ביהמ''ד מיט מקוה אין נארט מיאמי ביטש
ווי מ'געפונט א געשמאקע שול מיט א מקוה ווי ס'איז דא מנינים נאך ניין אזייגער אויך?
בעסער וואלט געווען אין נארט מיאמי ביטש אבער ס'איז גוט אין די ארומיגע געגנט אויך.
מיט דאנק פון פאראויס.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מילין_יקירין האט געשריבן: אזוי ווי ס'איז געווארן באשלאסן צו גיין צו מאמי - מיאמי אביסל זיך אפריען און מיר זענען נאך קיינמאל נישט דארט געווען, פעלט מיר אויס צו פרעגן עטליכע פראגעס וועגן עסן...
ברויך איך מיטשלעפן עסן דארט? חוץ צידה לדרך איז גוט צו שלעפן אביסל, די גייענדע עסן למשל מהדרין שוקולאד טשיפ קוקיס
קען מען דארט קויפן נאכטמאל מיט א אויסגעהאלטענע היימישע השגחה? די השגחות דארט זענען MK מיאמי כשר, נאך אזוי כשר ווי סאכדעס מיין איך
וואס הערט זיך וועגן שבת, איז דא א טעיק אוט ניסך וויליאמסבורג? עס איז דא טעיק אוטס דארטן אויף 41'סטע סטריט
קאסטן אלע כשר'ע עסן טאקע משוגע טייער? לייג צו 20-30 פערצענט
ברויך מען מיטשלעפן דעם האלבע הויזן מיט די ווייסען זאקן אויך? אויב בלייבסטו איבער שבת, יא
איז דא דארט געהעריג מנין? דורכאויס דעס ווינטער סעזאן איז דא צענדליגער מנינים, יעצט איז שוין נישט די סיזאן אבער מנין איז אלעמאל דא
וויאזוי קען מען מאכן דעם איינדריק אז מיר זענען א מולטיי ביליאנער און אזוי איינהאנדלן דעם שישי? וועסטו קויפן עסטו האבן אפילו שמיני
ווייסט איינער אויב זיי האבן וויי פיי? רוב פליגערס שטעלן צו ווייפיי אבער נישט אומזיסט, קאסט אפאר דאלאר א מינוט...
שרייבטאראפ האט געשריבן: פרעג זיך נאך איבער נארט-מיאמי, דארט קענסטו האבן א פריוואטע הויז מיט א שוויים-באסיין, פאר די פרייז - אדער ביליגער - וואו עס קאסט א האטעל-צימער אדער קליינע דירה'לע אין סאוט-מיאמי
דארט איז די חסידישע ביהמ"ד "קהל חסידים" און עס איז אויך דא אנדערע בתי מדרשים, כשר'ע געשעפטן, א.ד.ג.
פארגעס נישט איבערצוגעבן א באריכט פון די נסיעה.
צאתכם ובואכם לחיים ולשלו'