לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איש ציון האט געשריבן:
דרך אגב (אפשר האט עס שוין איינער געשריבן) לויט שיטת רבינו תם (נישט קיין קשר צו זיין שיטה בנוגע ווען איז נאכט) ברויך מען דאווענען מנחה פאר די ערשטע שקיעה אזוי ווי די תמיד של בין הערביים.

דער רבינו תם זאגט עס נישט, נאר די "תלמידי רבינו יונה" אין מס' ברכות, זאגן אזוי, לפי דעת רבינו תם אין מס' זבחים (סו"פ איזהו מקומן) אז די בלוט פונעם תמיד ווערט געפסל'ט ביים שקיעת החמה, און תפלות איז דאך כנגד תמידין, ממילא זאגן די תר"י אז לפי זה דארף מען מנחה דאווענען איידער די שקיעה.
וכמדומה שהרבה חולקים על חידוש זה של תר"י, ולא הועתק להלכה בשו"ע.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

די גאנצע נושא פון שקיעה און רבינו איז אויס געדראשן

א שאד אנצוהייבן די בעסטע איז פארשטיין יעדעם איינעם און אז עס איז דא גענוג שיטות פאר יעדעם איינעם
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איטשע האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
metsboy האט געשריבן:
א זיידיגע שאלה, אויב מען האלט שיטת ר"ת. ביז ווען קען מען טוען עיבדי דחול ער" ש
אינדערהיים אין גאליציא האט מען געטוען ביז אומגעפער א האלבע שעה נאכ׳ן זמן.
כהיום, ווענדט זיך ווי מען דרייט זיך, ביי די גאליציאנע קהלות ווי אין באבוב אדער קלויזנבורג, טוט מען נאך מלאכות נאכ׳ן שקיעה, ווי קומען מיט׳ן קאר אין בית המדרש, זיך זייפן און שויערן, וה״״ה לגבי טהרה שאלות, ביז אומגעפער 20 מינוט נאכ׳ן שקיעה.
קלויזענבורג איז אין רומאניע.

טהרה שאלות איז איין זאך אין שבת איז עפעס אנדערש.
ביטע פרעגט אייער לאקעל דיין.
כ׳הער, וואס דו זאגסט, באמת א שטארקע טענה, קלויזנבורג איז אין רומעניא.
לכבי טהרה שאלות זאגסט א שטארקע נקודה, ס׳איז פיל הארבער ווי שבת, לגבי די חומרא פון א שיטת הגאונים לויט׳ן דעת מהר״ם אלשקר.
די מקיל זיין לגבי טהרה שאלות איז אנגענומען ביי אסאך מקומות וואס מען איז יא מחמיר אויף א מלאכה דאורייתא פון נאך די שקיעה, וויבאלד ממ"נ כלפי נדה דאורייתא איז מען מסודר און די שאלה איז נאר אויף ז' נקייםַ וואס איז א דרבנןַ
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מענטשן מישען אוס, לגיב טהרה שאלות ווענט זיך וועלכע מין טהרה שאלה, יעדע איז א צסכת פאר זיך, למשל ווסת האט נאר מיטן שמש והלבנה עס האט נישט מיטן טאג קיין שייכות קוקט מען לויט יעדן נאר אויפן שקיעה, וכדו'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פראבירט
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:23 am

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראבירט »

כהאב געהערט אז א חשובע באקאנטע רב אין בארא פארק (רדב"מ) איז זיך נוהג לכתחילה ערב שבת נאכן זמן ליכט צינדן צו מעביר סדרה זיין מיט ר"ת תפילין מדי שבת בשבתו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פראבירט האט געשריבן:
כהאב געהערט אז א חשובע באקאנטע רב אין בארא פארק (רדב"מ) איז זיך נוהג לכתחילה ערב שבת נאכן זמן ליכט צינדן צו מעביר סדרה זיין מיט ר"ת תפילין מדי שבת בשבתו
נאך לעכט בענטשען איז דאך יום לכתחלה, מען האלט דאך נאך פאר מנחה.
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3923
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

