עליוועטאר בהלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

אין מנחת יצחק איז דא א אונטערסאנטע תשובה וועגן די חיוב מזוזה אויף אן עליוועטאר.

דער שואל (העלמיצר רב ז"ל) שרייבט אז לכוארה דארף מען נישט לייגן אויפן עליוועטאר גופא, נאר אויף יעדע שטאק ביי די אריינגאנג.

הרב ווייס ענטפערט, פונקט פארקערט... אויף יעדע שטאק דארף מען נישט קיין מזוזה, אבער אויף די עליוועטאר קאר זעלבסט דארף מען יא.

איז אונטערסאנט אז די אלע בנינים וואס כ'האב באזוכט לעצטענס אין די ניי-מיטל וויליאמסבורג געגענט, איז מען זיך נוהג ווי דער העלמעצער רב'ס הו"א איניש ווי דאס וואס הרב ווייס שרייבט, דהיינו אויף יעדע שטאק אידא א מזוזה אבער ניש אויפן עליוועטאר.

עס וואלט געווען פיל מער עקאנאמיש צו לייגן נאר אויפן עליוועטאר אויך... כ'בין נייגעריג צו דאס טוט מען ע"פ הוראות רב אחד, אדער ס'איז פשוט אזוי איינגעפירט אלץ דעת בעל הבית טוט אזוי דיקטירן.

בייגעלייגט די אויספירליכע תשובה.

נ.ב. אינעם קאפ האביך געשריבן 'עליוועטאר בהלכה' וואס טוט כולל זיין אויך אנדערע עניני הלכה וואסי שייך ביים עליוועטאר, איניש 'מזוזה בעליוועטאר' ווייל כ'האב אינזינען געהאט צו שרייבן אויך וועגן יחוד, (וואסי נוגע אויך פאר די וואס לערנען יעצט מסכת סוטה, הרב ווייס גייט אריין אין די שיעורי טומאה וואס די גמ' דערמאנט - וויפיל עס קומט אויס אין מינוט'ן, און אויך אויב דאסי אויך שייך ביי דיני יחוד ועוד.), דערווייל ווערט שפעט צו מנחה - ועוד חזון למועד בעז"ה.

כ'בעט ווער עס האט א ידיעה אין די ענינים זאל מוחל זיין מיטיילן מיט אונז. יישר כח
אטעטשמענטס
seferid_1598_page_496.pdf
(93.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 150 מאל
seferid_1598_page_495.pdf
(95.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 140 מאל
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די זעלבע קען מען רעדן לגבי פריוואטע שבת עליוועטאר'ס און לגבי ניצען עליוועטאר אין א שפיטאל לצורך חולה וכדומה וואס ווערט מער און מער קאמפלעצירט ווייל די היינטיגע נייע עליוועטאר זענענן קליגע עליוועטאר'ס און עס ארבייט לויט די מספר אנשים וואס געפינען זיך דארט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטערעסאנט, נאכנישט געהערט דערפון.

וואס איז די טעם פון הרב ווייס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

וועגן יחוד אין א עלעוועטאר, האב איך פונקט נעכטן אביסל אדורכגעטון עטליכע תשובה ספרים די הל' יחוד (איך האב געוואלט מברר זיין א הלכה), סך הכל איז געווען אז עס איז א שווערע שאלה, יש מחמירין ווייל די שיעור יחוד איז נישט מבורר און ביי א דאורייתא איז מען מחמיר און עס איז פארהאן וואס שטעלן דעם שיעור ביי אפאר סקונדן, און יש מקילין, ווייל זיי האלטן אז אזוי ווי דער עלעוועיטאר קען זיך אפשטעלן ביי יעדן שטאק אויפנעמען מענטשן איז נישט דא קיין שיעור יחוד, אדער עס הייסט ווי א פלאץ וואס א רבים דרייט זיך דארט. עס איז דא נאך סברות לכאן ולכאן אבער דאס געדענק איך יעצט
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

