עליוועטאר בהלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פעטער משה האט געשריבן: דו מיינסט טאקע אז די דיינים ווייסען נישט אז טעכנעלאגיע טוישט זיך פון מינוט צו מינוט?

ווענדט זיך ווער.

עטליכע זענען נאכן דרוקן אדער פארלערנען לרבים געוואויר געווארן אז נישט אלעס האבן זיי געוויסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובה דורך הצעיר באלפי »

פעטער משה האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן: לכאורה ברויך מען מחלק זיין מיט וועלכע טעכנאלאגיע די עלעוועיטאר ארבעט.
די בריווין חאיסור זענען רוב צוליב מרבה זיין די וואג וכדו וואס היינט מיט די נייע לופט עלעוועיטארס איז נישטא די חשש.

למעשה איז די בנין פון די ערשטע אויב נישט די ערשטע בנין אין בארא פארק דאס צו אינסטאלירען, פארוואס?

וועלעכע בנין אין בארא פארק איז ניין 9 שטאק הויעך ?!
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

אוודאי טוישט זיך טעכנאלאגיע, אשר על כן?
איךַבין נישט קיין דעת תורה , אבער צו אסר'ן זאכן ווייל סאיז מער באקוועם ווי צו דורכטון די הלכה איז פון די גרעסטע חורבנות הדת בימינו.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ידעתי האט געשריבן: אוודאי טוישט זיך טעכנאלאגיע, אשר על כן?
איךַבין נישט קיין דעת תורה , אבער צו אסר'ן זאכן ווייל סאיז מער באקוועם ווי צו דורכטון די הלכה איז פון די גרעסטע חורבנות הדת בימינו.

ווער זאגט דיר אז זיי האבן עס נישט דורכגעטון בעפאר'ן אסר'ן?

דו ווייסט אויך דעם אמת, איינמאל זיי זענען מתיר א שבת עלעוועיטאר ווערט יעדע עלעוועיטאר מותר לרבים, נישט קיין חילוק אויב די עלעוועיטארס זענען אנדערש איינס פון צווייטן. די אחריות דאס דורכצולאזן איז ריזיג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

זיי האבען להדיא נישט דן געווען אין די הלכה חלק (מפורש מפי ב’ רבנים שישבו שם), נאר לגבי די צורה פון שבת, צוליב די אנדערע וואס וועלן נאכמאכען אין אויכעט לייגען א שבת עלעוועיטאר.
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

farshlufen האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן: דו מיינסט טאקע אז די דיינים ווייסען נישט אז טעכנעלאגיע טוישט זיך פון מינוט צו מינוט?

ווענדט זיך ווער.

עטליכע זענען נאכן דרוקן אדער פארלערנען לרבים געוואויר געווארן אז נישט אלעס האבן זיי געוויסט.

איך רעד פון די רבנים וואס האבען געשריבעןיעצט די בריוו פאר די באורד מעמבערס
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

קען איינער ברענגען די דברי האוסרים און מתירים פון די יעצטיגע פולמוס?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8454
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן: אוודאי טוישט זיך טעכנאלאגיע, אשר על כן?
איךַבין נישט קיין דעת תורה , אבער צו אסר'ן זאכן ווייל סאיז מער באקוועם ווי צו דורכטון די הלכה איז פון די גרעסטע חורבנות הדת בימינו.

ווער זאגט דיר אז זיי האבן עס נישט דורכגעטון בעפאר'ן אסר'ן?

דו ווייסט אויך דעם אמת, איינמאל זיי זענען מתיר א שבת עלעוועיטאר ווערט יעדע עלעוועיטאר מותר לרבים, נישט קיין חילוק אויב די עלעוועיטארס זענען אנדערש איינס פון צווייטן. די אחריות דאס דורכצולאזן איז ריזיג.

זיי האבען להדיא נישט דן געווען אין די הלכה חלק (מפורש מפי ב’ רבנים שישבו שם), נאר לגבי די צורה פון שבת, צוליב די אנדערע וואס וועלן נאכמאכען אין אויכעט לייגען א שבת עלעוועיטאר.

דהיינו, זיי האלטן אז דאס איז גענוג הלכה צו אסר'ן.

