איך ווייס נישט וועלכע טייפ וועט זיך מער טרעפן מיט אינערליכע קאנפליקטן, אבער ביי א ENFP קוקט מיך אויס, אז א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן.
לאמיר זעהן: לאמיר נעמען א INFP, די ערשטע פונקציע איז Fi. יעצט, Fi ווייסט וואס ער האט ליב, ער דארף נאר ארויפברענגען וואס ער האט ליב. דאס וואס א INFP ישוב'ט זיך ביים אויסוועלן וועלכע סארט דיזיין בענקלעך ער זאל ענדערש קויפן, דאס קומט - ווארשיינליך - פון Ne.
וואס איך וויל דא שרייבן איז, סיי בנוגע אינערליכע קאנפליקטן, און סיי בנוגע די אינערליכע קאנפליקטן וואס א ENFP גייט דורך. אבער די זעלבע איז ביי אן אנדערע טייפ.
איך וויל מ'זאל געדענקען אז זיי זאגן אז א ENFP אדער א ESFP, אדער א ISTP, קען האבן ADD. איינער האט מיך אמאל נאכגעזאגט - איך מיין - פון ר' מרדכי וויינבערגער נ"י, אז ער האט פארגעשטעלט ADD, וויאזוי א יונגערמאן שטייט אינמיטן, און פינף מענטשן רעדן צו אים אויף איינמאל, יעדער געבנדיג אנדערע דירעקציעס. דער מענטש ווערט צעריסן.
איך מיין אז איך ווייס וואס א ENFP פילט, איך בין דאך א ENFP, און ס'קען זיין אז די זעלבע איז ביי א ESFP, אדער ISTP, די מיינד ווערט געצויגן פון פארשידענע ריכטונגען. יעדער דרוקט, והבעל בית דוחק. א חלק פון מיר וויל דאס וואס איך טו, אבער איך שפיר ווי א אנדערע חלק פון מיר וויל איך זאל יעצט טון עפעס אנדערש. דער מענטש ווערט צעריסן. און דאס קען אריינשלעפן צו תאווה.
מ'זאגט ביי תחנון: ואנחנו לא נדע מה נעשה כי עליך עינינו זכור רחמיך ה' וחסדיך כי מעולם המה .
א ENFP זיצט אין ביהמ"ד און פרובירט צו לערנען, און אפילו ווען ער זאגט נאר די ווערטער אן זיך הרג'נען צו פארשטיין די מיינונג דערפון. דילט ער אבער מיט א יצר, (הרע?) די יצר זאגט אים, וואס עפעס דארפסטו טון אזוי און אזוי? ווער זאגט דיך? עקספלאריר יענץ. וואס עפעס דעס? דער מענטש שפירט: איך וויל דעס, אבער א חלק פון מיר וויל יענץ. דער מענטש ווערט צעריסן. וויאזוי לעזט מען דאס?
דאס קומט פון וואס? דאס קומט פון Ne אלץ הויפט פונקציע. די ווארט ביי א ENFP איז Possibilities. ס'דא א אומזיכערקייט וואס באגלייט בשעת מ'לערנט. די ווערטער זענען: ס'דא יענץ אויך. ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי א גראז אויפן פעלד, האט ער נישט צופיל קאנפליקטן. א ENFP וואס פירט זיך אויף און ער געט נאך זיינע אינערליכקייטן לויטן רוח וואס בלאזט, קוקט אויס ווי א מענטש אן דירעקציע. און ער קומט נישט אן צופיל. ער קומט כמעט נישט אן. פארוואס? ווייל ער טוט, אבער ער טוט גארנישט.
נעם א ENFP, א בחור'ל, מיט א גרויסן Ne יצר, שיק אים אין ביהמ"ד לערנען. וויאזוי זעהט אויס זיין לערנען? ער שמועסט וואס די רוח שטופט אים, ער מאכט זיך א קאווע, טענה'ט שטותים, הייבט אן יעדע רגע נאכאמאל: נו, זאגט די הייליגע משנה... ביז ס'קומט אריין די נעקסטע רוח וואס שלעפט אים. סוף טאג: וויפיל איז ער אנגעקומען? חוץ עגמת נפש פון טענה'ריי מיט חברים?
וויאזוי קוקט אויס א סאדא באטל אויפן גאס, ס'קומט אן ערגעץ? ס'פליהט אהער און אהין. ס'קען זיך נישט קעגן שטעלן קעגן די ווינט. ס'קען נישט. און צומאל ווען ווינטן בלאזן פון מער ווי איין זייט, דרייט זיך עס ארום און ארום און ארום, ביז ס'הערט אויף.
