אזוי ליינענדיג די נושא פון די אניארגראםדאמיט אירע ניין פערסענאלעטי טיפן, וואס זעהט אויס זייער אינטרעסאנט, האב איך געמאכט נאך אביסל ריסערטש, און געטראפן לא זהו הדרך היחיד בסוגי בני אדם. עס זענען פארהאן נאך וועגן וויאזוי צו קאטעגאטירן מענטשן, און דורך דעם בעסער פארשטיין וואס טרייבט מענטשן מיט זייערע התנהגות. א סיסטעם וואס האט מיר אויך גאנץ געכאפט איז די שיטה פון 'מייערס-בריגס' Myers Briggs. זיי צוטיילען די נאטורן פון מענטשן אין זעכצען קאטעגאריעס וואס קומט ארויס פון א שילוב פון 8 הויפט יסודות'דיג נאטורן.
פאר מפאנגט אן אריינצוגיין אין די יסודות'דיגע נאטורן, בין איך נייגעריג...
האט איינער שוין אמאל געהערט דערפון?
קען איינער דאס אביסל מער מסביר זיין פון זייערע ערפארונג?
האט דאס א שייכות אין א געוויסע זין מיט די פערסענעלעטי טייפס פון די אניאגראם?
וועלעכע סיסטעם איז מער 'יסודיות'דיג', ד. ה., וועלעכע קריכט מער אריין אין די קישקעס? ובכלל זה, איז דא עפעס געוויסע אנדערע פוינטס וואס די ביידע סיסטעמען זיכען צוצוקומען? וואס דארף מען 'דערהערן' ווען מען קוקט אן ביידע סיסטעמען?
בכלל איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז דא 9 פערסענלעטי טייפס, 16, אפשר נאך? א מענטש איז דאך בעצם אין סוף?
אויף די ערשטע צו איינער האט ערפארונג. איך האב ערפארונג פון מאכן און מאכן און איבערמאכן דעם טעסט. איך בין א ENFP אינעם טעסט. ס'גוט שווער צו מאכן די טעסטן, ווייל מ'דארף ענטפערן דעם אמת, און א מענטש זעהט זיך נישט אביעקטיוו, נאר ער זעהט זיך סאביעקטיוו. איך ווייס אז אויפן ברייטן געוועב איז דא גאנצעטע ארטיקלן דערויף. מיט הסברים. וואס אפשר יעצט ווען איר האט צייט קענט איר עס אדורך טון. פון מיין ערפארונג זענען מענטשן טאקע אנדערש. איינער איז אינטראווערד. איינער איז עקסטראווערד. איך האב שוין מסביר געווען וואס דאס יז אינעם פריערדיגן תגובה לינק. איינער איז א סענסעט איינער גייט מיט די אינטואישן. אויך שוין מסביר געווען. איינער למשל מיין פלונית'טע גייט מיט סענסינג. און זי קען פונקטליך נאך א שמועס נאכזאגן דעם גאנצן שמועס לויטן סדר. ס'איז א פלא צו הערן און איך וואס איך בין פארקערט קען נישט געדענקן נאר די געפילן וואס איך האב געהאט בשעת די שמועס, איך האב שוין מסביר געווען אין די לינק אויבן געברענגט. די עניאגראם איז מער תורת קבלה, אזוי און אזוי און פארטיג. דאס איז מער קלארער מ'קען עס זעהן מ'קען עס טאפן. אבער אסאך אירע וועלן מאכן די טעסטן, און שרייען 'נשמה' איך בין סיי אן אינטראווערד און אויך א עקסטראווערד. איך בין אלעס. אבער איך טו שוין דערין פון שנת תשס"ז קוק איך מיך שוין נאך. א מענטש ווייסט גארנישט ווער ער איז. צו ער איז א מענטשן מענטש. צו א ציהל מענטש. איינער קען ענטפערן אויף א טעסט, איך בין א ציהל-מענטש, ווען פאקטיש איז ער דייקא א מענטשן מענטש, דאס הייסט אז ווען ער דארף גיין אין ספרים סטאר טראכט ער "אפשר דאך וועל איך טרעפן דארט איינעם מיט וועם צו שמועס" א מענטשן מענטש איז נישט אזוי אינטערעסירט אין אן ארבעט ווי די מענטשן ארום וואס מיט וועם ער וועט קענען פארברענגן.
ס'דא איינער וואס האט צאמגעשטעלט דעם עניאגראם מיט די זעכצן נאטורן און טענה'ט אז פון יעדע פון די ניין פערזענליכקייטן, איז אויך א חילוק צו מ'איז אן אינטראווערד צו אן עקסטראווערד.
