זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סאבאבא האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן: די פיאסעצנער זאגט קלאר אנדערש ווי דיר עיין פרק ט' הכשרת האברכים

ווען ער רעדט פון אוועקנעמען די נפש פון די לבוש וואס די נפש האט אנגעטון?

ניין ווען ער רעדט וויאזוי שוואכער מאכען די מחשבות און הרגשים

בס"ד

יא אוודאי. ער רעדט דארט ווען א מענטש ווערט באוואוסטזיניג אז ער גליסט צו דברים נמוכיים, צו זאכן וואס מ'טאר נישט, חס ושלום. איז וויבאלד מ'ווייסט אז מ'גליסט שוין, די נפש האט זיך שוין אנגעצינדן, זאגט ער אז זיי נישט סתם מסיח דעת פון די גאנצע זאך, נאר ער וויל אז דו זאלסט טון א געוויסע פעולה מיט דיין מחשבה און לאזן די חלק נפש וואס האט זיך אנגעצינדן אין דיר, און נאר אוועקנעמען די לבוש אין וואס עס האט זיך מלביש געווען, דאס הייסט אוועקנעמען די זאך וואס האט אנגעצינדן די נפש. און נאכדעם זאלסטו נעמען דעם נאקעטן חלק נפש, עס אויסברייטערן, און זיך דערנענטערן דערמיט צום אייבערשטן. עס אנטון א לבוש של קדושה.

לאמיר זאגן אז מ'פיהלט א ליבשאפט צו עסן א עפל, קומט אויס אז דער עפל איז געווען א סיבה וואס האט מעורר געווען אז מ'זאל פיהלן א באהאלטענע כוח אינעם נפש. ווייל ביז יעצט האסטו נישט געפיהלט דעם כח, עס איז געווען באהאלטן אין דיין נפש. און דער עפל האט עס יעצט ארויסגעברענגט, דו פיהלסט דעם כוח. וויל ער אז מ'זאל מיט די מחשבה מבטל זיין די עפל און בלייבן מיט די געפיל, עס אויסברייטערן, און נוצן דער געפיל צו ווערן נאנטער צום אייבערשטן. עס מלביש זיין מיט א לבוש של קדושה.

אבער דו זאגסט: אין די ספעצפישע מיינדפולנעס מעדיטאציע לאזט מען די מחשבה גיין און ווערן צובלאזען אן זיך אריימישען/קריטיקירען/פייטן. בלויז קוקען אויף דעם.

לויט דעם שטיקל פון הכשרת אברכים, דארף מען זיך יא אריינמישן מיט די מחשבה און אפטיילן צווישן די כח הנפש וואס איז געווארן נתגלה אינעם געפיל, און צווישן די זאך וואס האט דאס מגלה געווען. און מ'זאל מבטל זיין די זאך, און מ'זאל בלייבן מיט די געפיל און נאכדעם עס נוצן זיך מקרב זיין צום אייבערשטן.

לאמיר זאגן אז איך הייב אן די מעדיטעשאן. און עס קומט מיר אריין צו טראכטן פון א געוויסע בנין. זאל איך פרובירן בלייבן מיט די תאווה צו טראכטן פונעם בנין, אבער איך זאל עס נוצן צו טראכטן פונעם בית המקדש צו ווערן נענטער צו השי"ת. ביידע איז דאך אינטערעסאנט פאר'ן דמיון וואס וויל יעצט זעהט אויס מדמה זיין א געביידע.

קומט אויס אז מ'דארף זיך יא אריינמישן

און קריטיקירן דארף מען אויך. ווייל מ'דארף דאך וויסן צי איז עס א זאך וואס ברענגט נענטער צו השי"ת אדער איז עס סתם א נמיכיות אדער סתם א 'מפנה ליבו לבטלה'.

און פייטן? ער רעדט דארט פון פייטן. קוק אריין דארט אין דברי המתחיל ומעתה כבר יש לך. און ער ענדיגט מיט א ווארט פון בית אהרן: חפציך אסורים: וואס דיר ווילט זיך טאר מען נישט. און ער זאגט: דברי קודש אלו כלל ועיקר הם.