גהערט א פסק כלי ראשון פון הגאון ר׳ חיים קנייבסקי ז״ל בנוגע די דוחן תפילין (וואס ווי באוויסט האט אסאך מיט די ליטווישע, נישט נאר ליובאוויטש) אזמזאל לייגן תפלין אויף מענטשן ביז שקיעה אין מדארף נישט חושש זיין, נאר ביי שקיעה זאל מען אויפהערען משום כבוד פון אלע פרומע דארט, אבער מיט די זמן דארף מען זיך בכלל נישט רעכענען בנוגע א יוד וואס האט נאכנישט געלייגט תפילין יענע טאג. וד״ל
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

wow וואסערע אשכול מען טרעפט נאר נישט דא!
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

Graphic24 האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:13 pm
נשמה האט געשריבן:
סתם אזוי, אין א וואכן טאג, ביז ווען צום צוויי און זיבעציג קען מען נאך יוצא זיין מיט רבינו תמ'ן? ביז נאכט ממש?
תפילין דרבינו תם ביזן צאת ד׳זמן רבינו תם... (דעת בעה״ב)
קען זיין! (הגם ס'איז נישט ריכטיג כמבואר לעיל)
אבער דאס וואס אונז חסיד'ישע אידן לייג מיר ר"ת'ס תפילין איז נישט וועגן ר"ת נאר על פי האר"י הק' נא אויב אזוי וואסערע פשט האט עס צו לייגן נאכ'ן שקיעה וואס דער אר"י הק' איז אזוי שארף דערקעגן?!
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
ייחוס זוכער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

א שיינעם ווערטל אויף דעם נושא : (קען זיין איך האב עס געליינט דא אויפן וועלטל)

אן אשת חיל קוים אפאר וואכען נאך די חתונה זאגט זי פאר איר מאן קום אין בית דין איך וויל א גט
דער מאן אינגאנצן דערשראקן פרעגט איר וואס איז געשעהן ? ענפערט צו מיטן גאנצע פשטות וואס הייסט דו לייגסט נישט קיין תפילין !
די מאן ווייסט נישט וואס זי וויל פון זיין לעבן האבן און ער פארטיידיגט זיך איך לייג יעדן טאג תפילין
זאגט זי עם אבער מיין טאטע לייגט יעדע ערב שבת נאך ליכט צינדען תפילין און דו נישט ...
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

משגיח רוחני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:04 pm
Graphic24 האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:13 pm
נשמה האט געשריבן:
סתם אזוי, אין א וואכן טאג, ביז ווען צום צוויי און זיבעציג קען מען נאך יוצא זיין מיט רבינו תמ'ן? ביז נאכט ממש?
תפילין דרבינו תם ביזן צאת ד׳זמן רבינו תם... (דעת בעה״ב)
קען זיין! (הגם ס'איז נישט ריכטיג כמבואר לעיל)
אבער דאס וואס אונז חסיד'ישע אידן לייג מיר ר"ת'ס תפילין איז נישט וועגן ר"ת נאר על פי האר"י הק' נא אויב אזוי וואסערע פשט האט עס צו לייגן נאכ'ן שקיעה וואס דער אר"י הק' איז אזוי שארף דערקעגן?!
2 זאכן? נאמיר איינס וואס האט תפילין דרבינו תם מיטן ארי הק? ער זאגט גראדע אויך אז שני תפילין אמת, אבער דאס זאגן שוין אסאך ראשונים, די טור פסקענט אויך, לכן ירא שמים יצא ידי שניהם ויעשה ב' זוגות תפילין ויניח שניהם., און נאך אסאך ראשונים פריער שוין.
צווייטענס פון ווי נעמסטו אז די אר"י הק' האט מקפיד געווען אויפן שקיעה?
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:45 pm
משגיח רוחני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:04 pm
Graphic24 האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:13 pm
נשמה האט געשריבן:
סתם אזוי, אין א וואכן טאג, ביז ווען צום צוויי און זיבעציג קען מען נאך יוצא זיין מיט רבינו תמ'ן? ביז נאכט ממש?
תפילין דרבינו תם ביזן צאת ד׳זמן רבינו תם... (דעת בעה״ב)
קען זיין! (הגם ס'איז נישט ריכטיג כמבואר לעיל)
אבער דאס וואס אונז חסיד'ישע אידן לייג מיר ר"ת'ס תפילין איז נישט וועגן ר"ת נאר על פי האר"י הק' נא אויב אזוי וואסערע פשט האט עס צו לייגן נאכ'ן שקיעה וואס דער אר"י הק' איז אזוי שארף דערקעגן?!
2 זאכן? נאמיר איינס וואס האט תפילין דרבינו תם מיטן ארי הק? ער זאגט גראדע אויך אז שני תפילין אמת, אבער דאס זאגן שוין אסאך ראשונים, די טור פסקענט אויך, לכן ירא שמים יצא ידי שניהם ויעשה ב' זוגות תפילין ויניח שניהם., און נאך אסאך ראשונים פריער שוין.
צווייטענס פון ווי נעמסטו אז די אר"י הק' האט מקפיד געווען אויפן שקיעה?
viewtopic.php?p=1806086#p1806086
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