אן איינזער וואס איז פונקטליך, קען זיין לויט איהם אן אינטראווערד, און דאס וועט מיינען אז ער איז פונקטליך פאר זיך, און ער קען זיין אן עקסטראווערד, און דאס מיינט אז ער איז א מוסר זאגער. און אזוי ווייטער אן איינזער וואס איז א סענסעט און אן איינזער וואס איז א אינטואיסט, און אזוי ווייטער נאך און נאך ביי יעדע שטריך פון די אכט קעגנגעזעצטע שטריכן, און ווי אויך אלע כאראקטערס.
א מענטש איז אין סוף אבער דאך איז דא א גוטע פאר כאראקטער שטריכן וואס פיל מענטשן טיילן די זעלבע, און אנדערע מענטשן זענען פונקט דאס פארקערטע, און אזוי ווערט געשאפן קאטאגאריעס פון מענטשן.
משה פון שטאט פ. און יאנקל פון שטאט ג. און זרח פון שטעטל ע. גייען אריין אין די סארט מענטש און אזוי ווייטער ביז יעדע מענטש האט כאטש א מיליאן מענטשן וואס טראגן כמעט די זעלבע שטריכן. נו וועלכע שטריכן מאכט זיי אזוי ענליך? פון דעם קומט ארויס די מאיער בריגגס. ס'דא גראבע דיקע ביכער אין פערסאנאליטי טיפן.
דא אליין אין איי-וועלט קענסטו זעהן וויפיל פערזענליכקייטן ס'דא, אבער פון דעם האסטו גארנישט. מ'מוז מאכן קאטאגאריעס.
די און די מענטשן טראגן די און די זעלביגע שטריכן. און די און די טראגן די און די זעלביגע שטריכן.
די נושא איז ברייטער ווי ברייט. די נושא פון די אניאגראם איז זייער סימפל. ניין נאטורן איינז איז א פונקטליכער צוויי א גוטער דריי מוז מצליח זייו פיר געפיל געפיל געפי פינף א טראכטער זעקס דארף חיזוק אדער אז מ'דארף זיין שטארק. זיבן נאר ענדזשויען אכט באס אויף די וועלט ניין לאמיך מנוחה פארטיג
דרייסטקייט האט געשריבן:
האט דאס א שייכות אין א געוויסע זין מיט די פערסענעלעטי טייפס פון די אניאגראם?
זייער אסאך זאכן זענען ענדליך, אבער בעצם האט נישט קיין שייכות. ווי נשמה האט שוין אנגעמערקט, יעדע נאמבער קען זיין א אינטערווערד - מופנם אין לשה"ק (פשוט סשרייבט זיך אביסל גרינגער אזוי), און יעדע נאמבער קען זיין א עקסטרעווערד - מוחצן אין לה"ק. געוויסע נאמבערס פון די אניארגראם וועלן זיך טאקע מער טרעפן אין איינע פון די נומערן פון מייערס בריגס. איי וואס איז די חילוק...? זעה די נעקסטע תשובה.
דרייסטקייט האט געשריבן:
וועלעכע סיסטעם איז מער 'יסודיות'דיג', ד. ה., וועלעכע קריכט מער אריין אין די קישקעס? ובכלל זה, איז דא עפעס געוויסע אנדערע פוינטס וואס די ביידע סיסטעמען זיכען צוצוקומען? וואס דארף מען 'דערהערן' ווען מען קוקט אן ביידע סיסטעמען?