און דו זאגסט: בלויז קוקן אויף דעם. ער זאגט נישט 'בלויז קוקן אויף דעם'. ער רעדט וויאזוי מ'קען עס געבן א בליק, דעם ריכטיגן שארפן בליק, אז די זאך זאל בטל ווערן, און עס זאל זיך אפלאזן פון די כוח הנפש און מ'זאל בלייבן בלויז מיט די כוח הנפש.

קומט אויס אז מ'מאכט עס אזוי: מ'זעהט ווי די מחשבה וויל גיין, די מחשבה וואס מ'וויל טראכטן איז נאר א לבוש פון די כח הנפש וואס האט זיך מגלה געווען מיט אזא לבוש, און מ'טוט עס אויס און מ'איז מבטל די לבושים, און מ'בלייבט מיט די נפש און מ'טוט עס אן מיט א אמת'ע געטליכע לבוש. און דאס איז אנדערש ווי איך האב ביז יעצט געשריבן. ש'כח.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Drimel
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:49 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Drimel »

נשמה האט געשריבן: דאס מיינט צו זאגן אז א איש יהודי קען קיינמאל נישט האבן א הכרה ברורה אויף אלע געלויפן פון זיין מחשבה פון זייער שורש ביז זייער ענדע. ווייל ס'דא פראסעסעס וואס דארפן בלייבן אינדרויסן פונעם דעת. קומט אויס אז ווען זיי זאגן אז א מענטש דארף ווערן באוואוסטזיניג אויף די אונטערנבאוואוסטזיין, איז דאס נישט געזאגט געווארן פאר א איש יהודי. ווייל עס איז נישט מעגליך אלץ תורה'דיג צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די גאנצע אונטערנבאוואוסטזיין.

די פוינט איז נישט עומד צו זיין אויף די שרשי המחשבה אדער סאב-קאנטשוס, די פוינט איז נישט צו ווערן אינוואלווד און אוודאי נישט צו ריעקטן נעגעטיוו צו די מחשבות וואס האבן זיך באוויזן אין די ׳קאנטשוס׳ מיינד.

דאס איז בנוגע מעדיטאציע, אבער לאמיר זאגן אז איינער וויל יא אריינקריכן טיפער אינעם סוב-קאנטשוס, אויף דעם איז דא א לאוו פון ולא תתורו (לשון פון שפיאנירן/אריינקריכן) אחרי לבבכם ואחרי עיניכם... למעשה אבער האבן אונז חז״ל שוין געלערנט פשט אז מ׳רעדט בסך הכל פון צוויי ענינים; אחרי לבבכם - זו מינות, ואחרי עיניכם - זו זנות. די סוב-קאנטשוס איז א גאנצע ׳וועלט׳ פאר זיך, ס׳דא אסאך צו עקספלארן דארט... די צוויי ענינים זענען גאר א קליין פראצענט דערפון - איז דארף מען טאקע אכטונג געבן נישט ארייצוקריכן אהין...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21519
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מיר פירן זיך צו אנצינדן אזאלעכע רילעקסינג מוזיק וואס פילט זיך ווי אין א שוויץ
מלייגט זיך אויס נישט פלאך
מלאזט נאך אלע ביינער

און משמעקט טאביק

משמועסט זיך דורך מיטן אויבערשטער אלע פראבלעמען און זאכן

אוי טוישט עס נאכדעם די גאנצע זאך
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

סאבאבא האט געשריבן: קען זיין מ'האט עס שוין געברענגט אבער דער פיאסצנער זי"ע רעדט אין פרק ט' איבער וויאזוי מדלדל זיין און אפשוואכן מחשבות און הרגשים דורך מתבונן זיין אין דעם און קוקען אויף זיי כמתבונן מן הצד (וואס לדעתי מיינט ער וואס מ'רופט היינט 'מיינדפולנעס')

ב"ה

לויט וויאזוי ר' שרגא פליישמאן נ"י ויחי' עמו"ש שרייבט אין זיין ספר ' לימודים לדעת ' אז טיפול בהרחשמיינט אז דער מענטש זוכט אז זיין געפיל זאל נאכאמאל און מער און מער נתעורר ווערן פון די נקודה פון די זאך וואס האט אנגעהויבן מעורר צו זיין זיינע חושים.

