער באטיטלט מיט'ן נאמען 'דער בודהא' וואס טייטשט 'The enlightened one' אדער 'דער חכם', און פון דארט שטאמט דער נאמען בודדהיזם. ס'נישט וויכטיג אריינצוגיין אין די חילוקים צווישן הינדואיזם און בודדהיזם, אזויפיל וועל איך נאר זאגן אז אין הינדואיזם טראגט דער בודדהא אזא חשיבות בערך ווי יאשקע טראגט ביי אונז, די הינדוס האלטן אז ער איז געווען א שליח פונעם שטן צו פארפירן מענטשן. יאשקע האט טאקע געבויט רוב פון זיינע שיטות אויף אידישקייט, אבער יעדער פארשטייט אז ס'האט מיט אידישקייט קיין שייכות, די זעלבע איז לגבי בודדהיזם. יעצט מ'קען דן זיין צו דער בודדהא אליינס האט געגלייבט אין א גאט אדער רוחניות, גערעדט דערפון האט ער קיינמאל נישט אפילו ברמיזה, אין די וועלט פון רעליגיעס ווערט בודדהיזם באצייכנט ווי אן אטאיסטישע רעליגיע. פארוואס ווערט עס אנגערופן א רעליגיע? אין די טעכנישע זין פונעם ווארט מיינט רעליגיע א 'מהלך החיים' א וועג פון לעבן וואס פירט (כלומר'שט) צום תכלית הנרצה, און בודדהיזם פאלט אריין אין דעם קאטעגאריע. דאס וואס מ'זעהט אז געוויסע בודדהיסטישע סעקטעס האבן גרויסע סטאטוען פונעם בודדהא און זיי בוקן זיך צו איהם און זיי טוען געוויסע רעליגיעזע עבודות ארום דעם מיינט נאכנישט אז זיי דינען בודדהא, די בודדהיסטן גלייבן נישט עכט אין השארת הנפש, דער בודדהא איז געשטארבן און ער עקזיסטירט נישט מער. ס'איז מער אן ענין פון כבוד הרב און זיך מדבק זיין אין זיינע תורות, אז בודדהא זאל זיי קענען עפעס העלפן פונעם עולם העליון מאן דכר שמיה, זיי גלייבן ניטאמאל אין די אלע זאכן.

לסיכום: א. מעדיטאציע איז פארשפרייט געווארן אין דער סעקולארע וועלט דורך בודדהיזם (איינס פון די איינציגסטע דריי רעליגיעס וועלכע זענען אקטיוו צו פארכאפן מענטשן) וועלכע האט עס גענומען פון הינדואיזם, הינדואיזם איז עבודה זרה, בודדהיזם איז נישט.

ב. מעדיטאציע קען גענוצט ווערן אויף וואס מ'וויל, אידישקייט, עבודה זרה, און אפילו סתם שטותים.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

חלב ישראל האט געשריבן: איך זעה אז ס'דא אזעלכע וועלכע זענען אביסל צומישט איבער די ענין פון מעדיטאציע, עבודה זרה, בודדהא, און הינדואיזם, וועל איך פרובירן קלאר מאכן.

יישר כח פאר די געוואלדיגע קלארע דיבורים,
וועלעכע זענען די דריי? און אויב ס'איז נישט קיין רעליגיעזע גלויבן וואס איז זייער אינטערעסע צי פארכאפן מענטשן?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קאנטרי מאוד האט געשריבן: וועלעכע זענען די דריי?
נצרות, איסלאם, און בודהיזם.

קאנטרי מאוד האט געשריבן: און אויב ס'איז נישט קיין רעליגיעזע גלויבן וואס איז זייער אינטערעסע צי פארכאפן מענטשן?

ווייל זיי זענען איבערצייגט אז זיי פארקויפן די אמת'ע גליק, ס'דרייען זיך ארום אלע סארטן גרופעס וואס זוכן צו פארכאפן מענטשן, רעפאבליקאנער, דעמאקראטן, flat earthers, יעדע אדווערטייזמענט פרובירט דיך צו פארכאפן אין וואס ער וויל דו זאלסט מיינען וועט דיך ברענגען דעם אמת'ע גליק.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

נשמה האט געשריבן: הערליך מתבונן.
זייער שיין.
און אויך די ווארט וואס דו שרייבסט:
'א מענטש מעג בלייבן ביים וועלן' איז געוואלדיג. ווייל קיינער זאגט נישט אז מ'טאר נישט וועלן אז אלעס זאל גיין. נאר מ'דארף בלייבן ביים וועלן און שוין. יעצט פארשטיי איך שוין די פאלגענדע ווארט:
"מעגסט וועלן"
ס'איז אן עמקות, איך מעג וועלן.
און איך ס'מיינט נאכנישט אז ס'מוז אזוי גיין.
כעס איז איין ווארט:
מיט א זעץ אויפן טיש
"פארוואס גייט נישט וויאזוי איך וויל"
אזוי ווי א מענטש וויל אויפהייבן א ליידיגער גלעזעל פון טיש, און בשעת'ן אויפהייבן חלומ'ט ער נישט אז די גלעזעל איז צוגעקלעבט צום טיש דורך קאווע, איז ער ווען ער זעהט אז ס'גייט נישט, געט ער עס א שטערקערע שלעפ, אט דאס איז די נקודת הכעס.
כעס איז שטראם וואס שטארקט זיך אויף שוועריגקייטן וואס האלטן צוריק די ציהלן פון א מענטש. נאר ס'איז פשוט, ווי מער 'מ'וויל' אז אלעס זאל קלאפן, ווי מער ס'גייט אין לעבן אז אלעס זאל פארן, למשל מ'וויל כאפן די באנק און א קאר קולעצט פגע'דיג פארנט פון מיר, רעגט עס אפילו א געווענליכער רואיגער מענטש. רוקט דיך שוין! יא! אייביג מעגסטו חלומ'ן אבער יעצט יאג איך מיך.
די נקודת הכעס איז די צוריקהאלט צום כח הרצון פון א מענטש. איך וויל און יענער שטייט מיר אין וועג. ס'שפעט, איך יאג מיך, און די רביצין איז נאך פארנומען מיטן טיכל. דהיינו זי האלט מיך צוריק פון מיין גאנג, וואס געשעהט? א ניוראן פייערט.

א מענטש האט א כח וואס טרייבט איהם. און אויב האט דער כח, א כח נגדי, שטארקט זיך דער כח נאך שטערקער כדי בייצוקומען שוועריגקייטן.
און דאס אליין איז א גוטער זאך, אסאך מאל שלעפט א מענטש א באנק, דער באנק האנקעט אן ערגעץ, קומט דער כח און דער מענטש געט א שלעפ מיט כח, דער כח איז די נקודה פון כעס. ס'איז א גוטע זאך. די זאך אז מ'בלייבט מיט די כעס דאס איז דער פראבלעם. די נקודה פון כעס פייערט, מ'דארף עס אבער אסך מאל איינשטילן.
בקיצור דאס איז זיכער אז ווען ס'גייט נישט וויאזוי מ'וויל און מ'רעגט זיך מיינט עס אין א געוויסן זין אז איך נעם נישט אן השי"ת געהעריג..
למשל אז מ'רעגט זיך אז די וועטער איז נישט וויאזוי מ'האט געוואלט.

