מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דו בארירסט אסאך פונקטן. און ווען דו רעדסט פון דיינע ישיבה יארן בארירסטו נאך א פונקט. א טיפע פונקט. מיינע הארץ סטרונעס...

נשמה האט געשריבן: בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

@מחשב די קומענדיגע שרייב איך מער פאר אזעלכע וואס נוצן זייער אינטואישןצו פארשטיין וואס מ'רעדט צו זיי, אדער וואס א ספר רעדט צו זיי. אזעלכע וואס נוצן אינטואישן קענען נישט פאלגן. זיי קענען נישט זעהן א ווארט און עס פאלגן. זיי מוזן זיך טרעפן אן אייגענעם מהלך וויאזוי צו פארשטיין וואס דו זאגסט זיי. שפעטער וועלן זיי יא פאלגן. אבער דאך מיט א געוויסן אייגענעם שניט. איך שרייב לויט מיין אייגענעם עקספיריענס. און איך קלער אז די אלע וואס ארבעטן מיט אינטואישן, דהיינו צו פארשטיין דורך אינטואישן, ארבעטן די זעלבע.

כ'קען נישט גרינטלעך די MBTI סיסטעם. אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז דאס קומט צוזאמען מיט FI. די "אייגענע" וועג פון וואס דו רעדסט, הערט זיך FI. איך זעה ביי מיר אז איך האב נישט אזא דרייוו. ווי לאנג ס'מאכט סענס קען איך מיטגיין מיט דעם. איך דארף נישט האבן קיין אייגענע פרשנות דערויף.

---
אויב פארשטיי איך גוט וואס דו זאגסט, זאגסטו דריי זאכן. איינס, אז עס פעלן די "כלים" וויאזוי צו לערנען. ווי אזוי צו אנטשיידן לערנען רעטענישן. וויאזוי גייט מען צו צו א משנה. אפשר זאגסטו אויך אז עס פעלן מושגים. מ'לערנט זאכן אן קענען די פשוטע יסודות פארדעם.

צווייטנס, אז די סיבה פארוואס עס פעלן די כלים וויאזוי צו לערנען קומט פון דעם אז מ'לערנט נישט מן הקל אל החמור. און "קל" מיינסטו זאכן וואס האבן נישט אזויפיל וועגן וויאזוי זיי אפצולערנען. וואס דורך דעם נעמט מען צוביסלעך אויף די וועגן וויאזוי צו לערנען.

דריטנס, אז מ'לערנט צו גרינג אין חדר אז מ'לערנט נישט אויס דעם קינד צו נוצן זיין קאפ.

יעצט, קען זיין דו ביזט גערעכט. איך ווייס נישט אקוראט. אבער כ'וואלט געזאגט אז אויב זענען די שיעורים גוט אהערגעשטעלט, וואלט עס געקענט גוט קלאפן. אפילו אויב אין די פארגאנגענהייט האט מען פארזעהן וויכטיגע זאכן. דא דארף מען נישט ניצן פסיכיקאנאליזירונג... מ'קען קאנצעטרירן אויפן הוה. אין די אוניווערזיטעטן, לערנט מען אלעמאל מיט פרעזענטאציעס. ווייל דאס העלפט וויזשואעלייזן די קאנצעפטן. עס מאכט סדר. אויב וואלט מען געניצט אזעלכע מהלכים ביי אונז, וואלטן זאכן געווען אסאך לייכטער.

כ'קלער ביי מיר, און זאג מיר ביטע אויב איך בין גערעכט. אז מענטשן ווי דיר (מיט סיי וועלכע טייפאלאגישער סיסטעם), וועלן בעיקר קונה זיין זאכן ווען עס איז חושית'דיג. עס איז ממשית'דיג. כ'קלער אז דאס איז צוליב צוויי סיבות. איינס, ווייל צוליב די פילע פאסיביליטיס וואס עטץ זעהטס, איז גארנישט קאנקריט נאר וואס מ'קען ממש אנכאפן. "איך זעה עס און איך כאפ עס אן". נישט אבסטראקט. צווייטנס, היות די וועג וויאזוי ענק לערנען אפ זאכן איז מיט די FI, "וויאזוי פיל איך לגבי דעם...", און די מענטשליכע געפילן זענען בעיקר דאס וואס מ'קען רילעיטן דא בעולם הזה. אבסטראקטישע זאכן האבן נישט קיין געפיל, סיידן מ'קען אהין רוקן עפעס א היזיגע געפיל... און אן קיין געפיל איז עס הענגעדיג אין די לופטן... "עס איז נישט מיינס".

דעריבער קלער איך אז אזעלכע מענטשן וועלן זיך ספעציעל מוטשען מיט די ישיבה'שע אופן הלימוד. אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז די וויכטיגסטע טאָל צו לערנען איז דער "לאגישער סדר". וויפיל זאכן זאגט דא דער משנה. וואס איז דער "יסוד" פון דעם דין, וואס זענען די "ענפים" פון דעם דין, און וואס זענען די "נפק"מ למעשה" דערפון. און פארשטייט זיך אז ווי מער שייכות דער מענטש האט מיט דער לימוד איז עס אים גרינגער צו קונה זיין. עס איז אסאך שווערער קונה צו זיין א מעשה ווי "שור שנגח את הפרה ונמצא עוברה בצדה", ווי אז איינער נעמט אן עפל צו מאכן א ברכה, און עס פאלט אראפ ווען דארף ער איבערמאכן די ברכה...

שוין. ירחם השם, ויושיע את עמו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מחשב האט געשריבן: כ'קלער ביי מיר, און זאג מיר ביטע אויב איך בין גערעכט. אז מענטשן ווי דיר (מיט סיי וועלכע טייפאלאגישער סיסטעם), וועלן בעיקר קונה זיין זאכן ווען עס איז חושית'דיג. עס איז ממשית'דיג. כ'קלער אז דאס איז צוליב צוויי סיבות. איינס, ווייל צוליב די פילע פאסיביליטיס וואס עטץ זעהטס, איז גארנישט קאנקריט נאר וואס מ'קען ממש אנכאפן. "איך זעה עס און איך כאפ עס אן". נישט אבסטראקט.


קוקסט מיר אויס צו זיין גערעכט. איך האב נישט געכאפט אז דאס קען זיין די פראבלעם וואס קען שטערן א ENFP אדער א INFP וכו' פון קענען כאפן וואס מ'לערנט. און לייג צו אז ס'איז אומבאקוועם צו טראכטן קאנקריט. מ'וויל לויפן צום פאסיביליטי. פונקט אזוי ווי עס אומבאקוועם פאר א 'סענסעט' צו טראכטן פאסיביליטיס.

צווייטנס, היות די וועג וויאזוי ענק לערנען אפ זאכן איז מיט די FI, "וויאזוי פיל איך לגבי דעם...", און די מענטשליכע געפילן זענען בעיקר דאס וואס מ'קען רילעיטן דא בעולם הזה. אבסטראקטישע זאכן האבן נישט קיין געפיל, סיידן מ'קען אהין רוקן עפעס א היזיגע געפיל... און אן קיין געפיל איז עס הענגעדיג אין די לופטן... "עס איז נישט מיינס".

דעריבער קלער איך אז אזעלכע מענטשן וועלן זיך ספעציעל מוטשען מיט די ישיבה'שע אופן הלימוד. אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז די וויכטיגסטע טאָל צו לערנען איז דער "לאגישער סדר". וויפיל זאכן זאגט דא דער משנה. וואס איז דער "יסוד" פון דעם דין, וואס זענען די "ענפים" פון דעם דין, און וואס זענען די "נפק"מ למעשה" דערפון. און פארשטייט זיך אז ווי מער שייכות דער מענטש האט מיט דער לימוד איז עס אים גרינגער צו קונה זיין. עס איז אסאך שווערער קונה צו זיין א מעשה ווי "שור שנגח את הפרה ונמצא עוברה בצדה", ווי אז איינער נעמט אן עפל צו מאכן א ברכה, און עס פאלט אראפ ווען דארף ער איבערמאכן די ברכה...