צום ביישפיהל: שטעל דיך פאר א מענטש וועם דו האסט ליב. ווען דו שטעלסט דיך יענעם פאר אין דיין דמיון, איז עפעס א נקודהאין יענע מענטש מעורר א געוויסע "נערוו" אין דירוואס מאכט דיך פיהלן א געוויסע נאנטקייט. א געוויסע כח הדמיון, א כח הנפש, איז זיך מעורר אין דיר, און דאס מאכט דיך פיהלן א געוויסע "עפעס". דער "עפעס" מאכט דיך פיהלן ווי צוגעקלעבט צו די געוויסע נקודה אין יענע מענטש.

יעצט, קענסט דיך נאכאמאל און נאכאמאל מעורר זיין פון די געוויסע נקודה אין יענע מענטש, און דו וועסט באמערקן אז דער "עפעס" ווערט מער און מער. די ווערטער פון די הכשרת האברכים: אוהבי היקר מה מאוד אוהב אני אותו, ומה אעשה בשביל אהבתי לו, אפשר אקנה לו מתנה, אפשר אעשה לו איזה טובה. אוהבי היקראיז די נקודה אין יענע מענטש, און ער איז זיך נאכאמאל און נאכאמאל מעורר ביז ער פרעגט זיך: מה אעשה לו בשביל אהבתי אותו. ער זיך נאכאמאל מעורר פון דעם נקודה: ותצייר לך איך תתעלסו באהבים.

ר' שרגא רופט דאס: דעת התדבקות. און דאס מיינט טיפול בהרחש

און יעצט פרוביר צו טראכטן און אנאליזירן וועגן די "עפעס" וואס איז נתעורר געווארן אין דיר, דאס הייסט אז דו טרעפסט א נקודה אין דעם "עפעס" אין דיר, וואס דער נקודה איז אזא נקודה וואס זאל נאר מעורר זיין דיין 'הכרה', אבער גארנישט דיינע חושים, גארנישט דיין געפיל, וועסטו באמערקן אז ממש ס'ווערט אויס, און דו טרעפסט דיך אן א דמיון. און אין די רגע וואס א נקודה אין דעם "עפעס" אין דיר איז יא מעורר דיין געפיל, דיינע חושים, דיינע מידות, דיין דמיון, אין די רגע דיינע חושיםווערן נתעורר פון א נקודה אין דעם "עפעס" אין דיר, ווערט דאס דער "עפעס", און דו דארפסט פרובירן צו טרעפן אין דעם א נקודה וואס זאל נאר מעורר זיין דיין הכרה און נישט דיינע חושים וכן להלאה, ביז נאר דיין הכרה ווערט נתעורר אבער נישט דיינע חושים, געפילן, וכו'.

ר' שרגא רופט דאס דעת הבעלות. ווייל ווען מ'קוקט אזוי אן א זאך פיהלט מען זיך העכער די זאך, באלעבאס אויף די זאך. ווייל די זאך האט נישט קיין השפעה אויפן מענטש. דערפאר פיהלט מען זיך באלעבאס.

ווען די טיפול איז אודותהרחש, גייסטו ארויס פון מעורר זיין דיין דמיון פון יענע געוויסע נקודה אין יענע מענטש, און דו קוקסט אין דיר, און דו טוסט אנאליזירן די "עפעס" וואס איז דא אין דיר. און אין די רגע די אנאליזירסט אזאך וואס איז אין דיר, ביסטו אינדרויסן פון דמיון. דו גייסט פון סאביעקטיוו צו אביעקטיוו. אין זיין לשון: להביט במחשבתך על התמונה זו שהעלית בדמיונך. ווייל א מענטש קען דמיונ'ען ווילאנג ער איז זיך מעורר פון די נקודה וואס איז מעורר דמיון, אבער די רגע ער נוצט 'אנאליזירונג' אויף זיך אליין, אנאליזירונג אויף די עצם דמיון, גייט עס אוועק. ווייל ער גייט ארויס פון דמיון.

לויט דעם קומט אויס אז ווען מ'מאכט מעדיטעשן און מ'קוקט באופן אודותאויף די פלאץ וואו עס שפיהלט זיך אפ די אלע מחשבות אדער דמיונות אדער מידות אדער רצונות אדער הרגשים. קען עס העלפן ב"ה. עס קען אפשר געדויערן צייט אזוי ווי ער זאגט דארט.