מ'קען נאך אסאך ארומרעדן אין פארשידענע קוק ווינקלעך, ווי למשל אז כעס איז אסאך מאל יא א גוטע זאך. ס'דאך א נאטור וואס ס'דא אינעם מענטש, דארף מען עס אויסנוצן צום גוטן.
כעס איז פייער. כעס איז די אויפפלאקערונג פון ענערגיע. דערפאר א מענטש וואס איז א בעל כעסן קאכט מער פארן אייבערשטען.

בקיצור דאס איז איינמאל זיכער אז מ'טאר זיך נישט רעגן פארוואס ס'רעגנט... פארוואס בלוזט יעצט... דער אייבערשטער פירט עס און שוין...
בקיצור מ'קען נאך מדייק זיין א היפשע פאר דיוקים. און דאכט זיך אז נישט יעדע כעס קומט פון גאוה. נאר די כעס וואס א מענטש רעגט זיך פארוואס ס'גייט נישט וויאזוי ער וויל, דאס איז גאווה...

נראין הדברים טאקע אז דער ענערגיע שטרום איז דער שורש נקודת הכעס, אבער ס׳בכלל נישט קיין כעס (נאר לכאורה גאר א גוטע מאטיוואציע).

דער נקודת הכעס לדעתי איז ווען ס׳איז דירעקטעד צו א ענין וואסיז נישט ביכלתו צו קאנטראלירן... איי דאן פ״וו פייערט די ענערגיע? (אויב וועליך באמערקן אז די גלאז איז נישט צוגעקלעפט צום טיש נאר גאר אריינגעבויט, למשל, אינעם טיש, וועליך עס אפלאזן, נישט געבן א שטערקערע שלעפ...) נאר ווייל סוב-קאנטשוס איז פארהאן דער בעליף (גאווה) אז עריז ביכולת צו טוישן דעם מציאות... און ווען דער ענערגיע שטרום האט נישט ווי צו גיין בלייבט עס סטאק אינעווייניג, און אט דאס איז דער געפיל פון כעס.
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע:קדש ברנע

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

קען איינער צאמשטעלן א פידיעף פון די ארטיקלעך ביז אהער?
שכח למפרע
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

בן צורישדי האט געשריבן: קען איינער צאמשטעלן א פידיעף פון די ארטיקלעך ביז אהער?
שכח למפרע

גא"מ לבקשה
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

צד תמות האט געשריבן:

גא"מ
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)

איך שיהיה האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:
בן צורישדי האט געשריבן: קען איינער צאמשטעלן א פידיעף פון די ארטיקלעך ביז אהער?
שכח למפרע

גא"מ לבקשה

גא"מ

אולי ירחם
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך האב נישט לאנג צוריק בייגעוואוינט א היפנאזיע שאו, כ׳מוז זאגן, ס׳געווען גאר אינטערעסאנט! מיין וואונדער איז אבער פארשטייט זיך גאר גרויס. וויאזוי ארבעט עס? אויב איז עס פשוט א שטארקע השקטה, דאן וויאזוי קענען עס די חברה מאכן אויף א צווייטן ממש אין אונטער א מינוט? ווען איך פארשטיל מיינע כוחות נעמט עס צייט, און ווען איינער וועט רעדן צו מיר וועט עס מיר נאר שטערן. סאו וויאזוי ארבעט עס אז מ׳היפנאטיזירט יענעם אזוי שנעל, אויף אזוי לאנג, בשעת וואס דער היפנעטייזער רעדט אגאנצן צייט?

ס׳מיר אויך אויסגעקומען צו הערן א דרשה פון ר׳ יוסף מזרחי ווי ער טענה׳ט אז היפנאסיס איז מעורר ממש די אינערליכע נפש פונעם מענטש און מ׳קען ממש ערוועקן זכרונות פון א פריעדיגע גלגול... איז דאס אמת? אפשר קומט איינער אריין און איז מסביר דאס ענין.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע:וואנזיניגאציע

Re: בריוו וואס א חסיד פון פיעסעצנער זצוקללה״ה הי״ד האט געשריבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נשמה האט געשריבן: ענין השקטה

בשנת תרצ"ו או צ"ז בעת שהייתי בחברותא אחת עם ידידי האברך היקר כמר יששכר נחמן זאב הי"ד זכינו בעשי"ת להקרא אל הקודש פנימה בזכותו של האברך הנ"ל כי כנראה היה אדמו"ר מאוד מסכים לחברותנו. ובעת שהיה קורא אותו גם אני נקראתי. בפעם הראשונה שמעתי אז את הענין השקטה. אבל חבל על דאבדין שאיני זוכר כל הענין רק מה שאזכור הנני כותב למזכרת.

(איך וואונדער מיך. אזוי שווער איז געווען אריינצוגיין אז ער זאל זיך אזוי פרייען. עפעס דארף מען וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען איך גלייב אז יעדער וואס האט געוואלט רעדן האט געקענט רעדן)