דאס איז זיכער אז אויב האלט ער שיטת רבינו תם מיינט ער נישט די שקיעת הגאונים נאר די שקיעת רבינו תם,

לויט יעדן איז בין השמשות תיכף נאכן שקיעה, דאס איז א בפירשע גמרא און מסכת שבת איזהו ביה''ש משתשקע החמה, נאר היות די שקיעה אליינס נעמט כמעט א שעה איז די די מחלוקה ווען די גמרא רעדט פונעם שקיעה צו מען מיינט די תחילת השקיעה (שיטת הגאונים) אדער סוף שקיעה (שיטת רבינו תם)

יעצט די אר"י הק' האלט אז בין השמשות טוט מען נישט אן קיין תפילין דהיינו פונעם שקיעה, איז זיכער אויב האלט ער רבינו תם האט ער נישט געמיינט די שקיעה פון די גאונים

די אר"י הק' פלעגט דאווענען יעדן טאג מנחה עם דמדומי החמה,
בשערי תשובהרלה ב הביא שהאר"י הקפיד להתפלל עם שקיעת החמה

יעצט די לשון ה כף החיים
בתענית ציבור כשלובשים טלית במנחה, כשמגיעים לברכו יסיר הטלית מעליו, דכיון שאין לובשים טלית אלא לקיים מצות ציצית, נראה כאילו סובר לילה זמן ציצית הוא אם לא יסירנו מעליו. ב"ח, מגן אברהם ס"ק א, ר' זלמן אות ג. ודלא כשיורי כנסת הגדולה בהגהת בית יוסף אות ג' שכתב וזה לשונו: מנהגי דכשהן מתפללין סמוך לשקיעת החמה תפילת מנחה, שאינו יוצא מבית הכנסת עד תפילת ערבית, ואני נשאר בטלית ותפילין שעלי עד אחר תפילת ערבית, עד כאן לשונו. וכן כתב מוה"ר חיים ויטאל ז"ל בשער הכוונות סוף נוסח התפילה על האר"י זלה"ה, כשהיה מתפלל מנחה סמוך לשקיעת החמה ורואה שכבר שקעה החמה, היה תיכף מסיר מעל ראשו תפילין של ראש, ואחר כך היה מוריד הטלית בין כתפיו משום דלילה לאו זמן ציצית הוא, עד כאן דבריו. ועיין לקמן סימן למ"ד אות ה.

און און סימן למד שרייבט ער מי שלא הניח כל היום תפילין ובין השמשות נזכר, מניחן, דדבר תורה ספיקא לחומרא. פרי מגדים אשל אברהם אות ז', יעו"ש. והגם שכתבנו לעיל דהאר"י ז"ל היה נזהר מאד לחלצם אחר שקיעת החמה, יש לומר היינו דווקא למי שכבר קיים מצות תפילין, אבל מי שלא קיים עדיין מצות תפילין, כיון שעדיין הוא בין השמשות שספיקו מן היום יוכל להניח. ועיין מה שכתבתי לעיל סימן ח"י אות י"ב. ומכל מקום יניח בלא ברכה, כיון שהוא ספק לילה גם כן, והוא פשוט:

כל תענית שלא שקעה עליו החמה אינה תענית,ווי די שלחן ערוך פסקנט סוף שקיעה קאמר
ביי נר חנוכה, מצות הדלקתו משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק,זאגט די שלחן ערוך היינו סוף שקיעתה, לייגט די מגן אברהם צו היינו צאת הכוכבים.