מיט דעם לערן איך אפ דיינע ווערטער: די גענויער הגדרה פון מיינדפולנעס איז '' אבזעווירן און זיין מודע אויף א יעצטיגע סיטואציע אן צו דזשאדזשן' דורך דעם לערנט זיך די מענטש אפצושיידען צווישן זיין 'איך' אין די מחשבות/געפילען

די ווערטער 'זיין מודע' מיינט: אז מ'זאל נתעורר ווערן נאר פון די נקודה וואס איז מעורר הכרה. און די ווערטער 'אן צו דשאדשן' מיינט: אז מ'זאל עס אזוי אנקוקן בבחינת אודותאז מ'זאל נישט נתעורר ווערן פון א נקודה אין דעם 'עפעס' וואס איז מעורר דמיון, געפיל, מידות' און אויב יא, מאכט מען דעס התעוררות פאר די זאך וואס מ'גייט אבזערווירן מיט די אודותבליק.

און די ווערטער וואס דו זאגסט: אין די ספעצפישע מיינדפולנעס מעדיטאציע לאזט מען די מחשבה גיין און ווערן צובלאזען אן זיך אריימישען/קריטיקירען/פייטן. בלויז קוקען אויף דעם..

'נישט אריינמישן' מיינט: אז מ'זאל נישט נתעורר ווערן פון א נקודה וואס איז מעורר געפיל. און דאס מיינט אויך די ווארט 'קריטיקירן'. קריטיקירן דא מיינט אז ס'ווערט נתעורר די געפיל וואס ווערט אדער יא צופרידן אדער נישט. און די ווארט 'פייטן' וואס דו זאגסט מיינט: אויך אזאך וואס קומט פון געפיל אדער מידות אדער דמיון.

און לויט ווי די הכשרת האברכים זאגט, דארף מען נאר אנקוקן די לבוש מיט אזא אודות'דיגער בליק, אבער נישט עצם געפיהל, די עצם נפש וואס איז ארויסגעקומען מן הכח אל הגילוי

און דער אייבערשטער זאל העלפן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

השי"ת זאל העלפן אז איך זאל געדענקען - נפשיות'דיג - פון וועם אלעס איז

א מענטש קען און קומט אן מיט די כח המחשבה זיינער.

עס איז ענדערש צו זאגן אז א מענטש - בנפשו - איז נישט אין די פיזישע וועלט. אז לגבי נפשות איז נישטא אזא זאך ווי א פיזישע קאנקריט וועלט. עס איז ענדערש צו זאגן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א פיזישע וועלט ווי מענטשן - נפשותם - דרייען זיך. יעדער איז אין א געוויסע רוחניות'דיגע פלאץ. וואו אהין מ'איז אנגעקומען אויך דורך די כח המחשבה.

ווען א יוד דאווענט גייט מען מעולם לעולם, אמאל ווערט מען נדחה פון א עולם, אמאל לאזט מען אריין, עס ווענד זיך אין די מעשים און אין די מחשבות פון די מענטש. כל המביא את עצמו לידי הרהור אין מכניסין אותו במחיצתו של הקב"ה. צומאל א סטופיד ראי' אסורה, אדער חלילה נישט א ריינע ווארט וואס מ'רעדט, אדער מ'הערט חלילה, אדער תאוות אכילה וכו', קען גורם זיין אז מ'זאל נדחה ווערן.

דאס אלעס זענען נישט קיין דמיונות. אפילו אויב 'דמיון' קען אויך מיטשפילן אז ס'זאל זיך דאכטן פארשידענע זאכן, קען די דמיון אויך גורם זיין אז מ'זאל אוועקמאכן געוויסע זאכן וואס מ'פיהלט. די מציאות איז אז א מענטש גייט מעולם לעולם. און אז א מענטש איז אין געוויסע עולמות.

אין די 'לופט' איז דא צענדליגער כוחות, רוחות, קליפות, שדים, דיבוקים, כוחות הסטרא אחרא, כוחות המפתים, זיי זענען איבעראל ממש, ס'דא פלעצער וואו זיי זענען מער און שטערקער. ס'דא פון זיי וואס זענען מפתה דעם מענטש צו זינד וכו'. עס איז צומאל א עבודה צו פטור ווערן פון זיי.

