היינט האב איך באטראכט א הויז אין וויליאמסבורג ווי דער בעל הבית קימערט זיך נישט צי שארן די שניי, איך האב אבזערווירט אין די קארגע 5 מינוט אפאר מענטשען זיך אויסגליטשן, ממש נסים אז קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן, איך האב געטראכט איבער וואס פאר א מין אכזר רוצח לאזט מענטשען געשעדיגט ווערן ביי זיין הויז.
למעשה האב איך איבערגעקלערט איז טאקע א בעל הבית פון א הויז מחויב צו שארן די שניי פארנט פון זיין הויז מן הדין, די גאס איז דאך לכאורה א רשות הרבים, די שניי הייסט נישט א בור ברשות הרבים, ווייל ער האט דאך די שניי נישט געמאכט, עכ"פ אפאר סברות לכאן ולכאן קען נישט שאטן.
מאנ-יימער האט געשריבן:
ס'איז א רשות הרבים אבער דינא דמלכותא איז אז ער איז מחיוב עס אויפצוהאלטן און קעיר נעמען דערפון.
בערך אזוי הארב ווי נישט ריקן די קאר ביי אלטארנעט סייד פארקינג, די שטאט האט חשק ער זאל פיצן די שניי און ער האלט נישט דערביי, אין אנדערע האט דער בעל הבית א שעבוד צו דאס מענטשהייט, אדער צו די שטאט-ראט
ספענסער און סקילמאן זענען געוועהן דיזעסטערעס, דער עולם האט געפארקט ווי די ווי איי פיס ביים רעביןס חתונה, די מוסדות האבן געהאט יענע חתונה ביי די טראנספערטעישן פון די פיצי קינדער, וואס מען דארף צו טראגן צום טיר, און די באסעס האבן נישט אריין געפיט בשום אופן
הערליך האט געשריבן:

טעל מי אבאוט איט, יעדן טאג אן עקסטערע נס, סאיז נאך איצט די גאס א שטיק אייז.
ווי איך פארשטיי שטייט דארטן אז ביי א מכשול וואס די עצה דערצו איז דאס מקיף צו זיין איז מען עובר אויף ועשית מעקה, אבער ביי א מכשול וואס מען דארף אוועקנעמען איז מען עובר אויף די עשה פון השמר לך ושמור נפשך מאד און די לאו פון לא תשים. ריכטיג?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
מיסטעריעז האט געשריבן:
ווי איך פארשטיי שטייט דארטן אז ביי א מכשול וואס די עצה דערצו איז דאס מקיף צו זיין איז מען עובר אויף ועשית מעקה, אבער ביי א מכשול וואס מען דארף אוועקנעמען איז מען עובר אויף די עשה פון השמר לך ושמור נפשך מאד און די לאו פון לא תשים. ריכטיג?
הוא ברחמיו וברוב חסדיו יחמול עלי לחדש כנשר נעורי ויזכני להוליד בנים זכרים ועוסקים בתורה ומורי הוראות בישראל יראת ה׳ היא אוצרם לא תמוש תורת ה' מפי ומפי זרעי ומפי זרע זרעי אמר ה׳' מעתה ועד עולם אמן:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]