שוין. ירחם השם, ויושיע את עמו.


לויט וויאזוי דו זאגסט, און ס'קען זיין אז ס'איז אזוי. אז די ווארט 'לערנען' מיינט: זיך אויך אויסלערנען וויאזוי אריינצוברענגען אנדערע פונקציעס וואס מ'איז נישט אזוי געוואוינט צו נוצן, און עס נוצן צוזאמען מיט וואס מ'נוצט שוין.

"לאגישע סדר" איז Te. אפשר בדרך צחות או לא בדרך צחות איז דאס וואס די גמ' זאגט: גמ' מסכת תענית ח. ריש לקיש אמר אם ראית תלמיד שלמודו קשה עליו כברזל בשביל משנתו שאינה סדורה עליושנאמר והוא לא פנים קלקל. מאי תקנתיה ירבה בישיבה שנאמר וחילים יגבר ויתרון הכשיר חכמה

מ'דארף זיך אבער רעכענען מיט Fi. און רעכענען קען מיינען "איך לערן תורת השם, און איך האב ליב תורת השם". עס איז מיין געפיל ווייל עס איז תורת השם. לקרב את הלב ללמוד תורת השם. און נאכדעם גייט מען מיט לאגיק. ש'כח מחשב.

ווען איך קוק יעצט אריין אין די גמרא פון 'שנים אוחזין בטלית', און איך פרוביר מיך צו דערמאנען די אופן וויאזוי עס האט זיך דעמאלטס פארטייטשט אין מיין געדאנק, זעה איך אז איך האב דעמאלטס געזעהן א צאמגעווארפענע זאך, פאסעביליטיס אן קיין קלארקייט. שטיקלעך אינפארמאציע וואס האט נאכנישט געלאנדעט אין קאנקריט לאגיק, און אין די וואלקענעס פון פאסיביליטיס האט עס נישט געקלעבט איינס צום צווייטן.

איך קלער - און נאר אויב עס איז נישט קיין שינוי אין די מהלך הדורות - אז ס'איז א פראבלעם ווען מ'מאכט די עצם צוגאנג צו די גמ' מיט אזא, כאילו עס איז ווייסעך ווי שווער. אפילו היינטיגע צייטן, ווען איך לערן טעקסט פון א גמ' - אין א גמ', איז מיר עס שווערער צו פארשטיין, ווי ווען די זעלבע טעקסט איז אויף א אנדערע אופן געדרוקט. אפילו ווען וואס די גמ' זאגט, פארשטיי איך, אבער איך זוך אויף די שוועריגקייט דערין. ווייל עס קען דאך נישט זיין אז איך זאל עס פארשטיין, עס איז דאך גמ'. עס איז דאך א תוספות.

איך קלער אז ס'איז איינגעקריצט אין מיר מיט צופיל פחד. אינדערצייט וואס עס איז סתם גמ'.

זעהט אויס אז מ'מוז בהכרח טרעפן א חילוק צווישן מורא אז מ'לערנט השי"ת תורה, און צווישן מורא פון די גמ', אז ס'זאל זיין עפעס ווייסעך וואס. עפעס אזאך וואס איז עפעס שווער.

איך וואלט היינט געזאגט פאר א קינד, אדער בחור'ל, גמ' איז אונזער גוטער פריינד. ער זאגט זייער פשוטע זאכן. טרעף די פשטות דערין. מאך עס פאר א פשטות. און די גמ' זאגט דארט רבא אמר, אם ראית תלמיד שלמודו קשה עליו כברזל, בשביל רבו שאינו מסביר לו פנים, שנאמר והוא לא פנים קלקל, מאי תקנתיה, ירבה עליו רעים, שנאמר וחילים יגבר ויתרון הכשיר חכמה. קען זיין אז די גמ' דארף אויך מסביר זיין פנים. תשובה ותפילה.

קען זיין וועגן דעם איז גוט די אופן פון סתם זאגן די ווערטער. ווער ווייסט?

געב א טראכט א ישיבה וואון א בחור'ל מיט גוטע כשרונות קומט אריין און ווייל די מגידי שיעור זענען עקסיידעט אויסצולערנען 'לומדות', גייט דער בחור'ל צו מיט'ן גאנצן שרעק.

זאל דער גוטער באשעפער העלפן יודישע קינדער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

דער אייבערשטער זאל העלפן און אונז געבן די קלארקייט זיך צו קענען האלטן אפגעשיידט פון תורהבגוים, כאטש איך רעד דא פון חכמה בגוים. אז איך שרייב שוין וועל איך שרייבן וואס איך קלער יעצט. תורהבגוים מיינט אז דער גוי איז מיר מסביר וואס עס קומט באמת פאר, וואס עס זענען די אונטערליגנדע סיבות צו פארשידענע ערשיינונגען, וואס די אמת'ע ריאליטעט דערפון איז, און וואס דער ריאליטעט פאדערט צו טון, ער זאגט מיר וואס די מציאות איז, דאס איז תורה בגוים. ווייל די תורה האט מען געגעבן פאר יודן. תורה מיינט די אמת'ע מציאות, און וואס די אמת'ע מציאות פאדערט צו טון. חכמהבגוים מיינט אז ער זאגט מיר וויאזוי ער געט זיך א עצה מיט א געוויסע זאך. אבער עס זאל מיר נישט זאגן די אמת'ע מציאות וואס ס'קומט באמת פאר.

ס'דא די עצה, און ס'דא די מציאות פון זאכן. צו וויסן די אמת'ע מציאות האמיר א תורה. א גוי וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן אז ווען א קינד עסט אין די יוגנט טריפה'ס זאל ער האבן א פארשטאפטע קאפ. חלילה השם ישמרינו. די סיבה צו ערשיינונגען איז תורה.

צום ביישפיהל, אויב זאגט איינער פון זיי אז אלע אינערליכע פסיכאלאגישע פראסעסעס וואס עס קומט פאר אין א מענטש קומט ווייל דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי די וועלט ארבעט, און אז דאס איז די אויסשליסליכע סיבה צו אלע אינערליכע פראסעסעס, איז עס תורה בגוים. ווייל מיר יודן ווייסן אז ס'דא אינערליכע פראסעסעס וואס קומט פון העכערע כוחות. אפילו אויב זיי זאגן מיר אז פארשידענע מחשבות וואס געשעען צו געוויסע מענטשן קומען צוליב די און די סיבה, און אויב איך נעם עס אן פאר א פאקט, איז עס תורה בגוים. עס איז חכמה בגוים אזוי לאנג ווי ער זאגט מיר וויאזוי ער האט זיך אן עצה געגעבן דערמיט. איך שרייב נאר וואס איך קלער בהענין און איך האף אז איך שרייב ריכטיג.

איך מיין אז איינער וועם איך קען איז א INFJ, און איך קלער צו מאכן א חילוק צווישן א INFJ און א ENFP ווען עס קומט צו פארשטיין ענינים.