די בודאהיסטן אדער וועלכע גרופע עס איז, וואס זיי מאכן מעדיטעשאן, האבן נישט קיין פראבלעם מיט די אלע חברה. ווייל זיי ווערן איינס מיט זיי. עס איז זיי זייער באקוועם מיט זיי. סט"א פיהלט זיך באקוועם מיט סט"א. זייער נפש ווערט אויסגעמישט מיט זיי און ביידע האבן הנאה פונעם שותפות. אבער א ערליכע יוד - ווילאנג מ'איז נאך ערליך - קען זיך מיט די חברה נישט פארטראגן געהעריג. די נפש פון א ערליכע יוד וויל זיי אויסשפייען, און מ'איז מרגיש אז מה לי לך. דו ביסט נישט פאר מיר, און איך בין נישט פאר דיר. איך ווייס אז דו ביסט טומאה און קליפה, און איך באלאנג צו קדושה.

ווען מ'מאכט מעדיטעשאן דארף מען אכטונג געבן אז זיי זאלן זיך נישט אנקלעבן אינעם מענטש.

פון א שטיקל אין יערות דבש און אויך פון עפעס א ספר 'אמת מארץ תצמח' דף פא (מ'קען עס טרעפן אין אוצר החכמה) האב איך ארויסגעלערנט אז די השראה וואס מ'איז ממשיך אויפן נפש דורך מעדיטעשאן קענען זיין קליפות. ווייל ס'איז א בחינה פון 'בלי לבושים'. ביי די נחש שטייט: והנחש היה ערום= בלי לבוש. דאס מיינט אז זיי זאגן אז דו זאלסט דשאסט ממשיך זיין אויף דיר די השראה וואס וויל אראפקומען, קוק נישט וואס עס קומט, דשאסט וואס ס'קומט לאז דיך ווערן דערפון, און שלאג דיך נישט דערמיט. לאז דיך פיהלן וואס עס וויל אראפקומען אויף דיר, לאז דיך זיין. עפן דיך אויף צו סיי וועלכע השראה עס וויל אראפקומען.

די אלע הארות רוחניות קענען זיין קליפות. טומאה.

קדושה איז מען קונה מיט זיכוך הגוף והנפש, אויסהארעווען די "בלוט" אז ס'זאל ווערן ראוי צו מקבל זיין די קדושה. קדושה מיינט אורות וואס האבן די צוגעפאסטע כלים. קליפה מיינט אורות וואס האבן נישט די צוגעפאסטע כלים, אדער האבן בכלל נישט קיין כלים. סתם נאקעטע השראות, אורות אן כלים, קען נאך באלאנגען צו די מלכי אדום שמלכו קודם שמלך מלך בישראל. און אפילו עס פיהלט זיך מורא'דיג נאנט צום באשעפער, זענען זיי סתם ברייטע ריזיגע קליפות. טאקע מעכטיגע קעניגן, אבער דאך קליפות. און שערי קדושה פון ר' חיים ויטאל שטייט: אבל כשהגיע למקום הקליפות, לא היה נהנה להתדבק מהם, אלא קורע ועובר בהם ואינו נדבק בהם, רק ראי' בעלמא מוכרחת.

עס קען זיך דאכטן אז די אלע פון די אלגעמיינע וואס זיי האבן געעפנט זייער קאנשעסנעס און געווארן זייער זייער קאנשעס, אויסטערליש אווער, קען זיך דאכטן אז זיי זענען אנגעקומען צו עפעס. ווייל זיי האבן אויסגעטראפן וויאזוי מ'קען עפענען די קאנשעסנעס, אז ס'זאל ווערן גאר געעפנט בלי גדרים, אבער אויך בלי לבושים. א שטיק נאקעט. תוהו ובהו. בלי התכללות כלל. א שטיק 'אשת זנונים, וילדי זנונים'

בקיצור, אוודאי קען השראה אויך זיין א גוטע זאך מצד הקדושה. אבער נאר ווען ס'איז נישט קיין קליפה. ווען ס'האט א אויסגעהארעוועטן לבוש. רוחניות בזול איז בכלל נישט אזא מעלה. און זעה אז אין תנא דבי אליהו שטייט טאקע אז א גוי קען זוכה זיין צו השראה פון רוח הקודש, אבער עס שטייט דארט: הכל לפי מעשיו. עס ווענד זיך אין די בחינת המעשה. אין די אויסגעהארעוועטקייט פון די כלים. פון מלכות. פון די גוף הגשמי. פון די צווייטע הא פון שם הוי' ב"ה.