אדמו"ר זצללהה התחיל אז בהמאמר חז"ל (ברכות נז:) חלום אחד מששים בנבואה. כנודע דרכו של אדמו"ר בספריו כי הישות של האדם הוא המתנגד להשראה ממרום, ואם דעתו ומחשבותיו ערים אז קשה שתשרה עליו השראה ממרום, ובעת שהאדם ישן ודעתו ומחשבותיו שוקטים אז דוקא כיון שאין לו אז דעת לעצמו אפשר שתשרה עליו השראה ממרום, וזה הענין חלום אחד וכו', כנודע גם מאמרו של אדמור"ר על מה שיותר מתעוררים בתפלה מאשר בתורה כי בתורה משתמשים יותר עם האנוכיות היינו איך לערן, איך קלער, אבל בתפלה להיפך העיקר הוא הביטול בה. אבל בעת שהאיש ישן אז אי אפשר לו לרצות דבר מה כי הלא ישן הוא, ובכן העיקר לבוא בהקיץ בעת שאפשר לו לרצות למצב של שינה, היינו בהשקטת מחשבותיו ורצונותיו השוטפים באדם לבלי קץ כי כך דרכה של המחשבה שמסתבכת זו בזו וקשה לו להאדם לפרוש מהן (כמו שזכיתי פעם לשמוע מכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שבאם יסתכל איש על מחשבותיו הנובעות אף של יום אחד אז יראה שכמעט אין חילוק בינו לבין משוגע רק בזה שהמשוגע עושה ומביא מחשבותיו לפועל אבל מחשבותיו לעצמו הם אצלו ממש כמו אצל משוגע) ונתן בזה עצות ממשיות איך להשקיט מחשבותיו.
ודיבר אז שיתחיל האיש להביט על מחשבותיו שעה קלה לערך איזה רגעים היינו מה אני חושב. אז ירגיש לאט לאט שראשו מתרוקן ומחשבותיו עמדו משטפן הרגיל, (און דאס איז טאקע וויאזוי מ'מאכט דאס. און זיי זאגען אלע אז אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף, איז די בעסטע צייט צו מאכן מעדיטעשען. ווייל דאן איז נאך די מח אין די 'אלפא' מצב. און מ'קען דאס זעהן אסאך מאל ווען מ'שטייט אויף צופרי פארן די מחשבות אסאך מער אין דמיון. אריין און ארויס. מ'גיט איין קליינע מאך צו די אויגן און שוין נעמט זיך די קוים אויסגעטשוכעטע מחשבה טראכטן עפעס כמעט ווי א חלום. עפעס אזוינע נאנ-סענז זאכן. ווי א חלום. מ'איז נאך אביסל אין א חלום מצב. דאס איז ווייל די מח איז נאך דאן אין אלפא. און ווער רעדט נאך אז מ'שטייט אויף פארטאגס און מ'איז נאך אביסל מיד. און דער מח רייסט ארום. אנשטאט זיך רעגן און עסן פארוואס מ'איז נישט געהעריג אויסגערוהט קען מען דאס אויסנוצן צום ענין פון מעדיטעשען. דהיינו אז מ'גייט מיט מיט די מחשבה און מ'שלאפט כמו איין. און מ'זינקט איין אין די געדאנקען מ'גיט אכטונג זיך צו האלטן גענוג אויף צו קאנטראלירן וואס מ'טראכט. מ'קען דאן אזויפיל אויפטון מיט די מח. געדענקט וואס מ'פראגראמירט אין די מח בשעת מ'איז אין אזא מצב. אין אן אלפא מצב. האט א געוואלדיגער כח. מ'פראגראמירט. און דערפאר א זאך וואס מ'לערנט פארטאגס גייט בעסער אריין אין קאפ. מ'דארף אבער האלטן קאפ אז אפילו ווען מ'זינקט אין די מחשבה זאל מען נישט אריינפאלן אין א חלום. און דאס קען מען זיך אויסלערנען) ואז יתחיל לאמר פסוק אחד כגון ד' אלקים אמת כדי לקשר עכשיו ראשו החלל משאר מחשבות למחשבה אחת של קדושה. (אטע דאס איז מעדיטעשען) ואחר כך כבר יכול הוא לבקש צרכיו באיזה מדה שהוא צריך להתתקן בחיזוק אמונה או אהבה ויראה. וזכיתי לשמוע אז ממנו אופן השקטה בחיזוק אמונה. (דא גייט ער זאגן דברים נוראים ממש. וואס מ'טוט מיט מעדיטעשען.) ואמר בלשונו הק' איך בין מאמין באמונה שלימה אז דער אייבערשטער איז דער איינציגער נמצא אויף דער וועלט. אין אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות חוץ דעם אייבערשטען אין די גאנצע וועלט. אין אלץ וואס עס איז דא אין איר איז נאר הארת ה'. וכך שינן איזה פעמים אבל לא שיאמר זאת בחזקה כי כל הענין הוא רק להשקיט מחשבותיו ובאמירת בתוקף יכול הוא רק לעורר את האנכיות שלו רק אדרבה באופן קל מאוד. (און דאס איז א געוואלדיגער ענין מ'זאל פארגעסן פונעם קערפער, פון צייט, פון ארומיגע,) גם זכיתי לשמוע בענין אהבה וזה היה לשונו הק' איך וואלט געוואלט זיין אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער. איך וואלט געוואלט פילען התקרבות צום גרויסען באשעפער. ואמר אז שיכולים זאת ההשקטה לשמש לכל תיקוני המדות גרועות אבל לא באופן שלילי רק באופן חיובי באופן היפך המדה הרעה, כגון מי שנלקה במדת העצלות לא ידבר בענין הרחקת העצלות רק בענין קניית הזריזות. (און טאקע דאס דארף מען טון. טראכטן פונעם אידיאל. טראכטן וויאזוי וואלט איך ווען געוואלט פילן. נאכאמאל וויאזוי וואלט איך ווען געוואלט פילן.) והסביר זאת בזה שרואים בחוש אצל תינוק שבאם בוכה ואומרים לו שלא יבכה כל מה שמוסיפים לדבר לו הוא יותר בוכה. גם אפשר להשתמש להשקטה בהבטה על שעון על המחוג הקטן שכמעט אינו זז משך איזה זמן, כי גם זה משקיט רצוניו ומחשבותיו, לאחר השקטה שזה צריך להביא לאיזה מין השראה ממרום צוה לאמר הפסוק הורני ד' דרכיך בניגונו המיוחד של אדמו"ר. כמה נעים ונורא ביחד היה אז המחזה אשר זכיתי לראות ולשמוע בזכות חברי ידידי הנ"ל, ומאוד הפליג אדמור"ר אז בענין הזה ואמר כי בטוח לו שיועיל הרבה, (דא קען מען זעהן וויאזוי די ענין פון מעדיטעשען קען אויפטון צום גוטן) ודיבר כגון לענין אמונה לאחר ההשתמשות איזה שבועות בהשקטה אז כשיאמר זה א-לי ואנוהו יהי' בחינת מראין באצבע כמו שאיתא כל זה במדרש. בפעם הראשונה לא זכינו לעמוד על תחילת דעתו של אדמו"ר זצללה"ה ואחר איזה משל זמן זיכנו השם שנית לשמוע מפי קדשו הדברים בתוספעת ביאור ומאוד הזהיר לנו לעשות הענין.

קען זיין מ'האט עס שוין געברענגט אבער דער פיאסצנער זי"ע רעדט אין פרק ט' איבער וויאזוי מדלדל זיין און אפשוואכן מחשבות און הרגשים דורך מתבונן זיין אין דעם און קוקען אויף זיי כמתבונן מן הצד (וואס לדעתי מיינט ער וואס מ'רופט היינט 'מיינדפולנעס')
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סאבאבא האט געשריבן: קען זיין מ'האט עס שוין געברענגט אבער דער פיאסצנער זי"ע רעדט אין פרק ט' איבער וויאזוי מדלדל זיין און אפשוואכן מחשבות און הרגשים דורך מתבונן זיין אין דעם און קוקען אויף זיי כמתבונן מן הצד (וואס לדעתי מיינט ער וואס מ'רופט היינט 'מיינדפולנעס')

בס"ד
ס'דא וואס זאגן אז ס'איז קוקן דערויף מיט א אביעקטיווערבליק.