INFJ
Ni
Fe
Ti
Se

ENFP
Ne
Fi
Te
Si

INFJ איז אזוי ווי איינער וואס וויל פארשטיין איין סוגיא על בורי', ער לערנט דעם דף איינמאל און נאכאמאל ביז ער האט עס ארויס לויט די בעסטע מהלך פון צווישן אלע מפרשים. ער אליין קלויבט זיך וואס עס קוקט אים אויס די בעסטע מהלך. און א ENFP איז גלייך צו איינער וואס שטעלט זיך נישט אויף איין דף ביז ווילאנג ער פארשטייט עס על בורי'. נאר ער האלט אז ס'האט אסאך וועגן און מהלכים וויאזוי מ'קען אפלערנען דעם דף. און אז אלעס האט ערגעץ א וועג צו זיין ריכטיג. למעשה קען מען זיך אפלערנען פון דעם INFJ. אין די ענין פון וועלן פארשטיין גרינטליך. פארשטיי וואס דו לערנסט. טראכט, הער, האב עס ארויס. ס'איז תורת השם.

והשם הטוב יעזור ויתן הבדלתו בינינו ובין העמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'קומט מיר ממש צו שמייכלן ווען כ'ליין מיינע תגובות וואס כ'שרייב זיך מיט נשמה...

כ'האב געוואלט עפעס איבערקוקן דא, און כ'זעה קלאר אז אין מיינע תגובות איז אריינגעפלאכטן א 'נשמה' פלעיוואר... אזוי אינטערעסאנט! געוויסע אויסדרוקן זענען קלאר אונטער זיין השפעה. און דאס קומט קלאר פון מיין FE פונקציע. איך באלעב אזוי דיין גאנג און מהלך המחשבה, אז ווען איך שרייב צו דיר וועט זיך אויטאמאטיש ארויסרוקן אזא התחלת פאראגראף ווי: "און איך וויל דיר זאגן נאך עפעס...", און דאס האב איך זיכער גענאשט פון דיר. און איך שרייב נישט אזוי געווענליך...

און ניין, כ'האב עס נישט געטון ווייל כ'האב דיר אדער א צווייטן געוואלט געפעלן. כ'האב ניטאמאל געוואלט דיר נאכמאכן. נאר וואס? דאס איז FE... ער בלאבעלט נאך, אן אויפמערקן. ווייל ער פילט 'יענער'. און דאס איז ער אליין. אזוי אינטערעסאנט! פלאי פלאות!

שוין (ק: נשמה... אזוי מיין איך... אבער דאס האב איך שוין לאנג אדאפטירט)
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

א שאלה: יארן לאנג בין איך געווען וואס ווערט אנגעריפן א שטארקע זעקסער, סענסיטיוו, כסדר זיכער מאכן אז מיינע נאנטע זענען לויעל, וכו׳ א טיפיקל זעקסער.
די לעצטע פאר יאר האב איך שטארק אויפגעבויט מיין סעלף עסטיעם, וואס האט מיר געגעבן גאר אסאך געזינטע קאנפידענס, אז עס גייט מיר באמת נישט אן וואס אנדערע זאגן, ווי לאנג איך ווייס אז איך טו ריכטוג בין איך הונדערט פראצענט צופרידן פון מיר.
נישט אז איך טו היינט מאדנע זאכן, נאר איך טו וואס איך האלט פאר ריכטוג.
וועןאיך ליין היינט פונעם זעקסער זעה איך נאר די חלק פון זיין א רעכטפארטיגער מענטש וואס שטומט מיט מיר.
יעצט איז די שאלה איז דאס מעגליך צו מאכן אזא טויש און ממש עטליכע יאר?
אדער בין איך קיינמאל קיין זעקסער געווען?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע:צװישן טעאריע און פאקט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

זיי אמתדיג האט געשריבן: א שאלה: יארן לאנג בין איך געווען וואס ווערט אנגעריפן א שטארקע זעקסער, סענסיטיוו, כסדר זיכער מאכן אז מיינע נאנטע זענען לויעל, וכו׳ א טיפיקל זעקסער.
די לעצטע פאר יאר האב איך שטארק אויפגעבויט מיין סעלף עסטיעם, וואס האט מיר געגעבן גאר אסאך געזינטע קאנפידענס, אז עס גייט מיר באמת נישט אן וואס אנדערע זאגן, ווי לאנג איך ווייס אז איך טו ריכטוג בין איך הונדערט פראצענט צופרידן פון מיר.
נישט אז איך טו היינט מאדנע זאכן, נאר איך טו וואס איך האלט פאר ריכטוג.
וועןאיך ליין היינט פונעם זעקסער זעה איך נאר די חלק פון זיין א רעכטפארטיגער מענטש וואס שטומט מיט מיר.
יעצט איז די שאלה איז דאס מעגליך צו מאכן אזא טויש און ממש עטליכע יאר?
אדער בין איך קיינמאל קיין זעקסער געווען?

ביסט לכאורה אזױװי אסאך מענטשן װאס װאקסן אױף אנדערש װי דאס װאס זײ זענען באמת, לכאורה ביסטו יעצט מער ״זיך׳׳, כ״װאלט עס נישט אנגערופן א ״טױש״, נאר ענדערש כ׳בין מער צוגעקומען צו זײן ״זיך אלײן״,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע:אין אידישן קווארטל

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

ווער געדענקט נאך ווי סאיז געווען א באשרייבונג יארן צוריק
איבער די 16 סארטן מענטשן טיפן כאראקטערס נאטורן,
(געוועזענע אידישע מאגאזינען) אין דער פלאם/צייטשריפט וכדו' ?
ג ם ז ה י עבור
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

אינטערעסאנטע שיעור דורך הרב חיים צבי יאקאב ווי ער לייגט אין קורצ'ן אראפ די 16 נאטורן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

די פונקציעס פון מייערס בריגס מיינט נאכנישט אז דאס איז די גאנצע אופן וויאזוי עס נוצט זיך די אינעווייניג פון די מענטש. והא ראי' אז זיי וועלן שרייבן פון פארשידענע סארטן ENFP, אדער פארשידענע סארטן INFP. אויב מיינט דאס די גאנצע מענטש, פארוואס איז אין דעם דא סארטן?

די אויסשטעל פון די פונקציעס זענען נאר א וועג וויאזוי די פארסאנאליטי באנוצט זיך. דו ווייסט נישט וואס די פערסאנאליטי איז, דו ווייסט אבער די פונקציעס וואס ער נוצט, ווייל דאס זעהסטו.

סאו, עס קען זיין צוויי סארטן פערסאנאליטיס, וואס ביידע זאלן אלץ די הויפט פונקציע נוצן Ne, און נאכדעם אלץ די צווייטע פונקציע Fi, און אזוי ווייטער. אויב דו ביסט צום ביישפיהל א INFJ, און דו טרעפסט מיט פרייליכקייט א אנדערער INFJ, מיינט נאכנישט אז דו גייסט פיהלן אז ער איז דיין "סייז". ווארן דיין אינערליכע זאך פאר'ן נוצן די ערשטע Ni, און זיין אינערליכע זאך פאר'ן נוצן די ערשטע פונקציע Ni, קען זיין צוליב אנדערע סיבות.

דאס אז מ'נוצט א פאנקציע, זאגט נאכנישט אז אינעווייניג איז מען די זעלבע. אזוי ווי מ'פארשטייט אז צוויי מענטשן זוכן שטארק מיט די אויגן אגאנצן טאג, און דאס טוען זיי, עפעס זוכן זיי. אבער דאס זאגט נישט אז ביידע האבן אינעווייניג די זעלבע פארסאנאליטי שטריכן. אזוי ווי צוויי מענטשן וואס גייען מיט די פיס, וועסטו זאגן אז דערפאר האבן יעצט ביידע די זעלבע פערסאנליטי שטריכן?