די חילוק אין קורצן איז אזוי. די אניאגראם רירט אן די שורש השרשים אין די מענטש - דאס וואס דער מענטש זיכט אינערליך אויף אן עקסטרעם אופן. אין א טיפן זינען איז עס וואס די נשמה זיכט אויף דער וועלט, און דער מענטש ווערד פארנארט אז ער וועט דאס טרעפן אויף דער וועלט. ווי למשל א איינזער זיכט צו זיין 'ריכטיג', די נשמה פון א מענטש לעצט צו פילן אז ער טוט וואס איז ריכטיג, אבער דער איינזער מיינט אז דאס איז דער אידיאל 'איבעראל און אלעמאל', אפילו וויאזוי זיין רעקל דארף אויסזעהן. ווידעראום דער מייערס בריגס סיסטעם באציט זיך מער אויף די 'כלליות'דיגע' התנהגות פון די מענטש, א געוויסע טבעיות'דיגע נטייה וואס דער מענטש האט, ווי למשל זיין א מופנם אדער א מוחצן, אדער איז מער נוטה צו געפיל אדער צו שכל, 'פראקטיש' אדער אינטאועטיוו וכדו'. דאס קען פערצאפאל זיין די וועג וויאזוי געוויסע נאמבערס וועלן זיך אויפפירן, אבער די ציל פון די אניאגראם איז צו דערגיין וואס וויל דער מענטש באמת? מקען זאגען אז די מייערס בריגס זאגט וויאזוי דער מענטש פירט אויס זיינע צילן, אבער זאגט נישט צו וואס דער מענטש צילט. דער מייערס בריגס סיסטעם איז בעיקר אראנזשירט געווארן צו העלפן מער 'שלום בית' פראבלעמען, וויאזוי צו פארשטיין יענעם אז מזאל זיך קענען אביסל פארשטיין און זיך אביסל ווייניגער קריטיקירן. דער אניאגראם טוט דאס אויך, אבער גייט סאך ווייטער, עס מאכט אויף די מענטשענס אויגען צו זעהן פאר זיך אליין וואס מוויל. עס איז דא נאך צו שרייבן פאר דעם, אבער אויף דערווייל מייין איך אז דאס גיט א תשובה אויף דיינע פראגן.
דרייסטקייט האט געשריבן:
בכלל איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז דא 9 פערסענלעטי טייפס, 16, אפשר נאך? א מענטש איז דאך בעצם אין סוף?
אמת. די נקודה פון די אלע סיסטעמען, איז נאר צו געבן אביסל א באגריף צו פארשטיין און דערהערן וואס א מענטש האט אלטס אין זיך, און וויאזוי מיר זענען אזוי אנדערש געבויט אפילו מיר טראגען ארום מיט זיך די זעלבע נאמען פון 'מענטש', אנדערש ווי פון סייוועלעכע בע"ח.
בכל אופן מר דרייסטקייט, גיי ווייטער אן מיט א דרייסטקייט זיך צו עקספלארען און זיך פארשטיין און זיך ארויסהאבן. געב נישט אויף, נאר מיט דרייסטקייט קומט מען אן.
א גרויסן דאנק פאר אלע וואס געבן אוועק פון זיך צייט און כוח אפצושרייבן אלעס וואס זיי לערנען. איך וויל נאר צולייגן א צוויי-דריי פונקטן, באמערקונגען.
ס'איז דא אסאך מער פון די דערמאנטע סיסטעמס, עלטערע און נאך עלטערע. און פארשטייט זיך אז יעדער (עטליעסט די ערפינדער) פון יעדע איינע האט געהאלטן אין זיין צוגאנג ליגט אלעס, אדער אדרבה, נאר די יסודות פון וואס אלע איבעריגע חלקים קומט ארויסץ http://en.wikipedia.org/wiki/Personality_type
און יעדער היינט וואס וויל טון דערין קען זיך טרעפן מער אין צוגאנג נענטער און היימישער ווי צו א צווייטע (לכאורה אויך געבעיסד לויט וואס א סארט טיפ מען איז…). דהיינו 'נשמה' פארשטייט סאך גרינגער און בעסער דעם אנעאגראם ווען 'דרייסטקייט' האט מער נייגונג צו דיר מייערס-בריגס. (איך האב ליב די קירסי טעמפראמענטל טעאריע). וכשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות.
וואס איך וויל יא ארויסברענגען איז אז היות מ'רעדט פון פערסאנאליטי טייפס, די מציאות פונעם פארעם פון א מענטש, דאס הייסט ביי יעדעם אין זיך זעלבסט זענען די זאכן דאס וואס פארעמט אים זיין קוק, זיין געפיל, זיין ווינקל וויאזוי ער באגרייפט די וועלט. איך זוך נאך די ריכטיגע ווערטער וויאזוי זיך ארויסצוברענגען בעסער און קורצן אן דארפן שרייבן פיר-פינף בלאט הקדמות. קען זיין ס'עט געלונגען. עלעך פרובירן. פטור בלא כלום - זאגטעך דער רבי אין ויואל משה - איז אי אפשר, סאו ממש אפאר קורצע הקדמות.