כהנים אימת קא אכלי תרומה משעת צאת הכוכביםלתני משעת צאת הכוכבים. הא קמשמע לן דכפרה לא מעכבא כדתניא ובא השמש וטהרביאת שמשו מעכבתו מלאכול בתרומה איז רש"י מסביר משעת צאת הכוכבים. שהוא גמר ביאת השמש
מעלות השחר עד צאת הכוכביםואומר והיו לנו הלילה משמר והיום מלאכה מאי ואומר וכי תימא מכי ערבא שמשא ליליא הוא ואינהו דמחשכי ומקדמי ת''ש והיו לנו הלילה משמר והיום מלאכה
תוספות איז מסביר אז די גמרות שאלה איז בעצם דאס צו מען רעדט אנפאנג שקיעה צו סוף שקיעה: ממאי דהאי ובא השמש וטהר ביאת שמש הוא ממש ומאי וטהר טהר יומא דהיינו צאת הכוכבים דילמא ביאת אורו הוא דהיינו תחלתה של שקיעת החמה והוא תחלת הכנסתה ברקיע ועדיין יש שהות ביום חמש מילין עד צאת הכוכבים ומאי וטהר טהר גברא
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

מיללער האט געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2014 9:23 pm
רבינו תם תפלין פאר זמן רבינו תם איז דאך א לשיטתיה
פאר איבער צוואנציג יאר צירוק האב איך געהערט א שיעור פון כ"ק הגה"צ בעל עמק התשובה זי"ע - ביי חוהמ"ד שאלות ותשובות שיעורים - אין פאפא ביהמ"ד - ווי מ'האט עים אנגעפרעגט צו מ'קען צאמשטעלן די צוויי ריבינו תם'ס - האט ער קלאר געזאגט אז ניין.
לעצט פארראכטן דורך תקנות אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

תקנות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:43 pm
מיללער האט געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2014 9:23 pm
רבינו תם תפלין פאר זמן רבינו תם איז דאך א לשיטתיה
פאר איבער צוואנציג יאר צירוק האב איך געהערט א שיעור פון כ"ק הגה"צ בעל מראה יחזקאל זי"ע - ביי חוהמ"ד שאלות ותשובות שיעורים - אין פאפא ביהמ"ד - ווי מ'האט עים אנגעפרעגט צו מ'קען צאמשטעלן די צוויי ריבינו תם'ס - האט ער קלאר געזאגט אז ניין.
לגבי תשעה באב ביי מנחה איז עס שטארק נוגע, ווייל עס איז דא אסאך ראשונים וואס האלטן די זמן רבינו תם און דיתפילין ווי רש"י, אדער די תפילין דרבינו תם און שיטת הגאונים
ממילא היות אונז ווילן מיר יוצא זיין אויך יענע ראשונים ביי א דאורייתא לכתחילה איז מען מחמיר לכתחילה
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