וואס דארף מען מער?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אין מיינע אויגן איז דאס א היסטארישע אקט
בארא פארק איז שוין יארן לאנג א שטח הפקר וואו יעדער טוט מה שליבו חפץ

עס דערפרייט אז סאיז דא מנהיגים וואס פירן די שטאט בשמירת הדת
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

farshlufen האט געשריבן: שווער צו זאגן, שווער צו שרייבן, און פיל שווערער צו זאגן הלכה למעשה לרבים.

אבער יעדער וואס קען א פינטל טעכנאלאגיע און פארשטייט אביסל מעקעניקל ווייסט אז אזא זאך טוישט זיך פון איין דזשאב צום צווייטן און פון איין טאג אויפן אנדערן איז ווי קען מען מתיר זיין בשופי לרבים דארט ווי ביי נשים און סתם פשוט'ע המון עם זענען אלע עלעוועיטארס איינס?

ס'שטארק יתכן אז א מעכאניקער קען דיזיינען אן עלעוועיטאר אן קיין שום שאלה בכלל, אבער כנ"ל קען עס זיין א געוואלדיגע מכשול לרבים.

וכן, מיט האט וואטער טענקס און אלע סארטן קאכן כלים, ס'איז א ריזיגע און פיצעלע וועלט היינט, מ'קען אלעס פראדוצירן אויסגעארבעט און דעזיינט דייקא פארן היימישן ציבור, אבער פון וואנעט זאל א אידענע, אדער אפילו א איד א ת"ח בקי בכולי תלמודא אבער צו מעקעניקל פארשטייט ער א רעטעך, וויסן א נפ"מ?

אויב דאס איז איז דיין טענה טויש פשוט די ווארט עלעוועיטאר צו ריפרידשדערעיטאר
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

אין פלעטבוש למשל איז יא דא הויכע געביידעס מיט שבת עלעוועיטארס?
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

e: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

מצלמה האט געשריבן: אין פלעטבוש למשל איז יא דא הויכע געביידעס מיט שבת עלעוועיטארס?

נישט דא הויכע געביידעס מיט אידישע איינוואוינער
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13022
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

למעשה איז דא עפעס בכתב פון קארלסבורגער רב אויף דעם?
דביה תחדי נפשא
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ידעתי האט געשריבן: אוודאי טוישט זיך טעכנאלאגיע, אשר על כן?
איךַבין נישט קיין דעת תורה , אבער צו אסר'ן זאכן ווייל סאיז מער באקוועם ווי צו דורכטון די הלכה איז פון די גרעסטע חורבנות הדת בימינו.

בכלל נישט אזא שווערע זאך דורך צו טון די דיינים קענען שוין אלע צדדים בהלכה ובהשקפה איבער שבת עליוועיטער פאר ידעתי איז נאך ארויס געקומען מען דארף נישט פריש דן זיין יעצט זיי האלטן סאיז אסור עס צו מאכן אין א בנין אין שטאט

אין דעי ענין אז מען איז תולה אלע חורבנות פין דעם דור אויף די דיינים וואס פסקנען אנדערשט ווי די קאפי טרינקער האט אפגעמאכט איז פין די גרעסטע חורבנות פונעם דור
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

קרייסלער האט געשריבן: רוב מתירים זענען מתיר פאר אלטע אדער קראנקע אדער לצורך חולים אבער יונגע געזינטע מענטשען? א עובדה דחול איז עס זיכער

אויף עובדא דחול האבן מיר דעם פסק פון הגר"מ שטרנבוך און הגר"י וואזנער אז אין לנו אלא מה שאסור חז"ל.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Mezofzef האט געשריבן:

וועלכע רב וואזנער?

דער שבט הלוי האט גע'אסר'ט אלס זילותא דשבת.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

farshlufen האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: רוב מתירים זענען מתיר פאר אלטע אדער קראנקע אדער לצורך חולים אבער יונגע געזינטע מענטשען? א עובדה דחול איז עס זיכער

אויף עובדא דחול האבן מיר דעם פסק פון הגר"מ שטרנבוך און הגר"י וואזנער אז אין לנו אלא מה שאסור חז"ל.

וועלכע רב וואזנער?

דער שבט הלוי האט גע'אסר'ט אלס זילותא דשבת.