איינע פון די וועגן וויאזוי מענטשן ווערן איינגעטיילט אין קאטעגאריע טיפן איז רילעיטעד צו די אנאטאמישע דריי חלקים אין מוח, די גאנץ אונטערשטע מגושם'דיגע פארגרעבטע בעיסיק חלק, ווערט גערופן די רעפטיליען ברעין (רעפטייל מיינט די שלענג סארט), דאס איז דער חלק הבהמי וואס וויל בלייבן לעבן, און האט גענוג חכמה צו וויסן וואס יא אדער נישט צו טון לגבי זיין סורווייוול, שאפן עסן, אד"ג לקיום המין, נעמט קעיר פון די הארץ-קלאפ ראטע, אטעם, טעמפראטור באלאנס, וואס אלע בעלי חיים האבן אויך. דער סערעבעלום אן דער חוט השדרה קומט פון דעם חלק. די צווייטע מער פארגעשריטענערע חלק אין מוח איז די לימביק ברעין, וואו מ'געדענקט זאכן, ביהעיוויערס ווערט דארט דעצידירט, דארט ווערט באשלאסן וואס ס'איז יא אדער נישט ריכטיג, די עמאושענל חלק פונעם מענטש ווערט דארט באלאנסירט. אין מציאות איז דאס די אמגידעלע, דער היפאקעמפוס, און דער היפאטאלאמוס. די דריטע העכסט אנטוויקלטע חלק פונעם מוח איז דער נעא-קארטעקס, דארט ליגט די כוח פון שפראך און קאמיוניקעישן, דארט לערנט מען און דעם חלק שארפט מען.
זענען היינט דא פראפעסארן וואס האבן איינגעטיילט די נאטורן פון מענטשן געבויעט אויף די חלקים. דהיינו אז ס'פארהאן מענטשן וואס זענען קאור איז געבליבן אינעם רעפטיליען חלק, עיר פרא אדם יולד, ער בלייבט ממש א חי', אינסטינקטיוו, ווילד, און אייביג ריעקטיוו, ווייל ער האט נישט די קעפעסיטי אין דעם חלק פון מוח ווי ער פונקציאנירט צו טון מער פון וויפיל ער טוט. דער צווייטער ווערט געפירט און פירט זיין לעבן/וועלט דורך געפילן און פרינציפן וואס ער פילט צו זיין ריכטיג, ווייל ער לעבט אינעם לימביק ברעין. און דער דריטער איז א קאלטער דיסטענס אויסגערעכנטער אינטעליגענטער פירער, וועלכער זיצט אינעם מערסט אנטוויקלטן חלק פון מוח.
עד כאן ההקדמות. ולפי זה קומט אויס אז "אלעס" אויף דער וועלט פון וואס דו רעדסט, רעדסטו נאר לויט ווי דו פארשטייסט די וועלט. דאס מיינט אז יעדער קען פארשטיין אלע ניין טיפן פון די אנעאגרעם גענצליך אנדערש, ולא הרי זה כהרי זה. ווייל אויב איך "הער" אלעס "מענשטן" רעדן, און דו "זעסט" אלעס אויפ'ן "שאך ברעטל" מיינט ביי דיר 'הילף' און 'העלפער' עפעס אנדערש. וואס ביי מיר מיינט הילף מיינט ביי דיר א נארישע טריט אויפ'ן שאך ברעטל. איך האב געהאט א גוטן טאג היינט, און לויט דיר בין איך היינט געווען א טאוטל דורכפאל. אויף שונאים אזא טאג…
א פיצילע דוגמא. אזוי שרייבט מען אין די וועלט די ניין טיפן פון די אנעאגראם: Type 1 "Reformer" Type 2 "Helper" Type 3 "Motivator" Type 4 "Individualist" Type 5 "Investigator" Type 6 "Loyalist" Type 7 "Enthusiast" Type 8 "Leader" Type 9 "Peacemaker"
ווידער נשמה האט דא עס עטוואס אנדערש פארשטאנען. ער שרייבט אזוי: איינז איז אפונקטליכער(דארף קומען פון רעפארמער) צוויי אגוטער(דארף קומען פון העלפער) דריי מוזמצליחזיין (דארף קומען פון מאטיווירער) פירגעפילגעפיל געפיל (דארף קומען פון אינדיווידואליסט) פינף אטראכטער(דארף קומען פון אינוועסטיגעיטער-פארשער) זעקס דארף חיזוק אדער אז מ'דארףזיין שטארק. (דארף קומען פון לאיאלער) זיבן נארענדזשויען(דארף קומען פון ענטוזיאסט) אכטבאסאויף די וועלט (דארף קומען פון פירער) נייןלאמיך מנוחה(דארף קומען פון שלום-מאכער) פארטיג…
נשמה נעמט עס אויך פון ערגעץ. ס'נישט זיינע חידושים. אבער דער וואס האט עס געשריבן האט בסך הכל אונז מגלה געווען אז די ווערטער מיינט ביי אים דעם אפטייטש.