די דרך הבעל שם טוב הקדוש, די דרך החסידות, איז אויך געווען אויסצוהארעווען דייקא די גוף. נאר די דרך איז נישט געווען דורך סיגופים, נאר דורך מקדש זיין די עצם האכילה. וויאזוי איז דאך נשתכח געווארן.

מעדיטעשאן איז א גוטע זאך, מ'דארף אבער וויסן פון וואו און צו וואו מ'איז ממשיך השראות. די ווערטער פונעם פיאסעצנאר זצ"ל איז אז מ'זאל פאוקוסירן אויף: איך בין מאמין באמונה שלימה אז דער אייבערשטער איז דער איינציגער נמצא אויף דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין שום מציאות חוץ דער אייבערשטער אין די גאנצע וועלט. און אלעס וואס עס איז דא אין די וועלט איז נאר הארת ד'. אדער: איך וואלט געוואלט זיין אזוי נאנט צום הייליגן באשעפער, איך וואלט געוואלט פיהלן התקרבות צום גרויסן באשעפער. אדער: איך וויל זיין א זריז וכו' אדער: הורינו ה' דרכיך. ע"כ. אזא מחשבה מיינט נישט אז מ'לאזט נמשך ווערן אויף זיך וואס עס וויל נמשך ווערן.

והשם הטוב יעזור
Pointplaza
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:34 am

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pointplaza »

I want to start meditating, would anyone be able to help me with a lecture from a heimish prospective?
אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

Pointplaza האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:39 pm
I want to start meditating, would anyone be able to help me with a lecture from a heimish prospective?
what's your goal?

עובר ושב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:04 pm
Pointplaza האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:39 pm
I want to start meditating, would anyone be able to help me with a lecture from a heimish prospective?
what's your goal?
More focus and ease stress , besides that it’s a thing I want to experience
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 9:45 pm
ווען איך מאך די מעדיטעשען, איך רילעקס אלע מוסקעלס, יעדע פיצעלע מוסקעל, וואס איך טרעף אין מיין קערפער רילעקס איך מער און מער. טיפער און טיפער און נאך טיפער. און בעיקר איך גיי אריין אין א מצב פון יעצט.
טייערע נשמה איך האב זייער הנאה און ליין מיט דארשט וואס דו שרייבסט, מורא'דיג, א זאך וואס איך האב נישט ארויס איז די חלק צו וואלסט מיר געקענט מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וואס מיינט דאס און בעיקר ווי אזוי טוט מען דאס 'רילעקסן אלע מוסקעלס'
'יעדע פיצעלע מוסקעל, וואס איך טרעף אין מיין קערפער רילעקס איך מער און מער'
די חלק קומט אטאמאטיש ווען מען ווערט פרעזינט, אדער קענסטו מיר זאגן מער פרטיות'דיג וואס דארף מען טוהן?
ייש"כ
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לעכטל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:10 am
נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 9:45 pm
ווען איך מאך די מעדיטעשען, איך רילעקס אלע מוסקעלס, יעדע פיצעלע מוסקעל, וואס איך טרעף אין מיין קערפער רילעקס איך מער און מער. טיפער און טיפער און נאך טיפער. און בעיקר איך גיי אריין אין א מצב פון יעצט.
טייערע נשמה איך האב זייער הנאה און ליין מיט דארשט וואס דו שרייבסט, מורא'דיג, א זאך וואס איך האב נישט ארויס איז די חלק צו וואלסט מיר געקענט מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וואס מיינט דאס און בעיקר ווי אזוי טוט מען דאס 'רילעקסן אלע מוסקעלס'
'יעדע פיצעלע מוסקעל, וואס איך טרעף אין מיין קערפער רילעקס איך מער און מער'
די חלק קומט אטאמאטיש ווען מען ווערט פרעזינט, אדער קענסטו מיר זאגן מער פרטיות'דיג וואס דארף מען טוהן?
ייש"כ
ב"ה