דאס מיינט אז ס'דא צוויי וועגן (לענינינו) וויאזוי א מענטש קען רילעטן צו די געפילן און מחשבות. די ערשטע איז: סאביעקטיוו, איך בין א חלק דערפון, ס'האט מיט מיר. איךפיהל אזוי און אזוי. ער פיהלט אז זיין גאנצע איך, אלע זיינע עיקר כוחות, איז דארט ביי די מחשבה אדער געפיל, ער קען זיך נישט זעהן אלץ א אנדערער מענטש, דארט איז זיין נקודת הבחירה, זיין יכולת, זיין כח צו פונקציאנירן, די געפיהל, אדער מחשבה זיינע, האט איבערגענומען און האט קאנטראל אויף די דרייווער פון די סיסטעם. ס'האט מיט אים. ער איז פארכאפט דערין. ער פיהלט זיך פארכאפט דערין. ער ווערט פארבלענדעט דערפון. ער איז אריינגעפאקט דערין. ער קען נאר ווערן מער און מער איבערגענומען דערפון. נאר זיין נפש קען יעצט אפערירן. נאר די נפש המדמה זיינע.

נאכדעם איז דא: אביעקטיוו. ער פיהלט: איך בין א דרויסנדיגער באאבאכטער וואס האט גארנישט מיט די געפיל אדער מחשבה. ער פיהלט אז די דרייווער פון זיינע כוחותזענען אינדרויסן פון די מחשבה. ער פיהלט אז די יכולת זיינע, די דרייווער וואס ער דרייווט זיך, זיין איך, די פלאץ פון וואו ער פירט זיך אויף, איז אינדרויסן פון די מחשבה. נאר עפעס א מחשבה קראצט אים, אבער ער קען עס גרינג אוועקנעמען. ס'איז נישט ער. די 'פענטאגאן' זיינע, די נערוו צענטער, די דרייווער, איז אינדרויסן פון די מחשבה. די מחשבה איז אדער למעלה אדער למטה מנקודת בחירתו. למעלה מיכלתו. ער ווערט נישט אינוואלווד אין דעם. ער זעהט עס נישט אלץ זיין זאך.

דאס קען זיין איז די סיבה פארוואס ס'דא מענטשן וואס זיי דערשרעקן זיך פון א שלעכטע מחשבה. ווייל זיי אידענטיפיצירן זיך מיט די מחשבה. זיי פיהלן אז ס'איז אונטער זייער קאנטראל. דאס אז זיין אויער קראצט אים איז נישט אונטער זיין קאנטראל, ער ווייסט אז ער האט דערויף נישט קיין בחירה, און ער איז נישט אינטערעסירט זיך צו אריינצושטעלן ביי די נקודת בחירתו, ווייל ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ס'הייבט אן פלוצלינג קראצן, ער ווייסט נישט די פלאץ פון וואו מ'קאנטראלירט עס, די "סוויטש באקס" דערפון איז נישט אין זיינע הענט. איז נישט אין זיין 'יכולת', אבער מחשבות פיהלט ער אז ס'האט מיט זיין קאנטראל, ער וואוינט דארט. און דערפאר, אז א פרעמדער קומט וואוינען ביי זיין נעסט, שטערט עס אים, טאקע ווייל ער פיהלט אז ס'איז זיין וואוינארט, זיין ' יכולת'.

ווען א מענטש פיהלט אז זיין גאנצע סיסטעם איז עפעס אנדערש ווי די מחשבה אדער געפיל, און ער וואונדערט זיך וואס האט די מחשבה מיט מיר. און ער פיהלט אז ס'האט נישט מיט אים, וועט עס ווערן שוואך. ער איז נישט פערזענליך אינוואלווד דערין. ער איז נישט איבערגענומען דערמיט. ס'איז ווייטער און אינדרויסן פון אים.

און השי"ת זאל העלפן אז מיר אלע זאלן זיין געזונט און שטארק און זיך קענען הייבן צו אים.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 7:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע:וואנזיניגאציע

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נשמה האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן: קען זיין מ'האט עס שוין געברענגט אבער דער פיאסצנער זי"ע רעדט אין פרק ט' איבער וויאזוי מדלדל זיין און אפשוואכן מחשבות און הרגשים דורך מתבונן זיין אין דעם און קוקען אויף זיי כמתבונן מן הצד (וואס לדעתי מיינט ער וואס מ'רופט היינט 'מיינדפולנעס')

בס"ד
ס'דא וואס זאגן אז ס'איז קוקן דערויף מיט א אביעקטיווער בליק.

דאס מיינט אז ס'דא צוויי וועגן (לענינינו) וויאזוי א מענטש קען רילעטן צו די געפילן און מחשבות. די ערשטע איז: סאביעקטיוו, איך בין א חלק דערפון, ס'האט מיט מיר. איךפיהל אזוי און אזוי. ער פיהלט אז זיין גאנצע איך, אלע זיינע עיקר כוחות, איז דארט ביי די מחשבה אדער געפיל, ער קען זיך נישט זעהן אלץ א אנדערער מענטש, דארט איז זיין נקודת הבחירה, זיין יכולת, זיין כח צו פונקציאנירן, די געפיהל, אדער מחשבה, האט איבערגענומען און האט קאנטראל אויף די דרייווער פון די סיסטעם. ס'האט מיט אים. ער איז פארכאפט דערין. ער פיהלט זיך פארכאפט דערין. ער ווערט פארבלענדעט דערפון. ער איז אריינגעפאקט דערין. ער קען נאר ווערן מער און מער איבערגענומען דערפון. נאר זיין נפש קען יעצט אפערירן. נאר די נפש המדמה.

נאכדעם איז דא: אביעקטיוו. ער פיהלט: איך בין א דרויסנדיגער באאבאכטער וואס האט גארנישט מיט די געפיל אדער מחשבה. ער פיהלט אז זיינע כוחות זענען אינדרויסן פון די מחשבה. ער פיהלט אז די יכולת זיינע, די דרייווער וואס ער דרייווט זיך, זיין איך, די פלאץ פון וואו ער פירט זיך אויף, איז אינדרויסן פון די מחשבה. נאר עפעס א מחשבה קראצט אים, אבער ער קען עס גרינג אוועקנעמען. ס'איז נישט ער. די 'פענטאגאן' זיינע, די נערוו צענטער, די דרייווער, איז אינדרויסן פון די מחשבה. די מחשבה איז אדער למעלה אדער למטה מנקודת בחירתו. למעלה מיכלתו. ער ווערט נישט אינוואלווד אין דעם. ער זעהט עס נישט אלץ זיין זאך.

דאס קען זיין איז די סיבה פארוואס ס'דא מענטשן וואס זיי דערשרעקן זיך פון א שלעכטע מחשבה. ווייל זיי אידענטיפיצירן זיך מיט די מחשבה. זיי פיהלן אז ס'איז אונטער זייער קאנטראל. דאס אז זיין אויער קראצט אים איז נישט אונטער זיין קאנטראל, ער ווייסט אז ער האט דערויף נישט קיין בחירה, און ער איז נישט אינטערעסירט זיך צו אריינצושטעלן ביי די נקודת בחירתו, ווייל ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ס'הייבט אן פלוצלינג קראצן, ער ווייסט נישט די פלאץ פון וואו מ'קאנטראלירט עס, אבער מחשבות פיהלט ער אז ס'האט מיט זיין קאנטראל, ער וואוינט דארט.