היוצא לנו (לי) מזה, אז אפילו כ'על שוין קענען די פילע וועגן וויאזוי מסדר צו זיין די טיפן, וועל איך - קען איך - באמת נאר פארשטיין אלע אנדערע טיפןלויט מיין טיפ. דאס הייסט אז וועל "קיינמאל" נישט באמת פארשטיין יענעמ'ס אמת'דיגע אינערליכע געפילן, מחשבות, חשבונות, און ריכטיגע טיפ וויאזוי יענער אליין פילט עס און פארשטייט עס. און יענער וועט קיינמאל נישט באמת ארויס האבן וואס איך שפיר, ווייס, פארשטיי, טראכט, באמת. - אויסער אז מיר זענען ביידע די זעלבע אין אלע שטריכן, טיפן, סארט קאפ, געמיש פון אלע גאל, עקספעריענסעס, השגות, ועוד ועוד, וואס קען קיינמאל נישט זיין במציאות.
כ'האב נאכנישט געליינט "דא", אבער איך זע אז איך וועל שוין האבן וואס צו טון…
לגבי דיין תגובה. הוא הדבר אשר דברתי. יעדער האט אן אנדערע צוגאנג צו יעדע שאלה, תשובה, און פאקט. נישט נאר וואס דער ענטפער איז אנדערש, נאר די שאלה אינעם קאפ פון יעדן, און די זעלבע תשובה "פארשטייט" זיך אנדערש ביי יעדן.
שאך-ברעטל שפיל אין מיין קאפ מיינט עפעס אנדערש ווי ביי דיר. גראדע מיינט עס נישט ווירבלען, נאר א דורכדרינגליכע שטילקייט אינעם מציאות, וואו מ'קען אויפקומען מיט קאלט-קאלקיולירטע סטראטעגישע שריט. בד"וו אין מיין ווירבלט זיך אויך אנדערש ווי אין דיין קאפ.
די פינטל וואס איך וויל צוקומען איז אזוי. 1) יענעם וועט קיינער קיינמאל נישט קענען עכט פארשטיין. כעין זה זאגן אסאך מפרשי המשנה (ראשונים, אחרונים און אפי' ספרי חסידות, געדענק אבער נישט מאמעטערעלי וואו און ווער), אויף די משנה אן תדון את חברך עד שתגיע למקומו, ולעולם לא תגיע על כן אל תדון.
2) זיך אליין קען מען אויך קיינמאל נישט עכט דורך און דורך פארשטיין. יעדער מענטש האט א בחינה פון כתר וואס איז באמת העכער פון וואו א מענשט קען משיג זיין, אין טעם ברצון, און ערשט ווען ס'קומט אן צום בחינת חכמה, און בינה, ערשט נאכדעם הייבט דער דעת אן צו באגרייפן פונקטליך וואס די רעדע איז. ווי ס'דא א וועלט'ס ווארט (אין מיין וועלט…) דער אויבערשטער זאל אונז אפהיטן און נישט ווייזן ווי שטארק אונז קענען זיין… ווען א מענטש דארף זיך ספראווען מיט א שווערן עסק, סאל זיך נישט מאכן, האט דער מענטש פלוצלינג כוחות עצומות אין רעזערוו וואס ער אליין וואונדערט זיך פון וואו דאס איז אפיר געקומען. באקאנט די מעשה אז ווען דער נצי"ב האט ארויסגעגעבן דעם שו"ת העמק שאלה האט ער געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט געזאגט אז ער האט געהאט אין פלאן צו גיין אין מסחר. שטעלט אייך פאר, איך קום ארויף אין הימל, מקיים געווען דעם נשאת ונתת באמונה, געגעבן אסאך צדקה, און… דער בי"ד של מעלה זאגט, זייער פיין אבער וואו איז דיין טיפער ספר שאלות ותשובות העמק שאלה?… פירט אויס דער נצי"ב, יעצט וועל איך עס זיי קענען ווייזן, מאך איך א סעודה צו דאנקען דעם אויבערשטן דערויף.