די דרך אמת לערנט אונז: א מענטש קען אויך נישט. א מענטש ווייסט נישט. א מענטש האט נישט די כח זיך צו שטארקן. א מענטש קען זיך אבער איבערגעבן אין האנט פון באשעפער. דום לה' והתחולל לו, געב איבער דיין געפרוירנקייט צום אייבערשטן, אל תתחר, און דו וועסט נישט ווערן אנגערייצט פון תאווה.
נישט פשט אז א מענטש דארף דורכפאלן, ווייל ער קען דאך נישט. פשט איז, שלאג דיך נישט דערקעגן מיט דיין 'איגו'. ווייל דו קענסט נישט. געב עס איבער צום אייבערשטן וואס ער קען יא.
וואס איך טראכט יעצט, בשעת איך שרייב די שורות: א מענטש זאל זיך אראפזעצן מיט זיך אליין און דורכטראכטן: וואסערע מסכת זאל איך ענדערש לערנען? אזאנס טוט נישט לעזן די צוגאנג צו אינערליכע קאנפליקטן. איך רעד נישט נאר צו דאס איז די לעזונג צו אינערליכע קאנפליקטן וואס א Ne האט.
דער רבש"ע האט באשאפן אינערליכער קאנפליקטן. דער רבש"ע האט געזאגט: איך גיי דיך מאכן א קאנפליקט, דו גייסט ווערן צעריסן, אבער דו זאלסט נישט אונטערגעבן, נאר דו גייסט דיך איבערגעבן אין מיין האנט. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. איך ווייס טאקע נישט פונקטליךוואס איך האב צו טון אז דאס דייקא דארף איך טון יעצט. ווען איך טו איז עס נישט ווייל איך האב שוין דורכגעטראכט הונדערט מאל אז דאס דארף איך טון. איך רעד צו א ENFP. וכדומה. איך ווייס טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער. איך בין טאקע נישט זיכער אז דאס איז וואס איך דארף טון יעצט. ס'איז טאקע דא אין מיר א קול וואס זאגט "טו אנדערש". און איך ווייס נישט. אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, אפשר יענץ, איך בין געפרוירן, און איך געב מיך אויף צום באשעפער. דער באשעפער ווייסט און ער זאל מיך פירן.
יעצט טראכט איך: אז דער באשעפער האט עס אזוי באשאפן, כדי א מענטש זאל דארפן צוקומען צו אים ווי מער. און ביי א ENFP יעדע רגע ממש.
סאו, נאכאמאל: וואס איז די פראדוצירער פון אינערליכע קאנפליקטן ביי א ENFP? די הויפט פונקציע, די Ne. די רצון אריינצוכאפן ווי מער איידיעס. וואס א ENFP קען טון און איך מיין אז דאס טוען זיי טאקע, איז: אז א ENFP וועט טרעפן אזאך וואס זאל אים בהכרחאריינשלעפן צו עס. אבער דאס איז נישט די אידיאליסטישע וועג. ווייל אויב א ENFP געוואוינט זיך צו אז ווער ס'האט מיך געכאפט ער באקומט מיך, וואס גייט ער טון ווען ער שטייט פאר א נסיון? עפעס האט אים געגעבן א כאפ, יעצט גייט ער אנהייבן וואס ?
אינערליכע קאנפליקטן איז די ענערגיע וואס דו דארפסט שפירן כדי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און דו ווילסט דיך אויפרייסן? און קיינער זעהט נישט אז דו האלסט דיך איין? און פון איין זייט ווילסטו זיין אזוי ווי דו ווילסט, און פון די אנדערע זייט ציהט דער יצר אז ס'גייט א רויעך פון די היץ פון די צוויי כוחות, דאן איז די צייט צו כאפן אז דו האסט אינערליכער קאנפליקטן. און פון דארט, פון די צעריסנקייט וואס דו שפירסטצווישן די צוויי זייטן, פון דארט איז די וועג זיך איבערצוגעבן אין די האנט פון באשעפער.