אמת טאקע אז ביידע "ENFP" - צום ביישפיהל, זענען היפש ענליך. ווייל נאר די ענליכקייט איז גורם אז מ'זאל נוצן איין געוויסע פונקציע, אבער דאך קען מען זיין גאנץ אנדערש אינעווייניג. אבער דאך מער ענליך ווי אנדערע. אוןד ער גוטער באשעפער זאל שוין העלפן.
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

נשמה לע ביזט א ערנסטע פסיכאלאג
האסט אזוי גוט ארויס דעם נפש האדם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך וועל דא שרייבן - ב"ה - וויפיל עס ליגט מיר אין קאפ די חילוק צווישן א I SFJ און א I NFJ.

א I NFJ, זיין מחשבה פראצעסירט ארויסצוהאבן מער און מער און מער און נאך מער, וואס ער וויל ארויסהאבן. ער מאכט זיך קלאר אין זאכן. בעיקר אין ארויסהאבן וויאזוי צו רעדן צו מענטשן.

א ISFJ, באשטייט בעיקר פון טון לויט זיין אייגענע געשמאק. אוודאי ער וועט אויךטראכטן, און וויל אויךפארשטיין, און וויל אפילו מחדש זיין פון צייט צו צייט, אבער בעיקר טוט ער וואס ער האט צו טון, לויט זיין געשמאק. דהיינו ' לויט זיין געוואוינהייט'.

לאמיר שטעלן ביידע ביים אריינגאנג צו א פרעמדע ביהמ"ד - שב"ק אינדערפרי - וואס זיי האבן נאכנישט געזעהן. דער I NFJ וועט באלד אנהייבן צו קריכן מיט זיין אופן וויאזוי ער האט אלעס ארויס, און ווייסט אלעס, וועט ער קריכן טיפער און טיפער, צו וויסן מער און קלארער און נאך קלארערדעם גאנצן מצב ארום אים. זיך צו מאכן מער און קלארער די מענטשן. און וועלכע מינע מענטשן זיי זענען און וויאזוי ער קען שאפן שפראך מיט זיי.

ער וועט פרובירן צו כאפן וויאזוי ער זאל זיך מייחס זיין צו די מענשטן ארום און ארום.

דער I SFJ וועט כמעט נישט אויספיגערן צו וויסן מער און מער. נאר ער וועט בעיקר פרובירן כאפן וויפיל די יעצטיגע ביהמ"ד איז די זעלבע ווי דער ביהמ"ד צו וואס ער איז צוגעוואוינט. און ווי שטארק עס איז די זעלבע און אנדערש צו וואס ער איז צואגעוואוינט. און צו עס טרעפט א געשמאק ביי אים לויט צו וואס ער איז צוגעוואוינט. און מיט וויפיל ס'איז אנדערש אויסגעשטעלט. זיין גאנצע אינערליכע פונקציעס וועט בעיקר לויפן "וואס האב איך יעצט צו טון דא, און איז עס לויט מיין געוואוינהייט?" און איך רעד פון א ISF J, מיט א 'J'.

דער ISFJ וועט אגאנצן דאווענען אויספיגערן מיט וויפיל ער קען זיך צוריקכאפן צו די אופן וויאזוי ער שפירט און האט ליב אין זיין געווענליכן ביהמ"ד. אמת טאקע אז ער וועט אויך פרובירן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר ארום אים און אויך פרובירן צו אויספיגערן וויאזוי צו האבן יחסצו אנדערע. אבער דער INFJ פרובירט נישט אזוי שטארק - בעיקר - צו פארשטיין. ער פרובירט צו קוקן און צו וויסן קלארער און קלארער. נישט נאר בעיקר צו פארשטיין. דער INFJ וויל בעיקר וויסן.

א INFJ וויל בעיקר וויסן. א ISFJ וויל אליין טראכטן, און אליין פארשטיין. און אנגיין לויט זיין וועג צו וואס ער איז צוגעוואוינט.

א INFJ וועט נאכן דאווענען האבן א וועג מיט כמעט יעדע מענטש, און וויסן וויאזוי בערך זיך אהערצושטעלן צו יעדע געוויסע סארט מענטש. "אה, יענער איז אזא סארט מענטש און אזוי און אזוי דארף איך רעדן צו יענעם. און יענער איז אזא סארט און אזוי דארף איך צו אים רעדן"

א ISFJ וועט נאכן דאווענען ארויסהאבן א בילד מיט וויפיל ענליכקייטן דער ביהמ"ד און די מענטשן ארום האבן צו די שוהל וואו ער דאווענט געווענליך, מיט וויפיל עס איז ענליך צו די געווענליכע שפיר און געוואוינהייט וואס ער האט אין זיין געווענליכן ביהמ"ד. און אויך וועט ער נאכן דאווענען האבן פארשידענע הסברים אויף פארשידענע ערשיינונגען.

השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל נישט האבן קיין קירוב הדעת מיט נפשות של גוים, נישט מתוך שלום און נישט מתוך מלחמה, ווייל מלחמה איז אויך א נאנטשאפט.

שוין והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מארטש 08, 2022 9:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

שכח נשמה אויב מעגליך געב א סוויטש צו INFP לאמיר זעהן צו איך וועל מיך טאקע טרעפן וואס כפי ידיעתי וכפי הטעסטס שלקחתי בינעך דאס שכח
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משה דער פינפטער האט געשריבן: .

בס"ד

הער אויס, איך האב אביסל געשטוישט מיין פריערדיגע ענטפער.

לאמיר דיר זאגן. די INFJ איז מער אין געיעג צו וויסן מער און מער און קלארער און קלארער. די ISFJ איז מער אין א ביקוש אז די זאכן וואס איך טו היינט זאל זיך פיהלן צוגעוואוינט צו מיר.

די מחשבות פון ביידע ווערן סטאק צו פיהלן אז יענער פיהלט, און ביידע שטרענגען אן זייער אינערליכע געצייג צו ערצייגן צו קענען זיך ריכטיג מייחס זיין צו מענטשן ארום.

די חילוק איז אז נאכן א לאנגן דאווענען וועט דער INFJ, האבן אין זיין באזיץ מער און קלארערע וויסן וועגן די מענטשן ארום, און דער ISFJ וועט פונקטליך וויסן ווי אנדערש עס האט זיך אים געשפירט ווי זיין געווענליכע געוואוינהייט.

פונקט אזוי ווי דער טייפיסט פיהלט פאני ווען ער דארף טייפן אויף א אנדערע סארט קיבארד וויאזוי ער איז צוגעוואוינט, אזוי פיהלט א ISFJ נאך אזא דאווענען. און אגאנצן צייט ווען ער איז דארט פיהלט ער דער זאך. ס'איז אנדערש, ס'איז אנדערש, ס'איז אנדערש, ס'איז נישט דאס וואס איך בין צוגעוואוינט, איך טו יעצט אנדערש ווי וואס איך בין צוגעוואוינט. דאס איז וואס ער פיהלט אגאנצן צייט.

דער INFJ וועט ענדערש אין די זעלבע צייט, "יא, יא, איך האב עס מער ארויס, און נאך מער, און נאך מער, און נאך מער..."

דער ISFJ, ביי א נייע קאר, וועט ער פיהלן ווי אנדערש ס'איז צו וואס ער איז צוגעוואוינט, און א INFJ וועט אויסנוצן די געלעגנהייט צו וויסן מער און מער אינפארמאציע וועגן דער נייער קאר. און נישט אינזין האבן אגאנצן צייט צו ער איז יא צוגעוואוינט און ווי ווייט ס'איז אנדערש.

די פונקציעס פון ביידע זענען אזוי

ISFJ
Si
Fe
Ti
Ne

INFJ
Ni
Fe
Ti
Se

בקיצור.

