Re: שמועסן איבער שינויי נוסחאות התפלה - נישט טעותים
ביי יהי כבוד איז עס אלס שבח נישט אלס בקשה צוליב דעם קען מען עס זאגן געהעריג.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אייער_קיכל האט געשריבן:אינעם נוסח פון אתה יצרת, ביים לעצטן שטיקל 'אלקינו ואלקי אבותינו' איז דא מקומות וואס מ'לייגט צו די געווענליכע שבת'דיגע נוסח קדשינו במצותיך וכו' ביזן סוף ברכה און מ'איז מסיים כי בעמך ישרא' בחרת וכו'
בליקנדיג אין פסקי האב איך געזען ער האלט אז דאס איז די נוסח הנכון און ס'איז פשוט א טעות אז ס'איז ארויסגעפאלן פונעם נוסח ברוב המקומות (אויב איז ער גערעכט דאן איז כדי מעורר צו זיין די מדפיסים עס צוריקצושטעלן, א שאד אזעלכע דערהויבענע בקשות וואס מ'בעט יעדן שבת ויו"ט זאל מען פונקט אום שבת ר"ח אויסלאזן)
זוכענדיג אויפן נעט האב איך געטראפן דא א שמועס: https://simla.otzar.org/viewtopic.php?t=37029
ס'איז א מחלוקת הפוסקים צו מ'מעג ענטפערן אמן אויף פסוקי ברכת כהנים פון א ש"ץ ווען ס'נישטא כהן המברך. דער הייליגע חיד"א זאגט כדרכו, "כשאומר הש"ץ ברכנו בברכה המשולשת בתורה אין לענות אמן אלא כי"ר ואין למחות בעונים אמן."shalsheles האט געשריבן:אין אסאך סידורים (סידור המפורש אויך) שטייט נישט ביי ברכת כהנים כן יהי רצון בזכות אברהם וכו׳
נישט איבעראל ווערט דאס געזאגט?
אין באבוב סידור שטייט ״כן״ יה״ר בזכות אברהם אבינו, ״וכן״ יה״ר בזכות יצחק אבינו, ״ובכן״ יה״ר בזכות יעקב אבינו, פון ווי קומט דער נוסח?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9D#p595805חולם י יאויש האט געשריבן:[
מענין לענין, אייער שאלה דערמאנט מיר פון וואס איך זיך שוין א לענגערע צייט.
ס'איז מיר אויסגעקומען אז אין רובם ככולם פון די עלטערע סידורים מדיוקים שטייט "אדיר במרום" בלויז ביי מוסף/דוכן'ען, און נישט ביי פשוט'ע שחרית/ווען ס'נישטא קיין כהן. ווען איז דאס געווארן דער מנהג צו זאגן אדיר במרום בקביעות?
אויך איז אינטערעסאנט אז די שינויי נוסח פונעם אדיר במרום אין סידורים איז אנדערש פון די נוסחאות פונעם מקור אין גמרא.
ייש"כ א"אאוראייניקל האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9D#p595805חולם י יאויש האט געשריבן:[
מענין לענין, אייער שאלה דערמאנט מיר פון וואס איך זיך שוין א לענגערע צייט.
ס'איז מיר אויסגעקומען אז אין רובם ככולם פון די עלטערע סידורים מדיוקים שטייט "אדיר במרום" בלויז ביי מוסף/דוכן'ען, און נישט ביי פשוט'ע שחרית/ווען ס'נישטא קיין כהן. ווען איז דאס געווארן דער מנהג צו זאגן אדיר במרום בקביעות?
אויך איז אינטערעסאנט אז די שינויי נוסח פונעם אדיר במרום אין סידורים איז אנדערש פון די נוסחאות פונעם מקור אין גמרא.
מ'זינגט עס נאר אין די חב"ד הייזער בתפיצות ווי מ'טיט עס אריינצוברענגען א געשמאק אין דאווענען פאר די וואס מ'איז מקרב.חולם י יאויש האט געשריבן:ווען האט מען אנגעהויבן זינגן אל תירא? כ'שטעל זיך פאר אז ביים לעצטן רבי'ן זצו"ל, ריכטיג? איז געווען עפעס א סיבה? האט מען עס אלעמאהל געזינגען? בלויז ווען ס'געווען אן עולם קינדער? שחרית, מנחה, מעריב? שבת/יו"ט?
וואס מ'זאגט מסדר התפילה איז נישט דא קיין פראבלעם פון מקרא בלילה. מ'זאגט אסאך פסוקים ביי מעריב.חולם י יאויש האט געשריבן:
אויב דער מנהג דאס צו זאגן נאך עלינו/סיום התפילה האט עפעס א שייכות מיטן אויבנדערמאנטן מנהג הטו"ז, קען דאס זיין נאך א טעם נישט צו זאגן נאך מעריב ווען ס'נישטא קיין חזרת הש"ץ, בנוסף צום טעם פון נישט זאגן מקרא בלילה.