געדענק: דו האסט א וועג זיך צו שלאגן דערמיט מיט דיין איגו. דו האסט א וועג צו ווערן טייט, אויפגערעגט, אנגעבלאזן, זיך נישט לאזן, האבן אזא סדר היום וואס יעדע תנועה איז קאנטראלירט, יעדע תנועה שטייט ערגעץ. דאס איז איגו. נאכדעם איז דא די ענין פונעם דרך אמת. די ענין פון "איך קען זיך נישט האלטן קעגן די אינערליכע ענערגיע וואס זאגט אנדערש ווי די זאך וואס איך וויל יעצט ענדערש. צום ביישפיהל: איך קען מיך נישט האלטן קעגן די רצון וואס האלט אז איך דארףענדערש ארומקוקן פון מעכיל צו תנחום און פון תנחום צו חזקאל.
א קאנפליקט אין די פסיכיק פון א מענטש, איז נישט די זאך וואס ברענגט נערווען פראבלעמען, אדער טייטנעס, אדער אנגעשטרענגטקייט, ס'איז די איגו וואס ברענגט עס. ס'איז ווען א מענטש מאכט זיך שטייף און ער ווערט אזוי הארט, און ער ווערט אזא "ערליכער יוד", דאס איז וואס מאכט די "או סי די". ס'איז ווען א מענטש וויל זיך האלטן אין א "באקס" כדי זיך צו האלטן קעגן די ענערגיע פון די אנדערע זייט, דאס איז וואס ברענגט אים צו נערווען חלילה.
מ'קען זעהן די עכטע ערליכע יודן זענען געווען אזוי פרייליך, זיי זענען געווען בטל צום אייבערשטן.
די וועג צו ווערן נאנט צום באשעפער איז דייקא דורך די דאזיגע אינערליכע קאנפליקטן. מיט דעם קען מען זאגן פשט אין גמ', אז איין אמורא האט געזאגט, לאמיר דורך גיין די פלאץ פון זנות, און בייגן דעם יצר, כדי צו מקבל זיין שכר. קען מען זאגן פשט, אז ווען א מענטש האט א אינערליכער קאנפליקט איז עס א ברכה, ס'איז א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. די קיבול שכר פון וואס ער רעדט איז ווערן נאנט צום אייבערשטן. וויאזוי ווערט מען נאנט, דורך דעם וואס א מענטש וואס עס הייבט זיך אן ביי אים דער אינערליכער קאנפליקט פון תאווה מוז אויפגעבן אויף זיך, ער מוז זיךמבטל זיין צום רצון השי"ת. ווייל נאר דער אייבערשטער קען העלפן. ער מוז איינזעהן אז ער קען טאקע נישט.
די עבודה איז נישט פאר יעדעם, מ'קען חלילה עס נישט ביישטיין. אבער אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אינערליכע קאנפליקטן איז א ברכה. אויב ס'איז שוין דא. אוודאי א מענטש דארף בעטן אל תביאנו לא לידי נסיון, אבער איך רעד פון געווענליכע אינערליכע קאנפליקטן, איז עס א ברכה. ווייל דייקא דורך דעם קען זיך א מענטש הייבן צום אייבערשטן. נס להתנוסס.
אבער די וועג איז נישט דורך די איגו. אויב מ'שלאגט זיך קעגן די אינערליכע קאנפליקטן מיט די איגו, מ'שטעלט זיך דערקעגן דורך דעם וואס מ'מאכט זיך ווי א באקס, קען מען ווערן אומגעזונט, און בכלל דאס איז נישט די וועג. די וועג איז: איך האב עפעס אין מיר וואס זאגט מיר אנדערש; וואס וויל אנדערש ווי איך טו יעצט, און איך ווייס טאקע נישט אז דאס איז ענדערש צו טון. יענץ קען איך נישט טון, אדער וויל איך נישט טון, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן. דער אייבערשטער זאל מיך פירן.
א ENFP וועט האבן גאר שטארקע אינערליכע קאנפליקטן, ווייל מ'קען דאך טאקע אין די יעצטיגע רגע טון (טראכטן) אזויפיל זאכן. מ'קען זיין אין אזויפיל מינע מצבים, מ'קען דינען דעם אייבערשטן אויף אזויפיל אופנים, וואס זאל איך ענדערש?איך ווייס טאקע נישט. יעצט טו איך דאס און דאס, אבער נישט ווייל אלעס אין מיר ווייסט אז איך טו גוט. איך בין נישט גא-ט ב"ה. איך ווייס טאקע נישט. איך טו, און בשעת'ן טון האף איך אז ער וועט מיך פירן צום גוטן.