הגר"י איז ר' יוחנן.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

א מאדנע הנחה דאס ננגד כל גדולי פוסקי הדורות, לייגט זיך זייער שווער אויפ'ן שכל, מקור ביטע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Mezofzef האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: רוב מתירים זענען מתיר פאר אלטע אדער קראנקע אדער לצורך חולים אבער יונגע געזינטע מענטשען? א עובדה דחול איז עס זיכער

אויף עובדא דחול האבן מיר דעם פסק פון הגר"מ שטרנבוך און הגר"י וואזנער אז אין לנו אלא מה שאסור חז"ל.

וועלכע רב וואזנער?

דער שבט הלוי האט גע'אסר'ט אלס זילותא דשבת.

הגר"י איז ר' יוחנן.

ביי וואס האט ער אזוי גע'פסק'נט?

אויך דארט ווי מ'קען גרינג אנקומען מיט א קליינע שינוי צו א מלאכה דאורייתא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

farshlufen האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: רוב מתירים זענען מתיר פאר אלטע אדער קראנקע אדער לצורך חולים אבער יונגע געזינטע מענטשען? א עובדה דחול איז עס זיכער

אויף עובדא דחול האבן מיר דעם פסק פון הגר"מ שטרנבוך און הגר"י וואזנער אז אין לנו אלא מה שאסור חז"ל.

וועלכע רב וואזנער?

דער שבט הלוי האט גע'אסר'ט אלס זילותא דשבת.

הגר"י איז ר' יוחנן.

ביי וואס האט ער אזוי גע'פסק'נט?

אויך דארט ווי מ'קען גרינג אנקומען מיט א קליינע שינוי צו א מלאכה דאורייתא?

איז דאך נישט די פראבלעם פון עובדא דחול, נאר א גזירה אז מען וועט צוקומען צום א מלאכה דאורייתא.
(דארף מען אויף דעם אויך דן זיין צו מיר האבן א כח צו מאכן אזא גזירה)
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת עלוועיטעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Mezofzef האט געשריבן: איז דאך נישט די פראבלעם פון עובדא דחול, נאר א גזירה אז מען וועט צוקומען צום א מלאכה דאורייתא.
(דארף מען אויף דעם אויך דן זיין צו מיר האבן א כח צו מאכן אזא גזירה)

דאס איז א ווערטל צו וואס?

דאס איז דאך א שיטת הרמב"ם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

חמרא טבא האט געשריבן: למעשה איז דא עפעס בכתב פון קארלסבורגער רב אויף דעם?

איך האב געזעהן בכתב פון הגר'י שטיין (חבר הביד פון קארלסבורגער רב), לאיסור.
אויך איז דא אויף יענעם בריוו, לאיסור פונעם דעברעצינער, און נאך 2 וואס איך געדענק נישט.
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

כ'האב געהערט אז ס'איז דא א בריוו פון בארא פארק רבנים בענין זה, איינער האט עס?

לגופו של ענין, איינפירן א נייער זאך וואס איז נישט געווען ביז היינט, און גרעניצט זיך מיט זילותא דשבת, איז פשוט אז קיין שום ערליכער רב וואלט דאס נישט מתיר געווען.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

הער איך אז די מענעדזמענט ביים ספעציפישן בנין האבן ארויסגעלייגט א צעטל אז מען טאר נישט אריין אין די עלעוועיטער אין די לעצטע צען סעקונדעס בעפאר'ן פארמאכן ווייל עס אקטיוויזירט די סענסאר'ס.

איז עס מעגליך אויסצורעכענען? עס לויפט א סעקונדע זייגער דארט?
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: עליוועטאר בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

וואס עפעס? האט געשריבן: אין מיינע אויגן איז דאס א היסטארישע אקט
בארא פארק איז שוין יארן לאנג א שטח הפקר וואו יעדער טוט מה שליבו חפץ

עס דערפרייט אז סאיז דא מנהיגים וואס פירן די שטאט בשמירת הדת

'שוין יארן לאנג'.. דהיינו אז אמאל איז עס נישט געווען א שטח הפקר אין דערנאך איז עס געווארען הפקר אדער מעיקרא אן איז עס אייביג געווען הפקר?

למעשה זעהסטו אז ס'יא דא מנהיגים וואס פירען די שטאט, סאו דיין הנחה מעיקרא ליתא??

אגב, די שבת עליוועיטארס אין די פראדזשעקטס האט מיט בארא פארק? כ'ווייס אויך אז מ'האט עס כמעט ווי נישט גענוצט, אבער ס'געווען. וכן בבנין מאסאדא 2 במיאמי וואס איז גאר א היימישע בילדונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”