3) זייער אסאך פון די צוגענג צו סארטן 'מענטש' זיצן אויף מדות. דא כאפט א מורא'דיגע נפק"מ צום איד און דעם גוי. דער גוי ווערט אויפגעצויגן, וואקסט, לעבט מיט די נאושן אז מ'קען נישט טוישן קיין מציאות. און דער מציאות איז אז איך בין וויאזוי איך בין. (הגם זיי אליין ווייסן אז מ'קען זיך אויסארבעטן, ווילן זיי אבער נישט ווייל ס'איז שווער). זיי פארציילן אונז די מעשה פונעם עקדיס וואס האט געוואלט דורכן שווימען א וואסער און האט געבעטן דעם פראש אים אריבער צו טראגן. זאגט דער פראש, אבער איך האב מורא איז דו וועסט מיר הרג'ענען. זאגט אים דער עקדיס, אויב וועל איך דיר בייסן וועל איך דאך אויך דערטראנקען ווערן… מאכט סענס. נעמט דער פראש דעם עקדיס אויף די פלייצע, און היידא, אין וואסער אריין. אינמיטן פונעם שווים, און… דער עקדיס געט א בייס אריין אינעם פראש…. מיט אפענע איבערראשטע פארוואונדערטע אויגן קוקט דער פראש אן דעם עקדיס. וואס האסטו געטון? יעץ עלען מיר ביידע שטארבן… און דער עקדיס געט א ציה מיט די פלייצע און זאגט, וואס זאל איך טון, ס'איז אין מיין נעיטשור…. יעצט אזוי די מעשה איז נישט פארגעקומען צווישן אן עקדיס און א פראש…. הלמאי זיי זענען דאך ביידע געשטארבן, נו ווער האט עס געקענט דערציילן?… דאס האט אויפגעטראכט א גוי וואס האט פארגעסן צוצולייגן איין פוינט. א מענטש איז נישט קיין עקדיס און נישט קיין פראש….
ביי אונז אידן לייגט מען דאס אריין פון קינדווייז אן. אין אדם נברא אלא לשבר את הטבע. אפגעזען וועלכע טיפ, סארט, קיינד, דו ביסט. דו ביסט א מענטש מיט א חלק אלוק ממעל, וואס קען בסייעתא דשמיא זיך שטארקן און טוישן די נטיות און נאטורן. און אונז באקומען עצות און הדרכה דערצו, כוח הפועל בהנפעל, אדם נפעל כפי פעולותיו, און אלע ספרים ולומדות אנגעהויבן פון די תורה, אונז צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן און טוישן זיך אליין, און מיט אונז די גאנצע וועלט (אונזער וועלט).
אבער א פראגראמער וואס וויל פארשטיין וויאזוי ס'קומט ארויס דער רעזולטאט, מאכט א ריווערס ענדזשינירונג, און רעכנט אויס אז אויב דאס איז ארויסגעקומען איז דאס לכאורה געווען ווייל קודם …. (פיל עס אויס), און נאכדעם מאכט ער עס נאך, און פרובירט צו ס'גייט טאקע ארויסקומען דער זעלבער רעזולטאט, און אויב יא, איז א סימן אז ער האט משיג געווען פונעם מלכות די גאנצע פאזל ביז אויבן.
דער בני יששכר (?) איז מיט דעם מסביר דעם חילוק פונעם איד צום גוי. א גוי מוז אזוי פארשטיין די גאנצן וועזן, ווייל די וועלט - און אויטאמאטש דער מענטש וואס איז אויך אין די וועלט - איז די זעלבע זאך. וואס דא געשעט לגבי וואס אונז קענען זען מיט די אויגן איז שוין נאר די לעצטע שלב, נאכדעם וואס אלע שלבים זענען שוין געשען באהאלטענערהייט. איז כדי צו פארשטיין וואס ס'געשעט מוזן זיי גיין פון אונטן ארויף און פרובירן נאכצומאכן געוויסע סטעפס - וואס זיי טראכן אז דאס איז די סיבה - און ווען ס'גלונגט נאכאמאל איז א סימן אז דאס קען זיין די סיבה פארוואס דאס געשעט אין די וועלט. משא"כ א איד ווייסט וויאזוי די וועלט ארבעט, ווייל ער פארשטייט די קאוד. די תורה. הסתכל באורייתא וברא עלמא. און ברענגט צו די מעשה פון ר' יהושע בן חנניא - פילוסוף אחד בקש לידע נחש לכמה מוליד כיון שראה אותן עסוקים זה עם זה נטלן ונתנן בחבית והיה מספיק להן מזונות עד שילדו כיון שעלו הזקנים לרומי ראה את רבן גמליאל א"ל לכמה הנחש מוליד ולא יכול להשיבו נתכרכמו פניו פגע בו רבי יהושע א"ל למה פניך חולניות א"ל שאלה אחת נשאלתי ולא יכולתי להשיבה א"ל מה היא א"ל לכמה הנחש מוליד א"ל לז' שנים א"ל מנין א"ל הכלב חיה טמאה מוליד לנ' יום ובהמה טמאה יולדת לי"ב חדש וכתיב ארור אתה מכל הבהמה ומכל חית השדה כשם שהבהמה ארורה מן החיה שבעה כך נחש ארור מן בהמה שבעה. כמפני רמשא סלק ואמר להם התחיל להטיח ראשו בכותל אמר כל מה שעמלתי ויגעתי ז' שנים בא זה והושיטו לי בקנה אחד. פשט איז, ער האט געקענט די קאוד שפראך, האט ער גלייך געוואוסט דעם אמת, משא"כ די גוים דארפן ווארטן אויפ'ן אוטקאם, און פון דעם בויען אויף צוריק.