די INFJ וועט אויסנוצן די פרעמדע ביהמ"ד צו וויסן מענטשן. די ISFJ וועט אויסנוצן די צייט צו פיהלן ווי אנדערש עס איז צו וואס ער איז צוגעוואוינט.

ביידע גייען טראכטן. ביידע זענען קלוג. ביידע האבן ליב צו פארשטיין. אבער וואס עס מאכט די חילוק איז אין די הויפט פונקציע. דער ISFJ וועט אגאנצן צייט נאר וועלן כאפן אז ס'זאל זיך נאכאמאל פיהלן צו אים ווי זיין געווענליכע 'שיך' וואס ער טראגט געווענליך. עס זאל זיך פיהלן די זעלבע עקספיריענס. ער איז פארנומען ווי ער מוז יעצט שטיין דא און דא, און ס'איז עפעס נישט די געווענליכע עקספיריענס פון שפיר.

דער INFJ, זיין מח וועט בעיקר נעמען די געלעגנהייט צו וויסן מער און מער.

והשם הטוב יעזור
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

נשמה האט געשריבן:
משה דער פינפטער האט געשריבן: .

בס"ד

........

והשם הטוב יעזור


וואו!!! שיינע ארבעט אראפגעלייגט
אויב קענסטו אריינקומען מיט א ליסט פון שאלות (און תשובות לויט די אותיות) וואס גייט מסתם קאסטן אסאך כוחות קאנצעטראציע און צייט וואס וועט קענען העלפן איינעם אויסארבעטן וואס פארא טייפ ער איז... הלוואי... קיינדע טעסט אין יודיש...
גלייבעכניש דעס גייט געשעהן אבער בעטן קעמען אייביג...
אנטשולדיגט אויב איז עס צו חוצפה'דיג
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Idea האט געשריבן: שכח נשמה אויב מעגליך געב א סוויטש צו INFP לאמיר זעהן צו איך וועל מיך טאקע טרעפן וואס כפי ידיעתי וכפי הטעסטס שלקחתי בינעך דאס שכח

בס"ד

איך מיין אז איך האב שוין דא געשריבן וועגן INFP.

די אויסשטעל פון INFP איז

Fi
Ne
Si
Te

און זיי זענען בטבע מענטשן וואס באשליסן נישט, נאר זיי לאזן אז די זאך זאל ווערן אפדעטעד מיט די צייט אויב נייערע פארשטאנד קומט אריין.

יעדער מענטש האט זאכן וואס ער האט ליב, אדער האט נישט ליב. ס'דא מענטשן וואס זייערע אינערליכקייטן ליגן נישט אזוי אין דעם ענין. INFP, און ISFP, זענען מענטשן וואס זייער פערזענליכע געשמאק אין זאכן זענען אזוי שטארק ביי זיי, אז דאס איז די מערסטע וואס ליגט אין זייער מיינד.

ס'דא מענטשן וואס די עולם העשי', די ענערגיע פון טון, שטראמט שטארק אין זייער בלוט, גאר שטארק. זיי זענען די פראקטישע מענטשן. נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייערע געדאנקען האלטן אין איין פראצעסירן אינפארמאציע, אויף גאר א שטארקע פארנעם. נאכדעם איז דא מענטשן וואס זייערע געפילן וואס זיי פילן וועגן א געוויסע זאך איז גאר שטארק ביי זיי. צי זיי ווילן יא, צי זיי וווילן נישט, וועלן זיי אגאנצן צייט פיהלן וויאזוי יעדע זאך פיהלט זיך זיי.

איך רעד נישט דא נארפון ליב האבן, אדער נישט ליב האבן. איך רעד פון פיהלן זייער שטארק, די מערסטע פון אלע אינערליכע ענערגיע, פיהלן אגאנצן צייט ווי ווייט איך האב ליב אדער נישט ליב. ווי ווייט אזאך טרעפט חן ביי מיר אדער נישט. דאס איז די שטערקסטע ביי זיי. און דאס זענען די INFP, אדער ISFP.

די ענין צי אזאך טרעפט יא חן, אדער נישט חן, אדער ווי ווייט עס טרעפט חן, איז אזוי שטארק ביי זיי, אז דאס איז זייער גאנצע לעבן. צי זיי ווילן יא, צי זיי ווילן נישט.

דער אייבערשטער האט באשאפן די ענין פון חן. בי זיי איז דער מין זאך זייער שטארק. זיי גייען דורך די קאוטס וואס הענגן אינדרויסן אויף די הענגערס, און יעדע קאוט באקומט א לעבל ווי שטארק מהאט עס ליב. יעדע באנק, יעדע טיש, יעדע ספר, יעדע סארט פיאות, אלעס באקומט א שאצונג ווי ווייט האט עס ביי מיר חן, אדער נישט. אפילו אויב יעדער מענטש קען עס האבן, מער אדער ווייניגער, ביי זיי איז דאס די שטערקסטע פונקציע.

די INFP זענען אויך מענטשן וואס זייער מיינד ארבעט צו מדמה זיין א בילד פון שטיקלעך אינפארמאציע.

דו ביסט ווארשיינליך א מענטש פאר דיר, און האסט ליב צו אויס'דמיונען זאכן. די כח פון Ne איז לכאורה די השפעה פון דמיון, מדמה זיין מילתא למילתא. פרובירן צאמצושטעלן מיט די דמיון א בילד וואס עס קומט פאר.

אפילו אויב דו ביסט אין עולם המעשה, איז אבער דער עיקר פארט ביי דיר די ענין פון פיהלן די אייגענע חן וואס זאכן האבן ביי דיר, און די ענין פון באקומען א בילד פון די וועלט דורכ'ן מדמה זיין מילתא למילתא.

פונקט אזוי ווי ס'דא א שפע פון מעשה, א שפע וואס קומט אראפ צום מענטש און שטופט דעם מענטשן "טו, עס גייט מיך נישט אן וואס, אבער טו עפעס, טו!". ווייל השי"ת וויל אז מענטשן זאלן טון. אזוי אויך קומט אראפ א שפע פון צאמשטעלן א בילד פון שטיקלעך זאכן וואס מ'זעהט און מ'הערט און מ'ווייסט. דאס איז שפע פון דמיון.

ווען א מענטש זאל נישט האבן די כח הדמיון, וואלט א מענטש נאר געקענט וויסן וואס ער זעהט פאר זיינע אויגן, און מ'וואלט אים אפילו א שטיקל גמ' נישט געקענט אויסלערנען. האט השי"ת באשאפן די כח פון דמיון. מדמה זיין מילתא למילתא. מאכן א בילד פון שטיקלעך אינפארמאציע. איך האב שוין דא ערגעץ געשריבן דערוועגן.

דיין עיקר מענטש באשטייט באמת אינעווייניג פון פיהלן און מדמה זיין.

INFP וועלן ווארשיינליך ליב האבן מיטצוטיילן וואס עס קומט זיי אויס גייט פאר. ווייל אגאצן טאג טוען זיי דאס.

Si מיינט ווי פאלגנד: דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די ענין פון געוואוינהייט. וואלט נישט א מענטש געווארן צוגעוואוינט צו עפעס, וויאזוי וואלט ער געקענט שנעל טייפן אויף זיין קיבארד. איז דא מענטשן וואס געוואוינהייט איז ביי זיי דער עיקר, זיי האבן זיך ליב אריינצוקריצן אין א סיסטעם, און לויפן פונקטליך אויף דעם סיסטעם. דאס מיינט Si. און ביי די INFP איז עס די דריטע שטערקסטע זאך. דאס מיינט אז זיי זענען נישט די סארט מענטשן וואס רירן זיך ממש נישט ארויס פון זייער פונקטליך גאנג. אבער אלץ די דריטע זאך זענען זיי אזוי.