וועגן מזוזה ביי עליוועטער רוב פוסקים(דא אין דאשע בין איך חסר ספרים) האלטן אז מען לייגט אויפן שטאק נישט אויפן עליוועטער זעלבסט ווייל די שער צום עליוועטער איז ווי א שער צו סטעפס און די עליוועטער גופא איז ווי מדריגות נאר עס פארט ארום
ס’ליגט מיר אין זכרון נאך א טעם ווייל אויפן עליוועטער איז דא א פראבלעם מיט וועלעכע וועג עס צו לייגן ווייל ביים ערשטען שטאק רעכענט מען די ימין הכניסה אויפן וועג אריין צום עליוועטער און ביי די אנדערע שטאקן איז די ימין הכניסה די וועג אריין צום שטאק דהיינו ארויס פונעם עליוועטער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דורש ומבקש האט געשריבן: ס’ליגט מיר אין זכרון נאך א טעם ווייל אויפן עליוועטער איז דא א פראבלעם מיט וועלעכע וועג עס צו לייגן ווייל ביים ערשטען שטאק רעכענט מען די ימין הכניסה אויפן וועג אריין צום עליוועטער און ביי די אנדערע שטאקן איז די ימין הכניסה די וועג אריין צום שטאק דהיינו ארויס פונעם עליוועטער

נו וואס איז די פראבלעם? וועט מען אונטן לייגן די רעכטע זייט בכניסה און אויבן די רעכטע זייט ביציאה, ממילא לייגט מען עס נישט אויף די עליוועיטאר גופא נאר אויפן שוועל צום עליוועיטאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

איך זעה אז די האסט מיר נישט פארשטאנען איך האב עס געברענגט אויף נאך א טעם פארוואס מ’לייגט די מזוזה אויפן דרויסען’דיגע שוועל אין נישט אויפן עליוועטער גופא פארשטאנטא?
green sunday
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

דאכצעכמער אז דער הרב ווייס איז געווען גאב"ד ירושלים עיה"ק א שיינע פאר יאר
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

green sunday האט געשריבן: דאכצעכמער אז דער הרב ווייס איז געווען גאב"ד ירושלים עיה"ק א שיינע פאר יאר

כ’פארשטיי נישט וואס די מיינסט
מיינסט צו זאגן אז אפילו באופן וואס רבו החולקים און ס’איז שווער צו פארשטיין זיין תשובה עיי”ש דארף מען עס אויך אננעמען?
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

יחוד אין עליוועטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

ס’איז דא עליוועטער’ס וואס אויפן וועג ארויף שטעלט זיך עס נישט אפ ווען מריפט עס לכאורה ביי דעים איז שוין דא אן ערענסטע שאלה פון יחוד נאכדערצו אויב מ’פארט אזוי20 שטאק
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז לכאורה נישט קיין שיעור יחוד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

שאינו די שיעור איז שוין א שאלה
איך מיין צו זאגן אז די היתר ווייל איעדע רגע קען איינער אריינקומען איז שוין נישט דא
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דורש ומבקש האט געשריבן: נאכדערצו אויב מ’פארט אזוי20 שטאק

Anyone can stop the elevator from the outside
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

ווישוואש איך רעדט פון עליוועטער’ס וואס מ’קען נישט סטאפן פון אינדרויסן ביי די וועג ארויף ס’איז דא לרחצה פון אזאלעכע עליוועטער’ס
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

farshlufen האט געשריבן: שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט

און איך ווייס אז דעיס איז נאר א יש אומרים ס’איז דא אסאך מחמירים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35754
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט

בזכרוני בשם הרב וואזנער ז"ל סעקונדן ממש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8212
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

אלעס ארום שבת עלוועיטעיר, ווער זענען די אוסרים, מתירים?
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פארוואס זענען זיי מתיר\אסר'ן?
winner
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

אינעם הפולמוס אפטיילאינג פין בחצרות סאטמאר איז געווען עטליכע חדשים צוריק באשריבן אלע מציאותער אין אסאך פסקים איבער דעם שבת עלוועיטעיר. אויב איינער קען אהער ברענגען
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דא א שיינע שיעור פון הרב פאפלאנאש אויף די נושא
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איז די אשכול פארמירט געווארן צוליב א ספעציפישע בנין מיט א שבת עלעוועיטאר אדער בלויז פאר אלגעמיינע ידיעות התורה
#עסקינג פאר עי ריזאן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קרייסלער האט געשריבן: איז די אשכול פארמירט געווארן צוליב א ספעציפישע בנין מיט א שבת עלעוועיטאר אדער בלויז פאר אלגעמיינע ידיעות התורה
#עסקינג פאר עי ריזאן


עניני דיומא אצינד אין בארא פארק
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”