לענינינו קומט אויס אז אלעס וואס אונז "זעען" און "שפירן" לגבי טיפן און זיטן פון מענטשן איז אלעס שוין נאר די מלכות פון דער זאך. דער סקרין. דער אוטקאם, אבער נישט דער שורש השרשים. די אנעאגראם סיסטעם ווי אויך אלע אנדערע סיסטעמען רעדן און באפאסן זיך מיט די מאניפעסטאציע פון דעם טיפ אינעם מציאות וויאזוי דער אדער יענער וועט זיך אויפפירן, פילן, און טון לויט זיין טיפ - אלעס אינדרויסן אינעם חלק המעשה פון די וועלט, אין חלק התוצאה וואו דער שורש איז "נישט".
איך, כאטשיג איך האב שוין געהערט אז ס'דא מענטשן וואס די וועלט איז פאר זיי 'מענטשן' און ס'דא מענטשן וואס די וועלט איז פאר זיי 'ציהלן'.
למשל א גבאי צדקה איז דא איינער וואס זיין ווילן צו קלעטערן נאך געלט איז די געלעגנהייט זיך צו טרעפן מיט מענטשן. און איינער וואס זיין שטופ איז 'מאכן געלט' און טאקע ווי מער. נו ווער מאכט מער געלט?
סתם נאכשרייבן די נעמען פון די וועבזייטלעך אן וויסן פארוואס זיי פארמאגן דעם לעבל אויף זייערע ארבלעך איז דאך נישט קיין 'הבנה' אינעם נושא.
ISTJ - The Duty Fulfillers
ESTJ - The Guardians
ISFJ - The Nurturers
ESFJ - The Caregivers
ISTP - The Mechanics
ESTP - The Doers
ESFP - The Performers
ISFP - The Artists
ENTJ - The Executives
INTJ - The Scientists
ENTP - The Visionaries
INTP - The Thinkers
ENFJ - The Givers
INFJ - The Protectors
ENFP - The Inspirers
INFP - The Idealists
איינער פארשטייט א ווארט דא איך האב עס נאכנישט דורכגעטון נאר דאס ביסל וואס איך שרייב ווי פאלגענד:
Extroverted Introverted.
עקסטראווערטעד און אינטראווערטעד
דאס ווייזט צו וואס א מענטש איז זיך מער מתייחס צו די דרויסענדיגער וועלט צו וואס עס שפילט זיך אראפ אינדרויסן פון איהם אדער צו זיין אינערליכער וועלט איז ער זיך מער מתייחס צו וואס ער לעבט מיט אינעווייניג אין זיך.
דאס איז דאך פשוט, אז ס'איז דא צוויי וועלטן, די אינערליכער וועלט, וואס מ'לעבט מיט אינעווייניג אין זיך, "וויאזוי פיל איך יעצט", א.א.וו. און וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פון דיר, די וועלט ארום. די נייעס...
מה שאין כן א iNtuitive וועט טראכטן, "דא קען איך 'אזוי און אזוי' טון, און דא קען מען 'אפשר' אזוי און אזוי טון. פון אן iNtuitive קען מען הערן. " קוק אהער, איך טראכט אז ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו..." "אפשר 'קען מען'..." א) מ'קען אזוי... ב)מ'קען אפשר אזוי... ג)א גוטע איידיע איז אזוי... און אזוי פרובירט מען צו לעזן דעם פראבלעם. מער מיט איידיעס און מעגליכקייטן. מ'קען און מ'קען און מ'קען. זיי גייען דורך אלעס וואס מ'קען...
א Sensate זאגט פאר איר iNtuitive מאן... איך האב שוין נישט קיין כח צו הערן וואס מ'קען אלץ טון, אונטערשטע שורה איז, אז 'ס'איז' נישטא קיין געלט. און איך האב נישט קיין כח צו דיינע דמיונות. פון אפשר אזוי, אפשר אזוי, איך האלט אז זאלסט גיין ארבעטן אין א גראסערי, דו קומסט מיר אייביג מיט פלענער צו עפענען ביזנעסער מיט פארשידענע אינטערעסאנטע איידיעס, די אלע זאכן זענען הויל, ארבעט און פארטיג, אז מ'ארבעט מאכט מען געלט... קוק אן 'משה' ער ארבעט און פארדינט שיין.