די פערטע זאך ביי א INFP איז די ענין פון Te. און Te האט דער רבש"ע באשאפן כדי מענטשן זאלן קענען בויען א בנין, און בויען א בנין מיינט נישט נאר בויען א בנין, עס מיינט אויך "בויען א בנין". כדי צו בויען מוז יעדע ציגל האבן א לאגישע פלאץ וואו עס דארף צו באלאנגען. די "פענסטערס" האבן זיך זייער פלאץ. די "טירן" זייער פלאץ. קודם מאכט מען א "יסוד" און נאכדעם דאס און נאכדעם דאס.

Te קומט בעיקר פון די יסוד העפר.

אפילו אויב איך וועל דיך טרעפן ערגעץ וואו "בויען א בנין", דהיינו אז דו ביסט יעצט אין די "פראקטישע" מאוד. וועל איך אבער זעהן ווי דו ווייסט וועגן יא ווערן פארשעמט אדער נישט, פארוואס? ווייל געפילן זענען ביי דיר דער עיקר.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משה דער פינפטער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
משה דער פינפטער האט געשריבן: .

בס"ד

........

והשם הטוב יעזור


וואו!!! שיינע ארבעט אראפגעלייגט
אויב קענסטו אריינקומען מיט א ליסט פון שאלות (און תשובות לויט די אותיות) וואס גייט מסתם קאסטן אסאך כוחות קאנצעטראציע און צייט וואס וועט קענען העלפן איינעם אויסארבעטן וואס פארא טייפ ער איז... הלוואי... קיינדע טעסט אין יודיש...
גלייבעכניש דעס גייט געשעהן אבער בעטן קעמען אייביג...
אנטשולדיגט אויב איז עס צו חוצפה'דיג


בס"ד

די פראבלעם מיט א שאלות ותשובות איז, אז צום ביישפיהל א ENFP באקומט א שאלה. "סדר איז ביי מיר זייער א וויכטיגע זאך". און ער טראכט, און ער ענטפערט: יא, זייער וויכטיג! ער האט געענטפערט דעם אמת, ער האט געענטפערט אז ער וואלט זיך געוואונטשןצו האבן א סדר. ער האט אבער נישט געכאפט די פראגע. די פראגע איז נישט צו "סדר איז ביי דיר א וויכטיגע זאך" די פראגע איז "צו אלעס אין דיר איז געשטעלט צו די נקודה פון האבן א סדר".

און א ENFP זעהט די פראגע "איז אלעס אין דיר געשטעלט צו די נקודה פון האבן א סדר?" און ער ענטפערט: שאר, אוודאי! ער כאפט ווייטער נישט וואס די פראגע מיינט. די פראגע איז נישט געווען צו ער וויל זייער שטארק מאכן א סדר היום, די פראגע איז, צו אינעווייניג אין אים ארבעט אויף אזא אופן אז דער עיקר איז ביי אים סדר. אבער ער כאפט נישט וואס די פראגע מיינט. אוודאי וויל איך האבן א סדר, א שאלה? זיכער.

ער כאפט נישט אז די אמת'ע תירוץ דערויף איז "חלילה סדר, חלילה, קיינמאל!"

און דער ENFP וואונדערט זיך "איך, זאל נישט וועלן האבן א סדר היום?" די שאלה איז נישט צו דו ווילסט יא אדער נישט האבן א סדר היום. די שאלה איז: העלפן דיר דיינע אינערליכקייטן צו האבן א סדר היום? אדער דיינע אינערליכקייטן שטערן דיר פון האבן א סדר היום.

אה, דאס דערהערט ער שוין.

צווייטע שאלה: רעדסטו דיפלאמאטיש צו מענטשן, אדער דו שניידסט אריין? תירוץ: איך זאג גראד די פוינט יענעם אין פנים אריין. נישט אמת! ער כאפט נישט ווי דיפלאמאטיש ער איז, ער ווייסט אפילו נישט וואס ס'מיינט זיין אומדיפלאמאטיש.

שאלה נומער דריי: ארבעט איז פאר הנאה. טראכט... אוודאי, ארבעט איז פאר הנאה! איך בין א מענטש וואס האלט אז דער עיקר איז טון צום זאך, הנאה האבן און נישט טון וואס מ'דארף? קיינמאל!

די אמת'ע פראגע איז: דיינע כוחות אין דיר מאכן אז זאלסט קיינמאל נישט טון נאר וואס ס'איז דיינע פליכטן. אה, דא טראכט ער שוין.

איך האב שוין געמאכט טעסטן מיט אנדערע, און מ'ווערט אזוי צעמישט, ווייל מ'כאפט נישט דעם אמת פון די זאך. א מענטש האט זיך שווער ארויס. נאך דערצו ווען מ'איז יונגער.

אפשר וועל איך שרייבן דערפון בעזרת השי"ת. והשם הטוב יעזור
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

אגב, הגאון הרב נשמה, ווען דו באשרייבסט די חילוק פון INFJ און ISFJ אלץ זוכן צו סדי זעלבע אדער אנדערש
עס קלונגט מער ווי א חילוק פון איטרעווערט און עקסטרעווערט אין מיינע אויגן ניין?
כמיין וויזוי קען א אינטרעווערט (I) זיין אינטרעסירט צו קענען מענטשען (S)? איזעס נישט א סתירה איינס צום צווייטען? וויזוי גייען די 2 צוזאמען?
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

וועגן שו"ת, אגב מיינעך אז לויט ווי דו זאגסט קען קיינער נישט מאכן קיין פערסענעליטי טעסט? אדער האבעך שלעכט פארשטאנען
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

משה דער פינפטער האט געשריבן: אגב, הגאון הרב נשמה, ווען דו באשרייבסט די חילוק פון INFJ און ISFJ אלץ זוכן צו סדי זעלבע אדער אנדערש
עס קלונגט מער ווי א חילוק פון איטרעווערט און עקסטרעווערט אין מיינע אויגן ניין?
כמיין וויזוי קען א אינטרעווערט (I) זיין אינטרעסירט צו קענען מענטשען (S)? איזעס נישט א סתירה איינס צום צווייטען? וויזוי גייען די 2 צוזאמען?

בס"ד

איך האב געשטוישט יענע ענטפער. און איך האב פארראכטן אז ביידע פון זיי זענען כמעט די זעלבע. נאר איינער, דער INFJ, זיינע געדאנקען, וועט פרובירן מער און מער צו וויסן, און איינער וועט וועלן זיך צוריקכאפן צו די געווענליכע אינערליכע שפיר וואס געוואוינהייט געט אים.

געווענליך ווען א מענטש איז מער א Si, איז ער מער פאר זיך, ווי א Ni. פארוואס? ווייל טראכט אליין. ווער איז מער א מענטש פאר זיך, א מענטש וואס קלערט, אדער א מענטש וואס יעדע תנועה ווילן זיינע אינערליכקייטן אז ס'זאל לויפן אין א סדר? דער Si איז מער צוגעבינדן צו זיין גוף, צו זיך. ווייל כדי צו לויפן לויט א צוגעוואוינטע מהלך, דארף מען שפירן דעם קערפער. אדרבה, טראכט, וועסטו עס עקספיריענסן. און שפירן דעם קערפער איז אטאמאטיש מער זיך. אבער דאס רעכנט מען נישט. איך טראכט נאר אז א Si וועט זיין מער א מענטש פאר זיך ווי א Ni. אבער ס'מוז נישט זיין. געדענק, איך האב געטוישט יענע ענטפער. און איך וואלט עס נישט געשריבן. איך האב פשוט נישט גוט געשריבן דארט.