ווען מ'פילט א מוסקל, סיי וועלכע מוסקל, קוקט מיר יעצט אויס אז מ'דארף צוויי זאכן. איינס איז עס צו באוואוסטזיניג פרובירן נאכצולאזן, און נאך איינס איז זיך פארצושטעלן א מצב וואו עס ערלויבט די מוסקלן צו ווערן און צו בלייבן רואיג. צום ביישפיהל פאר מיר ארבעט ווען איך שטעל מיך פאר א מצב וואו איך בין צווישן מענטשן וואס איך פיל אז זיי האבן מיר ליב, און איך האב זיי ליב, איך קום אריין אין די 'שלום' מאוד. ארומגענומען מיט שלום. אבער איך גיי אוועק פון די מצב פון "זיין גערעגט אויף מענטשן, זיך אפטיילן פון מענטשן, אדער פרובירן צו געוועלטיגן אויף מענטשן". ווייל וויפיל האט דאס אין זיך דאס ענין פון שלום.

ווען א מענטש איז אין א מצב וואו עס פעלט אים אויס זיך צו קריגן, אריינזאגן, אדער געווינען, אדער אפילו אויפצואווייזן זיין גערעכטיגקייט, אדער ארויסקומען אלץ די זאך, ווי ווייט קען מען בארואיגן די מוסקלן?

מ'דארף זיך פארשטעלן א מצב וואו עס פעלט נישט אויס די אלע זאכן. אלעס איז פאזיטיוו. גארנישט איז נישט שרעקעדיג פון וואס מ'דארף זיך זארגן, און מיט וואס מ'דארף זיך א עצה געבן. געשמאק און בא'טעמ'ט. א פלאץ וואו עס פעלט נישט אויס צו נוצן מחשבה צו אויס'חשבונ'ען זאכן. מ'דארף טרעפן אין זיך די חלום פון גן עדן, וואו אלעס איז גוט, און אלעס איז אלעמאל געווען גוט. נישטא קיין שום מבוא אז מ'זאל דא דארפן אנציען די מוסקלן.

יעדער האט עפעס אנדערש וואס בארואיגט זיינע מוסקלן. מוסקלן ווערן נישט סתם אזוי אנגעצויגן. עס קומט פון ערגעץ. עס קומט פון וועלן געווינען. פון וועלן אויספירן. פון וועלן אנטלויפן. פון זיך וועלן פארזיכערן. פון מורא האבן ווער ווייסט וואס נאך ס'ווארט אויף מיר. פון פשוט וועלן טון. עס קומט פון די נאכאנאנדע טויש וואס מ'עקספיריענסד אין לעבן. מ'דארף זיך אריינציען אין א גן עדן פלאץ וואו אלעס איז אייביג אויף איין גוטע פלאץ. דאן איז דא א שאנס אז די מוסקלן זאלן ווערן נאכגעלאזט.

א פלאץ פון פרייהייט. א פלאץ וואו יעדער וויל נאר מיין גוטס. און איך דארף מיך נישט זארגן.

מ'דארף נוצן דמיון.

סאו, מ'דארף נוצן ביידע. סיי באוואוסטניג נאכלאזן יעדע מוסקל וואס מ'טרעפט אין זיך. און סיי זיך דמיונ'ען א מצב אדער טראכטן פון א מצב, אדער טראכטן אז מ'איז אין א מצב וואו עס פעלט נישט אויס דאס אנגעצויגנקייט. אזוי אז ס'זאל זיך האלטן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

Pointplaza האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:00 pm
עובר ושב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:04 pm
Pointplaza האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:39 pm
I want to start meditating, would anyone be able to help me with a lecture from a heimish prospective?
what's your goal?
More focus and ease stress , besides that it’s a thing I want to experience
עס איז דא א חבורה וואס ריפט זיך "שוהים" על שם חסידים הראשונים היו שוהים שעה אחת ומתפללים וואס טרעפט זיך יעדע שטיק צייט אין זיי מעדיטעטן פארן דאווענען.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3657
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

.
לעצט פארראכטן דורך אלט מאנרא אום דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
קאליר גרין
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 12, 2022 3:33 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליר גרין »