און בשעת זיין עזר רעדט, טראכט ער "אה! מן הסתם האט זי נאכנישט געגעסן... איך קען איר אפשר אזוי מסביר זיין און אפשר אזוי מסביר זיין"
און ער ענטפערט "איך וועל דיר זאגן, שטעל דיך פאר וואס איך גיי אלץ פארדינען, אויב איך עפן אויף 'למשל' א סטאר, יא!. איך עפן א סטאר און איך מאך געלט, מ'קען טון אזוי פיל מינע זאכן. מ'קען מאכן געלט פון אזויפיל סארט געדאנקען."
"אבער ישעי', איך זאג דיר אז איך האב נישט ליב די אלע זאכן, איך האב געארבעט און איך האב שיין פארדינט, פארוואס דארפסטו טון זאכן וואס דו ווייסט אפילו נישט צו ס'ארבעט."
"אוודאי 'קען עס' ארבעטן, איך האב שוין... קוק איך קען דיך מסביר זיין מיין גאנצן פלאן, איך האב נאך פלענער..."
"איך געדענק נישט פונקטליך די גאנצע שמועס, אבער איך האב 'פארשטאנען' אז ס'קען גיין"
"אבער איך האב יא גערעדט צו יאנקלס ווייב און איך קאל איר אן, אגוטן, איך פרעג איר צו זי האט צייט א מינוט און זי האט מיר געזאגט... און איך האב איר געזאגט... האט זי מיר געזאגט.... האב איך איר געזאגט... זאגט זי מיר... זאג איך איר... פרעגט זי מיר.... האב איך איר געענטפערט... פרעגט זי מיר..."
און בשעת מעשה טראכט ישעי' "אה! זי איז גוט מיט איר הא?"
טייערע חברים, נשמה, מתבונן, זאל ער, כל אחד בשמו יברך. א גרויסן ייש"כ פארן נעמען די מי ארויסצוברענגען די וויכטיגע נקודות, ובפרט הרב זאלער פארן אזוי ברייט אויסשמועסן די חכמה פון נפש האדם, און פון די בריאה בכלל. ווי נשמה האט זיך אויסגעדריקט, א 'יודישע סייענטיסט'.
ועל עכשיו...
פאקטיש האט געשריבן:
איך וויל עס הערן אויף דעם פארם ווי אזוי מען האט אראפגעלייגט דעם ענעגרעם, אין א היכי תימצא ווי אזוי יעדער פון די 16 ראגירן.
למשל, א וואסער פייפ אינדערהיים עקספלאדירט, וויאזוי רעגירט יעדער איינער? א.ד.ג. אזוי קען מען ארויס האבן די תכונת הנפש פון יעדן.
לאמיר האפן אז א בר יכול וועט זיך דא אנרופן.
גם אני מצטרף. ווער עס קען זאל אראפלייגען די היכי תמצא וויאזוי דאס ווערט אויסגעשפילט במציאות חיי היומיומי.
לויט וויפיל איך ווייס און איך שטעל מיך פאר וועט אן עקסטראווערד גראד לויפן צום טעלעפאון און אנקאלן וועם ער קען נאר. ער וועט לויפן באטראכטן וואס דו האט פאסירט.
אן אינטרווערד וועט קודם אוועקגיין פון די וואסער, און ער וועט זיך שטעלן טראכטן וואס צו טון.
א סענטעט וועט פארציילן אויפן טעלעפאון. איך קום אריין אין קאך, איך זעה ווי פונעם רעכטן ווינקל גיסט זיך וואסער, איך האב געקוקט אהער און געקוקט אהין און איך האב נישט געקענט כאפן פון וואו דאס וואסער קומט. בין איך געגאנגען און איך האב אויפגעהויבן די ... און איך האב געטאפט אהער און אהין... איך האב גענומען א פלעשלייט...
בקיצור ס'דא א פאר עצות א' קודם זאלסטו ב' און נאכדעם זאלסטו ג' און דערנאך
און אן אינטואיסט וועט לכאורה: איך האב נישט קיין אהנונג. ס'גיסט זיך דא. איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט דאס. איך ווייס ניטאמאל פון וואו אנצוהייבן, אלעס איז דא איבערגעדרייט. איך האב נישט קיין כח צו דעם. (פון וואו קומט דאס וואסער?) איך ווייס נישט, ס'טוט זיך דא,