ווען א מענטש פיהלט אז זיין גאנצע סיסטעם איז עפעס אנדערש ווי די מחשבה אדער געפיל, און ער וואונדערט זיך וואס האט די מחשבה מיט מיר. און ער פיהלט אז ס'האט נישט מיט אים, וועט עס ווערן שוואך. ער איז נישט פערזענליך אינוואלווד דערין. ער איז נישט איבערגענומען דערמיט. ס'איז ווייטער און אינדרויסן פון אים.

און השי"ת זאל העלפן אז מיר אלע זאלן זיין געזונט און שטארק און זיך קענען הייבן צו אים.

דאס איז גענוי ווי ער שרייבט דארט אין פרק ט'.
אויב א מענטש געפינט זיך 'אין' די מחשבה /הרגשה דעמאלטס וועט עס ווערן שטערקער און שארפער.
אבער אויב ער טראכט 'וועגן' די מחשבה דאס הייסט ער קוקט דערויף מן הצד דעמאלטס וועט דאס ווערן שוואכער און שוואכער און נאך אפאר מאל עס טוען וועט די מחשבה קומען נאר ''בגניבה ובבושה'' און ס'וועט זיין גענוג ''בהבטה בעלמא בכדי שהמחשבה יתמוסס''.
לעצט פארראכטן דורך סאבאבא אום מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 7:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע:וואנזיניגאציע

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נשמה האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן: קען זיין מ'האט עס שוין געברענגט אבער דער פיאסצנער זי"ע רעדט אין פרק ט' איבער וויאזוי מדלדל זיין און אפשוואכן מחשבות און הרגשים דורך מתבונן זיין אין דעם און קוקען אויף זיי כמתבונן מן הצד (וואס לדעתי מיינט ער וואס מ'רופט היינט 'מיינדפולנעס')

בס"ד
ס'דא וואס זאגן אז ס'איז קוקן דערויף מיט א אביעקטיווער בליק.

דאס מיינט אז ס'דא צוויי וועגן (לענינינו) וויאזוי א מענטש קען רילעטן צו די געפילן און מחשבות. די ערשטע איז: סאביעקטיוו, איך בין א חלק דערפון, ס'האט מיט מיר. איךפיהל אזוי און אזוי. ער פיהלט אז זיין גאנצע איך, אלע זיינע עיקר כוחות, איז דארט ביי די מחשבה אדער געפיל, ער קען זיך נישט זעהן אלץ א אנדערער מענטש, דארט איז זיין נקודת הבחירה, זיין יכולת, זיין כח צו פונקציאנירן, די געפיהל, אדער מחשבה, האט איבערגענומען און האט קאנטראל אויף די דרייווער פון די סיסטעם. ס'האט מיט אים. ער איז פארכאפט דערין. ער פיהלט זיך פארכאפט דערין. ער ווערט פארבלענדעט דערפון. ער איז אריינגעפאקט דערין. ער קען נאר ווערן מער און מער איבערגענומען דערפון. נאר זיין נפש קען יעצט אפערירן. נאר די נפש המדמה.

נאכדעם איז דא: אביעקטיוו. ער פיהלט: איך בין א דרויסנדיגער באאבאכטער וואס האט גארנישט מיט די געפיל אדער מחשבה. ער פיהלט אז זיינע כוחות זענען אינדרויסן פון די מחשבה. ער פיהלט אז די יכולת זיינע, די דרייווער וואס ער דרייווט זיך, זיין איך, די פלאץ פון וואו ער פירט זיך אויף, איז אינדרויסן פון די מחשבה. נאר עפעס א מחשבה קראצט אים, אבער ער קען עס גרינג אוועקנעמען. ס'איז נישט ער. די 'פענטאגאן' זיינע, די נערוו צענטער, די דרייווער, איז אינדרויסן פון די מחשבה. די מחשבה איז אדער למעלה אדער למטה מנקודת בחירתו. למעלה מיכלתו. ער ווערט נישט אינוואלווד אין דעם. ער זעהט עס נישט אלץ זיין זאך.

דאס קען זיין איז די סיבה פארוואס ס'דא מענטשן וואס זיי דערשרעקן זיך פון א שלעכטע מחשבה. ווייל זיי אידענטיפיצירן זיך מיט די מחשבה. זיי פיהלן אז ס'איז אונטער זייער קאנטראל. דאס אז זיין אויער קראצט אים איז נישט אונטער זיין קאנטראל, ער ווייסט אז ער האט דערויף נישט קיין בחירה, און ער איז נישט אינטערעסירט זיך צו אריינצושטעלן ביי די נקודת בחירתו, ווייל ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ס'הייבט אן פלוצלינג קראצן, ער ווייסט נישט די פלאץ פון וואו מ'קאנטראלירט עס, אבער מחשבות פיהלט ער אז ס'האט מיט זיין קאנטראל, ער וואוינט דארט.

ווען א מענטש פיהלט אז זיין גאנצע סיסטעם איז עפעס אנדערש ווי די מחשבה אדער געפיל, און ער וואונדערט זיך וואס האט די מחשבה מיט מיר. און ער פיהלט אז ס'האט נישט מיט אים, וועט עס ווערן שוואך. ער איז נישט פערזענליך אינוואלווד דערין. ער איז נישט איבערגענומען דערמיט. ס'איז ווייטער און אינדרויסן פון אים.

און השי"ת זאל העלפן אז מיר אלע זאלן זיין געזונט און שטארק און זיך קענען הייבן צו אים.

.
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'קען זיין אז דו לערנסט אפ אז מיינדפולנעס מיינט אז דער מענטש פיהלט זיין 'איך' אלץ אנדערש ווי יעדע מחשבה אדער געפיל וואס קומט אריין אין אים. אויב אזוי ביסטו גערעכט. מיינדפולנעס קען מיינען אסאך זאכן.
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע:וואנזיניגאציע

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נשמה האט געשריבן: ס'קען זיין אז דו לערנסט אפ אז מיינדפולנעס מיינט אז דער מענטש פיהלט זיין 'איך' אלץ אנדערש ווי יעדע מחשבה אדער געפיל וואס קומט אריין אין אים. אויב אזוי ביסטו גערעכט. מיינדפולנעס קען מיינען אסאך זאכן.