איך האב שוין געשריבן דערפון דא. פרוביר ליינען, אויב דו האסט געדולד.

ווען מיר זאגן אז א מענטש איז א אינטראווערד, מיינט דאס אז די ערשטע הויפט זאך וואס דער מענטש טוט, איז מיט זיך אליין! און ער איז נישט אינטערעסירט אלץ די ערשטע זאך צו טון מיט די וועלט. פשוטו כמשמעו. ער איז פארנומען מיט זיך. א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון בשמים, און דער אינטראווערד איז פארנומען מיט "איך האב הנאה פון די בשמים" ער איז פארנומען צו קלערן ווי ווייט "איך האב הנאה פון די גוטע ריחות". דער עקסטראווערד טראכט "ווי ווייט זענען די בשמים גוטע בשמים"

דער אינטראווערד גייט צו זיך, ער איז פארנומען מיט זיך, " איךהאב דערפון הנאה", דער עקסטראווערד זעהט עס אלץ די דרויסנדיגע זאך. די בשמים איז גוט!

אבער דאס מיינט נישט אז דער אינטראווערטעד מענטש טוט אלעסנאר פאר זיך, דאס מיינט נישט אז דער מענטש וועט בכלל נישט טון אין די וועלט. די ערשטע הויפט פונקציע וועט זיין אינטראווערד, און די צווייטע פונקציע וועט זיין עקסטראווערד.

אין א מענטש גייט אלעס אן צוזאמען אויף איינמאל. אויף איינמאלאיז דער מענטש מער אינטראווערד, אבער אויך עקסטראווערד, נאר ווייניגער, אבער אינטראווערד איז ער מער. דערפאר לייגט מען אים אין די קאטאגאריע פון אינטראווערד.

די סדר פון סייוועלכע אינטראווערד לויפט קודם אינטראווערד, און נאכדעם עקסטראווערד.

צום ביישפיהל די סדר פון א INTJ וואס איז א אינטראווערד, לויפט

Ni
Te
Fi
Se

דאס מיינט אלץ די ערשטע זאך איז דער INTJ א מענטש וואס באקומט א שפע פון הימל, וואס זאגט אים און שטופט אים און טרייבט אים און יאגט אים , אז ער זאל נוצן זיין מחשבה צו וויסן מער און קלארער די וועלט ארום. די וועלט פאר א INTJ איז "איך ווייס עס מער און מער און נאך מער" אלץ די הויפט פונקציע זיינע עקזיסטירט נישט א וועלט אזוי ווייט ווי עס איז דא "איך ווייס"

און ווייניגער פון דעם וועט ער אויך פרובירן בויען אין די וועלט. און דאס איז Te. דאס מיינט אז א INTJ איז נישט אינגאנצן נארא אינטראווערד, נאר ער איז אויך א עקסטראווערד.

טראכט פון א מענטש וואס בויעט א בנין, און דו זעהסט אז ער טוט עקסטראווערד, ער בויט! דאס מיינט אז ער טוט אין די וועלט, דאס מיינט עקסטראווערד. אבער מער פון טון, מער פון בויען, מער פון נוצן זיינע הענט צו מסדר זיין, און בויען א בנין מיט אינדשענירונג, וועט ער בעיקר נוצן זיין מחשבה צו באקומען מער און מער ידיעה. דאס הייסט אז ער פיהלט זיך נישט אזוי "באקוועם" צו בויען, ווייל דער עיקר וואס זיין נאטור איז "וויסן מער און מער" . און וויסן מיינט אינטראווערד. "איך ווייס!" דאס מיינט אינטראווערד.

נאך ווייניגער פון דעם, וועט די אינערליכע נאטור וויאזוי דער INTJ מענטש באקומט זיין שפע פון הימעל, דער נאטור, דער שפע, וועט מאכן, אלץ די דריטע זאך, אלץ די דריטע הויפט זאך, וועט דער שפע צווינגען אז דער מענטש זאל מוזן זיין פארנומען צו פיהלן זיין חן וואס יעדע זאך האט. און דאס איז ווייטער אינטראווערד. זיין פארנומען מיט ווי ווייט זאכן האבן חן אין מיינע אויגן, איז א אינטראווערד זאך. דער מענטש איז פארנומען מיט זיך. און דאס ווייזט אויף א געוויסע נאטור וואס מאכט עס אזוי.

און נאך ווייניגער פו דעם אלץ א די פערטע זאך וועט דער INTJ מענטש האבן די זאך פון פשוט וועלן טון מעשים אין די וועלט. דאס איז Se. די פונקציע פון Se מיינט אז השי"ת שיקט א שפע פון הימעל וואס טרייבט דעם מענטש און זאגט אים טו!

יעצט. ס'דא זאכן וואס דער מענטש איז א אינטראווערד, און דער זעלבער מענטש האט חלקים אין זיך וואס טרייבט אים צו עקסטראווערדן. אבער בעיקר איז דער מענטש א אינטראווערד. ווייל בעיקר איז דער מענטש איינער וואס זאגט: איך ווייס די וועלט. איך וויל וויסן די וועלט. דורך דעם וואס איך טו מיט מיין מחשבה זאכן וואס ווייסט די וועלט. און דאס איז אינטראווערד.

השי"ת שיקט אראפ אכט מינע שפע וואס שטופט די מענטשהייט, איינער מער, איינער ווייניגער, און איינער כמעט נישט.

די Si שפע. דאס איז א שפע וואס צווינגט געוויסע מענטש צו וועלן לעבן אין א געוואוינהייט. נישט יעדער מענטש באקומט עס אייניג, און ס'דא וואס באקומען כמעט נישט דערפון. און דער שפע איז געמאכט געווארן כדי מענטשן זאל לעבן אין א געוואוינהייט.

די Se שפע , וואס מאכט אז דער מענטש זאל וועלן טון! און נישט קיין חילוק וואס. ער זאל וועלן עוסק זיין אין די וועלט. אויפקערן די פלאר. עסן. טרינקען. רעדן. פאקן באקסעס. ריקן טישן, שטופן מענטשן. מאכן סענדוויטשעס. טון!

און אויך איז דא די Ni שפע, וואס טרייבט א מענטש אז זאל מוזןנוצן זיין מחשבה צו וויסן קלארער און קלארער די וועלט. השי"ת האט דאס באשאפן כדי אז עס זאל זיין מענטשן וואס זאלן צוביסלעך מער און מער וויסן די וועלט, און יענע וועלט!

און נאכדעם איז דא די Ne שפע, וואס דאס טרייבט און עס צווינגט אז א מענטש זאל מוזן נוצן זיין דמיון, איידיעס וויאזוי מקען צאמשטעלן זאכן. דאס קומט פון כח הדמיון, און דער כח האט השי"ת געגעבן פאר געוויסע מענטשן, כדי זיי זאלן קענען מחדש זיין חידושים, מאכן שיינע דיזיינס. אויפקומען מיט א שיינע משלוח מנות. א שיינע פורים תורה. וכו'.

און נאכדעם איז דא די שפע פון Ti וואס געוויסע מענטשן האבן באקומען פון הימעל, און דער שפע צווינגט מענטש אז זיי זאל וועלן פארשטיין די וועלט לאגיש. זיך דערגרינטעווען אין די וועלט. און נישט סתם וויסן קלארער און קלארער, נאר עס פארשטיין! וויסן מיינט "איך ווייס אז יעצט איז טאג" פארשטיין מיינט "איך פארשטיי פארוואסעס איז יעצט טאג" השי"ת האט דאס באשאפן פאר געוויסע, אז זיי זאלן מוזן זיך דערגרינטעווען אין די וועלט. פון דעם ווערן מגידי שיעורים, און להבדיל דאקטורים, טערעפיסטן, וכו'.