די שמועס דא איז אויף לכתחילה אדער בדיעבד?
מיין דעת בעל עגלה זאגט אז איינער וואס האלט פאר זמן ר"ת און נאכנישט געלייגט תפילין זאל לייגן תיכףנאפילו רש"י תפילין, די מראה יחזקאל פסקנט אנדערש?
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:45 pm
משגיח רוחני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:04 pm
Graphic24 האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:13 pm
נשמה האט געשריבן:
סתם אזוי, אין א וואכן טאג, ביז ווען צום צוויי און זיבעציג קען מען נאך יוצא זיין מיט רבינו תמ'ן? ביז נאכט ממש?
תפילין דרבינו תם ביזן צאת ד׳זמן רבינו תם... (דעת בעה״ב)
קען זיין! (הגם ס'איז נישט ריכטיג כמבואר לעיל)
אבער דאס וואס אונז חסיד'ישע אידן לייג מיר ר"ת'ס תפילין איז נישט וועגן ר"ת נאר על פי האר"י הק' נא אויב אזוי וואסערע פשט האט עס צו לייגן נאכ'ן שקיעה וואס דער אר"י הק' איז אזוי שארף דערקעגן?!
2 זאכן? נאמיר איינס וואס האט תפילין דרבינו תם מיטן ארי הק? ער זאגט גראדע אויך אז שני תפילין אמת, אבער דאס זאגן שוין אסאך ראשונים, די טור פסקענט אויך, לכן ירא שמים יצא ידי שניהם ויעשה ב' זוגות תפילין ויניח שניהם., און נאך אסאך ראשונים פריער שוין.
צווייטענס פון ווי נעמסטו אז די אר"י הק' האט מקפיד געווען אויפן שקיעה?
דאס וואס מיר חסידיש'ע אידן לייגן תפילין דר''ת איז וויבאלד די אר''י האט עס שטארק אנגענומען עפ''י קבלה, און נישט אלס די שו''ע וואס האלט יר''ש יוצא ידי שניהם, והראי' אז בחורים לייגן נישט קיין ר''ת תפילין ביי רוב מקומות. אזוי אויך ביי די נישט חסידישע קרייזן לייגן מען נישט קיין ר''ת תפילין אפי' אין שו''ע שטייט אז א יר''ש זאל לייגן, ווייל דאס האט שוין מיט יעדער איד פריוואט אויב ער וויל מחמיר זיין און ס'איז נישט קיין נחלת הכלל.

בנוגע די שקיעה שטייט אין שער הכוונות: היה נזהר מאד לא להיות מעוטף בטלית ותפילין אחר שקיעת החמה, ותיכף היה מסירם מעל ראשו, והיה חושש בדבר זה מאד.
אבער ס'איז משמע פונעם לשון אז ער מיינט צו זאגן לילה. עיי''ש
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:37 am

בחורים לייגן נישט קיין רבינו תם ווייל שטייט אין שלחן ערוך, לא יעשה כן אלא מי שמוחזק בחסידות, דעריבער לייגן נישט בחורים פארן חתונה, (און בעלזא מיין איך לייגט מען נישט שנה ראשונה, צוליב די זעלבע טעם) איך זעה נישט ווי די אר"י הק' קומט דא אריין.
אויב עפעס על פי קבלה רעדסטו פון לייגן תפילין חוה"מ וואס די מחבר פסקענט מען לייגט נישט, און די רמ"א האלט אז יא, דארט קומט די זוהר הק' אז ווער עס לייגט תפילין חוה"מ איז חייב מיתה, מפני שמבזה המועדות, היות אונז נעמען מיר אן די רמ"א אז על פי הלכה דארף מען לייגן און נאר על פי חסידות ליגט מען נישט, דעריבער לייגן בחורים אין צאנז, ווייל צאנזע רב האט געהאלטן אז בחורים דארפן זיך פירן על פי שלחן ערוך נישט על פי קבלה.

ווען די אר"י הק' רעדט דא פונעם שקיעה מיינט ער 13.50 מינוט פארן זמן, דהיינו בין השמשות.

יוסף בנימין האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:48 am

דאס וואס עס שטייט אין שו''ע אז נאר א מוחזק בחסידות זאל לייגן ר''ת תפילין, פארשטייסטו אליינס אז ס'האט נישט מיט אונזער חסידות...
פארוואס קען נישט א בחור זיין א מוחזק בחסידות?
און פארוואס האט זיך עס פונקט צוטיילט די ענין צווישן חסידים און ליטאים? ס'איז פונקט א צופאל אז די חסידים נעמען אן די שו''ע אז א יר''ש (ליין: יעדער) זאל לייגן, און די ליטאים נישט?
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: לייגן תפילין נאכן זמן ערב שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

א בחור איז נישט קיין מוחזק בחסידות, אזוי זאגט די גמרא כל אדם שאין לו אשה שרוי בלא תורה בלא חומה

פארוואס די ליטאים האבן אנגענומען איז א מוחזק בחסידות, מיינט ממש מוחזק, און די חסידים האבן אנגענומען יעדער, קענסטו פרקעגן אויף נאך הונדערטער זאכן וואס זענען אנדערש חסידים פון ליטאים
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