דאס איז נישט די הגדרה פון מיינדפולנעס דאס איז אן 'רעזולט' פון פראקטיצירן מיינדפולנעס
די גענויער הגדרה פון מיינדפולנעס איז '' אבזעווירן און זיין מודע אויף א יעצטיגע סיטואציע אן צו דזשאדזשן' דורך דעם לערנט זיך די מענטש אפצושיידען צווישן זיין 'איך' אין די מחשבות/געפילען
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סאבאבא האט געשריבן:

אפשר מיינסטו צו זאגן: אן זיךצו דשאדשן. אז ווייל איך האב די און די מחשבה אדער געפיל אדער שפיר מיינט עס אז איך בין דאס און דאס. אבער די עצם מחשבה מעג מען עס אפשר יא לאזן דשאדשן. א מענטש מוז דאך מצד הבורא וועלן ווערן נאנטער צו אים, קומט אויס אז ווען דער מענטש פיהלט זיך נאנט צום אייבערשטן, דארף ער דשאדשן אז ער איז נאנט, אז ער טראכט יעצט יא גוט אז ער פיהלט יעצט יא גוט. ס'האט טאקע נישט מיט אים, אבער גוט איז עס. אויב ער דשאדשד נישט, וויאזוי זאל ער וועלן ווערן נאך נאנטער? אויב אלעס איז גוט, נו, וויאזוי זאל ער וועלן ווערן נאנטער, וויאזוי זאל ער גליסטן צו האבן נאך אזעלכע גוטע מחשבות. אלא מאי, ס'מיינט אז זיךזאל מען נישט דשאדשן.

אין די ספעצפישע מיינדפולנעס מעדיטאציע לאזט מען די מחשבה גיין און ווערן צובלאזען אן זיך אריימישען/קריטיקירען/פייטן. בלויז קוקען אויף דעם.

ס'שטומט נישט געהעריג מיט אונזערע ספרים. ווייל וואס טוט מען ווען ס'קומט אריין א מחשבה אדער א רצון אדער געפיל וואס מ'דארף אפווייכן דערפון, און ארויסווייזן אז מ'וויל דערמיט נישט האבן שייכות? ס'מאכט נישט קיין סענס געהעריג. ס'דא שיטות וואס ווערן דיוועלאפט פון די אלגעמיינע וועלט, אן נעמען אין באטראכט אז ס'איז אוממעגליך פאר יודישע 'אנשים' צו טון לויט די הלכה.

דערפאר וואלט איך געזאגט אז די ווערטער איז 'עס לאזן גיין', 'נישט ווערן אינוואלווד דערין', ווי איידער 'בלויז קוקן אויף דעם'. חוץ אויב דו ברענגסט מיר פון א געהעריגער פוסק אז על פי הלכה מעג מען. דאס הייסט אז דער מענטש וויל פטור ווערן דערפון. וואס די עצה איז זיך צו לאזן טראכטן דערפון.
Drimel
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:49 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Drimel »

נשמה האט געשריבן: ס'שטומט נישט געהעריג מיט אונזערע ספרים. ווייל וואס טוט מען ווען ס'קומט אריין א מחשבה אדער א רצון אדער געפיל וואס מ'דארף אפווייכן דערפון, און ארויסווייזן אז מ'וויל דערמיט נישט האבן שייכות? ס'מאכט נישט קיין סענס געהעריג. ס'דא שיטות וואס ווערן דיוועלאפט פון די אלגעמיינע וועלט, אן נעמען אין באטראכט אז ס'איז אוממעגליך פאר יודישע 'אנשים' צו טון לויט די הלכה.

פארוואס ׳אוממעגליך׳? בסך הכל רעדט מען פון צוויי סארט מחשבות וואס א איד מעג זיך נישט פארטראכטן דערין, איז ווילאנג ס׳פליעט אין מוח מיליונען אנדערע מחשבות קען מען רואיג ממשיך זיין מיט דעם עקסערסייז.

יעצט, אפילו ווען ס׳פאלט יא אריין א מחשבה האסורה, מאן יימר אז דער לאוו פון ׳ולא תתורו אחרי לבבכם וגו׳׳ איז מען מקיים דורך ׳אפווייכן דערפון, און ארויסווייזן אז מ'וויל דערמיט נישט האבן שייכות׳ ס׳איז זייער א דקות׳דיגער ענין, אבער מעגליך אז דער אופן וויזוי מ׳איז מקיים דער לאוו איז דורך טאקע ווי א יעדער לאוו בדרך כלל, דהיינו ׳שב ואל תעשה׳...

און בכלל, ׳בלויז קוקן אויף דעם׳ מיינט נישט אנצוהאלטן די מחשבה, ס׳מיינט פשוט ׳מכיר׳ צו זיין קאנטשעסלי אז איך האב געהאט די מחשבה. דערנאך ׳לאזט מען עס גיין׳ אזוי ווי דו האסט געזאגט...

עני-וועי, ווען אן ערליכער איד באמערקט אז ס׳איז אים אריינגעפאלן א מחשבה זרה ח״ו, תיכף ומיד וועט אים אויפבליצן אין מוח די ווערטער: ׳אוי-געוואלד׳! און אויף דעם מחשבה איז זייער געשמאק זיך מעמיק צו זיין:smile:
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Drimel האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן: ס'שטומט נישט געהעריג מיט אונזערע ספרים. ווייל וואס טוט מען ווען ס'קומט אריין א מחשבה אדער א רצון אדער געפיל וואס מ'דארף אפווייכן דערפון, און ארויסווייזן אז מ'וויל דערמיט נישט האבן שייכות? ס'מאכט נישט קיין סענס געהעריג. ס'דא שיטות וואס ווערן דיוועלאפט פון די אלגעמיינע וועלט, אן נעמען אין באטראכט אז ס'איז אוממעגליך פאר יודישע 'אנשים' צו טון לויט די הלכה.

דערפאר וואלט איך געזאגט אז די ווערטער איז 'עס לאזן גיין', 'נישט ווערן אינוואלווד דערין', ווי איידער 'בלויז קוקן אויף דעם'. חוץ אויב דו ברענגסט מיר פון א געהעריגער פוסק אז על פי הלכה מעג מען. דאס הייסט אז דער מענטש וויל פטור ווערן דערפון. וואס די עצה איז זיך צו לאזן טראכטן דערפון.

פארוואס ׳אוממעגליך׳? בסך הכל רעדט מען פון צוויי סארט מחשבות וואס א איד מעג זיך נישט פארטראכטן דערין, איז ווילאנג ס׳פליעט אין מוח מיליונען אנדערע מחשבות קען מען רואיג ממשיך זיין מיט דעם עקסערסייז.

ב"ה

ווענד זיך צי ס'פליהט מיליאנען אנדערע מחשבות. ס'דא ווען די מחשבה וויל זיך דירעקט אפשטעלן דארט דוקא. אין מחשבה פליען מיליאנען מחשבות? ווענד זיך ווער. איין מחשבה, צוויי מחשבות. יעדע נאטור איז אנדערש. יעדע מצב איז אנדערש.

יעצט, אפילו ווען ס׳פאלט יא אריין א מחשבה האסורה,

באמת איז נישטא אזא זאך ווי א מחשבה האסורה. אויב עפעס איז עס אסור צו וועלן ווייטער ממשיך זיין דערין.
מאן יימר אז דער לאוו פון ׳ולא תתורו אחרי לבבכם וגו׳׳ איז מען מקיים דורך ׳אפווייכן דערפון, און ארויסווייזן אז מ'וויל דערמיט נישט האבן שייכות׳ ס׳איז זייער א דקות׳דיגער ענין, אבער מעגליך אז דער אופן וויזוי מ׳איז מקיים דער לאוו איז דורך טאקע ווי א יעדער לאוו בדרך כלל, דהיינו ׳שב ואל תעשה׳...