די NE פון א ENFP זאגט: דו קענסט עקספלארירן אזויפיל מינע איידיעס. וואס עפעס האב איך מיך אפגעשטעלט דוקא ביי די נקודה וואס איך טו יעצט? ס'דא אזויפיל נקודות... און יענע נקודה? די צוגאנג לויטן דרך אמת איז, איך ווייס טאקע נישט. איך געב מיך איבער אין די האנט פון באשעפער, און איך טו דאס. דאס מאכט אז א מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום באשעפער. דהיינו, בשעת ס'קומט אריין די מחשבה, אפשר איז דאס וואס איך טו יעצט א צייט פארברענגעריי, אדער נישט אזוי וויכטיג ווי יענס און יענס, אדער ס'איז צו פלעין, ס'דא בעסער, אזא מוטשענדע מחשבה, ס'דא בעסערס. איך ווייס טאקע נישט, איך בין געפרוירן, איך ווייס טאקע נישט, איך געב מיך אויף צום אייבערשטן.
דאס איז סך בעסער ווי לעזן דעם קאנפליקט. נאכאמאל: דאס איז סך בעסער ווי צוקומען צו א סעלושן. לאמיר זאגן אז איך האב צוויי מסכת צו לערנען, אדער פסחים, אדער שבת, און איך וויל ביידע די זעלבע זאך. און נישט וואוסנדיג וואס צו טון נעם איך ענדערש מסכת שבת, און איך ווייס טאקע נישט וואס איז ענדערש. איז דאס בעסער לצדווערן נענטער צו השי"ת, ענדערש ווי וויסן וואס פונקטליך ס'לוינט מיר .
דאס נישט וויסן, דאס לעבן אפילו ווען מ'איז אין א קאנפליקט, דאס מאכט אז מ'זאל מוזן אויפהייבן די אויגן צום באשעפער, וואס ער קען יא. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. און ער לערנט דעם מענטש וואס ער זאל טאקע טון.
התקרבות לה' געשעהט דייקא דורך א קאנפליקט. דייקא דאן, דייקא דורך דעם, מוז א מענטש אנערקענען אין זיין: ואנחנו לא נדע מה נעשה. דייקא דאן הייבט מען אויף די אויגן צום הימעל.
איז דען א עצה צו לעזן יעדן קאנפליקט? קען גאר זיין אז עס לוינט נישט צו לעזן. אפילו אויב מ'קען עס לעזן. קען גאר זיין אז דוקא ווען איין זייט ציהט מיר אהין, און איך שטיי אבער דא, דייקא דאס איז מכניע מיין הארץ לאבי שבשמים.
ווען א מענטש וויל רעדן עפעס א שטות, קיינער גייט נישט וויסן אז איך האב מיך איינגעהאלטן, קיינער. דאס מיינט א אינערליכער קאנפליקט. און דייקא פון דעם קען זיך א מענטש הייבן.
ביי די Fi פונקציע איז דאס נישט אזוי ווייט שייך. ווייל א מענטש ווייסט וואס ער האט ליב. ער דארף נאר צוטרעפן. אבער ביי די Ne פונקציע, ס'איז דאך דא אזויפיל וועגן, און ס'איז טאקע דא, נו, וויאזוי קען איך וויסן וואס צו טון? דער מענטש איז אין א קאנפליקט. מ'קען עס לעזן טאקע דורך דעם וואס מ'זאגט: איך ווייס טאקע נישט. זאל מיך דער אייבערשטער פירן.
ביי די Fi פונקציע קענסטו זאגן: איך ווייס. אבער ביי די Ne פונקציע איז דאך נישט מעגליך צו זיין גא-ט ב"ה. וויפיל צייט האט א מענטש צו טראכטן און קלויבן די ריכטיגע זאך?
די עיקר וואס איך שרייב איז: ווען א מענטש טרעפט זיך אין א אינערליכע קאנפליקט איז עס א גוטע זאך צו ווערן נאנט צום באשעפער.
א אינערליכער קאנפליקט מיינט איך טו אדער טראכט אויף איין וועג, בעת אן אנדערע חלק פון מיר וויל עפעס אנדערש, און איך ווער געפרוירן.
די ענערגיע וואס שאפט זיך צווישן די צוויי כוחות איז וואס מ'דארף איבערגעבן צום באשעפער. אז דער באשעפער זאל העלפן. און נישט זיך האלטן דערקעגן דורכ'ן אויפבויען א איגו.
והשם הטוב יעזור.