שאול ידידיה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:37 am
יוסף בנימין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:45 pm
משגיח רוחני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:04 pm
Graphic24 האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 5:13 pm
נשמה האט געשריבן:
סתם אזוי, אין א וואכן טאג, ביז ווען צום צוויי און זיבעציג קען מען נאך יוצא זיין מיט רבינו תמ'ן? ביז נאכט ממש?
תפילין דרבינו תם ביזן צאת ד׳זמן רבינו תם... (דעת בעה״ב)
קען זיין! (הגם ס'איז נישט ריכטיג כמבואר לעיל)
אבער דאס וואס אונז חסיד'ישע אידן לייג מיר ר"ת'ס תפילין איז נישט וועגן ר"ת נאר על פי האר"י הק' נא אויב אזוי וואסערע פשט האט עס צו לייגן נאכ'ן שקיעה וואס דער אר"י הק' איז אזוי שארף דערקעגן?!
2 זאכן? נאמיר איינס וואס האט תפילין דרבינו תם מיטן ארי הק? ער זאגט גראדע אויך אז שני תפילין אמת, אבער דאס זאגן שוין אסאך ראשונים, די טור פסקענט אויך, לכן ירא שמים יצא ידי שניהם ויעשה ב' זוגות תפילין ויניח שניהם., און נאך אסאך ראשונים פריער שוין.
צווייטענס פון ווי נעמסטו אז די אר"י הק' האט מקפיד געווען אויפן שקיעה?
דאס וואס מיר חסידיש'ע אידן לייגן תפילין דר''ת איז וויבאלד די אר''י האט עס שטארק אנגענומען עפ''י קבלה, און נישט אלס די שו''ע וואס האלט יר''ש יוצא ידי שניהם, והראי' אז בחורים לייגן נישט קיין ר''ת תפילין ביי רוב מקומות. אזוי אויך ביי די נישט חסידישע קרייזן לייגן מען נישט קיין ר''ת תפילין אפי' אין שו''ע שטייט אז א יר''ש זאל לייגן, ווייל דאס האט שוין מיט יעדער איד פריוואט אויב ער וויל מחמיר זיין און ס'איז נישט קיין נחלת הכלל.

בנוגע די שקיעה שטייט אין שער הכוונות: היה נזהר מאד לא להיות מעוטף בטלית ותפילין אחר שקיעת החמה, ותיכף היה מסירם מעל ראשו, והיה חושש בדבר זה מאד.
אבער ס'איז משמע פונעם לשון אז ער מיינט צו זאגן לילה. עיי''ש
לגבי ר"ת תפילין האב איך שוין גע'ענטפערט אז עס איז א שלחן ערוך, נאר די ליטאים נעמען אן אז מען דארף זיין א ירא שמים מרובים.

אבער די ארי' הק' די שקיעה האב איך שוין אויך גע'ענטפערט אז עס מיינט די שקיעת רבינו תם נישט די גאונים,

נאר וואס איז מיר יעצט קלארער געווארן איז אז די אורות חיים ברענגט זיך א ראיה אז די ארי הק' האט געהאלטן רבינו תם, ווייל עס שטייט אין שער הכוונות, ביי סדר קבלת שבת, ובעת שקיעתה ממש תכווין לקבל קבלת שבת, ואח"כ תלך לביתך ותכנס ותתעטף בטלית מצויצת, ..... וענין זה הנקרא אצלינו בשם תוספות שבת, כיון שבקדושה הלזו נמשכת קודם זמנה, אבל כשנתקדש הלילה אינו נקרא תוספות שבת רק קדושת שבת עצמה.

ועתה נבאר ההפרש שיש בין קדושת תוספות שבת, שהוא בעת בלת שבת ועדיין לא קידש היום,.....

עכ"פ ער וויל ארויסברענגען אז די ארי הק' האט געמיזט האלטן רבינו תם ווייל לויט די גאונים איז שוין ביים שקיעה שבת ממש,
אבער איך זעה אז ער האט זיך מתעטף געווען בציצית נאך קבלת שבת.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”