אלט מאנרא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:37 am
עובר ושב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 10:40 am
Pointplaza האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:00 pm
עובר ושב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:04 pm
Pointplaza האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:39 pm
I want to start meditating, would anyone be able to help me with a lecture from a heimish prospective?
what's your goal?
More focus and ease stress , besides that it’s a thing I want to experience
עס איז דא א חבורה וואס ריפט זיך "שוהים" על שם חסידים הראשונים היו שוהים שעה אחת ומתפללים וואס טרעפט זיך יעדע שטיק צייט אין זיי מעדיטעטן פארן דאווענען.
.
.
הארי פלארי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:13 pm
די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם, און אונזערע חכמים זאגן אונז, יעדע מצב וואו א מענטש איז, האט ער די כוחות זיך ארויסצוזעהן דערפון.
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

איינער האט אפשר מעדאטעישאן טרעקס, אדער קען מען מיר ביטע צו ווייזן וואו איך קען טרעפן
ישר כח פון פאראויס.
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!

דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
ונפשי שפכי כמים
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ונפשי שפכי כמים »

איוואן דער שיכור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:52 am
איינער האט אפשר מעדאטעישאן טרעקס, אדער קען מען מיר ביטע צו ווייזן וואו איך קען טרעפן
ישר כח פון פאראויס.
גאמ
זייער וויכטיג
שכח למפרע

כקען באצאלן כוויל עס נאר קענען דיינלאדען
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

איוואן דער שיכור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:52 am
איינער האט אפשר מעדאטעישאן טרעקס, אדער קען מען מיר ביטע צו ווייזן וואו איך קען טרעפן
ישר כח פון פאראויס.
פשוט געגוגלט
free meditation download

https://www.freemindfulness.org/download
https://mindfulnessexercises.com/free-g ... ess-talks/

ס'איז זיכער דא אסאך און בעסערע פאר געלט
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

שטאטס מבין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:02 am
איוואן דער שיכור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:52 am
איינער האט אפשר מעדאטעישאן טרעקס, אדער קען מען מיר ביטע צו ווייזן וואו איך קען טרעפן
ישר כח פון פאראויס.
פשוט געגוגלט
free meditation download

https://www.freemindfulness.org/download
https://mindfulnessexercises.com/free-g ... ess-talks/

ס'איז זיכער דא אסאך און בעסערע פאר געלט
איז דאס אוידיא טרעקס?
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

חיים שטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 12:10 am

איז דאס אוידיא טרעקס?
גראדע יא!
ווי שווער איז צו דריקן די לינק און זעהן וואס קומט ארויף?
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

שטאטס מבין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:31 am
חיים שטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 12:10 am

איז דאס אוידיא טרעקס?
גראדע יא!
ווי שווער איז צו דריקן די לינק און זעהן וואס קומט ארויף?
אין מין אונטערשריפט פלעגט אמאל שטיין די ענטפער פארוואס כ'קען נישט דריקן די לינק...

קען עס איינער דרייווען?
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

Untitled.jpg
Untitled.jpg (24.58 KiB) געזען 302 מאל
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער.

וואס איז פשט אז ווען איך טו איינע פון די זאכן ווי מעדיטעישען אדער breathwork וכדו' ווערן מיינע נערוון אזוי אנגעצויגן אז איך פיל ווי איך גיי פלאצן, און נאך א שטיק צייט פראבירן עס צו טוהן פארליר איך די כח און מוט צו עס טוהן ווייטער.

איינער האט מיר אפשר עפעס אן עצה?
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
אין שטעטל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע:אינטערוועגנס

Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

פאזיטיווע ווייבס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 2:53 pm
מיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער.

וואס איז פשט אז ווען איך טו איינע פון די זאכן ווי מעדיטעישען אדער breathwork וכדו' ווערן מיינע נערוון אזוי אנגעצויגן אז איך פיל ווי איך גיי פלאצן, און נאך א שטיק צייט פראבירן עס צו טוהן פארליר איך די כח און מוט צו עס טוהן ווייטער.

איינער האט מיר אפשר עפעס אן עצה?
זייער זייער נארמאל,
הייב אן מיט גיידעט מעדיטעשען, דאס הייסט אז איינער זאגט דיר בשעת מעשה וואס צו טוען,
עס איז גאנץ שווער אנצוהייבן אליינס וויבאלד אונזערע געפילן קומען ארויף ווען מ'שטעלט אפ אונזערע מח פאר א שטיק צייט, אונז זעמער אזוי צוגעוואינט צו לויפן אין אנטלויפן אז ס'איז פשוט שווער זיך אפצושטעלן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”