לאמיר דיר זאגן. ביי די אלגעמיינע וועלט איז נישטא אזא זאך ווי א מחשבה זאל זיין א שלעכטע מחשבה. א מחשבה וואס מ'טאר נישט טראכטן. א מחשבה וואס זאל זיין אנוועלקאם. א מחשבה מיט וואס מ'דארף זיך דערמיט א עצה געבן. א מחשבה וואס איז 'עפעס'. אז ס'זאל זיין א זאך אין די פסיכיק פונעם מענטש וואס מ'דארף דערמיט זיין אין קאנפליקט.

זייער וועג פון א געזונטע נפש שטומט נישט געהעריג מיט וואס מ'לערנט אונז אויס פון קליינווייז אן אז ס'דא מחשבות פון וואס מ'דארף אוועקשטיין. זיי האלטן אז ווען א מענטש פארשטייט אויף א מחשבה אז ס'איז נישט גוט, איז עס א פראבלעם. און אין א געוויסן זין זענען זיי גערעכט אז ווען א מענטש פיהלט אויף א מחשבה אז ס'איז שלעכט, דהיינו: אז ס'איז געשעהן א שלעכטע זאך, דהיינו: אז מ'וואונדערט זיך וויאזוי גיי איך יעצט פטור ווערן דערפון. דאס איז א פראבלעם. ווייל דער עיקר איז אז מ'טאר נישט ווערן אינוואלווד דערין, און עס וועלן. נאר מ'דארף עס לאזן גיין.

עס ווענד זיך ווארשיינליך אין די נאטור פון א מענטש. ס'דא וואס ווייסן נישט וואס דו רעדסט. וואס שלעכטע מחשבות? טראכט נישט דערפון און שוין. וואס מאכסטו א עסק. אבער ס'דא נאטורן וואס מחשבות ווערט יא ביי זיי א עסק. צי ער האט עפעס נישט גוט אויפגעכאפט אין די וועג וויאזוי זיך מייחס זיין דערצו, צי עפעס אנדערש.

עכ"פ זיי וועלן קיינמאל נישט שרייבן אז ס'עקזיסטירט אזא סארט זאך. און א סך אופנים פון 'וויאזוי מ'קען זיין געזונט' וואס קומט פון זיי, איז א סתירה מיט די אופן פון מלחמת היצר מיט וואס מ'געוואוינט אונז איין, וואס שטייט אין די תורה הק' און אין חז"ל. מ'קען נישט טון אינגאנצן וואס זיי שרייבן. ווייל ס'איז אנדערש ווי וואס ס'שטייט ביי אונזערע ספרים. עס שטומט נישט מיט די וועג וויאזוי זיי האלטן אז א מענטש דארף טון כדי צו זיין געזונט בנפש.

ס'איז אמת אז עס מעג אריינקומען, און עס מעג זיך טראכטן א שלעכטע מחשבה אין א מענטש אויב דער מענטש וויל עס נישט פאר'דוקא. אבער א מענטש דארף זיין אין א געוויסע קאנפליקט מיט א חלק פון זיך. ער קען נישט אלעס אקצעפטירן אין זיינע געדאנקען. די איינציגע וועג ביי א יוד איז לערנען תורה הקדושה בעיון גמור.

דו קענסט נישט לייקענען און זאגן אז לויט אונזערע ספרים דארף נישט א מענטש זיין אין א געוויסע קאנפליקט מיט א חלק אין זיך. נאר ער דארף יא. און דאס שטומט נישט מיט וואס זיי פארקויפן. אפילו די גאר וואוילע פון זיי. זיי האלטן אז מ'דארף אלעס אריינלאזן אין די פסיכיק, וויפיל ס'וויל אריינקומען אזויפיל זאל מען עס לאזן אריינקומען.

דאס איז אמאל גאנץ זיכער אז ס'דא א אופן פון רפואה וואס זיי האבן, אז מ'ערלויבט זיך צו טראכטן אלעס בלי שום פחד כלל, אז מ'טראכט עס פאר'דוקא. נישט אז מ'ווערט אינוואלווד דערין, אבער מ'ערלויבט זיך דאס צו טראכטן פאר'דוקא, ווילאנג עס ווערט צעבלאזן. און עס קען זייער גוט ארבעטן. אבער דאס איז אזאך וואס א 'איש יהודי' קען נישט טון. די תורה ערלויבט אים נישט. זיי האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער א יוד האט יא א פראבלעם.

אין די אלגעמיינע פסיכאלאגישע טעקסט גייסטו אין ערגעץ נישט זעהן אז: עצה אז מ'זאל האבן ריינע מחשבות... ביי אונז יא. ס'איז א עכטע קאנטראסט.

און בכלל, ׳בלויז קוקן אויף דעם׳ מיינט נישט אנצוהאלטן די מחשבה, ס׳מיינט פשוט ׳מכיר׳ צו זיין קאנטשעסלי אז איך האב געהאט די מחשבה. דערנאך ׳לאזט מען עס גיין׳ אזוי ווי דו האסט געזאגט...

יא, דאס יא. ס'דא א וועג וויאזוי א מענטש 'ערלויבט' זיך אז ס'זאל ווערן געטראכט, אבער נאך אלץ ווערט ער נישט אינוואלווד אין דעם. נאר ער ציהט זיך אפ דערפון. וויאזוי מ'זאל נאר צוגיין דערצו, איז עס אנדערש ווי וואס זיי זאגן. זיי זאגן: ערלויב, און לאז דיך טראכטן, און לאז דיך געשעהן אלעס וואס וויל געשעהן מיט דיר, און לאז עס אריינקומען, און שלאג דיך נישט מיט דיך אליין, און לאז. און אז דו וועסט לאזן, און דו וועסט נישט מורא האבן דערפון, און דו וועסט עס קוקן אין פנים אריין, וועט עס אוועקגיין. און ס'קען זיין אמת אז ס'העלפט. אבער מ'קען עס נישט טון.

וואו דו קוקסט אין אונזערע ספרים, זעהסטו אגאנצן צייט די ענין אז ס'דא אינערליכע כוחות וואס דארפן ווערן 'עפעס' געטון דערמיט. קענסט עס נישט לאזן קומעןאון גיין. קענסט עס נאר לאזן גיין, אבער נישט קומען און גיין. לויט זיי דארפסטו דאס לאזן קומעןאון גיין. כדי צו זיין געזונט.