און נאכדעם האט השי"ת באשאפן די שפע פון Te. און דער שפע צווינגט געוויסע מענטש אז זיי זאלן מוזן בויען אין די וועלט. דער שפע זאגט פאר'ן מענטש, גיי ארויס אין די וועלט און בוי! מאך פראגרעמינג, בוי קארן, בוי פליגערס, מאך בריקן, בוי בתי מדרשים, שטעל צאם סיסטעמען. בוי! פון דעם זענען דא די רבי'ס, די עסקנים, די דינערס, די סטאדיום אויפקומערס. די מוסדות מאכער. די געזעץ מאכער. די "מאכערס".

און נאכדעם איז דא די שפע פון Fi. וואס דאס איז א שפע וואס קומט אראפ צום מענטש און מאכט זייער שטארק ביי אים די ענין פון חן. אז ער זאל זיין פארנומען מיט די ענין פון חן. וויפיל חן יעדע זאך טרעפט ביי אים. און דער שפע האט הקב"ה באשאפן ווייל ער וויל אז די וועלט זאל זיין פרוכטבאר, א מענטש האט ליב א בוים און ער פלאנצט עס אן, און עס וואקסט פרוכט.

און נאכדעם איז דא די שפע פון Fe. השי"ת שיקט אראפ פאר געוויסע מענטשן, אז זיי זאלן אלעמאל פיהלן וויאזוי אנדערע מענטשן פיהלן. זיי זאלן זיין פארנומען מיט אנדערע מענטשן. געדענקען אז אויך אנדערע מענטשן לעבן אויף דער וועלט. און טון פאר זיי.

השי"ת פירט זיין וועלט מיט גרויס חכמה, והאדם לא נברא אלא לשבר את הטבע.

שוין. והשם הטוב יעזור
משה דער פינפטער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:19 pm
לאקאציע:אין פאלאץ

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה דער פינפטער »

דא איז א טעסט צו מאכן אויב זענט איר אמתדיג מיט זיך אליין דאן האט איר אייער פערסאנאליטי אין פנים
E אדער I
S אדער N
T אדער F
J אדער P
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה, דו ביסט כמעיין המתגבר קע"ה.

(הוי, האמיר דא געפילעוועט...)
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

א גוטן
מהאט מיר צוגעוויזן צו נעמען אזא טעסט (פאר ביזנעס צוועקן) און סאיז מיר זייער געפאלן די זאך ווען איך האב גענומען די טעסט (א אנליין טעסט פאר געלט) האב איך געפילט ווי סאיז עפעס נישט די תירוצים זענען עפעס זייער שווארץ ווייס איך האב נישט געפילט ווי דעס גייט מיר קענען ארויסהאבן ווייל איך בין נישט אינגאנצן אזוי למעשה שרייבן זיי אז מזאל ענטפערן דעס וואס קומט די ערשטע ארויף אין מיינד און איך געטרייט צו ענטפערן זייער אנעסט
הקיצור למעשה ביי די רעזולטס האט עס מיר ממש צולייגט איך קען זאגן עס איז געווען ממש 99% אקוראט די זאך אז זיי פרעגן אזוי סאך מאל די זעלבע קשיא נאר יעדע מאל מיט א אנדערע טוויסט ממילא כאפן זיי פונקטליך וואס די ביסט
די רעזולטס איז איינגעטיילט און 2 קודם און קורצן וואסערע לעטטערס די ביסט און נאכדעם מער א לענגערע באריכט מיט וואסערע פארט די ביסט שטארק און דעם לעטטער
למשל E אדער I מעסטן זיי דורך 5 שרשים
initiating אדער receiving
Contained אדער expressive
Intimate אדער gregarious
Reflective active
Quite enthusiastic
און אזוי איז די אנדערע 3 אויכעט
זיי ווייזן דיר ווי שטארק די ביסט און די שרשים און נאכדעם ווי שטארק די ביסט און יעדע לעטטער למשל די ביסט infp וועלן זיי דיר ווייזן ווי שטארק דיין i איז ווי שטארק דיין n איז וכו וכו
בקיצור נאך אזא טעסט זעט מען א מוירידיגע קלארע בילד פון זיך (אויב די ביסט געווען גענוג אמתדיג מיט זיך) מזעט נישט קיין נאר 16 סארטן מענטשן מזעט ממש יעדע פרט און זיך
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

@נשמה טייערע האסט שוין אמאל באשריבן esfp?
נשמה האט געשריבן: .
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: מייערס בריגס - די 16 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לקדש שם שמים האט געשריבן: @נשמה טייערע האסט שוין אמאל באשריבן esfp?
נשמה האט געשריבן: .

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דא דארט. נישט עכט.

א ESFP זעהט בעיקר די קאנקריטער וועלט. די וועלט איז אים אראפגעברענגט אין די לבוש פון די פינף חושים און ער טוט דערמיט. די צווייטע שטערקסטע פונקציע ביי א ESFP איז די ענין פון חן. דאס נעמט אויף ביי אים א שטארקע עיקר אין זיין מיינד, אזוי ווייט אז דאס איז די צווייטע שטערקסטע פונקציע ביי אים. זיין פארנומען מיט די חן וואס זאכן ארום טרעפן ביי אים, דאס פארט פון זיך אליין אין זיין באוואוסטזיין. די דריטע שטערקסטע פונקציע איז די לאגישער צאמשטעל פון די וועלט, און וויאזוי מ'קען די וועלט צוריקצאמשטעלן אין א לאגישן סדר. די פערטער שוואכסטע פונקציע איז די עצם זאמלן ידיעות.

די אלע פונקציעס ארבעטן צוזאמען אויף איינמאל. אזא מענטש וועט מער טון, ווי מסדר זיין. מער זיין פארנומען וואס עס טרעפט ביי אים חן, ווי מסדר זיין. געדענק: די מאיר בריגס סיסטעם זאגט נישט וואסערע נקודה אין א זאך טרעפט ביי די און די געוויסע מענטש חן, און וויאזוי זיין צוגאנג זיך איינצוקויפן אט די בא'חנ'טע זאך. עס זאגט נאר ווי שטארק א געוויסע טייפ איז פארנומען מיט חן, וועליו, "יא ליב אדער נישט ליב". מאיר בריגס זאגט אונז אז ס'דא געוויסע מענטשן וואס זייער נפש איז מער פארנומען און לויפט מער נאך וואס עס האט געכאפט זייער חן. נישט יעדער איז בכלל אזוי שטארק ביזי מיט וואס עס טרעפט יא אדער נישט חן.

דאס אז מ'זאגט אז איינער איז א ESFP זאגט נאך נישט די גאנצע פערסענאליטי. דהיינו: עס איז דאך א סך סארטן ESFP. לאמיר נעמען די ערשטע פונקציע פון Se, וואס דאס מיינט אז דער מענטש קוקט בעיקר אן די וועלט אלץ א זאך וואס איז געמאכט געווארן פאר די פינף חושים, צו טון דערמיט מיט די פינף חושים. יעצט, אז מיר זאגן אז א מענטש האט די ערשטע פונקציע Se, זאגט עס אבער נישט ווי שנעל א מענטש וועט טון אין די וועלט, עס זאגט נישט ווי טעטיג דער מענטש וועט זיין. עס איז נאר א קאטאגאריע.

עניוועי. והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג אפריל 28, 2022 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”