עני-וועי, ווען אן ערליכער איד באמערקט אז ס׳איז אים אריינגעפאלן א מחשבה זרה ח״ו, תיכף ומיד וועט אים אויפבליצן אין מוח די ווערטער: ׳אוי-געוואלד׳! און אויף דעם מחשבה איז זייער געשמאק זיך מעמיק צו זיין:smile:

ניין, חלילה. זאג עס נישט אפילו פאר א דשאוק. ווייל 'אוי געוואלד' מאכט אז די פחד זאל ווערן מער, און ס'קען מאכן ערגער און נאך ערגער. פארקערט, עס מעג געשעהן א שלעכטע מחשבה, פארקערט: מ'דארף זיך פרייען ווען עס געשעהט א שלעכטע מחשבה, ווייל נאכדעם האט מען די זכי' עס אוועקצושטופן. און אוועקשטופן מיינט נישט: האסטיג. נאר פשוט: נישט ווערן אינוואלווד. און עס מוז נישט אוועקגיין. עס מעג בלייבן. נאר דו ווער נישט אינוואלווד דערין.

און דער גוטער אייבערשטער זאל העלפן.
Drimel
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:49 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Drimel »

ס׳שווער מסביר צו זיין דא מיטן קי-בארד וואס כ׳פראביר ארויסצוברענגען, נאר אזויפיל איז ביי מיר קלאר אז ווען מ׳טוט דעם פרעקטיס ריכטיג, איזעס נישט מעורר קיין מחשבות זרות נאר באמת געשעהט פארקערט, ס׳העלפט בכלליות פאר איינער וואס מוטשעט זיך טאג טעגליך באפרייט צו ווערן פון געוויסע מחשבות...

אין איין ווארט איז אזוי: מעדיטעישאן ברענגט דעם מענטש צו זיין וואך מיט א קלארע הכרה איבער זאכן וואס ער האט ׳נישט׳ קיין בחירה דערין - פאלגענד איז א ווילדער משל, אבער מעדיטאציע ארבייט פאקטיש בערך אזוי: ווען דו שלאפסט האסטו נישט קיין בחירה איבער דיינע חלומות וכדו׳ איז לאמיר זאגן אז מיט א געוויסע טעקניק קענסטו בשעת דו שלאפסט שוועבן העכער דיין גוף וואס ליגט אינטערן דעקע און אראפקוקן זעין און מיטהאלטן פינקטליך בהכרה ברורה וואס דו חלומ׳סט וכדו׳. איז דעיס א פראבלעם?? פארקערט האסט א מעגליכקייט אז אויב זעסטו אז ס׳חלומ׳ט זיך נערישע חלומות צו געבן א שנעלקע אינעם נאז זיך אויפצו-וועקן....
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Drimel האט געשריבן: ס׳שווער מסביר צו זיין דא מיטן קי-בארד וואס כ׳פראביר ארויסצוברענגען, נאר אזויפיל איז ביי מיר קלאר אז ווען מ׳טוט דעם פרעקטיס ריכטיג, איזעס נישט מעורר קיין מחשבות זרות נאר באמת געשעהט פארקערט, ס׳העלפט בכלליות פאר איינער וואס מוטשעט זיך טאג טעגליך באפרייט צו ווערן פון געוויסע מחשבות...

אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ איז עס גאר עפעס אנדערש ווי באוואוסטזיניג פראצעסירן געוויסע מחשבות ביז דעם וואס זיי ווערן בטל.

א מעדיטעשן אין וועלכע מ'ברענגט זיך צו ווערן באפרייט פון מחשבות, ארבעט אז מ'נעמט זיך אריין אין א אינערליכן פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נפש וואס זאל זיין אינטערעסירט אנצורייצן צו ממשיך זיין סיי וועלכע געפיל אדער מחשבה אדער רצון וכדומה. פארקערט, דארט עקזיסטירט א "סעלפישע" נפש וואס וויל נאר ווערן באפרייט פון מחשבות און געפילן. און ווי מער דער מענטש באמערקט אז מחשבות וואס זענען אינדרויסן ארום און ארום ווילן פארנעמען זיין אטענשאן, אלץ מער איז ער זיך מעמיק אין דעם אינערליכן אויבנדערמאנטער פלאץ. ער איז מבין דבר מתוך דבר, דאס הייסט אז ער איז מבין די ליידיגע פלאץ, מתוך די מחשבות ארום. און ווי מער מחשבות אלץ מער איז ער מבין די עקזיסטענץ פון דעם אינערליכן פלאץ. ווייל די מחשבות ארום און ארום צווינגען אים דאס צו טרעפן. צו טרעפן די פארקערטע. דאס מיינט אז ער איז אלץ מער מסיח דעת פון די ארום.

ווייל די רגע ער נוצט זיין הכרה צו מכיר זיין א מחשבה, נאך דערצו מיט א הכרה ברורה, איז ער שוין אריין אין עולם הבחירה. ווייל יעצט האט ער שוין א בחירה צו מסיח דעת דערפון. דאס מיינט צו זאגן אז א איש יהודי קען קיינמאל נישט האבן א הכרה ברורה אויף אלע געלויפן פון זיין מחשבה פון זייער שורש ביז זייער ענדע. ווייל ס'דא פראסעסעס וואס דארפן בלייבן אינדרויסן פונעם דעת. קומט אויס אז ווען זיי זאגן אז א מענטש דארף ווערן באוואוסטזיניג אויף די אונטערנבאוואוסטזיין, איז דאס נישט געזאגט געווארן פאר א איש יהודי. ווייל עס איז נישט מעגליך אלץ תורה'דיג צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די גאנצע אונטערנבאוואוסטזיין.

אבער אויב די גאנצע מעדיטעשאן איז א ענין פון היסח הדעת מער און מער פון די ארומיגע געדעכטקייט אריינצוגיין אין די אינערליכע ליידיגע ספעיס. טוט ער דאך שוין דאס מערסטע היסח הדעת.

אבער אנדערש איז מיינדפולנעס צו זיין מיינדפול אויף די פראסעסעס פון מחשבות. נאכצוקוקן און מיטלעבן מיט די הכרה די ערשיינונג פון מחשבות און זיך לאזן פארשטיין וואס זיי זענען, און עס לאזן זיך אויפפירן וויאזוי עס וויל ביז אויס. דאס איז אזאך וואס מ'קען נישט טון.

און דער אייבערשטער זאל העלפן

די פיאסעצנער זאגט קלאר אנדערש ווי דיר עיין פרק ט' הכשרת האברכים
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סאבאבא האט געשריבן: די פיאסעצנער זאגט קלאר אנדערש ווי דיר עיין פרק ט' הכשרת האברכים

ווען ער רעדט פון אוועקנעמען די נפש פון די לבוש וואס די נפש האט אנגעטון?
אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע:וואנזיניגאציע

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

נשמה האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן: די פיאסעצנער זאגט קלאר אנדערש ווי דיר עיין פרק ט' הכשרת האברכים

ווען ער רעדט פון אוועקנעמען די נפש פון די לבוש וואס די נפש האט אנגעטון?

ניין ווען ער רעדט וויאזוי שוואכער מאכען די מחשבות און הרגשים
.i'm notnormal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”